- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ חזיר, ווי באַוווּסט, איז נישט מער ווי אַ בהמה, וואָס איז טריף־פּסול סײַ לויט דעם ייִדישן גלויבן און סײַ לויטן מוסולמענישן. ווען מע וויל באַליידיקן אַ ייִד, וואַרפֿט מען אים אונטער אַ חזיר; און דאָס זעלבע קומט פֿאָר, ווען מע וויל אָנרירן די רעליגיעזע געפֿילן בײַ אַ מוסולמענער. יעדער איינער פֿון אונדז האָט אַוודאי נישט איין מאָל צוגעזען, אין אַ שטורעמדיקן האַרבסטיקן טאָג, ווי אַ בלעטל, אַ פּאַפּירל ראַנגלט זיך אומבאַהאָלפֿן מיטן ווינט, ווערט געטראָגן פֿון אים אַרויף און אַראָפּּ, און צענדליקער מענטשן יאָגן זיך נאָך אים מיט אויסגעצויגענע הענט; יעדער איינער וויל עס כאַפּן, מיינענדיק ווער ווייס וואָס אַזוינס דאָס פּאַפּירל פֿאַרמאָגט אין זיך אָדער שטעלט מיט זיך פֿאָר. און דאָס פּאַפּירל אַנטלויפֿט און לאָזט זיך צומאָל אַוועק מיטן ווינט און גייט פֿאַרלוירן אין די ווײַטענישן. מאַנכע מאָל ווערט עס אַרײַנגעשלעפּט אין אַ ווירבלווינט, דרייט זיך אַרום זיך, אַרום זײַן אייגענער אַקס און פֿאַלט צום סוף אַראָפּ צעקנייטשט און אויסגעמוטשעט פֿון דעם ווינטיקן געראַנגל — אַזוי ווי אַ געלער בלאַט וואָס פֿאַלט אַראָפּ פֿון אַ האַרבסטיקן בוים אין אַ האַרבסטיקן טאָג אונטער די צעטרעטנדיקע פֿיס פֿון אַ צופֿעליקן פאַרבײַגייער. דאָס יאָר האָט דער "קלעזקאַנאַדע-פֿעסטיוואַל", וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 16טן ביזן 22סטן אויגוסט, 2010, אין די לאָרענשאָן־בערג, אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל, אַרײַנגענומען אַ רײַכע פּראָגראַם. למשל, פֿון אייראָפּע איז געקומען אַ גרופּע פֿון אַכט מוזיקער, וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר דעם "אַנדערע אייראָפּעער־פּראָיעקט". דאָס איז אַ געמיש פֿון רומענישע, אוקראַיִנישע, ציגײַנערישע און ייִדישע מוזיקער, וואָס שפּילן צוזאַמען שוין צוויי יאָר אונטערן אויפֿזע פֿון אַלען בערן. אין גיכן וועט מען אַרויסלאָזן אַ פֿילם וועגן די צווישן־קולטורעלע פֿאַרבינדונגען פֿון די מוזיקער, און דערבײַ הערן ווירטואָזע מוזיק. הײַנט צו טאָג איז שלום־עליכם באַקאַנט דער ברייטערער לייענערשאַפֿט, דער עיקר, אין איבערזעצונגען. זײַנע ייִדישע ווערק זײַנען צוטריטלעך בלויז פֿאַרן שמאָלן קרײַז פֿון ייִדישע פֿאָרשער, און אַפֿילו זיי מוזן זיך באַנוצן מיט כּלערליי ווערטערביכער און לעקסיקאָנען, כּדי צו דערגיין צו דעם ריכטיקן מיין פֿון די טעקסטן. דער דאָזיקער טעזיס איז געווען דער אויסגאַנג־פּונקט פֿון דער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אין אָקספֿאָרד, געווידמעט דעם ענין פֿון איבערזעצן שלום־עליכמס ווערק אויף די אייראָפּעיִשע שפּראַכן. פֿישל־יהושע שניאורסאָן (1887—1956) האָט געהערט צו יענעם אייגנאַרטיקן מין ייִדישע אינטעלעקטואַלן און קינסטלער, וואָס זײַנען געווען טעטיק אויף פֿאַרשידענע געביטן; געשריבן אין פֿאַרשידענע שפּראַכן און געלעבט אין פֿאַרשידענע לענדער. אפֿשר דווקא דערפֿאַר האָט מען וועגן זיי אַזוי גיך פֿאַרגעסן אין אונדזער צײַט, ווען די וועלט האָט אַן אינטערעס קודם־כּל אין אַ קלאָרער "אידענטיטעט". מענטשן ווי שניאורסאָן זײַנען פּשוט צו קאָמפּליצירט פֿאַרן הײַנטיקן קוקווינקל, ווײַל זיי לאָזן זיך ניט אַרײַנפּאַסן אין קלאָרע און אידעיִש־אויסגעהאַלטענע קאַטעגאָריעס