דניאל טשאַרני |
דניאל טשאַרני (1888—1959) ווערט איצט זעלטן דערמאָנט, סײַדן די רייד גייט וועגן אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען. ווי אַ דיכטער, האָט ער ניט געהערט צו די "גרויסע" מײַסטערס פֿונעם ייִדישן וואָרט. זײַן בײַטראָג איז געווען, דער עיקר, אַ זשורנאַליסטישער און אַ מעמואַריסטישער. זײַנע ניט-פּאָעטישע ביכער — "משפּחה-כראָניק", "באַרג-אַרויף", "די וועלט איז קײַלעכדיק", "אַ יאָרצענדליק אַזאַ" און אַנדערע — דערציילן אַ סך וועגן דער ייִדישער סבֿיבֿה, אין וועלכער טשאַרני איז געבוירן געוואָרן, אַרײַן אין די פֿעדערן און געווען טעטיק. פֿון די כּתבֿים דערוויסט מען זיך אויך ניט ווייניק וועגן די ברידער זײַנע — דעם ליטעראַטור-קריטיקער שמואל ניגער און דעם סאָציאַליסטישן טוער (און לאַנגיאָריקן פֿאַרוואַלטער פֿון "פֿאָרווערטס") ברוך וולאַדעק-טשאַרני.
צו כאַראַקטעריזירן דניאל טשאַרני איז כּדאַי צו נוצן דאָס פֿאַרגעסענע וואָרט "געזעלשאַפֿטלער" — ווי אַ סובסטאַנטיוו: אַ מענטש, וואָס געפֿינט זיך אין דעם סאַמע קאָכעניש פֿון געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. אַזאַ איז ער טאַקע געווען. דאָס מיינט ניט, אָבער, אַז ער האָט געפֿירט אַ ברייטע געזעלשאַפֿטלעכע טעטיקייט צווישן די ייִדישע מאַסן. זײַן אַקטיווקייט האָט זיך, בדרך-כּלל, באַגרענעצט מיט אינטעלעקטועלע קרײַזן. אין זיי איז ער געווען באַקאַנט ווי אַ קאָכלעפֿל. ער האָט געקענט אַלעמען און אַלע האָבן אים געקענט. אייניקע האָבן אים ניט אויפֿגענומען ווי אַן ערנסטן מענטשן, אָבער, בדרך-כּלל, איז ער געווען באַליבט און האָט געהאַט אַ סך פֿרײַנד. אַזאַ בילד האָט זיך, לכל-הפּחות, געשאַפֿן בײַ מיר פֿון לייענען וועגן טשאַרנין. עס שאַפֿט זיך אויך אַ מיינונג, אַז ער האָט ליב געהאַט פֿרויען, אָדער — פּינקטלעכער — אַז ער האָט ליב געהאַט זיך באַרימען וועגן זײַנע באַציִונגען מיט פֿרויען.
פֿון קינדווײַז אָן איז ער געווען כראָניש קראַנק, און די משפּחה, בפֿרט די ברידער, האָבן אים תּמיד שטאַרק געהאָלפֿן. פֿון ניגערס און וולאַדעקס בריוו, וואָס האָבן זיך אָפּגעהיט אין ייִוואָ און אין דעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, דערוויסט מען זיך אַ סך וועגן דער פֿינאַנציעלער שטיצע, וואָס דער ייִנגערער ברודער זייערער האָט פֿון זיי באַקומען. צוליב זײַן געזונט-צושטאַנד האָט מען טשאַרנין ניט אַרײַנגעלאָזט אין אַמעריקע, און ער האָט אין משך פֿון צוועלף יאָר, ביז האַרבסט 1933, געוווינט אין בערלין, געשריבן פֿון דאָרטן פֿאַר אַ סך צײַטונגען, אָבער זײַן הויפּט-פֿאָרום איז געווען די ניו-יאָרקער צײַטונג "דער טאָג".
צווישן די ייִדישע אינטעלעקטואַלן, וועלכע האָבן זיך דעמאָלט באַזעצט אין דײַטשלאַנד, האָט זיך טשאַרני אויסגעטיילט אויך ווי אַ סאָוועטישער בירגער. הגם קיין ריכטיקער קאָמוניסט איז ער קיין מאָל ניט געווען, האָט ער עטלעכע יאָר אַקטיוו געאַרבעט אין מאָסקווע ווי אַן אָנגעשטעלטער — אַ זשורנאַליסט און רעדאַקטאָר — פֿון סאָוועטישע אינסטיטוציעס פֿאַר ייִדישער קולטור. צוליב זײַנע קאָנטאַקטן אין דעם סאָוועטישן מלוכה-אַפּאַראַט האָט ער ניט געמוזט שוואַרצן די גרענעץ, נאָר אַרויסגעפֿאָרן ווי אַ סאָוועטישער בירגער. נאָך מער: בערך ביז 1929 האָט ער געשיקט פֿון בערלין אַרטיקלען פֿאַר סאָוועטישע צײַטשריפֿטן, אָפֿט מאָל אונטער פּסעוודאָנימען ("לעאָניד" און אַנדערע). שפּעטער האָט מען אים אין סאָוועטיש-ייִדישע קרײַזן אויפֿגעהערט צו האַלטן פֿאַר אַן אייגענעם. אָבער אַ בירגער איז ער סײַ-ווי-סײַ פֿאַרבליבן.
