קולטור, דאָס פּינטעלע ייִדיש

שלמה בערגער איז פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער קולטור אינעם אוניווערסיטעט פֿון אַמסטערדאַם. ער איז דער מחבר פֿון Travels among Jews and Gentiles: Abraham Levi’s Travelogue (Amsterdam 1764) (ליידען, 2002). זײַן נײַ בוך, Producing Redemption in Amsterdam: The Early Modern Yiddish Book in Paratextual Perspectives, וועט אַרויסגיין אין ליידען אין 2011. ער האָט אויך געשריבן וועגן דעם זשורנאַֹל ״דווקא״ און וועגן דער ספֿרדישער קולטור אין אַמסטערדאַם. אין ווינטער־זמן פֿון 2010 איז ער געווען אַ גאַסט־פֿאָרשער אינעם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען.


"דווקא׃ דרײַ חדשים־שריפֿט פֿאַר ליטעראַטור און קריטיק" איז אַרויס אין בוענאָס־אײַרעס פֿון 1949 ביז 1982; אין משך פֿון די לעצטע זעקס יאָר זײַנען דערשינען בלויז צוויי נומערן אין תּל־אָבֿיבֿ. דער טיטל "דווקא" זעט אויס ווי צוגעמאָסטן פֿאַר אַ פֿילאָסאָפֿישן זשורנאַל, אָבער פֿונעם ווײַטערדיקן טיטל קאָן מען זיך משער זײַן, אַז די כּוונה פֿון דער רעדאַקציע איז געווען ברייטער. דער צוועק פֿונעם נײַעם זשורנאַל איז, אַ סבֿרה, געווען צו באַהאַנדלען ענינים פֿון ליטעראַטור און אַלגעמיינעם קריטישן געדאַנק. מעג זײַן, אַז דער רעדאַקטאָר האָט געהאַט בדעה צוציִען צו דעם נײַעם זשורנאַל אַ ברייטערן עולם לייענער, וואָס איז פֿאַראינטערעסירט אין אַלגעמיינע אינטעלעקוטעלע פּראָבלעמען. ווי עס זאָל ניט זײַן, אָבער נאָָך דעם 35סטן נומער האָט זיך "דווקא" שוין אָנגערופֿן "אַ דרײַ חדשים־שריפֿט פֿאַרן פֿילאָסאָפֿישן עסיי".

דער איינציקער רעדאַקטאָר פֿון "דווקא" איז אַלע יאָרן געווען שלמה סוסקאָוויטש (שמושקאָוויטש); געבוירן אין 1906 אין ווײַסרוסלאַנד, איז ער אויפֿגעוואַקסן אַ יתום. זײַן פֿאָטער איז אַוועק קיין אַמעריקע נאָך איידער ער איז געבוירן געוואָרן, און זײַן מאַמע איז געשטאָרבן, ווען ער איז געווען נײַן יאָר אַלט. ער האָט עמיגרירט קיין אַרגענטינע אין 1924, זיך באַזעצט אין דער שטאָט באָקאַ באַראַקאַס און זיך פֿאַרנומען מיט מיסחר. אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט ער אָנגעהויבן צו דרוקן אַרטיקלען וועגן ליטעראַטור און פֿילאָסאָפֿיע, און פֿאַרעפֿנטלעכט עטלעכע ביכער, איבערזעצונגען און אַנטאָלאָגיעס אויף ייִדיש. אין 1949 האָט סוסקאָוויטש אָנגעהויבן צו רעדאַגירן "דווקא", און שפּעטער האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט נאָך צוויי ביכער אויפֿן סמך פֿון זײַנע עסייען אין דער דאָזיקער צײַטשריפֿט׃ "צוויי קוואַלן פֿון מאָראַל" (1963) און "ליכט און שאָטן אין שפּינאָזעס לעבן און שאַפֿן" (1977). געשטאָרבן איז שלמה סוסקאָוויטש אין 1990. די דאָזיקע קנאַפּע ידיעות פֿון זײַן לעבן אַנטפּלעקן עטלעכע אינטערעסאַנטע אַספּעקטן פֿון זײַן פּערזענלעכקייט. ערשטנס, האָט ער ניט געהאַט קיין אַקאַדעמישע בילדונג, כאָטש ער האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַ מומחה אין פֿילאָסאָפֿיע. אין זײַנע עסייען פֿלעגט ער זיך אַנטקעגנשטעלן דער דאָגמאַטישער און טראַדיציאָנעלער (אַקאַדעמישער) פֿילאָסאָפֿיע. דער סטיל פֿון זײַן שרײַבן איז געווען עקלעקטיש און פֿרײַ פֿונעם פּראָפֿעסיאָנעלן זשאַרגאָן. סוסקאָוויטש האָט געשריבן פֿאַר אַ לייענער, וואָס האָט געוואָלט משׂיג זײַן די סטרוקטור פֿון דער "רעאַלער וועלט".

