|
אַ פּלאַקאַט פֿון יענער צײַט, וואָס לאַכט אויס די "ספּעקולאַנטן" |
|
1. דעפֿיציט או "פֿרייַער מאַרק"
גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
ווען איך האָב זיך באַשעפֿטיקט מיט דער געשיכטע פֿונעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל “סאָוועטיש היימלאַנד", האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף דעם בייזן גערײַסערײַ, אין בריוו און אַרטיקלען, צווישן דעם רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל, אַהרן ווערגעליס, און כּלערליי באַקאַנטע פֿיגורן פֿון אויסלאַנד. זיי, ווי פֿאָרשטייער פֿון דער מערבֿדיקער געזעלשאַפֿטלעכקייט, האָבן באַשולדיקט די סאָוועטישע רעגירונג אין פֿירן אַן אַנטי-סעמיטישע קאַמפּאַניע קעגן ייִדישע “ספּעקולאַנטן". די טענה איז געווען, אַז מע האָט ספּעציעל באַשולדיקט ייִדן, כּדי אַרויסרופֿן בײַם ברייטן סאָוועטישן עולם די נייטיקע, דאָס הייסט אַנטי-סעמיטישע, געפֿילן. די רייד גייט וועגן די געשעענישן, וואָס האָבן זיך אָפּגעשפּילט מיט אַרום פֿופֿציק יאָר צוריק, אין די פֿריִע 1960ער יאָרן, בימי ניקיטאַ כרושטשיאָוו.
איך האָב עס געלייענט אין די 1990ער יאָר, און בײַ מיר האָט זיך עס ניט געלייגט אויפֿן שׂכל, ווײַל אין דער זעלבער צײַט האָב איך געזען ווי דווקא ייִדן האָבן גענומען שפּילן צענטראַלע ראָלעס אין דער שפּעט-סאָוועטישער און נאָך-סאָוועטישער עקאָנאָמיע. טאָ פֿאַר וואָס האָבן זיי ניט געקענט שפּילן ענלעכע ראָלעס אין די 1960ער יאָרן? בפֿרט נאָך, אַז איך האָב געקענט אַ צאָל “מאַכערס", גרעסערע און קלענערע, וועלכע האָבן געפֿירט געשעפֿטן אין די סאָוועטישע צײַטן. אייניקע פֿון זיי האָבן פֿאַרבראַכט יאָרן אין תּפֿיסה, אָבער מיר איז קיין מאָל ניט אויסגעקומען צו הערן פֿון זיי, אַז פֿאַרשפּאַרט האָט מען זיי ווײַל זיי זײַנען געווען ייִדן.
וועגן דעם ענין פֿון דער סאָוועטישער “שאָטן-עקאָנאָמיע" איז שוין דאָ אַ היפּשע אַקאַדעמישע ליטעראַטור. וואָס שייך דעם ייִדישן אַספּעקט פֿון אָט דער פֿראַגע איז מען געקומען צום אויספֿיר, אַז אין דעם פּראָצעס גופֿא פֿון אַרעסטירן און פֿאַרמישפּטן האָט מען זיך, בדרך-כּלל, ניט צוגעקוקט צו דעם, צי דער אָדער יענער פֿאַרברעכער (און לויט די געזעצן פֿון יענער צײַט זײַנען זיי געווען פֿאַרברעכערס) געווען אַ ייִד אָדער ניט קיין ייִד. אַן אַנדער זאַך, אַז דער רעלאַטיוו גרויסער חלק פֿון ייִדן צווישן די “ספּעקולאַנטן" האָט אונטערגעוואַרעמט אַנטי-סעמיטישע שטימונגען. אמת, אין די 1970ער יאָרן און שפּעטער איז עס כּמעט אַוועק, ווײַל דער חלק אַליין פֿון ייִדן צווישן די “עקאָנאָמישע פֿאַרברעכערס" איז געפֿאַלן. קינדער פֿון ייִדישע געשעפֿטמאַכערס, בדרך-כּלל ווייניק געבילדעטע מענטשן, האָבן זיך אויסגעלערנט אויף דאָקטוירים, אינזשענירן, מוזיקערס, לערער וכ’. מיט דער “שאָטן-עקאָנאָמיע" האָבן גענומען דרייען מענטשן פֿון אַנדערע עטנישע גרופּעס.
