|
שלמה מיכאָעלס (אין מיטן) רעדט אין נאָמען פֿונעם "אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט". שכנא עפּשטיין שטייט אויף רעכטס. |
|
דער נאָמען פֿון שכנא עפּשטיין (1881—1945) איז בדרך-כּלל באַקאַנט יעדן מענטשן, וואָס קומט אין אַן ערנסטן באַריר מיט דער סאָוועטיש-ייִדישער געשיכטע, מיט דער געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער באַוועגונג אָדער מיט ליטעראַטור-געשיכטע, באַזונדערס אין שײַכות מיט אַזעלכע שרײַבער ווי י. ל. פּרץ, אשר שוואַרצמאַן און יוסף אָפּאַטאָשו.
אין די היסטאָרישע סוזשעטן, מיט וועלכע איך אַליין האָב זיך באַשעפֿטיקט, האָט זיך עפּשטיין "באַוויזן" עטלעכע מאָל: ווי אַן ערנסטער ליטעראַטור-קריטיקער אין די יאָרן ערבֿ און בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווען ער האָט געוווינט אין אַמעריקע; ווי אַ בונדיסטישער טוער אין אוקראַיִנע אין די רעוואָלוציאָנערע יאָרן; ווי דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון דער מאָסקווער ייִדישער קאָמוניסטישער צײַטונג "דער עמעס"; ווי אַ שליח פֿון קאָמינטערן, געשיקט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן צו העלפֿן שטעלן אויף די פֿיס די ייִדישע קאָמוניסטישע באַוועגונג; ווי דער רעדאַקטאָר פֿון דעם כאַרקאָווער זשורנאַל "די רויטע וועלט"; ווי דער סעקרעטאַר פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט און דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון זײַן צײַטונג "אייניקייט". מע ציטירט אויך עפּשטיינס זכרונות וועגן דעם דיכטער וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי — זיי האָבן פֿאַרבראַכט צוזאַמען עפּעס אַ צײַט אין זומער 1925, בשעת מאַיאַקאָווסקיס נסיעה קיין אַמעריקע.
קיין אַמעריקע איז עפּשטיין צום ערשטן מאָל אָנגעקומען אין יאָר 1909. צו יענער צײַט איז ער שוין געווען אַן אויסגעפּרוּווטער טוער פֿון "בונד", געזעסן אַ פּאָר מאָל אין תּפֿיסה. דערנאָך האָט מען אים פֿאַרשיקט אין צפֿון-רוסלאַנד, פֿון וואַנען ער איז אַנטלאָפֿן קיין אויסלאַנד. עפּעס אַ צײַט האָט ער געוווינט אין מערבֿ-אייראָפּע, געאַרבעט אין דער סבֿיבֿה פֿון אַנדערע רוסישע עמיגראַנטן. ער האָט אויך געמאַכט ערשטע פּרוּוון אין ליטעראַרישער טעטיקייט, געמאַכט ליטעראַרישע איבערזעצונגען פֿון רוסיש אויף ייִדיש.
אין אַמעריקע איז עפּשטיין גיך באַקאַנט געוואָרן ווי אַ ליטעראַטור-קריטיקער און איינער פֿון די גרינדער פֿון דער "ייִדישער סאָציאַליסטישער פֿעדעראַציע" (אין 1912). ער האָט זיך אויך באַטייליקט אין רעדאַקטירן ייִדישע סאָציאַליסטישע צײַטשריפֿטן, געווען דער רעדאַקציע-סעקרעטאַר פֿונעם זשורנאַל "צוקונפֿט". געשריבן האָט ער אויך פֿאַרן "פֿאָרווערטס". אין יאָר 1913 איז ער געוואָרן דער רעדאַקטאָר פֿון "גערעכטיקייט", וואָס איז געווען דער וועכנטלעכער אָרגאַן פֿון איינעם פֿון די גרעסטע, מיט זייער אַ ממשותדיקער ייִדישער מיטגלידערשאַפֿט, די יוניאָן — International Ladies Garment Workers Union. דאָרטן האָט ער זיך באַקענט מיט מיס פּאָינטץ (צו איר גורל וועל איך זיך אומקערן שפּעטער). פּאָינטץ, לויט איר פֿאַך אַ לערערקע, האָט געאַרבעט אין דעם בילדונג-אָפּטייל פֿון דער יוניאָן. זי און עפּשטיין זײַנען געוואָרן אינטימע פֿרײַנד.
