די אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין הילאַרי קלינטאָן (לינקס) מיטן פּאַלעסטינער פּרעזידענט מאַכמוד אַבאַס (רעכטס) און דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו, פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, אין ירושלים |
Credit: Getty Images |
אין דער אָנגענומענער טערמינאָלאָגיע פֿון די ספּאָרטיווע באַגריפֿן האָט מען דאָס גערופֿן: אַ וועט־געיעג איבער שטערונגען וואָס דער ספּאָרטלער דאַרף אַריבערשפּרינגען אויפֿן וועג צו זײַן ציל, צום נצחון.
אין אונדזער פֿאַל איז דאָס דער לעבעדיקער פּלויט, וועלכער דינט ווי דער מיכשול, די שטערונג, אין דעם סתּם־לויף אויפֿן וועג, וואָס איז אויסגעבעט פֿון שטעכלקעס און פֿאַרלייגט מיט לעבעדיקע פּלויטן. איבער זיי פּרובירט דער פּאָליטיקער אַריבערשפּרינגען אין זײַן וועטלויף צו אַן עקספּרעס־שלום אין פֿאַרלויף פֿון אַ יאָר, לויט דעם וווּנטש פֿון אָבאַמאַ און דער הסכּמה פֿון נתניהו און אַבו־מאַזען (מאַכמוד אַבאַס).
די וועט־געיעגן צום שלום האָבן שוין אין אונדזער וועלטל אַ געשיכטע פֿון 62 און אַ האַלב יאָר, אַזוי ווי ס’איז אַלט די מדינה. דער ערשטער פּלויט, איבער וועלכן די מנהיגים פֿון דער מדינה האָבן מצליח געווען אַריבערצושפּרינגען, איז געווען דער שלום־אָפּמאַך מיט עגיפּטן, מיט 31 יאָר צוריק, און דער צווייטער, דער שלום מיט יאָרדאַניע, מיט 25 יאָר צוריק.
זינט יענע צוויי מאָל, און אויך פֿון איין מאָל צום צווייטן, האָבן די פּלויטן אויפֿן וועג צום שלום נישט אויפֿגעהערט צו וואַקסן; דער "וועג פֿון די גוטע כּוונות" איז געוואָרן אַלץ מער און מער פֿאַרלייגט מיט די אויסוואַקסנדיקע שטעכלקעס און מיט די שפּליטערס פֿון דעם צעשמעטערטן שלום־צוג — און די מדינה האָט זיך אָן אָפּשטעל געעלטערט. און כאָטש זי האָט זיך מיליטעריש און עקאָנאָמיש פֿאַרשטאַרקט, האָט זי אין איר העראָיִשער געשיכטע שוין גענוג זיך אָנגעמאַטערט פֿון די אויסמאַטערונגס־מלחמות, פֿון די מיליטערישע אָפּעראַציעס, אינטיפֿאַדעס און שטראָף־אַקציעס און פֿון די נצחונות, וואָס האָבן זי פֿון דעם שלום אַלץ מער און מער דערווײַטערט...
און, לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז — אויך פֿון יאָרן ווערט מען אַלט, און מדינת־ישׂראל איז שוין, מיט מזל, געוואָרן אַ פּענסיאָנערין. און ווי אַזאַ איז זי הײַנט שוין נישט בכּוח אין דעם וועטלויף צום עקספּרעס־שלום אַריבערצושפּרינגען מיט אירע אייגענע כּוחות דעם אויסגעוואַקסענעם לעבעדיקן פּלויט, וואָס איז שוין העכער פֿון דער שטיינערנער מויער וואָס זי האָט נאָך אַלץ נישט אויפֿגעהערט צו בויען.
אונדזער באַליבטער, ליידער פֿאַרשטאָרבענער הומאָר־מײַסטער שמעון דזשיגאַן, וועלכער לעבט נאָך אַלץ אין אונדזער זכּרון, פֿלעגט זאָגן, אַז "ווען עס ווערט שוין ברייט, ווערט שמאָל". דער שלום איז נאָך קיינמאָל נישט געווען אַזוי נאָענט, אַזוי ווי מיט דער האַנט צו דערלאַנגען — און אין דער זעלבער צײַט אַזוי ווײַט. אַזוי נאָענט — מחמת דער אַקטיווער און דעצידירטער אַנגאַזשירטקייט פֿון דעם איצטיקן אַמעריקאַנער פּרעזידענט אָבאַמאַ און דער געענדערטער פּאָליטישער קאָנסטעלאַציע אין דעם ראַיאָן; דאָס צושטיין פֿון די אַראַבישער לענדער צו דעם שלום־פּראָצעס און די ברייטע אינטערנאַציאָנאַלע אונטערשטיצונג פֿאַר דעם "פּאַקס אַמעריקאַנאַ", פֿאַר דער אַמעריקאַנער שלום־איניציאַטיוו.