אָבער דאָס איז געווען שפּעטער. דערווײַל לאָמיר זיך אומקערן צו די 1960ער יאָרן.
* * *
ווי מיר ווייסן, האָט לעצטנס, דעם 11טן נאָוועמבער, דער פּרעזידענט פֿון ישׂראל שאָקירט אַ סך מענטשן, ווען ער האָט בײַם עפֿענען דעם נײַעם ייִדישן מוזיי אין מאָסקווע געזאָגט אַזעלכע ווערטער:
“איך בין געקומען אַהער, כּדי צו זאָגן אײַך און דעם גאַנצן רוסישן פֿאָלק: אַ דאַנק. אַ דאַנק פֿאַר די טויזנט יאָר פֿון אַרויסווײַזן גאַנסטפֿרײַנדלעכקייט. די טויזנט יאָר פֿון קיום, וואָס דאָס גרויסע רוסלאַנד האָט געשענקט אונדזער קליין פֿאָלק. די דאָזיקע דאַנקבאַרקייט איז אַן אַלטע, זי איז שוין אפֿשר אַ גרויהאָריקע, אָבער זי בלײַבט פֿריש און מונטער... רוסלאַנד האָט אויסגעטיילט פֿאַר ייִדן דעם תּחום-המושבֿ, אין די גרענעצן פֿון וועלכן ייִדן האָבן געהאַט די מעגלעכקייט צו וווינען אין קהילות, צו עפֿענען שולן אויף העברעיִש, צו דרוקן ביכער און צײַטונגען אויף ייִדיש און העברעיִש... און מיר האָבן פֿאַרשטאַנען אַז די גרויסקייט פֿון רוסלאַנד האָט געמיינט די גרויסקייט פֿון איר נשמה."
די דאָזיקע ווערטער קען מען אויסטײַטשן ווי אַ פּרוּוו מצד דעם פּרעזידענטס עצה-געבערס אַרויסצושטעלן דעם ניט קיין יונגן נשׂיא אויף לײַטיש געלעכטער. אָבער אין משך פֿון די “טויזנט יאָר" (אין דער אמתן, בערך פֿינף מאָל ווייניקער) פֿון דער רוסיש-ייִדישער געשיכטע זײַנען געווען גאַנץ גוטע צײַטן, און די 1960ער, ביז דער זעקס-טאָגיקער מלחמה, האָבן בלי-ספֿק ניט געהערט צו די “אויסגעריסענע יאָרן". דעמאָלט האָבן טויזנטער ייִדן געהאַט די מעגלעכקייט זיך לערנען אין די עליטאַרע אוניווערסיטעטן, וווּ שפּעטער איז אײַנגעפֿירט געוואָרן אַ “ייִדישער פֿילטער". דעמאָלט האָבן ייִדן פֿאַרנומען גוטע שטעלעס אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון סאָוועטישן לעבן — אין דער עקאָנאָמיע, קולטור, וויסנשאַפֿט.
איך האָב יענע צײַטן געזען מיט די אויגן פֿון אַ קינד. זיי האָבן זיך מיר פֿאַרגעדענקט ווי גוטע צײַטן, אָנגעפֿילט מיט פֿאַרשיידענע פֿאַרכאַפּנדיקע נאָווינעס. אַ זיבן־יאָריקער האָב איך צום ערשטן מאָל אין מײַן לעבן דערזען אַ טעלעוויזיע. מיר דאַכט זיך, אַז איך געדענק נאָך אַלץ, וואָס מע האָט דעמאָלט געוויזן אויפֿן עקראַן. אין דרײַ יאָר אַרום האָבן מיר שוין געהאַט אַן אייגענע טעלעוויזיע. צו יענער צײַט האָט זיך בײַ אונדז באַוויזן אַ פֿרידזשידער. נאָך פֿריִער איז בײַ אונדז אין דער דירה, אויפֿן זיבעטן שטאָק, געשען נאָך איין וויכטיקע טראַנספֿאָרמאַציע: דעם אויוון אין דער קיך האָט מען צעוואַלגערט און אויף זײַן אָרט געשטעלט אַ גאַז-פּליטע. מײַנע עלטערן האָבן אין יענער צײַט געקויפֿט נײַ מעבל, אויסגעאַרבעט, דאַכט זיך, אין פּוילן. בינו-לבינו, האָט די מאַמע אויפֿגעהערט מיר נייען הויזן און מאַרינאַרקעס, און איך האָב שוין געטראָגן זאַכן, וואָס מע האָט געקויפֿט אין אַ קראָם. אַ צוועלף־יאָריקן האָט מען מיך געבראַכט קיין מאָסקווע, און איך האָב זיך פֿאַרליבט אין דער שטאָט.