דער ייִוואָ־קאָמיטעט, ווילנע 1929, שטייט פֿאַרן כּמעט פֿאַרענדיקטן נײַעם בנין: פֿון רעכטס — ב. קלעצקין, מ. טשערניכאָוו, ז. רייזען, י. שאַפּיראָ, ח. זשיטלאָווסקי, י. נ. שטיינבערג, מאַקס ווײַנרײַך, נישט־אידענטיפֿיצירט, זעליג קלמנאָוויטש, י. זשעלעזניקאָוו, ב. ווירגילי־כּהן, |
אין 1933 האָט טשאַרני זיך ניט געאײַלט צו פֿאַרלאָזן בערלין, געהאָפֿט אַז דער נאַציסטישער שטורעם וועט אין גיכן דורכגיין. ער האָט געהאַלטן אַ וועלט פֿון די בערלינער מעדיקער און, בכלל, האָט שוין געלאָזט וואָרצלען אין דער שטאָט. דאָך האָט ער געמוזט זוכן אַ נײַעם מקום-מיקלט. דעמאָלט האָט טאַקע זײַן סאָוועטישער פּאַס גענומען שפּילן אַ נעגאַטיווע ראָלע, ווײַל אין די באַלטישע לענדער און אין פּוילן האָט מען אויף אים געקוקט זייער קרום. סוף-כּל-סוף וועט ער זיך מוזן לאָזן קיין פּאַריז, און שפּעטער, ווען די ערד וועט דאָרטן אָנהייבן ברענען אונטער די פֿיס, וועט ער, פֿון דעסטוועגן, באַקומען אַ מעגלעכקייט צו קומען קיין אַמעריקע — מע וועט אים דערלויבן דאָס צו טאָן. די לעצטע יאָרן פֿון זײַן לעבן וועט ער פֿאַרברענגען אין סאַנאַטאָריעס.
טשאַרניס טאָגבוך, וואָס ווערט אָפּגעהיט אין ייִוואָ (דניאל טשאַרניס קאָלעקציע, RG421, טעקע 273), דערציילט אַ ביסל וועגן דער צײַט, וואָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין דער שטאָט פֿון זײַן יוגנט, ווילנע, סוף 1935 און אָנהייב 1936. דעמאָלט איז טשאַרני געווען אַן אַקטיוויסט פֿון דער "פֿרײַלאַנד-ליגע", וועלכע האָט געזוכט (און, דער עיקר, געחלומט וועגן) אַ טעריטאָריע פֿאַר אַן אָרגאַניזירטער ייִדישער עמיגראַציע. אין ווילנע האָבן געוווינט אויך אַנדערע ענטוזיאַסטן פֿון דער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג, אַרײַנגערעכנט דעם פֿירנדיקן טוער אירן יוסף (דניאלי-) טשערניכאָוו (1882—1941) און דעם בילדונג-טוער שלמה באַסטאָמסקי (1891—1941).
אין ווילנע פֿלעגט טשאַרני זיך אויך באַגעגענען מיט מאַקס ווײַנרײַך (1894—1969) און זײַנע סטודענטן פֿון דער אַספּיראַנטור (אַ מין גראַדויִר-שול) פֿון ייִוואָ. צו דער דאָזיקער סבֿיבֿה האָבן אויך געהערט אַזעלכע אינטעלעקטואַלן ווי זלמן רייזען (1887—1940), אַ צענטראַלע פֿיגור אין די ווילנער ייִדישיסטישע קרײַזן, און זעליג קאַלמאַנאָוויטש (1885—1944), וועלכער האָט געפֿירט אַ גרויסע אַרבעט אין ייִוואָ, כאָטש זײַן אמתע ליבע איז געווען העברעיִש.
דעם 5טן דעצעמבער, 1935
כ׳האָב מײַן ווילנער טאָגבוך שטאַרק פֿאַרנאַכלעסיקט. געווען זייער אַ טומלדיקער און אומרויִקער זומער. די פֿראַגע פֿון מײַן ווײַטערדיקן וווינרעכט אין ווילנע האָט בײַ מיר צוגענומען די גאַנצע צײַט און דאָס ביסעלע מנוחה. כ׳פֿלעג מוזן אַ גאַנצן חודש אַרומלויפֿן איבער פֿאַרשיידענע פּלעצער, כּדי אויסצוקעמפֿן פֿאַר מיר נאָך אַ חודש וווינרעכט. אַזוי איז עס געגאַנגען חודש אין חודש! ס׳איז שוין אַרײַן בײַ מיר אין אַמביציע אויסצוקעמפֿן וווינרעכט אין ווילנע אויף אַן אומבאַשטימטער צײַט, כּדי איך זאָל קאָנען פֿאַרלאָזן ווילנע, ווען איך וויל און נישט, ווען די פּאָליציי וועט עס וועלן.
בפֿרט נאָך, ווען כ’בין צו ווילנע נאָך נישט דערפֿאָרן, ווי ס’איז באַדאַרף צו זײַן, נאָך נישט אויסגעפּאַקט זיך און נישט אויסגעווילנעוועט זיך.
דער איינציקער חטא מײַנער איז — מײַן סאָוועטישער פּאַס. אָבער ווי לאַנג וועט מען נאָך אורטיילן די פּאָליטישע אײַנשטעלונגען פֿון אַ מענטשן לויט דעם פּאַס זײַנעם?
