אַלבערט קאַגאַנאָוויטש.
רעטשיצע׃ די געשיכטע פֿון אַ ייִדיש שטעטל אין דרום־מיזרח ווײַסרוסלאַנד.
ירושלים, 2007
די אַלטע ייִדישע שטאָט רעטשיצע ליגט אין מיזרח־פּאָלעסיע, אַ גרענעץ־לאַנד צווישן פֿאַרשידענע פֿעלקער און קולטורן. אין מיטלאַלטער האָט רעטשיצע געהערט צו דעם ליטווישן גרויספֿירשטנטום, און דערנאָך איז עס אַריבער אינעם באַשטאַנד פֿון דעם פּויליש־ליטווישן מלכות. אָבער ניט זעלטן איז די געגנט פֿאַרכאַפּט געוואָרן דורך דעם מיזרחדיקן שכן — מאָסקווע; בפֿרט אינעם 17טן יאָרהונדערט, ווען די מיזרח־קאַנטן פֿון פּוילן האָבן געליטן פֿון קאָזאַקישע אָנפֿאַלן. נאָך דער צווייטער צעטיילונג פֿון פּוילן איז רעטשיצע אַרײַן אינעם באַשטאַנד פֿון דער רוסישער אימפּעריע, דערנאָך איז די שטאָט געוואָרן אַ טייל פֿון דער סאָוועטישער בעלאָרוסישער רעפּובליק, און איצט געהערט זי צו דער אומאָפּהענגיקער מדינה בעלאַרוס.
ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין רעטשיצע מסתּמא שוין אינעם 16טן יאָרהונדערט, און אינעם 17טן יאָרהונדערט האָט די שטאָט שוין פֿאַרמאָגט אַ היפּשע ייִדישע קהילה, וואָס האָט באַוווינט אַן אייגענעם פֿירטל. ייִדן זײַנען געקומען קיין מיזרח־ווײַסרוסלאַנד פֿון דער ליטע און מערבֿ־ווײַסרוסלאַנד, וווּ צו יענער צײַט זײַנען שוין געווען גרויסע קהילות אין בריסק, פּינסק, ווילנע. דערפֿאַר האָבן די מערבֿדיקע קהילות דאָמינירט אינעם ליטווישן וועד, בעת די מיזרחדיקע קהילות פֿון "רייסן" האָבן געמוזט באַצאָלן פֿאַר זייערע חובֿות.
אונטער דער רוסישער שליטה האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון רעטשיצע, ווי אויך פֿון אַנדערע שטעט, געהאַלטן אין איין וואַקסן, דער עיקר, צוליב צוויי סיבות: פֿון איין זײַט, האָט די רוסישע רעגירונג געוואָלט אַנטוויקלען די שטעט ווי לאָקאַלע צענטערס פֿון האַנדל און מלאכות, און פֿון דער אַנדערער זײַט האָט זי ניט געוואָלט, אַז ייִדן זאָלן וווינען צווישן די פּויערים, און האָט זיי אַרויסגעשטופּט פֿון די דערפֿער.
אָבער רעטשיצע איז קיין מאָל ניט געוואָרן אַ גרויסער קולטורעלער צענטער, וואָס זאָל צוציִען ייִדישע אינטעליגענץ, דער עיקר, ווײַל זי האָט ניט געהאַט קיין גימנאַזיע. די צאַרישע פּראָצענט־נאָרמע האָט באַגרענעצט די צאָל ייִדישע תּלמידים אין רוסישע גימנאַזיעס אין תּחום־המושבֿ צו צען פּראָצענט, אָבער די שטאָט האָט פּשוט ניט פֿאַרמאָגט גענוג קריסטלעכע קינדער, כּדי אויסצופֿילן די פֿאַרבליבענע נײַנציק פּראָצענט. אינטערעסאַנט, וואָס די פּראָצענט־נאָרמע איז געווען גילטיק בלויז פֿאַר מענער, און דערפֿאַר איז אין רעטשיצע יאָ פֿאַראַן געווען אַ פּריוואַטע פֿרויען־גימנאַזיע.
|
|
|
דאָס בוך פֿון אַלבערט קאַגאַנאָוויטש, אַ היסטאָריקער פֿון ירושלים, איז אַ מוסטערהאַפֿטע פֿאָרשונג פֿון אַן איינצעלנער ייִדישער שטאָט. געוויינטלעך געהערן אַזאַ מין חיבורים צו דעם זשאַנער פֿון "יזכּור־ביכער", וואָס זײַנען — אָדער ווערן נאָך אַלץ — פֿאַרפֿאַסט דורך די קינדער און קינדס־קינדער פֿון די אַמאָליקע ייִדישע תּושבֿים פֿון דער אָדער יענער שטאָט. זיי מישן אַרײַן דאָקומענטאַלע מקורים מיט זכרונות און פּערזענלעכע אײַנדרוקן, און זײַנען באַצוועקט דער עיקר פֿאַרן "אייגענעם" עולם. אין זעלטענע פֿאַלן שטייען אַזאַ מין ביכער אויף דעם ערנסטן וויסנשאַפֿטלעכן ניוואָ, ווי למשל די צוויי־בענדיקע געשיכטע פֿון פּינסק פֿון די פּראָפֿעסיאָנעלע היסטאָריקער מרדכי נדבֿ און עזריאל שוחט.