אין 1917, נאָך דער ערשטער אין יענעם יאָר רוסישער רעוואָלוציע, וועלכע האָט געבראַכט צום סוף פֿון דער מאָנאַרכיע, איז עפּשטיין געווען צווישן די באַגײַסטערטע סאָציאַליסטן, וואָס האָבן זיך אומגעקערט קיין רוסלאַנד. אין אַ פּאָר יאָר אַרום האָט ער פֿאַרלאָזט דעם "בונד" און איז אַריבער צו די באָלשעוויקעס. אַזוי האָבן דעמאָלט געטאָן הונדערטער בונדיסטן. אין יאָר 1921 האָט ער זיך ווידער באַוויזן אין ניו-יאָרק, פֿאַרבליבן דאָרטן ביז 1929 (לויט אַנדערע קוואַלן — ביז 1928). אין משך פֿון דער דאָזיקער צײַט האָט ער געפֿירט אַן אַרבעט ווי אַ פֿאָרשטייער פֿון קאָמינטערן. מיט זײַן נאָמען זײַנען פֿאַרבונדן די ערשטע ייִדישע קאָמוניסטישע צײַטונגען אין אַמעריקע — ער איז געווען דער רעדאַקטאָר צי איינער פֿון די רעדאַקטאָרן.
אין פֿאַרשיידענע יאָרן פֿון זײַן לעבן האָט ער גענוצט זייער אַ סך נעמען. ווי אַן אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער רעדאַקטאָר איז ער געווען באַקאַנט, דער עיקר, ווי יוסף בערסאָן. דעם דאָזיקן פּסעוודאָנים האָט ער גענוצט אויך איידער ער איז געקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווי אויך שפּעטער — אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. למשל, אונטער דעם דאָזיקן נאָמען האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אַן "איינאַקטער פֿונעם אַרבעטער-לעבן", וואָס האָט געהייסן "פֿרילינגס-טויט". אַרויס איז עס אין דעם קאָוונער-בערלינער פֿאַרלאַג "ייִדיש", מיט וועלכן עס האָט אָנגעפֿירט קלמן זינגמאַן, וואָס איז אויך געווען אַן אינטערעסאַנטער מענטש (איך האָב אַ מאָל וועגן אים געשריבן אַ באַזונדער אַרטיקל, וואָס איז אַרויס אין דעם לאָנדאָנער זשורנאַל East European Jewish Affairs).
* * *
די גרענעץ צווישן אַן אַגענט פֿון דעם קאָמינטערן און אַן אַגענט פֿון דער סאָוועטישער אויסשפּיר-דינסט איז געווען אַ וואַקלנדיקע. קיין חידוש ניט, אַז אין עפּשטיינס ביאָגראַפֿיעס ווערט, בדרך-כּלל, אָנגעוויזן, אַז ער איז געווען אַן אויסגעפּרוּווטער סאָוועטישער אַגענט פֿונעם אויסשפּיר-דינסט. איך מוז זאָגן, אַז ספּעציעל האָב איך זיך דערמיט ניט אינטערעסירט, ווײַל עפּשטיין האָט קיין מאָל ניט פֿיגורירט — און וועט אפֿשר קיין מאָל ניט פֿיגורירן — צווישן צענטראַלע פֿיגורן אין מײַן פֿאָרשונג. דערצו גלייבט זיך מיר ניט, אַז היסטאָריקער האָבן הײַנט אַ מעגלעכקייט צו אַרבעטן מיט פֿאַרלאָזלעכע דאָקומענטן, וואָס דערציילן וועגן עפּשטיינס געהיימע שליחות אין אויסלאַנד. אָבער איך גלייב, אַז עמעצער וועט אַ מאָל באַקומען אַ צוטריט צו זײַנע פּאַפּירן אין די ביז גאָר פֿאַרמאַכטע מאָסקווער אַרכיוון. דעמאָלט וועט זיך פֿאַר אונדזערע אויגן באַווײַזן, אין אַלע קאָלירן, אַ מענטש, וואָס האָט קאָמבינירט אין זיך פֿעיִקייטן פֿון אַ ליטעראַטור-קענער, אַ ייִדישן רעדאַקטאָר און אַ דערפֿאַרענעם סאָוועטישן מײַסטער פֿון געהיימע אָפּעראַציעס.
ניט ווייניק איז אָנגעשריבן געוואָרן וועגן דעם, אַז אויף זײַנע הענט קען אויך זײַן בלוט, לכל-הפּחות פֿון איין קרבן פֿון דער סאָוועטישער אויסשפּיר-דינסט — דער אויבן דערמאָנטער דזשוליעט סטיואַרט פּאָינטץ (Juliet Stuart Poyntz, 1937—1886). זינט זומער 1937 איז איר נאָמען געווען אָפֿט מאָל דערמאָנט אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע, ווײַל די טרעגערין פֿון דעם דאָזיקן נאָמען איז פּלוצעם פֿאַרשוווּנדן אָנהייב יוני 1937 און קיין שפּור אירער איז ניט געפֿונען געוואָרן ביזן הײַנטיקן טאָג.