אַלע ווייסן, אַז כ׳בין לחלוטין אַפּאָליטיש! מיך אינטערעסירט נישט די גרויס-פּאָליטיק, ווי ס’אינטערעסירט מיך נישט די קליין-פּאָליטיק פֿון די געהיימע אינפֿאָרמאַטאָרס. מײַן געוויסן איז ריין און דעריבער האָב איך דאָס פֿולע רעכט צו קעמפֿן פֿאַר מײַן וווינרעכט אויף דעם גאַנצן ערדקוגל.
ענדלעך האָב איך געזיגט!
באַקומען וווינרעכט אין ווילנע אויף אַ גאַנצן יאָר! ערשט איצט וועל איך זיך באַרויִקן און אָנהייבן רויִק אַרבעטן.
אָבער וויפֿל געזעלשאַפֿטלעכע ענערגיע און צײַט מען האָט געפּטרט אויף דורכברעכן די ווענט פֿון די קאַנצעלאַריעס. אַרום מײַן וווינרעכט אין ווילנע האָבן זיך משתּדלט געווען 12 פּערזאָן (ריכטיקער געזאָגט — פּערזענלעכקייטן) אין ווילנע, 10 פּערזאָן אין וואַרשע, 1 פּערזאָן אין ריגע, 4 אין פּאַריז, 1 אין לאָנדאָן און איינער אין ניו-יאָרק (נישט רעכענענדיק די גרויסע צאָל באַאַמטע אין די פֿאַרשיידענע אינסטיטוציעס), אויסער דעם האָבן זיך נאָך אַרײַנגעלייגט אין מײַן ענין עלף אינסטיטוציעס און אָרגאַניזאַציעס פֿון אַמעריקע, פֿראַנקרײַך און פּוילן.
מיט אַזוי פֿיל געזעלשאַפֿטלעכער ענערגיע וואָלט מען דאָך שוין געקענט רעאַליזירן דעם ייִדישן וועלט-קאָנגרעס, וואָס מען האַלט אַלץ אין איין צונויפֿרופֿן.
ווי זשע פֿאַרלאָזט מען איצט ווילנע, נאָך דעם, ווי מען האָט פֿאַר מיר אַזוי פֿיל געטאָן און אויפֿגעטאָן?
דעם 1טן יאַנואַר, 1936
דעם נײַעם יאָר האָבן מיר באַגעגנט אין דעם הויז פֿון ירמיהו שאַפּיראָ — דעם הויפּט-בויער פֿון דער ייִוואָ-געבײַדע. ה׳ שאַפּיראָ איז אַ פֿאַנאַטישער ייִדישיסט און אַ פֿאַרביסענער ציוניסטן-פֿרעסער. ס’איז זעלטן צו טרעפֿן אַזאַ טיפּ צווישן די גאַנץ פֿאַרמעגלעכע הויז-באַזיצער. זײַן ווײַס-גרויער קאָפּ און זײַן ייִדישער (נאָר ייִדישער) שילד אויף דער טיר, רופֿן בײַ מיר אַרויס דרך-ארץ און באַוווּנדערונג. נאָר אין ווילנע זײַנען נאָך מעגלעך אַזעלכע פֿאַנאַטיקער. אָבער אויך זײַן ווישניאַק איז ערשטקלאַסיק. ער מאַכט שטימונג. אויך זײַן פֿרוי זעט אויס צו זײַן אַ שטימונגס-מענטש מיט שטאַרקע סענטימענטן צו אַ ייִדישן שרײַבער.
זי האָט מיך איין מאָל מכבד געווען מיט אַ "ציבולניצע", וואָס זי האָט צוגעגרייט לויט דער באַשרײַבונג אין מײַן "משפּחה-כראָניק". אַזאַ מין טשיקאַוון "האָנאָראַר" פֿון אַ לעזערין האָב איך קיין מאָל נישט געהאַט באַקומען.
אויך אין דער נײַ-יאָר-נאַכט האָב איך זיך געפֿילט בײַ די שאַפּיראָס אין הויז, ווי בײַ זיך אין דער היים.
ס׳זײַנען נאָך אויך געווען די זייער אינטערעסאַנטע און אייגנאַרטיקע פֿרוי ד״ר שאַבאַד, וואָס איז אויף די עלטערע יאָרן געוואָרן אַ פּויערטע. איר איידעם, ד״ר מאַקס ווײַנרײַך האָט דערציילט מעשׂיות פֿון פּאַלעסטינע, פֿון וואַנען ער האָט זיך אָקאָרשט געהאַט אומגעקערט. דאָס אינטערעסאַנטסטע, וואָס אים איז געלונגען צו גרינדן אין תּל-אָבֿיבֿ אַ געזעלשאַפֿט "פֿרײַנד פֿון ייִוואָ", אין וועלכער ס׳זײַנען אַרײַן איבער 120 מיטגרינדער. וו. לאַצקי האָט אים דאָרטן שטאַרק מיטגעהאָלפֿן. ס׳איז זייער כאַראַקטעריסטיש פֿאַר לאַצקין, וואָס אין "גלות" איז ער געוואָרן אַן אַקטיווער ציוניסט און אין פּאַלעסטינע — אַן אַקטיווער ייִוואָ-טוער. דערפֿאַר טאַקע האָב איך אים שטענדיק ליב — לאַצקין.