סוסקאָוויטש האָט זיך געהאַלטן פֿאַר אַן אָנהענגער פֿונעם לאָגישן פּאָזיטיוויזם. ער האָט געגלייבט, אַז יעדער פֿילאָסיפֿישער ענין לאָזט זיך דערקלערט צו ווערן מיט דער הילף פֿון באַשטימטע און קלאָרע באַגריפֿן. אין זײַנע בריוו צו לייבוש לערער אין די 1950ער יאָרן האָט ער שטאָלצירט מיט דעם, וואָס ער האָט באַקענט דאָס ייִדישע פּובליקום מיט דעם לאָגישן פּאָזיטיוויזם. סוסקאָוויטש האָט געהאַלטן, אַז דער טראַדיציאָנעלער פֿילאָסאָפֿישער דיסקורס האָט צוויי עיקרדיקע חסרונות׃ ערשטנס, אַ נטיה פֿאָרצושטעלן אַבסטראַקטע קאָנצעפּטן, אַזעלכע ווי דאָס זײַן, די צײַט און דער רוים, ווי מאַטעריעלע מהותן; צווייטנס, דער אופֿן פֿון בויען אַרגומענטן אויפֿן סמך פֿון אַנאַלאָגיעס. סוסקאָוויטש איז געווען קריטיש לגבי יענע פֿילאָסאָפֿן, וועלכע האָבן געוואָלט דערקלערן דאָס, וואָס לאָזט זיך פּרינציפּיעל ניט דערקלערן. די פֿילאָסאָפֿישע סיסטעם פֿונעם לאָגישן פּאָזיטיוויזם איז, לויט זײַן מיינונג, געווען פֿרײַ פֿון אָט די דאָזיקע פֿאַלשע השׂגות. דאָס רובֿ פֿון זײַנע פֿילאָסאָפֿישע קענטענישן שטאַמען פֿון שפּאַנישע מקורים, וואָס זײַנען געדרוקט געוואָרן אין בוענאָס־אײַרעס. סוסקאָוויטש האָט אויך געקענט לייענען העברעיִש, און איז געווען באַקאַנט מיט דעם פֿילאָסאָפֿישן זשורנאַל "עיון" פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט. די דײַטשישע אַרטיקלען זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן דורך דעם סעקרעטאַר פֿון דער רעדאַקציע, בער קרימסקי.

די רשימה פֿון די מחברים פֿון אַלע 83 נומערן פֿון "דווקא" נעמט אַרײַן אַ היפּשע צאָל נעמען, אָבער יעדער נומער פֿונעם זשורנאַל האָט געהאַט עטלעכע אַרטיקלען פֿון סוסקאָוויטשן אַליין. עס איז ניט קיין גוזמא צו זאָגן, אַז ער האָט געפֿירט "דווקא" ווי זײַן פּריוואַט געשעפֿט. מיר ווייסן גאָרניט וועגן אַנדערע רעדאַקטאָרן פֿונעם זשורנאַל, חוץ בער קרימסקי, וועלכער איז געווען דער רעדאַקציע־סעקרעטאַר, קאָרעקטאָר און איבערזעצער פֿון דײַטש. צומאָל האָט סוסקאָוויטש געשריבן אונטער אַ פּסעוודאָנים ש. עסטרין (אָדער ש. מ. עסטרין). דאָס רובֿ נומערן האָבן אַרטיקלען סײַ פֿון סוסקאָוויטש און סײַ פֿון עסטרין. דער ערשטער איז כּסדר געווען דער מחבר פֿונעם אַרײַנפֿיר אָדער פֿונעם צענטראַלן טעאָרעטישן אַרטיקל, בעת דער צווייטער האָט געשריבן וועגן דער געשיכטע פֿון דער טעמע פֿונעם נומער אָדער געגעבן אַן איבערזיכט פֿון הײַנטיקן באַנעם פֿון דער דאָזיקער טעמע. אַזוי אַרום האָט עסטרין געשפּילט די ראָלע פֿון אַ מלמד, בעת סוסקאָוויטש אַליין איז אַרויס ווי אַ דענקער און אַ טעאָרעטיקער. די קאָמערציעלע אַספּעקטן פֿון דער פּובליקאַציע זײַנען געווען אונטער דעם אויפֿזיכט פֿון שמושקאָוויץ — דער אמתער נאָמען פֿון סוסקאָוויטש.