אַ הויך-געבילדעטע פֿרוי — זי האָט זיך געלערנט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווי אויך אין ענגלאַנד — איז פּאָינטץ געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי אין יאָר 1909. נאָך דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע איז זי צוגעצויגן געוואָרן צום קאָמוניזם. די קאָמוניסטישע פּאַרטיי האָט זי עטלעכע מאָל אַרויסגערוקט (אָן דערפֿאָלג) ווי אַ קאַנדידאַט אויף פֿאַרשיידענע מלוכישע שטעלעס, למשל, אין דער אַסאַמבלעע פֿונעם שטאַט ניו-יאָרק. אין יאָר 1934 איז זי אַוועקגעפֿאָרן קיין רוסלאַנד, האָט זיך דאָרטן אויסגעלערנט צו פֿירן אַ שפּיאָנאַזש־טעטיקייט. אָבער גלײַכצײַטיק האָט זי זיך אַנטוישט אין דעם סאָוועטישן רעזשים און, ווען זי איז אַרויסגעפֿאָרן פֿון רוסלאַנד, האָט זי שוין מער ניט געוואָלט האָבן צו טאָן מיט סטאַלינס רעזשים. נאָך מער: אין דער פֿרויס מוח האָט זיך געבאָמבלט די אידעע צו שרײַבן אַ בוך וועגן איר דערפֿאַרונג, אַנטוישונג וכ’, און זי האָט גערעדט וועגן דעם פּלאַן מיט אירע ניו-יאָרקער פֿרײַנד. הקיצור, זי איז געוואָרן אַ הכבדה, פֿון וועלכער מע באַפֿרײַט זיך סײַ אין דעטעקטיווע געשיכטעס סײַ אין רעאַלן לעבן. עס זעט אויס, אַז מע האָט זיך באַפֿרײַט פֿון איר אויך. לאָמיר איצט געבן דאָס וואָרט דעם וועטעראַן פֿון "פֿאָרווערטס" דוד שוב, וואָס האָט באַשריבן די געשיכטע אין זײַן בוך "פֿון די אַמאָליקע יאָרן". איך ברענג עס דאָ מיט קירצונגען:
די צײַטונגען האָבן דעמאָלט געמאָלדן וועגן דער פֿאַרשווינדונג פֿון מיס פּאָינטץ. די פּאָליציי האָט געמאַכט אַן אונטערזוכונג, אָבער האָט גאָרניט געקענט אויסגעפֿינען ווי אַזוי זי איז פֿאַרשוווּנדן און וווּ זי איז אַהינגעקומען. ווי געזאָגט, האָבן נאָר געציילטע מענטשן געוווּסט, אַז זי איז פֿריִער געווען פֿאַרבונדן מיט דער סאָוועטישער גע-פּע-או (געהיינער דינסט). אין אַ פּאָר מאָנאַטן אַרום האָט מיך אין דער "פֿאָרווערטס"-רעדאַקציע אָפּגערופֿן דער באַוווּסטער איטאַליענישער סינדיקאַליסט קאַרלאָ טרעסקאַ און געזאָגט, אַז ער וויל זיך מיט מיר און מיט מײַן פֿרײַנד, דזשאָזעף שאַפּלענען, פֿון דער "ניו-יאָרק טײַמס" טרעפֿן אין אַן איטאַליענישן רעסטאָראַן וועגן זייער אַ וויכטיקן ענין. איך בין מיט טרעסקאַן באַקאַנט געוואָרן נאָך מיט פֿיל יאָרן פֿריִער, ווען ער איז געווען איינער פֿון די פֿירער פֿון דער "אַי-דאָבעליו-דאָבעליו" (די רעוואָלוציאָנערע טרייד יוניאָן אָרגאַניזאַציע), און איך בין געווען דער רעדאַקטאָר פֿון דער "נײַע פּאָסט", דאָס וואָכנבלאַט וואָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן פֿון "דזשאָינט באָאַרד פֿון דער ניו-יאָרקער קלאָוק, סוט, סקוירט און ריפֿערמאַכערס יוניאָן". אָבער אַזוי ווי טרעסקאַ, ווי כּמעט אַלע אַמעריקאַנער סינדיקאַליסטן און אַנאַרכיסטן, ווי אויך די מערסטע סאָציאַליסטן, זײַנען נאָך דער באָלשעוויסטישער איבערקערעניש געוואָרן באָלשעוויקעס, האָב איך זיך אויפֿגעהערט באַגעגענען מיט קאַרלאָ טרעסקאַן. דערנאָך האָב איך געהערט, אַז ער האָט זיך אַנטוישט אין קאָמוניזם און האָט איבערגעריסן מיט די קאָמוניסטן.