און, פֿון דער זײַט מויער — די הסכּמה פֿון דעם פּרעמיער נתניהו צו דעם פּרינציפּ פֿון "צוויי מדינות פֿאַר די צוויי פֿעלקער", וואָס דערווידערט זײַן ביז איצטיקע טרײַשאַפֿט צו דער אידעאָלאָגיע פֿון דער ארץ־ישׂראל השלמה. און זײַן צווייטע משמעותדיקע דערקלערונג — אַז אַבו מאַזען איז זײַן ווירקלעכער פּאַרטנער צו אַ שלום־קאָנטראַקט.
עס איז שוין נישט איין מאָל, און נישט איין צענדליק מאָל געזאָגט געוואָרן, אַז נאָר אַ רעגירונג אָנגעפֿירט פֿון דעם "ליכּוד" קען דערגרייכן אַ שלום, ווײַל זי וועט געניסן פֿון דער פּאַרלאַמענטאַרישער אונטערשטיצונג פֿון די "לינקע" פּאַרטייען, אין דער צײַט ווען אַ שלום פֿון אַ "לינקער" רעגירונג וועט אין יעדן פֿאַל טאָרפּעדירט ווערן דורך אַ רעכטער אָפּאָזיציע. די צרה איז אָבער, וואָס אַ רעכטע קאָאַליציע באַשווערט דעם וועג צו אַ הסכּם, און דערפֿאַר נייטיקט זי זיך אין אַ שטאַרקן דרוק פֿון דרויסן, ווי דאָס געשעט איצט מיט נתניהו.
די צווייטע צרה באַשטייט אין דעם, אַז קיינער ווייסט נישט וואָס עס זײַנען נתניהוס אמתדיקע כּוונות, בעת ער וויל אויפֿעסן דעם קוכן און לאָזן אים גאַנץ: די אָנגענומענע סבֿרה איז, אַז ער האָט נישט קיין באַשטימטן אויסגעאַרבעטן פּלאַן וועלכן ער זאָל קענען פֿאָרלייגן די פּאַלעסטינער. ער האָט נאָר "רויטע ליניעס", אויף וועלכע ער וועט נישט אײַנגיין, חוץ דעם אַלגעמיינעם פּרינציפּ פֿון "צוויי מדינות פֿאַר צוויי פֿעלקער" ווי אַ באַזע פֿאַר דער דינגעניש — אין דער צײַט ווען די פּאַלעסטינער זײַנען געקומען מיט קלאָרע פֿאָדערונגען פֿאַר "זייער חלק", אויפֿצושטעלן די פּאַלעסטינער מדינה לויט די גרענעצן פֿון דער "גרינער ליניע", מיט געוויסע קאָרעקטורן און מיט אַן אויסטויש פֿון באַשטימטע שטחים.
אין קעגנזאַץ צו די פֿריִערדיקע דורכגעפֿאַלענע אָדער נישט פֿאַרענדיקטע אונטערהאַנדלונגען זײַנען אָבער ביידע צדדים אײַנגעגאַנגען דאָס מאָל צוצוטרעטן גלײַך צו דער באַהאַנדלונג פֿון די קאַרדינאַלע און עמאָציאָנעל זייער אָנגעשפּאַנטע שטרײַט־פּראָבלעמען, ווי — דאָס פֿעסטשטעלן די גרענעצן צווישן ביידע מדינות, דער גורל פֿון די פּליטים, די זיכערהייט, די פֿאַרטיילונג פֿון וואַסער און — ירושלים.
יעדע איינע פֿון די דאָזיקע שטרײַט־פּראָבלעמען איז אָנגעזאַפּט מיט אומגעהויער הויכער לאָדונג פֿון נאַציאָנאַלער שפּאַנונג, וואָס פֿאַרלאַנגען אַ קאָלאָסאַלן אָנשטרענג און אויסלאָדונג פֿון דער אָנגעזאַמלטער שׂינאה, כּדי צו קומען איבער זיי צו אַ פּשרה. עס האָט געהייסן, אַז ביידע צדדים טרעטן צו צו די פֿאַרהאַנדלונגען אָן שום פֿאָרבאַדינג — עס האָט אָבער גענומען אַ סך צײַט ביז די צדדים האָבן בלויז האַלב מוותּר געווען יעדער איינער אויף זײַן באַדינג פֿאַר אָנהייבן די דירעקטע געשפּרעכן: ישׂראל האָט פֿאַרלאַנגט אַ פּאַלעסטינער אָנערקענונג פֿאַר דער "ייִדישער מדינה" — כאָטש אַזאַ אָנערקענונג איז שוין געגעבן געוואָרן אין די רעזאָלוציעס פֿונעם זיכערהייטס־ראַט און אין די פֿראַגמענטאַרע אָפּמאַכן; די פּאַלעסטינער האָבן געפֿאָדערט אָפּשטעלן די בוי־אַרבעטן אין דער קאָלאָניזאַציע אויף די אָקופּירטע שטחים, אײַנשליסלעך אין מיזרח־ירושלים, אין דער צײַט פֿון די געשפּרעכן.
