איך ווייס ניט צי איר האָט עס באַמערקט, אָבער אין פֿראַנקרײַך האָט זיך לעצטנס געטאָן חושך. הונדערטער טויזנטער מענטשן האָבן דעמאָנסטרירט און געסטרײַקט, ווײַל דער פּאַרלאַמענט האָט באַטראַכט (און שוין כּמעט אָנגענומען) אַ געזעץ וועגן אַריבערטראָגן אויף צוויי יאָר שפּעטער דעם עלטער, ווען אַרבעטנדיקע פֿראַנצויזן קענען פּענסיאָנירט ווערן. איצט איז דער עלטער דאָרטן 60 יאָר, בעת דער נײַער געזעץ פֿאַרלענגערט עס ביז 62 יאָר. (מע קען די פֿראַנצויזן סײַ-ווי-סײַ מקנא זײַן — אין אַ סך לענדער, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קען מען נאָר חלומען וועגן אַזאַ לוקסוס פֿאַר עלטערע מענטשן.) אין פֿראַנקרײַך, ווי אין דער גאַנצער ציוויליזירטער וועלט, לעבט מען דורכשניטלעך אַלץ לענגער, און די מלוכה קען פּשוט ניט האַלטן אויף קעסט אַזאַ ריזיקן פּענסיאָנירטן עולם.
אָבער ביז דער פּענסיע דאַרף מען נאָך דערלעבן. דעם דאָזיקן טיפֿן געדאַנק האָב איך די טעג צופֿעליק אונטערגעהערט אין אַ רוסישן ביכער-געשעפֿט, וואָס געפֿינט זיך אין ברײַטאָן-ביטש. דעם פֿילאָסאָף גופֿא האָב איך ניט געזען, ווײַל ער האָט זיך געגריבלט אין אַן אַנדער ריי פּאָליצעס; דאָרטן וווּ עס זײַנען געשטאַנען ביכער וועגן געזונט. אָבער איך האָב געהערט, ווי דער דאָזיקער מאַנצביל האָט מיט עמעצן גערעדט אויף אַ מאָבילקע, דערקלערנדיק אַז ער זוכט ביכער וועגן אַ געזונטער דיעטע, אַזאַ וועלכע וואָלט אים געגעבן אַ מעגלעכקייט צו דערלעבן ביזן פּענסיע-עלטער.
אין ברײַטאָן-ביטש איז עס טאַקע אַן אָנגעווייטיקטע פֿראַגע. די זאַך איז אַז די רוסישע, אָדער רוסיש-ייִדישע, דיעטע טוט אַלץ, כּדי דער מענטש זאָל זיך לאַנג ניט פֿאַרהאַלטן אויף דער ליכטיקער וועלט. ניט אין גאַנצן צופֿעליק לויפֿט ניט דער ניט-רוסישער עולם אין די רוסישע רעסטאָראַנען. דאָס הייסט, אַז מע כאַפּט זיך יאָ אַרײַן פֿון מאָל צו מאָל, אויף טשיקאַוועס, אָבער רעגולער גייט מען, בדרך-כּלל, ניט אַהין. פֿאַר וואָס? ווײַל מע וויל לעבן, מע וויל זײַן אין אַ גוטער פֿיזישער — און געאָמעטרישער — פֿאָרעם. איך ווייס עס פֿון מײַן אייגענער דערפֿאַרונג, מחמת איך לעב דאָך חדשים-לאַנג אין ברײַטאָן-ביטש. יאָ, איך האָדעווע זיך טאַקע דאָרטן, אָבער אין די בערג פֿון פֿעטער אַכילה קלײַב איך אויס נאָר געציילטע מאכלים.