באַלד ווי מיר האָבן זיך באַגריסט און זיך געזעצט צום טיש, האָט קאַרלאָ טרעסקאַ אָנגעהויבן:
"איך קען פֿאַר אײַך איצט אויפֿדעקן די גרויסע געהיימניש וועגן דער פֿאַרשווינדונג פֿון דזשוליעט סטיואַרט פּאָינטץ. זי איז אָנהייב יוני געקידנעפּט געוואָרן פֿון סאָוועטישע גע-פּע-או-אַגענטן, און אָרגאַניזירט איר קידנעפּונג האָט שכנא עפּשטיין, וועמען איר ביידע קאָנט געוויס זייער גוט. ער איז געקומען קיין ניו-יאָרק אָנהייב זומער אויף אַ פֿאַלשן אַמעריקאַנער פּאַספּאָרט. ער האָט דאָ פֿאַרבראַכט עטלעכע מאָנאַטן און פֿלעגט זיך זייער אָפֿט טרעפֿן מיט דער מיס פּאָינטץ. ער האָט איר פֿאַרטרויט, אַז ער איז אויך אַנטוישט אין קאָמוניזם און אין סאָוועט-רוסלאַנד. אויף אַזאַ אופֿן האָט ער געוווּנען איר פֿולשטענדיקן צוטרוי און האָט זי דערנאָך פֿאַרנאַרט ערגעץ-וווּ, וווּ זי איז געקידנעפּט געוואָרן פֿון גע-פּע-או-אַגענטן. איך וויל, אַז די וועלט זאָל פֿון דעם וויסן. איר שרײַבט וועגן דעם און איר מעגט זיך פֿאַררופֿן אויף מיר. מיך קען מען און אַלע ווייסן, אַז איך וועל ניט אויסטראַכטן קיין באָבע-מעשׂיות און וועל עפֿנטלעך ניט באַשולדיקן אַ באַקאַנטע פּערזענלעכקייט אין אַזאַ שרעקלעכן פֿאַרברעכן, אויב איך בין אַבסאָלוט ניט זיכער, אַז ער איז דאָס פֿאַרברעכן באַגאַנגען".
איך בין ניט שטאַרק איבערראַשט געוואָרן פֿון דעם, וואָס קאַרלאָ טרעסקאַ האָט אונדז דערציילט, ווײַל איך האָב שוין געוווּסט, אַז מײַן אַמאָליקער פֿרײַנד, דער געוועזענער בונדיסט שכנא עפּשטיין, איז שוין פֿון לאַנג אַן אַגענט פֿון דער גע-פּע-או. איך האָב אויך געוווּסט וועגן זײַן לאַנגיאָריקער נאָענטער פֿרײַנדשאַפֿט מיט דזשוליעט סטיואַרט פּאָינטץ, און דעריבער איז ער געווען דער לאָגישער מענטש, וועמען די פֿירער פֿון דער גע-פּע-או אין מאָסקווע האָבן געקענט שיקן קיין ניו-יאָרק אויסגעפֿינען בײַ מיס פּאָינטץ אַלע אירע פּלענער און, אויב נייטיק, פֿאַרפֿירן זי דערנאָך צום טויט. איך האָב אויך געוווּסט, אַז שכנא עפּשטיין האָט פֿאַרקויפֿט זײַן נשמה צום טײַוול און אַז ער איז איצט פֿעיִק אויף אַלץ.
מע דאַרף זאָגן, אַז קאַרלאָ טרעסקאַ איז געווען אַ קאָלירפֿולע פּערזענלעכקייט, סײַ אין געזעלשאַפֿטלעכן, סײַ אין פּערזענלעכן לעבן. אַ געוויסע צײַט האָט ער געוווינט צוזאַמען מיטן פֿירנדיקן ייִדישן קאָמוניסטישן רעדאַקטאָר משה אָלגין (אין די 1920ער יאָרן, האָט אָלגין צוזאַמען מיט עפּשטיינען רעדאַקטירט די צײַטונג "פֿרײַהייט") און זײַן ווײַב, דער באַקאַנטער קינסטלערין מינע האַרקאַווי. זייער ménage a trois איז געווען אַ סקאַנדאַל אין יענער צײַט. אָנהייב 1943 האָט מען קאַרלאָ טרעסקאַ דערשאָסן אויף דער פֿינפֿטער עוועניו, און דער סוד פֿון זײַן טויט בלײַבט ניט אַנטפּלעקט.
* * *
אויף אַ שפּור פֿון שכנא עפּשטיינס אומלעגאַלער טעטיקייט האָב איך זיך ניט לאַנג צוריק אָנגעשטויסן, זוכנדיק גאָר אַנדערע זאַכן אין דער ייִוואָ-זאַמלונג (ר״ג-833) פֿון דעם ייִדישן שרײַבער פּרץ הירשביין. מיט הירשביינען גופֿא איז עס געווען פֿאַרבונדן אויף וויפֿל ער איז — צוזאַמען מיט נאָך עטלעכע מחברים פֿון דער ניו-יאָרקער צײַטונג "דער טאָג" — געווען אין אַ קאָמיטעט, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן צו באַטראַכטן דעם ענין פֿון בן-ציון גאָלדבערג (1895—1972). די צרה איז, אַז די געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע איז בכלל זייער ווייניק אויסגעפֿאָרשט, אַזוי אַז וועגן דעם "טאָג" און זײַן סבֿיבֿה ווייסן מיר ווייניק, כאָטש אין דער צײַטונג האָבן געאַרבעט זייער באַקאַנטע שרײַבער און זשורנאַליסטן. אַזוי אַז קיין פּרטימדיקע באַשרײַבונג פֿון דעם ענין האָב איך ניט געפֿונען. אָבער פֿאַר אונדזער טעמע איז עס ניט זייער וויכטיק.