די נומערן פֿון "דווקא" קאָן מען קלאַסיפֿיצירן אויף צוויי מינים. טיילווײַז זײַנען דאָס געווען אַלגעמיינע נומערן מיט אַרטיקלען אויף פֿאַרשידענע טעמעס, און חוץ דעם, זײַנען געווען ספּעציעלע טעמאַטישע נומערן, געווידמעט אַ געוויסן פֿילאָסאָפֿישן ענין אָדער אַ געוויסן דענקער. מער ווי אַ העלפֿט פֿון די 83 נומערן זײַנען געווען פֿונעם צווייטן מין. אייניקע פֿון זיי האָבן באַהאַנדלט ייִדישע דענקער׃ ברוך שפּינאָזע (צוויי נומערן), אַנרי בערגסאָן (וואָס ער אַליין האָט זיך ניט געהאַלטן פֿאַר אַ ייִדישן פֿילאָסאָף; די דאָזיקע קשיא איז געווען אַ טעמע פֿון אַ ספּעציעלן אַרטיקל), רמב״ם, שלמה מײַמון, יהודה הלוי, אַלבערט אײַנשטײַן, פֿילאָן פֿון אלכּסנדריא, יהודה אַברבנל, זיגמונד פֿרויד, נחמן קראָכמאַל, הערמאַן כּהן, שלמה אבן גבֿירול, משה מענדעלסאָן, סעדיה גאון, ערנסט קאַסירער, אַהרן שטיינבערג. אין זײַן עדיטאָריאַל לכּבֿוד דעם 60סטן נומער פֿונעם זשורנאַל האָט ער באַטאָנט זײַן ביטולדיקע באַציִונג צו דער דאָגמאַטישער און עמפּירישער פֿילאָסאָפֿיע און זײַן ליבע צו עקלעקטיק, וואָס האָט אים דערמעגלעכט צו באַטראַכטן ווי פֿילאָסאָפֿן אַזעלכע פּערזענלעכקייטן ווי אײַנשטײַן און פֿרויד.

די טעמאַטישע נומערן פֿונעם אַנדערן מין האָבן באַהאַנדלט באַשטימטע ענינים פֿון דער ייִדישער טראַדיציע, ווי למשל, די תּנ״כישע ספֿרים "בראשית", "קהלת" און "איובֿ", די נבֿיאים, ווי אויך חסידות, די מיטלאַלטערלעכע ייִדישע פֿילאָסאָפֿיע און די פּראָבלעם פֿון דער ייִדישער שפּראַך גופֿא. דער רעדאַקטאָר האָט געטענהט, אַז די ייִדישע טראַדיציע האָט ניט קיין אייגענע איינהייטלעכע פֿילאָסאָפֿיע, אָבער נעמט אַרײַן פֿאַרשידענע פֿילאָסאָפֿישע אידעען. זײַן כּוונה איז געווען צו בויען אַ בריק צווישן דעם אייגנאַרטיקן ייִדישן טיפּ פֿונעם אַבסטראַקטן געדאַנק און דער אייראָפּעיִשער אינטעלעקטועלער טראַדיציע.

דער דריטער מין פֿון טעמאַטישע נומערן האָט באַהאַנדלט אַלגעמיינע פֿילאָסאָפֿישע ריכטונגען און צווײַגן׃ עקזיסטענציאַליזם, עטיק, עסטעטיק, מעטאַפֿיזיק, שפּראַך־פֿילאָסאָפֿיע, לאָגיק, נאַטור־פֿילאָסאָפֿיע, עפּיסטעמאָלאָגיע, ווי אויך אַזעלכע באַגריפֿן און קאַטעגאָריעס ווי גײַסט, אמת, געשיכטע, פֿרײַהייט, קולטור, גאולה, לעבן, פּראָגרעס און ווירקלעכקייט. דער צוועק פֿון די דאָזיקע וויכּוחים איז געווען צו אידענטיפֿיצירן אַ ייִדישן קוק אויף די דאָזיקע ענינים. אַזוי אַרום האָט "דווקא" געהאַט אַ טאָפּלטן שליחות׃ פֿון איין זײַט, צו באַקענען דעם ייִדישן לייענער מיט דער אייראָפּעיִשער פֿילאָסאָפֿיע, און פֿון דער אַנדערער זײַט, אַרײַנצוברענגען דעם ייִדישן געדאַנק אינעם אייראָפּעיִשן אינטעלעקטואַלן קאָנטעקסט.