אָבער רעטשיצע איז קיין מאָל ניט געווען אַזוי חשובֿ ווי פּינסק, און האָט אַפֿילו ניט זוכה געווען צו האָבן אַן אייגענעם אַרטיקל אין דער נײַער ייִוואָ־ענציקלאָפּעדיע "ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע". איז מיט וואָס זשע איז זי אינטערעסאַנט פֿאַרן אַלגעמיינעם לייענער, וואָס האָט ניט קיין פּערזענלעכן שײַכות צו דער שטאָט? דאַכט זיך, דווקא מיט דעם, וואָס די שטאָט פֿאַרנעמט דעם אייגנאַרטיקן מצבֿ צווישן לענדער און קולטורן. אַ קהילה אויף דעם מיזרח־דרומדיקן ראַנד פֿון דער אַמאָליקער ליטוואַקישער וועלט, איז רעטשיצע פֿון תּמיד אָן געשטאַנען אין נאָענטע קאָנטאַקטן מיט אוקראַיִנע. דער טײַך דניעפּער האָט פֿאַרבונדן רעטשיצע מיט קיִעוו און דרום.
צווישן די רעטשיצער "גבֿירים" איז געווען מאַרקוס קאַגאַן, וועלכער איז באַקאַנט געוואָרן אין דער העברעיִשער ליטעראַטור אונטער דעם נאָמען מרדכי בן־הילל הכּהן. אין זײַן מאַיאָנטעק לעבן רעטשיצע, וווּ ער האָט געהאַט אַ זעגמיל, האָבן פֿאַרבראַכט זומער־וואַקאַציעס אַזעלכע באַרימטע מענטשן ווי שמעון דובנאָוו, שלום־עליכם און אַחד־העם. דווקא דאָ, זיצנדיק אויפֿן ברעג פֿונעם דניעפּער, האָט דובנאָוו אַנטפּלעקט פֿאַר זיך די מיסטישע טבֿע פֿון נאַטור, וואָס איז שפּעטער געוואָרן פֿאַר אים אַ מין רעליגיע.
די שטילע שיינקייט פֿון דער פּאָלעסיער נאַטור מאַכט נאָך שרעקלעכער די געשיכטע פֿונעם חורבן, וואָס איז באַשריבן אינעם בוך מיט אַ סך פּרטים. דער כּוח פֿונעם בוך קומט פֿון דעם רײַכן און פֿילזײַטיקן מאַטעריאַל, וואָס דער מחבר האָט צונויפֿגעבראַכט פֿון פֿאַרשידנאַרטיקע געשריבענע און בעל־פּהיִקע מקורים אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן. די ייִדישע געשיכטע איז געווען תּמיד ענג איבערגעפֿלאָכטן מיט דער געשיכטע פֿון די אַרומיקע פֿעלקער, און דאָס בוך מאַכט עס בולט קלאָר. דאָס בוך איז געבויט לויטן כראָנאָלאָגישן סדר, מיט באַזונדערע קאַפּיטלען געווידמעט דעם עקאָנאָמישן לעבן פֿון רעטשיצע, דער דעמאָגראַפֿישער סטאַטיסטיק, ווי אויך די באַרימטע יחידים, וואָס שטאַמען פֿון דער שטאָט.
די גרונטיקע פֿאָרשונג פֿון אַלבערט קאַגאַנאָוויטש געהערט צו דער וואַקסנדיקער ביבליאָטעק פֿון רוסיש־שפּראַכיקער ליטעראַטור וועגן ייִדישער קולטור און געשיכטע. די צרה איז, וואָס די דאָזיקע ביכער, וואָס ווערן אָפֿטמאָל פֿאַרעפֿנטלעכט אין קליינע פֿאַרלאַגן, צומאָל אַפֿילו אויפֿן מחברס אייגענעם חשבון, בלײַבן ניט צוטריטלעך פֿאַרן ברייטערן אינטערנאַציאָנאַלן עולם. עס איז שוין געוואָרן דרינגענדיק נייטיק, אַז עפּעס אַן אַמעריקאַנער פֿאַרלאַג זאָל נעמען אויף זיך די טירחה פֿון באַקענען די וועלט מיט די דאָזיקע וויכטיקע שטודיעס.