גאָלדבערג, אַן איידעם פֿון שלום-עליכמען, איז געווען איינער פֿון די פֿירנדיקע "טאָג"-לײַט. גלײַכצײַטיק, זײַנען מיט זײַן נאָמען פֿאַרבונדן ניט ווייניק זאַכן, וואָס מע קען באַשרײַבן מיטן וואָרט "קאָנטראָווערסיאַל". דאָס האָט, בפֿרט, אַ שײַכות צו זײַן פּראָ-סאָוועטישקייט. ס’איז דאָך גאָר ניט קיין צופֿעליקייט, למשל, אַז דווקא גאָלדבערג האָט געשפּילט איינע פֿון די צענטראַלע ראָלעס בײַם צוגרייטן און דורכפֿירן די נסיעה פֿון די צוויי פֿאָרשטייער פֿונעם סאָוועטישן ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, שלמה מיכאָעלס און איציק פֿעפֿער, אין 1943.
דאָ איז כּדאַי צוצוגעבן, אַז שכנא עפּשטיין, וואָס האָט דעמאָלט פֿאַרנומען אַ מער וויכטיקע שטעלע אין דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט איידער דער דיכטער איציק פֿעפֿער, אָבער פֿעפֿער איז געווען, לויטן שׂכל-הישר, אַ מער לאָגישע פֿיגור פֿאַר אַזאַ דעלעגאַציע. און אויך צוליב די אַלע "אַוואַנטורעס" פֿון עפּשטיינען אין אַמעריקע, וואָלט מען געדאַרפֿט זײַן פֿריש, געזונט און משוגע צו שיקן אויף אין אַזאַ רײַזע.
|
די באַטייליקטע אינעם מיטינג פֿון דער מאָסקווער ייִדישער אינטעליגענץ שרײַבן אונטער דעם רוף צו די ייִדן פֿון דער גאַנצער וועלט נאָכן אָנהייב פֿון דער מלחמה, סעפּטעמבער 1941. עס שטייען (פֿון רעכטס) דער זשורנאַליסט שכנא עפּשטיין, קינסטלער אַ. טישלער, בנימין זוסקין, פּיאַניסט יעקבֿ זאַק, שרײַבער יצחק נוסינאָוו, פֿידלער דוד אויסטראַך, פּיאַניסט יעקבֿ פֿליִער. עס זיצן (פֿון רעכטס) דער שרײַבער איליאַ ערענבורג, אַרכיטעקט ב. יאָפֿאַן, שלמה מיכאָעלס (שטייט אין מיטן), שרײַבער דוד בערגעלסאָן, פּאָעטן פּרץ מאַרקיש און שמואל (סאַמויִל) מאַרשאַק. |
|
עס לאָזט זיך אויס דערצו, אַז עפּשטיינס נאָמען איז אַרויסגעשוווּמען אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע אויך אין יאָר 1941. איך ווייס שוין ניט ווי אַזוי, אָבער גראָד דעמאָלט האָט מען גענומען טומלען וועגן גאָלדבערגן, אַז ער האָט מיט יאָרן צוריק געגעבן עפּשטיינען אַ פּאַפּיר ("קרעדענשעל"), אַז יענער איז געווען אָפֿיציעל פֿאַרבונדן מיטן "טאָג" און דאָס האָט כּלומרשט געהאָלפֿן עפּשטיינען אין דער געהיימער אַרבעט זײַנער. קיין סימפּאַטישע זאַך איז עס פֿאַר גאָלדבערגן ניט געווען און ער האָט געפּרוּווט זיך ריינוואַשן. אין הירשביינס אַרכיוו ליגט אַ לאַנגער מעמאָראַנדום, וואָס גאָלדבערג האָט אָנגעשריבן אויפֿן נאָמען פֿון שמואל ניגער, וועלכער איז, אַ פּנים, געווען דער פֿאָרזיצער פֿונעם קאָמיטעט, געשאַפֿן צו באַטראַכטן דעם ענין. איך ברענג דאָ אַ שטאַרק געקירצטן נוסח פֿון אָט דעם דאָקומענט.
לאָמיר אַרײַנשטעלן דעם שכנא עפּשטיין אין ראַם פֿון זײַן צײַט.
די זאַך קומט פֿאָר ניט אין יאָר 1941, אין אַ צײַט פֿון רויט-געיעג, היטלער-סטאַלין פּאַקט און היסטעריע, נאָר אין די יאָרן 1933 און 1935—1936, ווען עס האָט געהערשט דער גײַסט פֿון "פֿאַראייניקטן פֿראָנט".
