ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
באָב כּהן
באָב כּהן

אין ניו־יאָרק קומט איצט פֿאָר דער יערלעכער "ניו־יאָרקער וועלט־פֿעסטיוואַל". הײַנטיקס יאָר איז די טעמע פֿונעם פֿעסטיוואַל — מוזיק פֿונעם שוואַרצן ים. די אונטערנעמונג איז אַ בשותּפֿותדיקע צווישן דעם "מעטראָפּאָליטאַנער מוזיי", "דעם וועלט־מוזיק־אינסטיטוט" און "דעם צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ". דער פֿעסטיוואַל שטעלט דעם טראָפּ אויף די דינאַמישע טראַדיציעס פֿון די פֿעלקער אַרום דעם שוואַרצן ים, וואָס איז אַ קווערשניט פֿון אַזיע און אייראָפּע. עס וועלן זיך באַטייליקן מוזיקער נישט נאָר פֿון די לענדער בולגאַריע, טערקײַ און רומעניע, נאָר אויך אַמעריקאַנער אימיגראַנטישע מוזיקער פֿון די לענדער.

מאָנטיק, דעם 20סטן סעפּטעמבער, האָט זיך דער פֿעסטיוואַל אָנגעהויבן מיט אַ לעקציע פֿון באָב כּהן אינעם "צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע" אויף דער טעמע "די באַהאַלטענע מוזיקאַלישע אוצרות פֿון רומעניע". שבת, דעם 25סטן סעפּטעמבער, וועט דער זעלבער באָב כּהן אײַנפֿירן די ציגײַנער־ פֿאָלקסמוזיק־גרופּע, "די טעקסוי באַנדע"; און זונטיק, דעם 26סטן סעפּטעמבער, וועט מען קענען פֿאַרברענגען דעם גאַנצן טאָג אין צענטראַל-פּאַרק אין פֿאַרשיידענע וואַרשטאַטן מיט ציגײַנער-גרופּעס פֿון בולגאַריע, רומעניע און אַמעריקע. אין אַנדערע קלובן אין דער שטאָט וועלן אויך אויפֿטרעטן ניו־יאָרקער גרופּעס וואָס שפּילן ציגײַנער־מוזיק.

ווער איז דער באָב כּהן וואָס קען אַזוי גוט די וועלט פֿון די ציגײַנער? מע האָט אים אַמאָל באַשריבן ווי אַ "גורו" פֿאַר די מוזיקער פֿון ניו־יאָרק וואָס ווילן זיך באַקענען מיט מיזרח־אייראָפּעיִשער און באַלקאַנישער מוזיק, אָבער די באַשרײַבונג איז חל נישט נאָר צו די מוזיקער פֿון ניו־יאָרק. ווער עס וויל זיך באַקענען הײַנט מיט דער מוזיקאַלישער סבֿיבֿה אין אונגערן און רומעניע שטעלט זיך אין קאָנטאַקט מיט אים. ער קען אַ סך שפּראַכן און, ווי אַן ענציקלאָפּעדיע, קען ער יעדעס דאָרף, יעדן פֿידלער אין דאָרף, און אַפֿילו יעדע משפּחה פֿון אַ לאַנג־פֿאַרשטאָרבענעם פֿידלער. כאָטש ער איז אַ בראָנקס־געבוירענער, קומט ער איין מאָל אַ יאָר קיין ניו־יאָרק, און מיר האָבן אויסגעניצט די געלעגנהייט און אים אויסגעפֿרעגט וועגן זײַן אַרבעט.