מיר האָבן געלעבט באַשיידן, אָבער רעלאַטיוו ניט שלעכט. זומערצײַט פֿלעגן מיר אָפֿט מאָל פֿאָרן צום ים. און אַזאַ “פּראָספּעריטי" איז נאָר טיילווײַז געווען פֿאַרבונדן מיט מײַן טאַטנס אַרבעט ווי אַ לערער — הויפּט-לערער פֿון אַ שול. מײַן מאַמע פֿלעגט אויך פֿאַרדינען, כאָטש אָפֿיציעל האָט זי אין ערגעץ ניט געאַרבעט. זי האָט פֿאַרדינט, ווײַל זי האָט גוט גענייט. ניט אַזוי גוט ווי איר שוועסטער מינע, וואָס האָט געוווינט אין אַן אַנדער שטאָט, אָבער פֿלעגט קומען צו אונדז צו גאַסט. די מומע מינע, וואָס איז פֿאַרבליבן אַן אַלמנה, האָט געלעבט פֿון נייען. באַזונדערס פֿלעגט זי גוט פֿאַרדינען ווען עס פֿלעגט זיך מאַכן אַ חתונה בײַ אַ ייִדישן געשעפֿט־מאַכער. דעמאָלט האָט די מומע מינע גענייט נײַע קליידער פֿאַר דער גאַנצער משפּחה (אָדער “מישפּאָנדרע", ווי זי פֿלעגט זיי רופֿן).
מײַן מאַמע האָט זיך מיט אַזעלכע גרויסע “פּראָיעקטן" ניט באַשעפֿטיקט. זי האָט געהאַט אירע שטענדיקע קליענטן, גאַנץ אָפֿט פֿרויען מיט ניט זייער סטאַנדאַרטע פֿיגורן, אַזוי אַז זיי האָבן פּשוט ניט געקענט געפֿינען פֿאַר זיך קיין בגדים אין די געשעפֿטן, וווּ ס’איז בכלל געווען שווער עפּעס אויסצוקלײַבן. אָבער סײַ מײַן מאַמע, סײַ די מומע מינע זײַנען, אין תּוך אַרײַן, געווען “עקאָנאָמישע פֿאַרברעכערס". פֿאַר וואָס? ווײַל זיי האָבן קיין שטײַער ניט געצאָלט. לויטן געזעץ, האָבן זיי געמוזט זיך פֿאַררעגיסטרירן און, דער עיקר, צאָלן דער מלוכה. אַ פֿאַרברעכער איז געווען אויך מײַן זיידע, וואָס פֿלעגט פֿאַרדינען אַביסל געלט ווי אַ שוחט, אויך ניט קיין פֿאַררעגיסטרירטער. מיט אַנדערע ווערטער, זײַנען זיי אַלע, און מיליאָנען אַנדערע סאָוועטישע תּושבֿים, געווען טעטיק אין דער שאָטן-עקאָנאָמיע.