אין יאָר 1934 האָבן נײַן מיטגלידער פֿון סטעף פֿון "טאָג" אינדאָרסירט אָלגינען אויפֿן קאָמוניסטישן טיקעט פֿאַרן קאָנגרעס. [משה אָלגין איז אַ צאָל מאָל געווען אַ קאַנדידאַט אין דער ניו-יאָרקער אַסאַמבלעע און אין דעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס.] און צווישן די נײַן איז אויך געווען אַהרן גלאַנץ־לעיעלעס]; אָפּאַטאָשו און לייוויק זיצן אויף איין פּלאַטפֿאָרם מיט קאָמוניסטן, ניט נאָר אַזוינע קאָמוניסטן ווי [די זשורנאַליסטן] אָלגין און משה כּץ, נאָר אַפֿילו מיט אַזאַ קאָמוניסטישן קאָמיסאַר ווי סולטאַן [יוסף סולטאַן-ראַשגאַל איז געווען דער פֿירער פֿון ייִדישע קאָמוניסטן אין אַמעריקע]; ניגער פֿירט עפֿנטלעכע דעבאַטן מיט אָלגינען; [דער רעדאַקטאָר פֿון "טאָג" שמואל] מאַרגאָשעס דרוקט אַן אַרטיקל פֿון אָלגינען ניט אונטער אָלגינס נאָמען; [דער זשורנאַליסט פֿון "טאָג" צבֿי-הירש] רובינשטיין שלאָגט פֿאָר מען זאָל אַרײַננעמען אַ פּאָר פּאָפּולערע קאָמוניסטישע שרײַבער אין "טאָג" צוליב צירקולאַציע; אָלגין ווערט שטאַרק געפֿיטשורט [= אַפֿערגעשטעלט] אין "טאָג" אין אַ סימפּאָזיום.
אָט אין יענעם פּעריאָד האָב איך דאָס געגעבן אַ קרעדענשעל צו שכנא עפּשטיין, און געדרוקט אַרטיקלען פֿון שכנא עפּשטיין, אין "טאָג". און ווער איז דעמאָלט געווען שכנא עפּשטיין? אַ זייער אָנגעזעענער ייִדישער שריפֿטשטעלער, אַ געוועזענער וויכטיקער מיטגליד פֿון דר. מאַגנעסעס "שלום-עליכם פֿאָנד"-קאָמיטעט און אַ געקרוינטער ליטעראַטור-קריטיקער איידער ער איז אָפּגעפֿאָרן פֿון אַמעריקע. ער איז אויך געווען אַ הויכער קאָמוניסטישער טוער. אָבער זײַן טועכץ איז בשום-אופֿן קיינעם אויפֿן זינען ניט אַרויף, אַז עס האָט צו טאָן מיט דער גע-פּע-או. [דער זשורנאַליסט פֿון "טאָג" יואל] סלאָנים האָט באַמערקט, אַז נאָך הײַנט קען מען ניט זאָגן זיכער, אַז שכנא עפּשטיין איז אַ גע-פּע-אוניק. דעמאָלט איז שכנא עפּשטיין געווען נאָר אַ כּהן-גדול פֿון קאָמוניזם, אַן אויבער-קאָמיסאַר איבער סולטאַנען, דער זעלביקער סולטאַן מיט וועמען דר. מוקדוני און אָפּאַטאָשו און לייוויק זײַנען געפֿאָרן צו אַ ייִדישן קולטור-קאָנגרעס אין פּאַריז.
אַצינד וועגן קרעדענשעל:
אַז מלך עפּשטיין [דעמאָלט אַ קאָמוניסטישער זשורנאַליסט] איז געקומען צו מיר אין יאָר 1933 און געבעטן אַ קרעדענשעל פֿאַר שכנא עפּשטיין, איז עס דעמאָלט ניט געווען קיין משונהדיקע זאַך. בפֿרט ווען ער האָט געזאָגט, אַז שכנא עפּשטיין פֿאָרט אַרום און ער קען פֿאַר אונדז שרײַבן גוטע און "אָביעקטיווע" רײַזע-אַרטיקלען. האָב איך אים געגעבן דעם קרעדענשעל און געזאָגט, אַז וואָס שייך די אַרטיקלען, וועלן מיר מוזן "זען". דאָס הייסט, עס וועט זײַן געווענדט אין כאַראַקטער פֿון די אַרטיקלען.