צוריק גערעדט, אפֿשר איז עס אַלץ אַ פּוסטע טירחה — די אַלע דיעטעס, מיין איך. וויפֿל מענטשן האָבן, למשל, געגלייבט באמונה-שלמה אין דער דיעטע פֿון מישעל מאָנטיניאַק! ער האָט דאָך געהאַט געשאַפֿן אַ גאַנצע דיעטישע אימפּעריע, מיט ביכער, רעסטאָראַנען וכ׳. און דער סוף איז געווען אַז ער אַליין האָט ניט דערלעבט ביז 66 יאָר, געשטאָרבן דעם 22סטן אויגוסט. אמת, טענהן אייניקע, אַז ער איז געווען פּונקט אַזאַ שאַרלאַטאַן, ווי ס׳רובֿ אַנדערע שאַפֿער פֿון כּלערליי דיעטעס. כאָטש זײַן אידעע, אַז ס׳איז ניט זייער וויכטיק וויפֿל דער מענטש עסט, נאָר אַ סך וויכטיקער וואָס מע עסט, איז מיר זייער צום האַרצן. מײַן ווײַב האָט פֿון אייניקע עלעמענטן פֿון מאָנטיניאַקס דיעטע און פֿון איר אייגענעם שׂכל-הישר צונויפֿגעשטוקעוועט אַן אייגענע מעטאָדע, פֿאַר זיך און פֿאַר מיר, און מע דאַרף זאָגן, אַז עס האָט פּעולה. אַזוי, יעדנפֿאַלס, דאַכט זיך אונדז ביידע, און דעם געוויכט אונדזערן דאַכט זיך אַזוי אויך.
מיט אַ חודש צוריק האָב איך זיך ממש געגרויסט מיט מײַן פֿאָרעם, אָנקוקנדיק ווי אַנדערע לײַט האָבן זיך געמאַטערט מיט שרעקלעכע דיעטישע פּייניקונגען. אַזאַ זכיה האָב איך געהאַט אין לאַטוויע, בײַם ים. אין דעם האָטעל, וווּ מיר זײַנען געווען, איז געווען אויך אַ מין סאַנאַטאָריע. האַלב אומזיסט, אין גאַנצן פֿאַר 2,000 דאָלאַר, באַקומט מען דאָרטן אין משך פֿון אַ וואָך אַ מעגלעכקייט דורכצוגיין אַ מעדיצינישע אויספֿאָרשונג, וועלכע באַשטימט אַן אינדיווידועלע דיעטע. דערווײַל האָדעוועט מען זיי מיט אַזעלכע זאַכן (איך האָב עס געזען פֿון מײַן ניט-דיעטישן טיש), אַז אָן טרערן איז אויף דעם אַלץ געווען שווער צו קוקן. ס׳רובֿ קונים קומען אַהין פֿון מאָסקווע, און לויט זייערע בײַכער זעט מען זייער גוט דעם עפֿעקט פֿון דער "רוסישער קיך".
אַ סבֿרא, אַז אין רוסלאַנד וועט הײַיאָר זײַן נאָך שווערער מיט ניט-געפֿערלעכע מאכלים. למשל, רעטשקע, אַ וויכטיקער קאָמפּאָנענט פֿון געזונטן עסן, איז לעצטנס געוואָרן צוויי צי דרײַ מאָל טײַערער. מע פֿאַרבינדט עס מיט דער שטאַרקער טריקעניש, און אַפֿילו ניט אַזוי מיט דעם קלענערן גערעטעניש, ווי מיט דער פּאַניק, וואָס האָט זיך פֿאַרשפּרייט צווישן דער רוסישער באַפֿעלקערונג. טײַערער איז געוואָרן ניט נאָר רעטשקע. די פּרײַזן אויף עסנוואַרג זײַנען אויסגעוואַקסן אויך אין אַנדערע לענדער.
אָבער לאָמיר זיך אומקערן צו די פֿראַנצויזישע פּראָטעסטן. מאָנטיניאַק איז פֿונדעסטוועגן אַוועק פֿון לעבן אַ סך פֿריִער, ווי דאָס איז באַשערט אַ דורכשניטלעכן בירגער פֿון פֿראַנקרײַך. אין דער רשימה, וואָס איז אַרויסגעשטעלט אויף דעם וועב-זײַטל פֿון "סי-אײַ-איי", געפֿינט זיך פֿראַנקרײַך אויפֿן אַכטן אָרט און האָט דעם אַריכות-ימים-שאַץ 80.98 יאָר. די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז אויפֿן 49סטן אָרט; אַמעריקאַנער לעבן דורכשניטלעך 78.11 יאָר. רוסלאַנד איז אויפֿן 162סטן אָרט; דאָרטן דערציט מען ביז 66.03 יאָר. וואָס בין איך אויסן? כ׳בין אויסן, אַז די פֿראַנצויזן קענען אַרבעטן ביז 62 יאָר. עס וועט זיי ניט שאַטן.