ד״ר [חיים] אָרמיאַן — פּריוואַט-דאָצענט פֿאַר פּסיכאָלאָגיע אין לאָדזש און פֿאָרזיצער פֿון "תּרבות" האָט, נעבעך, געמוזט באַגעגענען דעם נײַ-יאָר אין אַ מסיבה פֿון אַקטיווע "ייִדישיסטן", אָבער דער געשמאַקער ווישניאַק און די גוט-שמעקעוודיקע קאַווע האָבן אים אַ סך פּײַנלעכע מאָמענטן פֿאַרגלעט און פֿאַרכּשרט.
אַרום 12 בײַנאַכט, ווען די ווילנער קלויסטערס האָבן אָנגעהויבן צו גלעקערן — האָב איך פֿאָרגעלייענט אַ קאַפּיטל פֿון מײַן צווייטן בוך "באַרג-אַרויף" וועגן דער פֿערציק מאָל פֿערציק-באַגלעקערטער מאָסקווע, אינעם יאָר 1915. דאָס האָט אַרויסגערופֿן זכרונות בײַ די אַלע, וואָס האָבן געקענט מאָסקווע פֿון פֿאַר דער רעוואָלוציע.
די דאָזיקע זכרונות פֿון אַנדערע קומען מיר אָפֿט צוניץ. זיי פֿרישן אָפּ מײַן אייגענעם זכּרון און באַפֿרוכפּערן אים.
צוריקוועגס אַ היים האָב איך געטראָפֿן אַ סך מענטשן, האַלב-פֿאַרשיכּורטע און האַלב-אַנטוישטע, וועלכע האָבן זיך צוריקגעקערט אַ היים פֿון די פֿאַרשיידענע פֿאַרווײַלונגען.
דאָס זײַנען געווען דאָס רובֿ ייִדישע מענטשן. כ׳האָב געטראַכט, ווי קומט עס אין דער ייִדישער און שטאַרק פֿאַראָרעמטער ווילנע אַזוי פֿיל "הוליאַקעס" לכּבֿוד דער סילוועסטער-נאַכט?
מען טוט זיך אָן אַ כּוח כאָטש איין מאָל אין יאָר אַראָפּוואַרפֿן פֿון זיך דעם שווערן יאָך און אַ לעב טאָן כאָטש איין נאַכט!
אָבער דער צוריקוועגס אַ היים איז אַזאַ אומעטיקער, אַזאַ אַנטוישטער און אַזאַ נאַרישער.
אויף מאָרגן איז מען שוין ווידער אין יאָך. אין שווערן פֿינצטערן יאָך, בעת פֿון די קריסטלעכע פֿענצטער שײַנט נאָך אַרויס דער יום-טובֿ און זאַטע מנוחה...
דעם 2טן יאַנואַר, 1936
אָנגעהויבן דעם נײַעם יאָר מיט א זיצונג פֿון דער געז[עלשאַפֿט] פֿאַר ספּעציעלער דערציִונג. ס׳איז די איינציקע געזעלשאַפֿט אין ווילנע, וואָס האָט מיך באַזונדערס שטאַרק פֿאַראינטערעסירט. די דאָזיקע געזעלשאַפֿט אינטערעסירט זיך מיט די פֿיזיש- און גײַסטיק-אָפּגעשטאַנענע קינדער, ווי אויך מיט די פֿאַרוואָרלאָזטע גאַסן-קינדער. פֿיל איך זיך מעשׂה מחותּן צווישן אָט אַזעלכע קינדער. ווען כ׳טרעט אויף פֿאַר די דאָזיקע קינדער — באַטאָן איך שטענדיק, אַז אויך איך בין געווען אַ מאָל אָט אַזאַ, ווי זיי. דאָס הייבט די שטימונג בײַ די קינדער.
אָבער אויך בײַ די דערוואַקסענע, בײַ די לערערינס און אָנפֿירערינס מיט דער "דעפֿעקטיווער" טעטיקייט איז געהויבן געוואָרן די שטימונג, ווען כ׳האָב מסכּים געווען צו באַטייליקן זיך אַקטיוו אין דער אַרבעט פֿון דער געזעלשאַפֿט.
אויף דער לעצטער גענעראַל-פֿאַרזאַמלונג פֿון דער געזעלשאַפֿט האָט מען מיך און מײַן פֿרוי אויסגעקליבן אַפֿילו פֿאַר ערן-מיטגרינדער און מיך — פֿאַר דעם ערן-פּרעזידענט פֿון דער געזעלשאַפֿט.
זיי גלייבן, די נאַיִווע און מסירת-נפֿשדיקע טוערס און טוערינס פֿון ווילנע, אַז מען מוז מיך אונטערקויפֿן מיט אַ וועלכן נישט איז טיטל, כּדי איך זאָל ווערן אַקטיוו.
די אונטערשריפֿטן פֿון מיר און פֿרוי טשאַרני אויף די מעמאָראַנדומס צום "דזשוינט" און צו וולאַדעקן האָבן שוין אַרײַנגעבראַכט דער געזעלשאַפֿט די ערשטע 300 דאָלאַר.
אָבער וויטע לעווינאַ — די אָנפֿירערין מיט די אָפּגעשטאַנענע קינדער, און טילטשע טיקטין — די אָנפֿירערין מיט די גאַסן-קינדער, זײַנען ווערט פֿיל מער ווי 300 דאָלאַר.