אַזוי ווי דער געזעצלעכער נאָמען פֿון שכנא עפּשטיין איז געווען סעם סטאָון — אַזוי איז געווען זײַן פּאַס — האָב איך אים געגעבן דאָס קרעדענשעל אויפֿן נאָמען פֿון סעם סטאָון.
|
צײַטונגען "פֿרײַהייט" און "אייגענעם" |
|
מען פֿלעגט בײַ אונדז ניט רעדן וועגן די קרעדענשעלס וואָס מען גיט אַרויס. [...] איך בין זיכער, אַז קיין איין מענטש אין דער רעדאַקציע האָט ניט געוווּסט, אַז איך האָב געגעבן אַ קרעדענשעל צו [דעם בונדיסטישן זשורנאַליסט] יעקבֿ פּאַט. און אויך אים האָב איך געגעבן דאָס צו האַלטן בסוד, ווײַל נאָך אַלעמען איז ער געווען אַ מענטש פֿון "פֿאָרווערטס"-קרײַז (ריכטיקער פֿון "בונד"-קרײַז). אָט אַזוי האָט אויך קיינער ניט געוווּסט, אַז איך האָב געגעבן אַ קרעדענשעל צו שכנא עפּשטיינען, און אויפֿן זעלבן אופֿן האָב איך געבעטן מלך עפּשטיינען צו האַלטן די זאַך בסוד — ווײַל שכנא עפּשטיין האָט דאָך געהערט צום "פֿרײַהייט"-קרײַז.
געדענקט זשע, אַז אין יענער צײַט איז דער חילוק צווישן אַזאַ מענטש ווי יעקבֿ פּאַט און אַזאַ איינעם ווי שכנא עפּשטיין געווען נאָר אין דער געדיכטקייט פֿון דער רויטער פֿאַרב. דאָס איז געווען אין יאָר 1933, ניט 1941.
צום ערשטן מאָל איז שכנא עפּשטיינס נאָמען דערמאָנט געוואָרן אין פֿאַרבינדונג מיט דער גע-פּע-או בײַ דער קידנעפּינג פֿון מיס פּאָינטץ, סוף 1938 [אין דער אמתן — 1937], באַלד זעקס יאָר נאָך דער צײַט פֿון קרעדענשעל, און בײַ אַ דרײַ יאָר נאָכן אָנהייבן דרוקן זײַנע אַרטיקלען — און עס האָט אַלעמען שאָקירט.
איצט וועגן די אַרטיקלען:
ווי ווײַט איך געדענק, האָב איך פֿון שכנא עפּשטיינען אַליין ניט געהערט נאָכן קרעדענשעל — וועלכן איך האָב אַגבֿ איבערגעגעבן מלך עפּשטיינען. ערשט אַז איך בין געווען אין מאָסקווע אין יאָר 1934 האָב איך זיך מיט אים געטראָפֿן צופֿעליק אויפֿן שרײַבער-קאָנגרעס. [אין 1934, בעת אַ ספּעציעלן קאָנגרעס, איז געשאַפֿן געוואָרן דער סאָוועטישער שרײַבער-פֿאַראיין.] אָפּאַטאָשו איז אויך געווען דאָרטן. מיר האָבן דעמאָלט גערעדט נאָר עטלעכע ווערטער, ניט מער. ער האָט צוגעזאָגט אַרויפֿצוקומען צו מיר אין האָטעל, אָבער ער איז ניט געקומען. איין מאָל האָב איך אים באַגעגנט אין דרויסן בײַם האָטעל "מעטראָפּאָל", האָב איך אים אײַנגעלאַדן אַרויפֿצוקומען צו מיר אין צימער און מיר האָבן דעמאָלט פֿאַרבראַכט אַ וואָסער שעה צײַט. מער האָב איך אים אין סאָוועט-רוסלאַנד ניט באַגעגנט.
אין וואָסער יאָר אַרום האָב איך באַקומען פֿון אים אַ בריוו פֿון אויסלאַנד, פֿון ווין דוכט זיך, אין וועלכן ער האָט מיר פֿאָרגעלייגט צו שרײַבן פֿאַרן "טאָג": ער איז נאָר וואָס אַרויסגעפֿאָרן פֿון סאָוועט-רוסלאַנד, קען ער שרײַבן קאָרעספּאָנדענציעס פֿון דאָרטן, און ער קען אויך שרײַבן וועגן אַנדערע לענדער. איך האָב אים דערויף געענטפֿערט, דירעקט קיין אויסלאַנד, אַז עס איז אין גאַנצן געווענדט אין כאַראַקטער פֿון די אַרטיקלען.
ווי ווײַט איך געדענק, האָט ער ניט געוואַרט אַ פּנים אויף מײַן ענטפֿער, מחמת באַלד דערנאָך איז געקומען אַ מאַן פֿון ניו-ראָשעל [New Rochelle] און מיר געבראַכט אַ פּאָר אַרטיקלען פֿון אים מיט אַ בריוו.
שכנא עפּשטיין אַליין האָט ניט געוואָלט, אַז די אַרטיקלען זאָלן גיין אונטער זײַן נאָמען — צוליב פּאַרטיי-אורזאַכן, אַ פּנים. דער נאָמען שמילדנער, אַגבֿ, האָט ער מיר געשריבן, איז זײַן פּסעוודאָנים אונטער וועלכן ער האָט דעמאָלט געשריבן אין דער אַרבעטער-פּרעסע — ניט קאָמוניסטישער — אין פֿראַנקרײַך. פֿאַר אונדז, ווידער, איז דער נאָמען שכנא עפּשטיין אויך ניט געווען צו גינסטיק, צוליב זײַנע אַסאָציאַציעס מיט דער "פֿרײַהייט". אָט אַזוי איז עס געבליבן אַ סוד, אַז שמילדנער איז שכנא עפּשטיין.