סוסקאָוויטש איז געווען אַ וועלטלעכער ייִד, און האָט אויסגעטײַטשט ייִדישקייט ווי אַ וועלטלעכע קולטור געבויט אויף אַלטע טראַדיציאָנעלע יסודות. ווי ער האָט דערקלערט אינעם ערשטן נומער פֿון "דווקא", איז אַ מענטש ניט מחויבֿ צו גלויבן אין גאָט, כּדי צו האָבן דרך־ארץ פֿאַר די דערגרייכונגען פֿון דעם ייִדישן רעליגיעזן געדאַנק אין פֿאַרשידענע תּקופֿות. די מאָדערנע וועלטלעכע ייִדן זײַנען געווען בכּוח צו פֿאַרוואַנדלען די פּאָזיטיווע אידעען און טראַדיציעס פֿונעם עבֿר אין הײַנטצײַטיקע פֿאָרמעס און באַגריפֿן, וואָס זײַנען פּאַסיק פֿאַרן ייִדישן הײַנט און מאָרגן.

סוסקאָוויטש איז געווען אַ קעגנער פֿונעם אידעאָלאָגישן קוקווינקל, ווײַל לויט זײַן מיינונג באַזירן זיך אַלע אידעאָלאָגיעס אויף דאָגמעס. סוסקאָוויטשעס צוגאַנג איז געווען אַן אָפֿענער, און אַ בײַשפּיל דערפֿון איז זײַן פּאָזיציע לגבי דעם סיכסוך צווישן ייִדיש און העברעיִש. ער האָט דערקלערט אין זײַן מאַניפֿעסט, אַז ער האָט געשריבן אין ייִדיש און האָט געשטיצט די דאָזיקע שפּראַך ווי אַ כּלי פֿון ייִדישער קולטורעלער שעפֿערישקייט, אָבער אַז ער איז בשום אופֿן ניט געווען קיין קעגנער פֿון העברעיִש. ער האָט געהאַלטן, אַז די ביידע שפּראַכן דאַרפֿן אָפּערירן ווי אַ טאַנדעם. לעבנדיק אין אַרגענטינע, האָט ער אין 1973 פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ספּעציעלן נומער "דווקא" וועגן דער "פֿילאָסאָפֿיע פֿון גאולה" אין שײַכות מיטן 25סטן יאָרטאָג פֿון מדינת־ישׂראל. זײַן עיקרדיקע מעטאָדאָלאָגישע קריטעריע איז געווען צו מאַכן דעם חילוק צווישן בעלעטריסטיק און פֿילאָסאָפֿיע. ער האָט געפֿאָדערט, אַז דער פֿילאָסאָפֿישער עסיי זאָל זײַן קלאָר אַרגומענטירט, אָן פּאָעטישער מליצה.

דער אומשטאַנד, וואָס "דווקא" איז אַרויס אין בוענאָס־אײַרעס, האָט געהאַט זײַנע מעלות און חסרונות. אַרגענטינע האָט פֿאַרמאָגט אַ היפּשע ייִדישע לייענערשאַפֿט, און אייניקע נומערן פֿונעם זשורנאַל האָבן זיך פֿאַרקויפֿט גוט. דער ייִדישער טעקסט איז געווען באַגלייט מיט אַן אינהאַלט און קיצורים אויף שפּאַניש, וואָס האָט באַטאָנט די פֿאַרבינדונג מיטן לאַנד. אין די 1950ער יאָרן האָט סוסקאָוויטש אַרויסגעגעבן איין נומער מיט די אַרטיקלען פֿון די אָרטיקע ייִדישע אינטעלעקטואַלן, הגם בלויז איינער פֿון זיי האָט אָנגעשריבן זײַן טעקסט אויף ייִדיש.