זײַן פּאָפּולערער "בלאָג" הייסט "דומנעאַזו", וואָס ער באַשרײַבט אין כּמעט גאָר אַבסטראַקטע טערמינען — "עטנאָמוזיקאָלאָגיש געגעסן, אויף מיזרח פֿון אומעטום". אין דעם דאָזיקן אינטערנעץ־טאָגבוך קאָמבינירט ער זײַנע צוויי לײַדנשאַפֿטן — עסן און מוזיק, און ער באַשרײַבט זײַנע נסיעות, אין וועלכע ער רעצענזירט מאכלים און מוזיק. דאָס טאָגבוך שפּיגלט אָפּ נישט נאָר מיזרח־אייראָפּע, נאָר אומעטום — מיזרח און מערבֿ — וווּ ער זאָל זיך נישט געפֿינען. פּרנסה האָט ער אויך ווי אַ רעצענזענט פֿון רעסטאָראַנען איבער אייראָפּע פֿאַר פֿאַרשיידענע וועגווײַער־ביכער.

פֿאַר דער ייִדישער וועלט איז באָב כּהן מער באַקאַנט ווי דער קאַפּעלמײַסטער פֿון דער "נײַער קאַפּעליע", אַ גרופּע באַזירט אין בודאַפּעשט, אָבער מיט אַ זינגער, יאַנקל פֿאָלק, וואָס וווינט אין פּאָרטלאַנד, אָרעגאַן. די "נײַע קאַפּעליע" שפּילט די קלעזמער־מוזיק פֿון אונגערן, זיבנבערגן און מאַרמערוש, און כּהן האָט אַ צאָל פֿון די לידער און קלעזמערישע שטיקלעך וואָס זיי שפּילן רעקאָרדירט "אין פֿעלד", אויף זײַנע נסיעות דורך מיזרח־אייראָפּע. דער קלאַנג פֿון דער גרופּע איז מער "דאָרפֿיש" ווי אַנדערע קאַפּעליעס, און די ייִדישע לידער שטאַמען אָפֿט פֿון דער אונגערישער חסידישער וועלט און ווערן פֿאָרגעשטעלט מיט דבֿקות און ברען.

ווען איך האָב געפֿרעגט כּהנען וועגן דעם טערמין "ראָמאַ", וואָס ווערט געניצט הײַנט אויפֿן אָרט פֿון "ציגײַנער", האָט ער געשאָקלט מיט די אַקסל — "עס זענען פֿאַראַן פּאָליטישע סיבות פֿאַר וואָס 'ראָמאַ’ איז בעסער ווי 'ציגײַנער’ אָבער דעם טערמין ניצן נאָר די ציגײַנער ווען זיי רעדן איינער צום אַנדערן. ווען זיי רעדן צו אַנדערע מענטשן, וואָס זענען נישט קיין ציגײַנער, ניצן זיי אויך דעם טערמין פֿאַר 'ציגײַנער’ אין דער אָרטיקער שפּראַך".

קיין סך ציגײַנער רעדן נישט הײַנט די ראָמאַ־שפּראַך און קענען זי אַפֿילו נישט, באַטאָנט ער. די ציגײַנער פֿון סטאַמבול רעדן טערקיש און אין די אַנדערע לענדער, רעדט מען אָפֿט די שפּראַך פֿונעם לאַנד צווישן זיך. אָבער די ראָלע אין דער געזעלשאַפֿט, וואָס כּהן כאַראַקטעריזירט ווי "באַדינען" דאָס אָרטיקע פֿאָלק, האָט זיך נישט געביטן בײַ די ציגײַנער. אויך די וויכטיקסטע טראַדיציעס צווישן זיי זענען געבליבן די זעלביקע — די פּאָזיציע פֿון דער פֿרוי אין זייער וועלט, מיט וועמען מע האָט חתונה, אָדער וואָס מע מעג יאָ, און טאָר נישט, עסן, למשל.

כּהן הייבט אַרויס דעם היסטאָרישן פֿאַקט, אַז די ציגײַנער זענען אָנגעקומען קיין מיזרח־אייראָפּע ווי באַדינערס פֿון די אָפֿיצירן אין דער אָטאָמאַנישער אַרמיי. זייער "דינסט" איז שוין דורות לאַנג אויך אַ מוזיקאַלישע פֿאַר דער אַרומיקער באַפֿעלקערונג, און ווי, ווען און ווי אַזוי די מוזיק פֿון די ייִדן און פֿון די ציגײַנער שנײַדן זיך איבער איז כּהנס ספּעציאַליטעט.