מיט זייער מסירת-נפֿש און מיט זייער ליבע צו דער זאַך — קאָנען זיי אַרויסווײַזן די גרעסטע וווּנדער.
איך האָב נאָר מורא, אַז די לערערינס גופֿא זאָלן בײַ די שרעקלעכע אַרבעטס-באַדינגונגען נישט ווערן, חלילה, אַליין "דעפֿעקטיוו" און "פֿאַרוואָרלאָזט"
דעם 3טן יאַנואַר, 1936
נעכטן ביז האַלב דרײַ בײַנאַכט זיך באַטייליקט אין דער דיסקוסיע וועגן "פֿרײַלאַנד". שוין עטלעכע אָוונטן, ווי מען דיסקוטירט מיט טשערניכאָוון וועגן "פֿרײַלאַנד".
און ווידער אַ מאָל וואָכנלאַנגע דיסקוסיעס וועגן ייִדיש און העברעיִש, וועגן פּאַלעסטינע און ביראָבידזשאַן, וועגן "דאָ" און "דאָרטן". איך חידוש זיך די גאַנצע צײַט, ווי אַזוי די ווינער קולטור- און כּלל-טוער האָבן אַזוי ווינציק צוגעלערנט פֿאַר די לעצטע דרײַסיק יאָר.
דאָס האָט מיר געגעבן אַ שאַנס צו דערפֿילן זיך אין ווילנע אויף גאַנצע 30 יאָר.
אין מײַן וואָרט וועגן "פֿרײַלאַנד" האָב איך באַגרינדעט מײַן טעריטאָריאַליזם אויף דעם פֿאָלגנדיקן אופֿן: אונדזער ייִדישלאַנד נייטיקט זיך אין נײַע "קאָלאָניעס". פֿאַר די לעצטע פֿופֿציק יאָר איז אונדז געלונגען צו דעראָבערן אַזעלכע וויכטיקע "קאָלאָניעס", ווי ניו-יאָרק, בוענאָס-אײַרעס, ריאָ-דע-זשאַנייראָ, אורוגווײַ, מעקסיקאָ, טשילי און דרום-אַפֿריקע.
אָבער די אַלע אויבנדערמאָנטע "קאָלאָניעס" זײַנען פֿאָרלויפֿיק פֿאַרדראָטעוועט און פֿאַרקוואָטעוועט. די מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן נייטיקן זיך אין נײַע קאָלאָניעס. דעריבער איז צו באַגריסן יעטוועדן נײַעם פּרוּוו צו פֿאַרברייטערן די "טעריטאָריע" פֿון "ייִדיש-לאַנד".
איך גלייב זייער שטאַרק אין דעם כּוח פֿון אונדזער מאַסן-קולטור און ס׳וועט פֿאַר מיר נישט זײַן קיין איבערראַשונג, ווען דער צוקונפֿטיקער קולטור-מיניסטער פֿון פּאַלעסטינע וועט פּובליקירן אַ דעקרעט וועגן אָנערקענען ייִדיש ווי די צווייטע אָפֿיצ[יעלע] שפּראַך פֿון ארץ-ישׂראל.
דעם 4טן יאַנואַר, 1936
נעכטן ווידער געקומען אַ היים ערשט 3 אַ זייגער פֿאַרטאָג. איך "טומל" דאָ נאָך שטאַרקער, ווי אין פּאַריז.
פֿאַרבראַכט אַ האַלבע נאַכט בײַ ווײַנרײַכן אין הויז אין דער מסיבה פֿון די ייִוואָ-אַספּיראַנטן און דעם פּסיכאָלאָג אָרמיאַן פֿון לאָדזש.
לאָזט זיך אויס, אַז דער דאָצענט אָרמיאַן איז אַן אַקטיווער ציוניסט. ער איז אַפֿילו פּרעזידענט פֿון "תּרבות" אין לאָדזש.
האָבן די אַספּיראַנטן געשטעלט די פֿראַגע, צי פּאָרט זיך ייִוואָ מיט תּרבות? דאָס איז שוין געווען גענוג שטאָף פֿאַר אַ נײַער דיסקוסיעלע אויף 3—4 שעה.
קאַלמאַנאָוויטש איז ווידער אַ מאָל אויפֿגעשפּרונגען מיט אַ ליבעס-דערקלערונג צו העברעיִש און מיט זײַן ביטול צו ייִדיש.
ז. רייזען האָט זיך געמוזט פֿאַרענטפֿערן, הלמאַי ער האָט גענומען אויף זיך די איניציאַטיוו אײַנצולאַדן קיין ווילנע פֿירן סעמינאַרן בײַם ייִוואָ דווקא די תּרבותיסטן פֿון לאָדזש.
מאַקס ווײַנרײַך האָט מעפֿיסטאָפֿעליש אונטערגעשמייכלט.
די אַספּיראַנטן האָבן, ווי אַלע אַנדערע יונגטלעכע זיך שטאַרק געקאָכט און געבונטעוועט זיך.
סוף-כּל-סוף, האָט מען אָנגעהויבן זינגען לידער. לידער חסידישע, פֿאָלקסטימלעכע און לידער בונטאַרישע. אַך, ווען מען וואָלט בײַ יעדער דיסקוסיע אין ווילנע אַרויסגעשטעלט אַ פּאָר גוטע זינגער — וויפֿל בייז בלוט און וויפֿל צײַט וואָלט מען דענסטמאָל פֿאַרשפּאָרט!