ייִדיש איז אויך געווען די גלאָבאַלע שפּראַך פֿונעם אַשכּנזישן ייִדנטום. סוסקאָוויטש האָט באַטראַכט ״דווקא״ ווי אַ בילדונג־פּראָיעקט פֿאַר דער גאַנצער ייִדישער וועלט. ער האָט געהאַלטן פֿאַר זײַן שליחות צו באַזאָרגן דעם אַלוועלטלעכן ייִדישן עולם מיט אַ פֿילאָסאָפֿישן זשורנאַל אויף ייִדיש, ענלעך צו דעם ליטעראַרישן זשורנאַל ״די גאָלדענע קייט״. ער איז געווען אָפּהענגיק פֿון די מחברים מחוץ אַרגענטינע, און האָט געקראָגן פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון דער קולטור־אָפּטיילונג פֿונעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קאָנגרעס אין לאָנדאָן. אין 1982 האָט סוסקאָוויטש באַקומען די מאַנגער־פּרעמיע, און אַן אַרטיקל וועגן אים איז דערשינען אין "די גאָלדענע קייט".

דער וועלטבאַנעם פֿון דער ייִדישער שפּראַך ("דווקא", נומ׳ 82, 1981)

די ייִדישע שפּראַך איז ניט בלויז אַן אינסטרומענט און ניט בלויז אַ קאָמוניקיר־סיסטעם. ייִדיש איז אַ וועלטבאַנעם. ייִדיש טראָגט אונדז אַוועק אַ סך ווײַטער פֿון דעם וואָס אונדזער אויג זעט, וואָס אונדזער אויער הערט אָדער וואָס אונדזערע הענט קענען אָנטאַפּן. ייִדיש פֿאָרמירט אונדזערע עמאָציעס, ייִדיש גיט זיי באַטײַט און קאַטעגאָריע, שאַפֿט באַגריפֿן און פֿאָרשטעלונגען, אורטיילט וועגן ווערטן און געשטאַלטעט דעם ייִדישן כאַראַקטער.

אויף צו דערווײַזן עס מוז מען פֿריִער קלאָר מאַכן, אַז אין דער אַשכּנזישער תּקופֿה, וואָס האָט געדויערט קרובֿ צו טויזנט יאָר, איז די ייִדישע שפּראַך געווען די איינציקע בײַ ייִדן. דער גלויבן אין אַן אינעווייניקסטער צוויי־שפּראַכיקייט בײַ ייִדן, ווי לשון־קדוש און ייִדיש, איז אַ שעדלעכער פֿאָראורטייל, פֿון וואָס ייִדיש האָט שטאַרק געליטן. דאָס האָט שטענדיק געדינט ווי אַ שלאָגנדיקער אַרגומענט, וואָס האָט פֿאַרקלענערט זײַן באַטײַט, גלײַך ווי ייִדיש וואָלט געווען אַ געהילף־שפּראַך אָדער אַ דינסט בײַ דער עלטערער שפּראַך. [...]

ייִדיש האָט געמאַכט דעם חילוק צווישן קודש און חול. ווײַל דורך ייִדיש האָט מען פֿאַרשטאַנען די דיסטאַנץ וואָס ליגט צווישן אָט די צוויי באַגריפֿן. אויב שבת איז געווען ניט בלויז אַ רו־טאָג, נאָר אַ הייליקער טאָג, איז ווײַל ייִדיש האָט עס געמאַכט הייליק. אָן ייִדיש וואָלט מען ניט פֿאַרשטאַנען אין אַשכּנז, וואָס הייליק איז. ווען אַ ייִד האָט אין יענער תּקופֿה זיך אָנגעשטרענגט צו ריידן אום שבת בלויז לשון־קודש, האָט עס ניט געמיינט, אַז דערמיט האָט ער אויפֿגעהערט צו ריידן ייִדיש. פֿאַרקערט, זײַן לשון־קודש, וואָס האָט געמוזט זײַן אַן אויסגעלערנטע שפּראַך, האָט פֿאַר אים געהאַט אַ באַטײַט, ווען דאָס, וואָס ער האָט געזאָגט, האָט ער פֿאַר זיך גופֿא פֿאַרשטאַנען אין ייִדיש. [...]

