רעצעפּטן, נײַעס פֿאַר בני־בית
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

סוכּות איז אַ טראַדיציע צו עסן האָלישקעס (אויך באַקאַנט ווי האָלופּצעס, פּראַקעס אָדער געוויקלט קרויט), כּדי צו באַדאַנקען דעם אייבערשטן פֿאַרן געראָטענעם שניט. טאָמער באַמיט איר זיך אויסצומײַדן רינדערן פֿלייש, פּרוּווט אויס דעם וועגעטאַרישן רעצעפּט פֿאַר האָלישקעס מיט שוועמלעך. ס׳מאַכט נישט אויס וואָסערע מין שוועמלעך איר ניצט: די געוויינטלעכע ווײַסע, פּאָרטאָבעלאָ, קרימיני אָדער פּאָרציני.


1 לעפֿל איילבערט־בוימל

2 ציבעלעס, צעהאַקט

2 טעפּלעך צעהאַקטע פּאָמידאָרן

זאַפֿט פֿון אַ לימענע

1/4 טעפּל גאָלדענע ראָזשינקעס

2 לעפֿל צוקער, אויב איר ווילט

1 פֿונט (454 גראַם) שוועמלעך, צעהאַקט

1/2 טעפּל ברייזל (ברויט־קרישקעס)

1 איי

זאַלץ, לויט אײַער געשמאַק

1/4 לעפֿעלע שוואַרצער פֿעפֿער

1 הייפּטל קרויט

הייצט אָן דעם אויוון אויף 375 גראַד (190 צעלזיוס).


הייצט אָן דעם איילבערט־בוימל אין אַ טאָפּ איבער אַ קליינעם פֿײַער, און פּרעגלט אַ העלפֿט פֿון די צעשניטענע ציבעלעס, ביז די שטיקלעך ווערן דורכזיכטיק. מישט אַרײַן די פּאָמידאָרן, און קאָכט זיי בערך 5 מינוט.

גיט אַרײַן די לימענע, ראָזשינקעס און צוקער, דעקט צו דעם טאָפּ, און לאָזט דעם סאָוס מליִען 10־15 מינוט.

אין אַ שיסל, מישט צונויף די שוועמלעך, איבעריקע ציבעלע, ברייזל, איי, זאַלץ און פֿעפֿער.

זידט אָפּ אַ גרויסן טאָפּ מיט וואַסער. קאָכט 8־10 בלעטער קרויט אינעם וואַסער בערך 5 מינוט, און דערנאָך נעמט די בלעטער אַרויס.

לייגט 1 לעפֿל פֿונעם שוועמל־געמיש בײַם עק פֿון יעדן קרויט־בלעטל און וויקלט זיי צונויף. צעשנײַדט דאָס איבערגעבליבענע קרויט און לייגט דאָס צעשניטנס אַרײַן אין אַ טאָפּ, און איבער דעם — די האָלישקעס. באַגיסט זיי מיטן פּאָמידאָרן־סאָוס, דעקט צו און באַקט זיי 1 שעה לאַנג.