ס’רובֿ האָרעפּאַשניקעס פֿון דער דאָזיקער ניט קיין אָפֿיציעלער עקאָנאָמיע פֿלעגן פֿאַרדינען זייער ווייניק, און די מלוכה האָט זיך צו זיי געוויינלעך ניט געטשעפּעט. מע האָט געפּרוּווט כאַפּן גרעסערע פֿיש. אין דער זעלבער שאָטן-עקאָנאָמיע האָט מען דאָך געמאַכט זייער גרויסע געלטער, ממש מיליאָנען. גאַנץ אָפֿט פֿלעגט עס זײַן דירעקט פֿאַרבונדן — ווי אַ שאָטן — מיט מלוכישע אונטערנעמונגען. המצאהדיקע קעפּ פֿלעגן צוטראַכטן כּלערליי קונצן, ווי אַזוי צו “פּריוואַטיזירן" אַ טייל פֿון דער סחורה, אָדער שטילערהייט פֿלעגט מען אויסאַרבעטן מער סחורה. ווײַטער פֿלעגט עס גיין אין דער שאָטן-סיסטעם פֿון האַנדל, וואָס איז גאַנץ אָפֿט געווען די זעלבע מלוכישע סיסטעם, אָבער מיט דער “לינקער" סחורה האָט מען געהאַנדלט, פֿאַרשטייט זיך, ניט אָפֿיציעל. און באַזונדער, מחוץ דער סיסטעם, האָט מען עפּעס אויך פֿאַרקויפֿט.
איך געדענק ווי אַרום 1960 איז צו אונדז געקומען אַ ייִד פֿון ריגע. אַ סאָלידער מאַנצביל איז ער געווען, און זײַן ייִדיש האָט געקלונגען עפּעס אַנדערש. ווי איך פֿאַרשטיי, האָט ער זיך ניט סתּם אַזוי אַרײַנגעשטעלט אין אונדזער דירה. עמעצער האָט אים רעקאָמענדירט מײַן מאַמע ווי אַ פּאָטענציעלע קונה. געהאַנדלט האָט ער מיט לינק-אויסגעאַרבעטע פֿוטערנע מאַנטלען. מײַן מאַמע און אירע צוויי שוועסטער האָבן טאַקע געקויפֿט אַזעלכע מאַנטלען, אָבער אין משך פֿון אַ יאָר האָבן זיי געהאַט מורא עס אָנצוטאָן, ווײַל צו זיי איז דערגאַנגען דער קלאַנג, אַז דעם ריגער קאָמיוואָיאַזשאָר האָט מען אַרעסטירט. שפּעטער האָבן זיי די מאַנטלען אַרויסגענומען פֿון די שאַפֿעס און געטראָגן לאַנגע יאָרן. בײַ מײַן מאַמען איז עס פֿאַרבליבן ביז 1997, ווען זי האָט זיך באַזעצט אין חדרה.
באמת גרויסע געשעפֿטן האָט מען אין דער שאָטן-עקאָנאָמיע געקאָנט פֿירן מיט אַ שטיצע מצד הויכגעשטעלטע — און קאָרומפּירטע — סאָוועטישע פֿונקציאָנערן. אויף אַזאַ אופֿן האָט זיך דער שוואַרצער מאַרק צונויפֿגעגאָסן מיטן מלוכישן אַפּאַראַט. באַזונדערס אַקטיוו איז דאָס דאָזיקע שותּפֿות געוואָרן נאָך סטאַלינס טויט, בעת דער געוויסער ליבעראַליזאַציע פֿון סאָוועטישן לעבן. אין יענער צײַט זײַנען אויך אינטענסיווער געוואָרן קאָנטאַקטן מיט אויסלאַנד, און ווי אַ פּועל-יוצא האָבן זיך אַנטוויקלט אומלעגאַלע וואַלוטע-אָפּעראַציעס. בײַ יאַן ראָקאָטאָוון, איינעם פֿון די ייִדישע געשעפֿטסלײַט וואָס מע האָט פֿאַרמישפּט צום טויט אין 1961, האָט מען קאָנפֿיסקירט געלט און גאָלד אויף אַרום אָנדערטהאַלבן מיליאָן דאָלאַר, און טיילווײַז האָט ער זײַן עשירות טאַקע געהאַלטן אין אַמעריקאַנער דאָלאַרן.