עס האָט זיך פֿאַרלאַנגט דער שטאַרקער דרוק פֿון דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, כּדי צו דערגרייכן די פּשרה, וואָס זאָל צוזאַמענברענגען די צדדים צו די דירעקטע געשפּרעכן, בײַ דער פֿאַרפֿליכטונג פֿון ישׂראל אײַנצופֿרירן דעם הײַזער־בוי אויף צען חדשים. דער דאָזיקער שריט האָט אַוועקגעשטעלט נתניהון פֿאַר אַ שאַרפֿער קאָנפֿראָנטאַציע מיטן גאַנצן "נאַציאָנאַלן לאַגער" אינערהאַלב און אויסער זײַן פּאַרטיי.
דאָס איז געווען דער ערשטער קליינער מיכשול אויפֿן וועג פֿון דעם נאָר־וואָס אָנגעהויבענעם וועטלויף צום שלום. דער ערשטער גרויסער קריזיס איז שוין באַשטעלט געוואָרן אויף דעם נאָענטסטן מאָנטיק פֿון דער קומענדיקער וואָך, צומאָרגנס נאָך דעם 26סטן סעפּטעמבער, דעם לעצטן טאָג פֿון די צען חדשים פֿון דער "פֿאַרפֿרירונג", נאָך וועלכן נתניהו האָט זיך פֿײַערלעך פֿאַרפֿליכטעט צו באַנײַען דעם בוי מיטן גאַנצן שוווּנג. די פּאַלעסטינער, וועלכע זעען אין דעם עצם בוי אין די קאָלאָניעס און אין דער אויפֿלייזונג פֿון דער אײַנפֿרירונג אַ בפֿירושדיקן באַווײַז, אַז ישׂראל האָט נישט בדעה צו פֿאַרלאָזן די פּאַלעסטינער שטחים, דראָען מיט אַן אויפֿרײַס פֿון די דירעקטע געשפּרעכן, טאָמער וועט דער בוי ווידער ווערן באַנײַט. די אינטענסיווע פּאָליטישע טעטיקייטן אין דער הײַנטיקער וואָך זײַנען געווען אַרום דער דאָזיקער סוגיא, ווי אַזוי צו פֿאַרמײַדן דעם דערוואַרטן קריזיס.
די דאָזיקע אַנטוויקלונג שאַפֿט דעם אײַנדרוק ווי דאָס וואָלט נתניהו אַזוי פּלאַנירט זײַן פּאָליטישע סטראַטעגיע פֿון דעם וועטלויף צום שלום, "וועלכער קען דערגרייכט ווערן אין משך פֿון איין יאָר" — ווי ער האָט פֿריִער געהאַט פֿאַרזיכערט. אויך זײַן פֿריִערדיקער פֿאָרלויפֿער, אַריאל שרון, קעגן וועמען ער האָט בשעתּו געהאַט אָרגאַניזירט אַ קליינעם "פּוטש" אין דער פֿראַקציע פֿון ליכּוד" אין דער כּנסת, האָט טאָרפּעדירט זײַנע אייגענע פּלענער און דערגרייכונגען, נאָך דעם ווי ער האָט געהאַט זיך "אויפֿגעוועקט פֿון זײַן גרויסן חלום וועגן דער ארץ־ישׂראל השלמה" און האָט זיך איבערצײַגט, אַז "וואָס מען זעט פֿון דאַנען זעט מען נישט פֿון דאָרט". זײַן תּלמיד נתניהו, וועלכער האַלט זײַנע קאָרטן אין דער פּאָקער־שפּיל צוגעדריקט האַרט צו זײַן ברוסט, זאָרגט מער פֿאַר די וואַקסנדיקע פּלויטן, ווי פֿאַר אָפּרוימען דעם וועג פֿאַר דעם וועטלויף צום אָבאַמישן עקספּרעס־שלום.
תּל־אָבֿיבֿ, 21סטער סעפּטעמבער, 2010