דעם 13טן יאַנואַר, 1936
געהאַט נעכטן אַ באַראַטונג בײַ טשערניכאָוון וועגן דער "געפֿאַר" פֿאַר דער "פֿרײַלאַנד"-באַוועגונג. די געפֿאַר, לאָזט זיך אויס, באַשטייט אין דעם, וואָס די דײַטשע ייִדן האָבן שוין גענוג געלט אויף אַ טעריטאָריע, האָבן שוין אויך אַ טעריטאָריע — אַ סבֿרא אין אַנגאָלאַ, וואָס טשערניכאָוו האָט שוין לאַנג "קונה-במשיכה" געווען — אָבער די דײַטשן ווילן די טעריטאָריע נאָר פֿאַר זיך אַליין. זיי ווילן נישט, הייסט עס, קיין מיזרח-ייִדן! אַ טעריטאָריע פֿאַר דײַטשע ייִדן — ריכטיקער: פֿאַר ייִדישע דײַטשן, דאָס הייסט, אַ היטלער-טעריטאָריע.
הערבערט סאַמועל איז שוין צוליב דעם אַוועקגעפֿאָרן צו רוזוועלטן קיין ניו-יאָרק.
קורץ און גוט, מען מוז ראַטעווען די סיטואַציע. ערשטנס מוז מען אויפֿקלערן די ענגלישע לאָרדן, אַז דײַטשע ייִדן וועלן אָן דער הילף פֿון די מיזרח-ייִדן בשום-אופֿן זיך נישט קאָנען קאָלאָניזירן. צווייטנס, אַז אויף אַנגאָלאַ פּרעטענדירן שוין פֿון לאַנג די טעריטאָריאַליסטן פֿון מיזרח-אייראָפּע, איצטער — די פֿרײַלאַנדיסטן — און אַז ס’איז בכלל אַ געפֿאַר צו שאַפֿן אַ טעריטאָריע נאָר פֿון דײַטשע ייִדן אַליין, ווײַל די דאָזיקע טעריטאָריע קאָן אין איין שיינעם פֿרימאָרגן פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ היטלער-קאָלאָניע...
על-כּן, מוז דער ד״ר הערצל פֿון דער פֿרײַלאַנד-באַוועגונג, דאָס הייסט, דאַניעלי-טשערניכאָוו תּיכּף-ומיד זיך אַוועקלאָזן קיין אַמעריקע און אויפֿווײַזן דעם גאַנצן אומזין פֿון אַ טעריטאָריע נאָר פֿאַר די ייִדישע דײַטשן אַליין.
ז. קאַלמאַנאָוויטש, ש. באַסטאָמסקי און איך האָבן באַלד מסכּים געווען, אַז טשערניכאָוו מוז ווירקלעך פֿאָרן קיין אַמעריקע און ראַטעווען די סיטואַציע...
* * *
אין דער צײַט, וואָס טשאַרני האָט פֿאַרבראַכט אין ווילנע, איז די שטאָט באַרײַכערט געוואָרן מיט אַ ליטעראַרישער "קיבעצאַרניע", וועלכע האָט געקראָגן דעם ניט-אָפֿיציעלן נאָמען "דאָרמאַנישעס קאַפֿע" — אַ רמז אויף דעם באַרימטן "ראָמאַנישעס קאַפֿע" אין בערלין. טשאַרני, וואָס איז געווען "שולדיק" אין אָט דער טראַנספֿאָרמאַציע פֿון אַ געוויינטלעכן קאַפֿע אין אַ קולטור-צענטער, באַשרײַבט עס אין זײַן בוך "ווילנע", וואָס איז אַרויס אין בוענאָס-אײַרעס אין 1951:
דער באַלעבאָס פֿון דעם קאַפֿע-הויז, ה׳ דאָרמאַן, האָט פּלוצלינג באַמערקט, אַז יעדן מאָנטיק און דאָנערשטיק, צווישן נײַן און צוועלף אָוונט, ווערט זײַן "קאַוויאַרניע" אָנגעפֿילט מיט מענטשן, און עס פֿעלן אים אויס הענט אַלעמען צו באַדינען. וואָלטן עס געווען איינפֿאַכע מענטשן פֿון גאַס, וואָלט זיך שוין דער באַלעבאָס ווי עס איז אַן עצה געגעבן; אָבער עס האָבן אָנגעהויבן אַרײַנצוקומען אין זײַן "קאַוויאַרניע" אַזעלכע וויכטיקע פּערזענלעכקייטן אין ווילנע, וואָס ער אַליין, דער באַלעבאָס, איז געווען גליקלעך זיי צו באַדינען. צווישן די שטאַם-געסט פֿון דעם "דאָרמאַנישן קאַפֿע" זײַנען געווען אַזעלכע חשובֿע שטאָט-באַלעבאַטים, ווי דער אַדוואָקאַט יוסף טשערניכאָוו ("דאַניעלי"), דוד קאַפּלאַן-קאַפּלינסקי, משה שאַליט, זלמן רייזען און נאָך און נאָך.