אין דעם קלימאַט פֿון כראָנישן דעפֿיציט פֿון סחורה, האָט זיך זייער ברייט אַנטוויקלט די ספּעקולאַציע. די לײַט, וואָס האָבן געהאַט צוטריט צו דער אָדער יענער דעפֿיציטער סחורה, פֿלעגן עס פֿאַרקויפֿן (שטילערהייט) טײַערער. אויף אַזאַ אופֿן האָט מען פֿאַרקויפֿט אויך די זאַכן, וואָס מע האָט געבראַכט פֿון אויסלאַנד. ברענגען פֿלעגן עס, למשל, מאַטראָסן. צומאָל פֿלעגן מענטשן פֿאָרן ערגעץ אין אַן אַנדער עק לאַנד און ברענגען פֿון דאָרטן עפּעס, וואָס אין אַנדערע ערטער איז עס שווער געווען צו קריגן.
די פּאַראַלעלע עקאָנאָמיע איז געווען אַן אָרגאַנישער און, אין תּוך גענומען, עפֿעקטיווער טייל פֿונעם סאָוועטישן לעבן. די שאָטן-עקאָנאָמיע האָט רעמאָנטירט דירות און אויטאָס, גענייט בגדים און שיך, געגרייט סטודענטן צו עקזאַמענס, געשפּילט מוזיק אויף חתונות. די דאָזיקע סיסטעם האָט אויסגעזען אַזוי גוט, אַז מע האָט גענומען גלייבן אין איר, געהאַלטן אַז זי וועט שאַפֿן דעם יסוד פֿון דער נאָך-סאָוועטישער, קאַפּיטאַליסטישער עקאָנאָמיע. מע האָט ניט פֿאַרשטאַנען, אַז דעם גרעסטן כּוח האָבן די מענטשן, וואָס פֿאַרנעמען מלוכישע שטעלעס אָדער זײַנען פֿאַרבונדן מיט וויכטיקע מלוכישע מענטשן. זיי האָבן דאָמינירט און דאָמינירן נאָך אַלץ אין רוסלאַנד.
* * *
אין 1990, געווען איז עס אין נאָוועמבער (מײַן ערשטער דאַנקטאָג אין אַמעריקע), בין איך געקומען פֿון מאָסקווע קיין סאַן-פֿראַנציסקאָ. די קאָנפֿערענץ האָט געדויערט אַ פּאָר טעג, אָבער נאָך עטלעכע טעג האָב איך פֿאַרבראַכט בײַ גוטע פֿרײַנד פֿון מײַנע שווער און שוויגער. מײַן גאַסטגעבער איז געווען אַ מאַכער אין מאָסקווע, געווען ממש אָנגעשטאָפּט מיט געלט, אָבער גלײַכצײַטיק האָט ער שרעקלעך מורא געהאַט. אים האָט זיך געדאַכט, אַז אָט-אָט וועט מען אים אַרעסטירן. אין תּפֿיסה איז ער שוין אַ מאָל געזעסן, אַזוי אַז ער האָט געוווּסט, מיט וואָס אַזאַ דערפֿאַרונג האָט געשמעקט. צוליב דעם האָבן זיי אָנגעגעבן אויף עמיגראַציע און גאַנץ גיך האָט מען זיי אַרויסגעלאָזט. עס זעט אויס, אַז אַזעלכע לײַט פֿלעגט מען בכלל אַ סך גרינגער אַרויסלאָזן.
מײַן גאַסטגעבער האָט, נעבעך, געגלייבט, אַז ער וועט קענען נוצן זײַנע טאַלאַנטן אין אַמעריקע. אָבער קיינער האָט אין סאַן־פֿראַנציסקאָ אויף אים ניט געוואַרט. האָבן זיי — ער און זײַן פֿרוי — געוווינט גאַנץ באַשיידן, ווי פּליטים פֿון סאָוועטישן אַנטיסעמיטיזם. און יעדן טאָג פֿלעגט ער מיט מיר פֿאַרפֿירן אַ שמועס וועגן דער נאַרישקייט, וואָס ער האָט אָפּגעטאָן, ווײַל די “פּערעסטרויקע" וואָלט פֿאַר אים געעפֿנט גאָר נײַע מעגלעכקייטן. געשעפֿטן — דאָס איז געווען דאָס איינציקע, וואָס האָט אים באמת אינטערעסירט. ער, אַ פּראָדוקט פֿון דער סאָוועטישער סיסטעם, האָט געהערט צו דער פּאָראָדע ייִדן, וועלכע האָבן אָפּגעהיט אונטערנעמערישקייט אין דער סבֿיבֿה, וואָס איז געווען לחלוטין אַנטאַגאָניסטיש צו אַזעלכע “בורזשואַזע איבערלעבענישן".