יאָרן לאַנג איז ער אַרומגעפֿאָרן אין די דערפֿער פֿון רומעניע, אונגערן און אוקראַיִנע און געפֿרעגט די אָרטיקע מוזיקער צי זיי געדענקען די קלעזמאָרים פֿון אַמאָל, און אויב יאָ, צי קענען זיי שפּילן עפּעס פֿון דעם רעפּערטואַר? כּהן זאָגט, אַז דער עלטערער דור ציגײַנער־מוזיקער וואָס האָבן אַמאָל געשפּילט מיט די ייִדן איז שוין אויסגעשטאָרבן, פֿאַרברענגט ער מער און מער צײַט אין די אַרכיוון. ער קוקט איבער די שטאָטישע, שטאַטישע און נאַציאָנאַלע זאַמלונגען אין קלענערע און גרעסערע וווין־ערטער אויסצוגעפֿינען וועגן דעם לעבן פֿון די אַמאָליקע ייִדישע קלעזמאָרים, און בפֿרט וועגן זייער באַציִונג מיט די ציגײַנער־מוזיקער. די מוזיקער פֿון ביידע פֿעלקער זענען געווען פֿאַרשמט ווי די בעסטע, און האָבן געשפּילט פֿאַר די שׂימחות און חתונות פֿון די נישט־ייִדישע אוקראַיִנער, רוסן, אונגערן און רומענער. אין אַ סך פֿאַלן האָבן זיי קאָנקורירט פֿאַר פּרנסה; אין אַנדער פֿאַלן האָבן זיי געשפּילט צוזאַמען. "אין פּוילן האָבן די ייִדן נישט דערלאָזט די ציגײַנער זאָלן שפּילן פֿאַר זיי; דעם געדאַנק האָט מען נישט געקענט אָננעמען. אָבער אין אונגערן, אין דער העכערער ייִדישער געזעלשאַפֿט האָבן די ציגײַנער־מוזיקער בײַ אַ שׂימחה, מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ סטאַטוס־סימבאָל; אַ סימן פֿונעם העכערן מיטלקלאַס. אין מאַרמערוש האָבן ציגײַנער־מוזיקער באַגריסט דעם רבין בײַ דער באַנסטאַציע! מע דאַרף אויך געדענקען, זאָגט כּהן, אַז די ייִדישע מוזיקער האָבן געהערט צו צעכן, און דאָרט וווּ דער צעך (אַרבעטער־יוניאָן) איז געווען שטאַרק, האָט מען ווייניק ארײַנגעלאָזט די ציגײַנער צו שפּילן.

כּהן זיפֿצט ווען ער הערט די פֿאַרשיידענע סטערעאָטיפּן וועגן די ציגײַנער. "יעדע 20 יאָר ווערן זיי נאָך אַמאָל ראָמאַנטיזירט צוליב אַ בוך אָדער פֿילם, און אַמעריקאַנער און אייראָפּעיִשע יונגע־לײַט ווילן ווערן מיט אַמאָל ציגײַנער און אַרומפֿאָרן אין בוידן איבער אייראָפּע". דער אמת איז ווײַט פֿונעם סטערעאָטיפּ; למשל, אין די קאַרפּאַטן זענען די ציגײַנער נישט אַרויסגעפֿאָרן פֿון זייער "טעריטאָריע" און געבליבן אין איין געגנט.

מיט זאבֿ פֿעלדמאַן און אַנדערע האָט באָב כּהן אָנגעהויבן צו פֿאָרשן ייִדישע טענץ, און פֿרעגט אויס בײַ דער נישט־ייִדישער שטעטלדיקער באַפֿעלקערונג וואָס זיי געדענקען פֿון די ייִדישע טענץ. דער נײַער פּראָיעקט, האָפֿט ער, וועט וואַקסן און אַנטפּלעקן נאָך מער אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן דעם צווישן לעבן פֿון ציגײַנער און ייִדן.