אויסער די חשובֿע באַלעבאַטים פֿון שטאָט, פֿלעגן יעדן מאָנטיק און דאָנערשטיק קומען אין קאַפֿע אַלע רעדאַקטאָרן פֿון די פֿינף טעגלעכע צײַטונגען אין ווילנע; כּמעט אַלע פּאָעטן פֿון "יונג ווילנע", כאָטש ניט אַלע פֿון זיי האָבן פֿאַרמאָגט די 20 גראָשן פֿאַרן טעפּל קאַווע. די אַספּיראַנטן פֿון "ייִוואָ", די אַרטיסטן פֿון די צוויי ייִדישע טעאַטערס און בכלל די אַלע, וואָס האָבן געגלייבט, אַז זיי קאָנען נאָך ווערן שרײַבער אָדער אַרטיסטן.
די באַווײַבטע פֿלעגן, געוויינטלעך, קומען מיט זייערע פֿרויען, און די פֿרויען פֿלעגן מיטנעמען זייערע חבֿרטעס. אַזוי אַרום פֿלעגט אין דעם שמאָלן און ניט גאָר לאַנגן "דאָרמאַנישן" קאַפֿע ווירקלעך ווערן פּונקט אַזוי ענג און פּונקט אַזוי אָנגערייכערט, ווי אין דעם "ראָמאַנישן קאַפֿע" אין בערלין.
אויסער די שטאַם-געסט פֿלעגן יעדן מאָנטיק און דאָנערשטיק זיך מעלדן אין קאַפֿע די חשובֿע געסט פֿון ווײַטע שטעט און לענדער.
האָט דער ה׳ דאָרמאַן, דער באַלעבאָס פֿון דער "קאַוויאַרניע", וואָס פֿלעגט ביז מײַן קומען קיין ווילנע אויסקוקן די אויגן אויף אַ קונה, אָנגעהויבן פּלוצלינג "שאַרן געלט" פֿון זײַנע מירמלנע טישלעך; מען האָט אָנגעהויבן שרײַבן וועגן זײַן קאַוויאַרניע אין די גאַזעטן, און ער איז געווען זיכער, אַז אליהו הנבֿיא אַליין האָט זיך אויף אים מרחם געווען.
די נײַע באָהעמע-אינסטיטוציע איז אָבער אויך באַלד געוואָרן דער זאַמל-פּונקט פֿון די ייִדישע "שפּיצלעך" (שפּיאָנען), וואָס האָבן געדינט אין דער פּוילישער געהיים-פּאָליציי. דער באַלעבאָס פֿון דער קאַוויאַרניע האָט מיר איין מאָל פֿאַרטרויט אַ סוד, אַז די געהיים-פּאָליציי האָט אים אויפֿגעפֿאָדערט — ער זאָל איר באַצײַטנס אינפֿאָרמירן וועגן אַלע באַנקעטן, וואָס קומען פֿאָר אין דעם הינטערשטן געשלאָסענעם צימער. צו די געשלאָסענע באַנקעטן פֿלעגן די "שפּיצלעך" ניט האָבן, פֿאַרשטייט זיך, קיין שום צוטריט.
איז מיר שוין געוואָרן קלאָר, אַז די פּוילישע געהיים-פּאָליציי וועט מיך ניט לאָזן צו לאַנג "באָהעמעווען" אין ווילנע. אמת, איך האָב געוווּסט פֿאָרויס, אַז די פּאָליציי וועט מיך אין ווילנע שטענדיק נאָכשפּיאָנירן. דעריבער טאַקע האָב איך פֿון אָנהייב אָן אײַנגעפֿירט די קאַפֿע-אינסטיטוציע, און זאָלן די שפּיאָנען זען, אַז איך בין געקומען צו גאַנץ ווילנע, און ניט, חלילה, צו עפּעס אַ געוויסער פּאַרטיי אָדער גרופּירונג.
אַגבֿ, בין איך מיט דער נײַ-אײַנגעפֿירטער קאַפֿע-אינסטיטוציע אויך נאָך אויסן געווען אָפּצוציִען פֿון מײַן פּריוואַטער וווינונג די גרויסע צאָל נודניקעס, וואָס פֿלעגן מיך באַזוכן שוין צו אָפֿט און צו לאַנג. צווישן דער ייִדישער אינטעליגענץ אין ווילנע זײַנען, ליידער, געווען אַ סך ליידיקגייערס, וואָס האָבן קיין מאָל ניט געוווּסט וווּ אַהינצוטאָן זייער פֿרײַע צײַט. די דאָזיקע פּראָפֿעסיאָנעלע נודניקעס האָבן מיר אין ווילנע אַ נאָמען געגעבן "נאַווענודניקעס" (פֿון דעם וואָרט "נע ונד"), ווײַל זיי פֿלעגן שוין פֿון סאַמע פֿרי ביז שפּעט בײַ נאַכט האַלטן אין איין אַרומגיין "צו גאַסט".
אַ ווילנער "נאַווענונדיק" פֿלעגט בטבֿע אַרײַנקומען נאָר אויף אַ "ווײַלעטשקע", אויף עטלעכע מינוט, הייסט עס. ער פֿלעגט אָבער אָפּזיצן אין מאַנטל און אין די קאַלאָשן בײַ פֿינף-זעקס שעה. ער פֿלעגט ניט אויסטאָן דעם מאַנטל מיט די קאַלאָשן אַפֿילו בײַם טרינקען אַ טעפּעלע קאַווע אָדער בײַם צובײַסן. בײַם געזעגענען זיך פֿלעגט ער אָנהייבן שטאַרק צו אַנטשולדיקן זיך, וואָס ער מוז שוין, ליידער, אַוועקגיין, ווײַל ער מוז נאָך, לאָזט זיך אויס, "אַרײַנכאַפּן זיך" צו נאָך איינעם אַ פֿרײַנד... ערשט דעמאָלט, בײַם געזעגענען זיך פֿלעג איך הינטן אַרום געבן אים די אָנצוהערעניש, אַז אויב ער וועט מיך וועלן זען אַ צווייטן מאָל, קאָן ער מיך טרעפֿן יעדן מאָנטיק און דאָנערשטיק אין "דאָרמאַנישן קאַפֿע"...