עקאָנאָמישע זײַטן פֿון ייִדישן לעבן זײַנען געוויינטלעך ווייניקער אויסגעפֿאָרשט איידער, אַ שטייגער, פֿאַרשיידענע פֿראַגן פֿון פּאָליטיק און קולטור. גאַנץ ווייניק ווייסן מיר אויך וועגן דער “ייִדישער עקאָנאָמיע" אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אָבער עפּעס ווערט געטאָן. איך וויל דאָ פֿאָרשטעלן אַ געלערנטע, וואָס שטאַמט פֿון רוסלאַנד, אָבער מאַכט איצט אַ דאָקטאָראַט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אין דעם אוניווערסיטעט פֿון צפֿון-קאַראָלינע (טשעפּל היל).
|
אַנאַ קושקאָוואַ |
|
2. דער פֿאַל פֿון בעלצער “שמושקעס"
אַנאַ קושקאָוואַ (צפֿון-קאַראָלינע)
אין די לעצטע יאָרן קען מען גאַנץ אָפֿט באַגעגענען אין היסטאָרישע און סאָציאָלאָגישע אַרבעטן, וועלכע באַשעפֿטיקן זיך מיט ייִדן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד; דעם געדאַנק, אַז די סאָוועטיש-ייִדישע קולטור איז געווען אַ “דינינקע". מיט אַנדערע ווערטער, האָט זי, אין פֿאַרגלײַך מיט אַ “פֿולער" ייִדישער קולטור, ניט פֿאַרמאָגט קיין יסודותדיקע קוואַלן פֿאַר קאָלעקטיווער אידענטישקייט. די רייד גייט, קודם-כּל, וועגן דער ייִדישער שפּראַך (צי שפּראַכן), רעליגיע און פֿולווערטיקע פֿאָרמען פֿון קהילה-לעבן.
אַ סבֿרא, אַז אַזאַ צוגאַנג איז באַרעכטיקט נאָר אין די “קלאַסישע" דלתּ אַמות פֿון ייִדישע שטודיעס. גלײַכצײַטיק, האַלט איך, אַז די סאָוועטיש-ייִדישע דערפֿאַרונג האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט, און שטעלט נאָך אַלץ פֿאָר אין איר נאָך-סאָוועטישן המשך, אַן אוניקאַלע דערשײַנונג, און זי פֿאָדערט אַן אַנדער צוגאַנג צום פֿאָרשן די אינדיווידועלע און קאָלעקטיווע אידענטישקייט; דאָס הייסט, דעם עצם פֿענאָמען פֿון “ייִדישקייט" אין די ספּעציפֿישע סאָציאַלע, קולטורעלע און עקאָנאָמישע רעאַלקייטן פֿון דער סאָציאַליסטישער געזעלשאַפֿט.
אין דער פֿאָרשונג, וואָס איך פֿיר איצט פֿאַר מײַן דאָקטאָר-דיסערטאַציע, שטעל איך פֿאַר זיך אַזאַ פֿראַגע: איז עס מעגלעך צו באַשרײַבן סאָוועטישע ייִדן דורך אייגנאַרטיקייטן פֿון זייער עקאָנאָמישן לעבן — דורך דעם ווי זיי האָבן עס פֿאַרשטאַנען און פּראַקטיצירט? מיט אַנדערע ווערטער, וויל איך זיך פֿאַנאַנדערקלײַבן, צי מע קען רעדן וועגן אַ באַזונדערער “ייִדישער ראָלע" אין דער סאָוועטישער “עקאָנאָמיע פֿון דעפֿיציט" און צי דער דאָזיקער פֿאַקטאָר האָט פֿאַרשטאַרקט די עטנישע אידענטישקייט בײַ די ייִדן אין די סאָוועטישע צײַטן, ווי אויך איצט.