פּערזענלעך האָב איך זיך דאָ געטראָפֿן מיט שכנא עפּשטיינען עטלעכע מאָל. ווי ווײַט איך געדענק, איז דאָס געווען אין יאָר 1937, אַ צײַט נאָך דעם ווי די אַרטיקלען זײַנען געווען געדרוקט. עס איז אָבער ניט אויסגעשלאָסן, אַז איך זאָל האָבן זיך מיט אים געטראָפֿן פֿריִער. אין גאַנצן האָבן מיר זיך דאָ אין אַמעריקע געטראָפֿן אפֿשר פֿיר מאָל. אַגבֿ, האָב איך ניט אַלע זײַנע אַרטיקלען געדרוקט, מחמת זיי זײַנען געווען צו טענדענציעז.
אָט דאָס איז די גאַנצע מעשׂה עפּשטיין.
* * *
דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, ניט די גאַנצע מעשׂה. דעם 11טן אויגוסט 1937 האָט עפּשטיין פֿאַרלאָזט אַמעריקע. מיר איז ניט באַקאַנט וואָס ער האָט געטאָן נאָכן אומקערן זיך קיין מאָסקווע. ערגעץ האָב איך געלייענט, אַז ער האָט געשריבן פֿאַר אויסלענדישע קאָמוניסטישע צײַטונגען, געווען דער מאָסקווער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער "פֿרײַהייט".
אויף דער אייבערפֿלאַך האָט ער זיך באַוויזן מיטן אויפֿקום פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. דאָ דאַרף מען אין עטלעכע ווערטער דערקלערן דעם כאַראַקטער פֿון דעם קאָמיטעט. לויט זײַן נאָמען, קלינגט עס ווי אַ געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע. אין דער אמתן, איז עס געווען אַ מלוכישע אינסטיטוציע. אַלע מיטגלידער פֿון דעם קאָמיטעט זײַנען אונטערגעקליבן געוואָרן דורך געהעריקע סאָוועטישע פֿונקציאָנאַרן. קיין צופֿעליקע, ווייניק פֿאַרלאָזלעכע פּאַרשוינען זײַנען דאָרטן ניט געווען.
אין אַזעלכע כּמו-געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס איז דער סעקרעטאַר, אָדער פֿאַראַנטוואָרטלעכער סעקרעטאַר, אָפֿט מאָל געווען אַ מענטש פֿון דער געהיימער פּאָליציי צי אויסשפּיר-דינסט. בדרך-כּלל, איז עס געווען אַ געוועזענער אָפּעראַטיווער אַרבעטער, כאָטש דאָס וואָרט "געוועזענער" האָט געמיינט נאָר, אַז זײַן געהאַלט איז איצט אויסגעצאָלט געוואָרן ניט פֿון דער פּאָליציי צי דער דינסט. אין אַזאַ אינסטיטוציע ווי דער ייִדישער אַנטי-פֿאַשיסטישער קאָמיטעט האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, געוואָלט האָבן אַ דורכויס "אייגענעם" מענטש, דערצו מיט אַ דערפֿאַרונג פֿון אַרבעטן מיט אויסלאַנד. עפּשטיין איז געווען גוט צוגעפּאַסט פֿאַר אָט דער ראָלע.
אָבער עפּשטיין איז ניט געווען פּשוט אַן "אויג" פֿון די געהעריקע אָרגאַנען. ער האָט אַ סך אויפֿגעטאָן, אָדער, לכל-הפּחות, געפּרוּווט אויפֿטאָן. זײַן חתימה שטייט אונטער אַ צאָל דרייסטע בריוו, אַדרעסירט אין די סאַמע הויכע פֿענצטער. למשל, אונטער אַ בריוו, אין וועלכן די אָנפֿירונג פֿון דעם קאָמיטעט האָט פּראָטעסטירט קעגן דער פּראַקטיק פֿון פֿאַרשווײַגן די העראָיִשע מעשׂים פֿון ייִדישע מיליטערלײַט, ווי אויך אונטער דער איניציאַטיוו צו שאַפֿן אַ ייִדישע אויטאָנאָמיע אין קרים. אַ סבֿרא, אַז ער האָט אין דעם ניט געזען קיין אָפּנייג פֿון דער "גענעראַל-ליניע".
געשטאָרבן איז ער דעם 27סטן יולי 1945. ס’איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז ער האָט געשטערט און מע האָט אים ליקווידירט. אַזוי יעדנפֿאַלס שרײַבן אייניקע מחברים. די ריכטיקע געשיכטע פֿון עפּשטיינס לעבן און טויט וועט זיך אויסקלאָרן ערשט אין יאָרן אַרום.