מיר נעמען ניט אויף די זאַכן, נאָר די אידעען פֿון די זאַכן, און די אידעען דערקענען מיר בלויז דורך דער שפּראַך. ריין כראָנאָלאָגיש איז ייִדיש ניט עלטער פֿון דעם וואָס די דאָקומענטן דערווײַזן. פֿאַקטיש אָבער איז ייִדיש אַזוי אַלט ווי אַלט ס׳איז דער ייִדישער מיטאָס און ווי אַלט עס זײַנען די ייִדישע ווערטן. דורך ייִדיש האָבן ייִדן געהאַלטן לעבעדיק דעם גײַסטיקן שאַפֿן פֿון זייער שטאַם. ייִדן האָבן ניט געדאַרפֿט וואַרטן, אַז מען זאָל איבערזעצן דעם תּנ״ך אויף ייִדיש. ווי אַנדערש האָבן זיי אים געקענט פֿאַרשטיין אויּב ניט דורך ייִדיש? אַ ייִדיש קינד האָט גאָר פֿרי אָנגעהויבן צו לערנען תּנ״ך אין ייִדיש. קיין אַנדער אופֿן איז ניט געווען.[...]

דאָס מיינט ניט, אַז לשון־קודש איז פֿאַרן ייִדישן קינד געווען אַ פֿרעמדע שפּראַך. ער האָט אין העברעיִש געזען דעם מאַגישן כּוח וואָס פֿאַרבינדט אים מיטן באַשעפֿער און פֿאַרבינדט אים מיט דורות ייִדן און מיט די ווערטן, וועלכע זיי האָבן געשאַפֿן. זײַן בונד מיט העברעיִש אָדער אַראַמיש האָט ער אָבער באַגריפֿן בלויז אין דער איינציקער שפּראַך וואָס ער האָט געקענט. [...]

ייִדיש ווערט אין די ייִדישע ספֿרים גערופֿן לשון הדיוט. דאָס הייסט, אַ פּשוטע שפּראַך. דערפֿון אפֿשר קומט דער פֿאַרשפּרייטער גלויבן, אַז "ייִדיש איז די שפּראַך פֿון ווײַבער און דינסטן". אַזאַ איגנאָראַנץ איז מעגלעך געווען ווען דער אָבערגלויבן האָט געהאַט באַהערשט די מוחות. אַזוי אויך אין אַ צײַט ווען די לינגוויסטיק האָט זיך געפֿונען גאָר אויף אַ נידעריקער מדרגה. וואָס איז שײַך שפּראַך ווייסט מען הײַנט, אַז עס זײַנען ניט פֿאַראַן קיין העכערע (הייליקע) שפּראַכן און קיין נידעריקע (פּראָפֿאַנע) שפּראַכן. אזוי אויך זײַנען ניט פֿאַראַן קיין פּרימיטיווע שפּראַכן. [...]

ייִדיש איז ניט געווען די שפּראַך פֿון דעם עם־האָרץ, ווי די משׂכּילים האָבן עס געוואָלט אײַנריידן, נאָר איז געווען די שפּראַך פֿון דעם דינסטן און שאַרפֿסטן אַנאַליז. ווי אַזוי אַנדערש האָט מען זיך אַרײַנגעלאָזט אין אַ וויכּוח אויב ניט אין ייִדיש? מען האָט אויפֿגעהויבן פֿראַגעס, מען האָט אַוועקגעשטעלט פֿראַגעס און מען האָט אָפּגעפֿרעגט פֿראַגעס. מען האָט געזוכט סתּירות און אויסגעגלײַכט סתּירות. מען האָט געזוכט דעם שורש פֿון די פּראָבלעמען און מען האָט געזוכט אַן אַנאַלאָגיע וואָס זאָל באַשטעטיקן דעם טעזיס וואָס מען פֿאַרטרעט. איבער אַלעמען האָט מען געזוכט אַ דעפֿיניציע וואָס זאָל קלאָר מאַכן ענינים. מען האָט זיך ניט דערקלערט פֿאַר ראַציאָנאַליסטן. מען האָט אָבער אומעטום געזוכט די שׂכלדיקע דערקלערונג. מען האָט אָפֿט געשטעלט העכער דעם שׂכל ווי דאָס וואָס אין פּסוק שטייט. געטאָן האָט מען עס בלויז אין דער איינציקער שפּראַך, וואָס איז פֿאַר זיי מעגלעך געווען. עס הייסט, אין ייִדיש. מיט ייִדיש האָט מען "געריסן בערד" און "געשפּאָלטן האָר". [...]