ווי אַן אַנטראָפּאָלאָג, באַזיר איך מײַנע אויספֿירן אויך אויף אינטערוויוען. דער צײַט-אָפּשניט, וואָס אינטערעסירט מיך, איז — פֿון דעם סוף פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה ביז די פֿריִע 1990ער יאָרן. ס’איז קלאָר, אַז מע קען ניט רעדן וועגן עפּעס אַן אוניווערסאַלער סאָוועטיש-ייִדישער קאָלעקטיווער אידענטישקייט. דערפֿאַר פֿאַרגלײַך איך צוויי סבֿיבֿות, וואָס זײַנען גאַנץ אַנדערש סײַ געאָגראַפֿיש סײַ היסטאָריש: פֿון איין זײַט, די גרויסע שטעט, אַזעלכע ווי מאָסקווע און לענינגראַד, און פֿון דער צווייטער זײַט, די געוועזענע שטעטלעך אין אוקראַיִנע און מאָלדאָווע.
זומער 2011 האָב איך זיך באַטייליקט אין דער עקספּעדיציע, וועלכע עס האָט אָרגאַניזירט דער מאָסקווער צענטער “ספֿר" און דער צענטער פֿאַר ביבלישע שטודיעס און יודאַיִסטיק בײַם רוסלענדישן אוניווערסיטעט פֿון הומאַניסטיק. בעת דער דאָזיקער עקספּעדיציע האָב איך אינטעוויויִרט ייִדישע און ניט-ייִדישע תּושבֿים פֿון דער בעסאַראַבער שטאָט בעלץ. דאָס האָט מיר געגעבן אַ מאַטעריאַל, וואָס ווײַזט, ווי אַזוי דער “קאָלעקטיווער זכּרון" האָט פֿאַרגעדענקט די “ייִדישע עקאָנאָמיע".
הגם מיך אינטערעסירט קודם-כּל דער פּעריאָד נאָכן חורבן, מוז מען פֿאַרשטיין, אַז איינער פֿון די צענטראַלע סימבאָלן פֿון דער היגער ייִדישער עקאָנאָמיע געהערט צו גאָר ווײַטע צײַטן, ווען ייִדן האָבן זיך נאָר באַוויזן אויף דער טעריטאָריע פֿון בעסאַראַביע. דער דאָזיקער סימבאָל איז דאָס שאָפֿן-פֿעלכל, אָדער — ווי מע רופֿט עס דאָ — “שמושקע". אַזוי האָט זיך פֿאַרגעדענקט די ראָלע פֿונעם ייִד ווי דער פֿאַרמיטלער צווישן די מאָלדאַווישע דערפֿער, וווּ מע פֿלעגט קריגן די שמושקעס, און דער שטאָט בעלץ, וווּ פֿאַר זיי איז געווען דער מאַרק. אין אַנדערע שטעט און אַפֿילו לענדער פֿלעגט מען די פֿעלכלעך אויך פֿירן.
עס קען קלינגען פּאַראַדאָקסאַל, אָבער שמושקעס האָבן ניט אויפֿגעהערט צו סימבאָליזירן די היגע ייִדישע עקאָנאָמיע אין משך פֿון אַלע תּקופֿות פֿון ייִדישן לעבן אין בעלץ: אין דעם “ביז-אינדוסטריעלן" 19טן יאָרהונדערט, בשעת דער שפּעטערדיקער אינטענסיווער מאָדערניזאַציע, אין די סאָוועטישע צײַטן. דאָס איז גאַנץ גרינג צו דערקלערן, אויב די רייד גייט וועגן די ביז-סאָוועטישע צײַטן, ווען פֿאַרשיידענע עטנישע גרופּעס פֿלעגן פֿאַרנעמען עפּעס אַ נישע אין דער טראַדיציאָנעלער עקאָנאָמיע. ווי אַזוי האָבן שמושקעס ניט אויפֿגעהערט צו שפּילן די “ייִדישע ראָלע" שוין אין די סאָוועטישע יאָרן, ווען די אינדוסטריע האָט זיך אַנטוויקלט און, בכלל, די וועלט האָט זיך איבערגעקערט?