ערשט שפּעטער האָב איך זיך דערוווּסט, אַז אָט די אַלע אַזוי-גערופֿענע "נאַווענודניקעס" פֿון דער ייִדישער אינטעליגענץ אין ווילנע פֿלעגן קיין מאָל ניט אויסטאָן זייערע מאַנטלען און די קאַלאָשן, ווײַל די הויזן זײַנען אין די קני געווען אויף אַזוי פֿיל אויסגעריבן, אַז מען פֿלעגט זען די גאַטקעס, און די שיך זײַנען שוין געווען אויף אַזוי פֿיל צעריסן, אַז מען פֿלעגט זען די שקאַרפּעטקעס.
אַ ווילנער ייִד האָט בטבֿע פֿײַנט צו באַקלאָגן זיך. אַ ווילנער ייִד קאָן פֿאַרבלײַבן אַן אַריסטאָקראַט אַפֿילו מיט אויסגעריבענע הויזן און מיט צעפֿליקטע שיך.
אויך די נײַ-אויפֿגעקומענע דיכטער-גרופּע "יונג-ווילנע" האָט פֿאַרמאָגט אין זיך אַ סך גײַסטיקן אַריסטאָקראַטיזם. יעדער איינער פֿון זיי איז שוין געווען גוט באַהאַוונט אין אַלע פֿרעמדע קולטורן און אין אַלע מאָדערנע ליטעראַרישע שיטות און ריכטונגען.
איך פֿלעג אָפֿט באַוווּנדערן די ווויל-געלערנטקייט פֿון די "יונג-ווילניאַנער", וואָס כּמעט אַלע פֿון זיי זײַנען אַרויסגעקראָכן פֿון די ווילנער פֿײַכטע און פֿינצטערע קעלער-שטיבלעך.
דער הויפּט-דיכטער פֿון "יונג-ווילנע" איז געווען חיים גראַדע. זײַן טאַטע איז געווען אַ שמש אין איינער פֿון די ווילנער שולכלעך. זײַן מאַמע האָט געהאַנדלט מיט עפּעלעך אויף דער גאַס. זייער "דירה" איז באַשטאַנען פֿון אַ קעלער-צימער נײַן אײַלן טיף אין דער ערד. חיים גראַדע אַליין האָט זיך אויסגעוואַלגערט אין אַלע ישיבֿות פֿון ווילנע. ער איז אין משך פֿון פֿופֿצן יאָר געווען אַ מוסרניק און אַ בעל-מקובל. אָבער פּלוצלינג איז אין אים אַרײַן דער "דיבוק" פֿון אַ דיכטער, פֿון אַ רעוואָלוציאָנערן ייִדישן דיכטער, און ער האָט זיך פֿאַנאַנדערגעזונגען איבער אַלע ישיבֿות און קלויזן פֿון דער מוטער-שטאָט ווילנע:
היי, חבֿר גראַדע, היי, חבֿר גראַדע!
קום, שליס זיך אָן אָן דער רויטער בריגאַדע!
עס פֿרעסן די מײַז אין דײַן אַלמער די ספֿרים
און דיך פֿרעסט די צײַט, ווי אַ כוואַליע דעם ברעג —
עס קערן זיך אום אין די פֿינצטערע קבֿרים
דײַנע פֿאַרלוירענע טעג.
און ער איז געקומען צו מיר איין מאָל — דער "חבֿר גראַדע" ווי אַ "דעלעגאַט" פֿון גאַנץ "יונג ווילנע" — איך זאָל ווערן דער "אַמבאַסאַדאָר" זייערער; איך זאָל זיי, הייסט עס, אַרויספֿירן אויף דעם ברייטן שליאַך פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, איך זאָל פֿאַר זיי עפֿענען די "ליטעראַרישע בלעטער" פֿון וואַרשע און די "צוקונפֿט" פֿון ניו-יאָרק.
"מיט וואָס זײַנען מיר ערגער פֿאַר די דעפֿעקטיווע קינדער און פֿאַר די גאַסן-קינדער פֿון ווילנע, פֿאַר וועלכע איר שטעלט זיך אײַן?" — האָט צו מיר געטענהט חיים גראַדע.
"איר זײַט דאָך געוואָרן דער ערן-פּרעזידענט פֿון אַלע דעפֿעקטיווע קינדער, ווערט שוין אויך דער פּרעזידענט פֿון אַלע ייִדישע דיכטער אין ווילנע!" — האָט צו מיר חיים גראַדע אַ זאָג געטאָן מיט ליצנות. — "מיר זײַנען דאָ אַלע ׳דעפֿעקטיווע׳"...
האָב איך גערן גענומען אויף זיך דעם כּבֿוד צו ווערן דער "אַמבאַסאַדאָר" פֿון "יונג-ווילנע".
דעמאָלט האָט מיר "יונג-ווילנע" געמאַכט אַ באַנקעט אין "דאָרמאַנישן קאַפֿע".