פֿון אַ נאָרמאַלן ייִדיש־רעדנער דערוואַרטן מיר, אַז ער זאָל האָבן פֿאַנטאַזיע און אַז זײַן שפּראַך זאָל שטענדיק קלינגען ווי אַ נײַער אויסדרוק. ווען אַ ייִד דאַרף אָנזאָגן זײַנעם אַ פֿרײַנד אַ וועלכע ס׳איז בשׂורה, דערוואַרטן מיר אַז ער זאָל עס ניט טאָן דירעקט. עס וואָלט אויסגעקומען, אַז ער האָט ניט קיין רעספּעקט פֿאַר זײַן פֿרײַנד וועמען ער דאַרף די נײַעס איבערגעבן. דערפֿאַר זאָגט מען אויף איינעם וואָס גיט איבער אַ ידיעה דירעקט, אַז ער איז ברוטאַל, ער האָט ניט קיין האַרץ, ער איז אַ קאַלטער גזלן. פֿון דער אַנדערער זײַט, ווען עמעצער איז צו פֿיל באַריידעוודיק, זאָגט מען אויף אים אַז ער ציט קליי, ער נעמט אַרויס די נשמה, האָט נײַן מאָס רייד, האָט אַ צונג אויף רעדלעך, האַקט ווי אין קרויט, קלאַפּט ווי אַ באַראַבאַן, לייגט אַוועק אַ מענה־לשון, לעכערט דעם מוח.[...]

די באַגריפֿן וועלכע מיר געפֿינען אין ייִדיש וועגן פֿרייד און טרויער, גליק און אומגליק, ליבע און האַס, רחמנות און אַכזריות זײַנען שאַרפֿער אָפּגעטיילט ווי דאָס איז אין אַנדערע שפּראַכן. די קאָנטראַסטן צווישן שוואַרץ און ווײַס זײַנען אַ סך בולטער. די באַגריפֿן זײַנען אָנגעלאָדן מיט עמאָציעס, וואָס האָבן באַשטימט דעם ייִדנס געפֿילן און פֿאָרשטעלונג. [...] ייִדיש גיט אונדז ניט בלויז אַ וויזיע פֿון לעבן, נאָר אורטיילט אויך וועגן דעם ווערט פֿון לעבן און וועגן דעם ווערט פֿון אַלץ אויף וואָס עס האַלט זיך אויף דאָס לעבן. ייִדיש גיט אונדז וווּנדערלעכע דעפֿיניציעס וועגן מענטשלעכן כאַראַקטער, וועגן אַלע זײַנע מעלות און חסרונות, וועגן זײַנע דערהייבנדיקייטן און געפֿאַלנקייטן. [...]

ייִדיש קאָפּירט ניט דעם לעבנס־שטייגער, נאָר פֿאָרמירט אים. ייִדיש גיט די באַגריפֿן און אימפּאָנירט זיי. אַפֿילו אין ריין גשמיותדיקע ענינים, ווי דאָס האָט אָנגעוויזן מ. ווײַנרײַך, האָט ייִדיש אַרײַנגעבראַכט קדושה. אַזוי אַ שטייגער, ווען אַ בעל־הביתטע פֿאַרבעט עמעצן צום טיש עסן, זאָגט זי ניט, "גייט עסן", נאָר "גייט זיך וואַשן"! ווען זי בעט טועם זײַן, זאָגט זי "מאַכט אַ ברכה"! מיט דער אָפּשוואַכונג פֿון רעליגיעזיטעט זײַנען אויך אָפּגעשוואַכט געוואָרן אָט די פֿאָרמען פֿון קדושה. אין ייִדיש זײַנען זיי אָבער געבליבן, אויב ניט פֿאַר אַלע ייִדן, איז לפּחות פֿאַר דעם רעליגיעזן סעקטאָר. אָבער אויך דער וועלטלעכער סעקטאָר האָט זיך זײַנע הומאַניזמען. אויף אַ קראַנקן איז מען ניט געוווינט צו זאָגן, אַז ער איז קראַנק, נאָר "ער איז ניט געזונט", "ער איז ניט מיט אַלעמען". דאָס וואָרט קראַנק וועט מען ניצן אויף אַ קאַרגן. מען וועט זאָגן, "קראַנק איז ער צו העלפֿן". אויף אַ פֿוילענצער וועט מען זאָגן, "קראַנק איז ער צו אַרבעטן". ווען מען וויל עמעצן אויסמוסרן פֿאַר וואָס ער איז ניט געזונט, זאָגט מען, "קראַנק זײַט איר געזונט צו זײַן". אַזוי פֿאָרמירט ייִדיש דעם ייִדישן נוסח לעבן. אַזוי פֿאָרמירט ייִדיש, בײַ דער זײַט פֿון רעליגיע, אַ נײַעם מין ייִדישקייט.