דער ענטפֿער איז אַזאַ: די גינסטיקע סבֿיבֿה האָט געשאַפֿן די סאָוועטישע עקאָנאָמיע, וועלכע האָט ניט דערלויבט קיין פּריוואַטע אונטערנעמערישע טעטיקייט און האָט ניט געקאָנט באַזאָרגן דעם עולם מיט נייטיקע מינים סחורה. דעם דוחק האָבן טיילווײַז קאָמפּענסירט די אַזוי-גערופֿענע אַרטעלן, צי קאָאָפּעראַטיווע אונטערנעמונגען, וווּ עס האָבן געאַרבעט אַ סך ייִדן. צווישן דער היגער באַפֿעלקערונג איז פֿאַרבליבן דער אימאַזש פֿון אַזאַ ייִד — וואָס האָט געאַרבעט אין אַן אַרטעל.
דאָס הייסט ניט, אַז קיין ייִדן האָבן ניט געאַרבעט אין די גרויסע פֿאַבריקן. אָבער דער זכּרון האָט פֿאַרגעדענקט אַזאַ צעטיילונג: אין די נײַע סאָוועטישע אונטערנעמונגען האָבן דאָמינירט אָנגעפֿאָרענע ייִדן, בעת די אַלטגעזעסענע ייִדן זײַנען געווען באַשעפֿטיקט אין דער טראַדיציאָנעלער עקאָנאָמיע. אמת, די שאָטן-עקאָנאָמיע, בפֿרט אַרום שמושקעס, האָט עקזיסטירט סײַ אין די אַרטעלן סײַ אין די פֿאַבריקן. און דאָס איז געווען אַ סוד אויף גאַנץ בראָד. אָנהייב 1960ער יאָרן זײַנען אין דער שטאָט געווען עטלעכע מישפּטן, וועגן וועלכע מע האָט אַ סך גערעדט און געשריבן. די פֿאַרמישפּטע האָט מען באַשולדיקט אין אויסאַרבעטן און פֿאַרשפּרייטן “לינקע" פּראָדוקציע. לויט דעם ווי די דאָזיקע געשעענישן האָבן זיך פֿאַרגעדענקט, זײַנען עס מערסטנטייל געווען ייִדן. דער עטנישער, ייִדישער כאַראַקטער פֿון דער דאָזיקער טעטיקייט אין דער סאָציאַליסטישער געזעלשאַפֿט קען מען באַשרײַבן ווי אַן ענטפֿער פֿון אונטן אויף דעם פֿאַרבאָט פֿון אויבן. קיין פֿרײַער מאַרק איז אידעאָלאָגיש ניט געווען דערלויבט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און ייִדישע אונטערנעמער האָבן געזוכט אַן אויסוועג אויך מחוץ דעם מאַרק. עטנישע קאָנטאַקטן, צווישן זיי — פֿרײַנד און קרובֿים — האָבן געשאַפֿן אַ נעץ פֿון מענטשן, אויף וועלכע מע האָט געקענט זיך פֿאַרלאָזן.
וואָס שייך דעם מאָראַלישן אַספּעקט פֿון דער דאָזיקער טעטיקייט, איז עס אָפּהענגיק פֿון דער אָפּשאַצונג פֿון דער סאָציאַליסטישער שאָטן-עקאָנאָמיע. איך וויל זיך דאָ ניט אַרײַנלאָזן אין פֿאַרשיידענע פּרטים פֿון אַקאַדעמישע דעבאַטן אויף דער דאָזיקער טעמע. אַזוי צי אַזוי, אָבער ס’רובֿ בעלצער תּושבֿים, סײַ ייִדישע סײַ ניט-ייִדישע, קוקן איצט אויף דער פּריוואַטער עקאָנאָמישער אַקטיווקייט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד ווי אויף אַ ניצלעכער דערשײַנונג, ווײַל די “פּריוואַטניקעס" האָבן געמאַכט דאָס לעבן כאָטש אַ ביסל בעסער און זײַנען געווען די אָנזאָגערס פֿון דעם נײַעם עקאָנאָמישן באַוווּסטזײַן. זיי פֿלעגט זיך אײַנגעבן צו געפֿינען אַ נייטיקע שפּאַרונע אין דער סאָוועטישער סיסטעם און זי אויסניצן פֿאַרן אייגענעם גוטס, אָבער אויך פֿאַרן גוטס פֿון אַ סך אַנדערע מענטשן.