דער מעטאַפֿאָר איז דער שעפֿערישסטער עלעמענט פֿון יעדער שפּראַך. ס׳איז אַ געטלעכע מתּנה. ייִדיש איז באַשאָנקען מיט מעטאַפֿאָרן מיט דער ברייטער האַנט. דער מעטאַפֿאָר דינט דעם מענטשן אויף צו קענען אַנטלויפֿן פֿון זײַן גרויער ווירקלעכקייט אין אַן אילוזאָרישער וועלט. דער קוריאָז אָבער איז וואָס די צוויי וועלטן בײַטן זיך מיט די ראָלעס. די רעאַלע וועלט, וווּ עס הערשט דאָס געזעץ פֿון צוויי מאָל צוויי פֿיר, איז דאָרט ווייניקער רעאַל, ווי די אילוזאָרישע וועלט. פֿאַרקערט, די אילוזאָרישע וועלט וואָס דער מעטאַפֿאָר שאַפֿט, איז רעאַל און אמתדיק.[...]

די שעפֿערישקייט פֿון ייִדיש קען מען צום בעסטן זען אין זײַן פֿעיִקייט צו שאַפֿן מעטאַפֿאָרן. ייִדיש ווײַזט ממש אין דעם וווּנדער. ייִדיש איז אַ לעבעדיקער שעפֿערישער אָרגאַניזם, וואָס האַלט זיך כּסדר אין באַנײַען און איז פֿול מיט פֿאַרבאָרגענע כּוחות וואָס גיבן אים וויטאַליטעט. [...] די גראַמאַטיקאַלע כּללים זײַנען כּמעט אין יעדער שפּראַך אוניווערסאַלע. דער מאַטעריאַל אָבער מיט וועלכן די גראַמאַטיק ווײַזט איר שעפֿערישקייט, איז שטענדיק געבונדן בלויז צו אַ באַשטימטער שפּראַך. ייִדיש האָט די ברכה וואָס זי געהערט צו די פּריווילעגירטע שפּראַכן, וואָס זייער שעפֿערישקייט און דערפֿינדערישקייט לײַדט ניט פֿון קיין שום באַגרענעצונגען.

די ייִדישע שפּראַך האָט פֿאָרמירט דעם ספּעציעלן ייִדישן וועלטבאַנעם. ייִדיש האָט אין דעם ניט געהאַט קיין שותּפֿים, ווײַל מאַמע־לשון איז נאָר דאָ איינע; ווײַל אַלץ וואָס מען ווייס פֿון דער וועלט ווייס מען עס בלויז דורך מאַמע־לשון. אויך ווען מען לערנט פֿון אַנדערע שפּראַכן פֿאַרטײַטשט מען עס אויף מאַמע־לשון. נישטאָ קיין אַנדער דערקענטעניש. ייִדיש איז ניט בלויז אַ קאָמוניקיר־סיסטעם און אויך ניט קיין אינסטרומענט, נאָר איז אַן אָריגינעלער שעפֿערישער אויסדרוק פֿונעם פֿאָלקס־געניוס; איז אַ פֿאָלקס־עמאַנאַציע. ייִדיש האָט געפֿורעמט די ייִדישע וויזיע פֿון לעבן, ייִדיש האָט איר געגעבן פֿאָרעם און געשטאַלט, האָט באַשטימט דעם גראַד עמאָציע און באַטײַט פֿאַר יעדער געשעעניש. אויף דעם האָט זי געשאַפֿן אַן אייגענע סקאַלע פֿון ווערטן. דאָס האָט געפֿירט צו דעם, אַז ייִדיש זאָל אויך ווערן נאָרמאַטיוו, אַז זי זאָל באַשטימען די באַציִונגען פֿון מענטש צו מענטש. אַזוי איז אויפֿגעקומען די הומאַניזירונג פֿון ייִדישן שטייגער־לעבן. ייִדיש האָט, בײַ דער זײַט פֿון דער רעליגיע, געפֿורעמט אַ נײַע ייִדישקייט.