פֿון "פֿרומקייט" און "וועלטלעכקייט", "וויסנשאַפֿט" און "קונסט", "נאַציאָנאַליזם" און "קאָסמאָפּאָליטיזם". "כּי תבֿוא אל האָרץ" — ווען איר וועט זיך באַזעצן אין ארץ-ישׂראל, זאָלט איר ברענגען די ערשטע פּירות פֿון אײַער גערעטעניש צו אַ כּהן, כּדי צו באַדאַנקען דעם באַשעפֿער פֿאַר דעם, וואָס ער האָט באַפֿרײַט די ייִדן פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ און געבראַכט זיי אינעם "לאַנד פֿול מיט מילך און האָניק". אין דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטישער ליטעראַטור טרעפֿט מען אָפֿט זאַמלונגען פֿון פֿאָלקסלידער, וואָס די זאַמלערס האָבן אַרײַנגעשיקט פֿון פֿאַרשיידענע ערטער איבער מיזרח־אייראָפּע. אַמאָל, אָבער זעלטענער, ווערט געדרוקט אַ זאַמלונג פֿון איין שטעטל, אָדער אַפֿילו פֿון איין זינגער פֿון אַ שטעטל. לאָמיר אַ קוק טאָן אויף די קלאַסישע אַנטאָלאָגיעס און זען פֿון וואַנען די לידער האָבן געשטאַמט. ש. גינזבורג און פּ. מאַרעקס זאַמלונג "ייִדישע פֿאָלקסלידער אין רוסלאַנד", וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין 1901, איז געווען די ערשטע וויכטיקע אויסגאַבע. אין 1898 האָבן די צוויי רעדאַקטאָרן פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אויפֿרוף צו זאַמלען פֿאָלקסלידער. פֿופֿציק "קאָרעספּאָנדענטן" האָבן אַרײַנגשיקט לידער צו די צוויי רעדאַקטאָרן. מיט 110 יאָר צוריק, דעם 12טן אויגוסט 1900, איז געשטאָרבן וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו — אַ גרויסער רוסישער פֿילאָסאָף, פּאָעט, קריסטלעכער טעאָלאָג, פּובליציסט און ליטעראַטור־קריטיקער. אין דער ייִדישער וועלט איז ער צום מערסטן באַקאַנט ווי אַ גרויסער באַשיצער פֿון ייִדן און זייערע בירגער־רעכט. סאָלאָוויאָווס לעבן איז געווען טיף פֿאַרבונדן מיט ייִדן. די רוסישע גלחים האָבן אין יענער צײַט כּסדר געפּריידיקט, אַז די ייִדן זענען די "פֿאַרשאָלטענע קינדער פֿונעם שׂטן". ווי אַ זעלטענער אויסנאַם, האָט סאָלאָווויאָוו ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן געקעמפֿט קעגן אַנטיסעמיטיזם; אַפֿילו אויפֿן טויטן־בעט, אויסגעמאַטערט פֿון דער סכּנותדיקער מחלה, האָט ער געזאָגט תּהילים אויף העברעיִש לטובֿת דעם ייִדישן פֿאָלק. אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז הײַיאָר האָב איך דעם 12טן אויגוסט — די יאָרצײַט נאָך די פֿירנדיקע טוער פֿון דעם סאָוועטיש־ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט — כּמעט דעם גאַנצן טאָג פֿאַרבראַכט אין דעם "פּאָליטישן אַרכיוו" בײַם אויסערן־מיניסטעריום פֿון דײַטשלאַנד. איך האָב לאַנג זיך געקליבן עס צו טאָן (גאָר ניט אומבאַדינגט אין אויגוסט), ווײַל איך האָב געוווּסט, אַז דאָרטן ליגן פּאַפּירן פֿון פּראָפֿעסאָר מאָריץ זאָבערנהײַם (1872—1933), וואָס האָט זינט 1918 ביז 1933 געאַרבעט בײַם אויסערן־מיניסטעריום ווי אַן עצה-געבער אין ייִדישע ענינים. אַ פֿעיִקער ייִדיש־דײַטשישער סעמיטאָלאָג און אַן אַקטיווער טוער אין ייִדישע קרײַזן, איז זאָבערנהײַם גלײַכצײַטיק געווען אַ דײַטשישער פּאַטריאָט און, דאַכט זיך, קיין גרויסע סתּירות ניט געזען אין דינען ביידע — ייִדישע און דײַטשישע — אינטערעסן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס ביז 1933 איז עס באַזונדערס שווער ניט געווען. אַז איך גיי מיט מײַן חבֿרטע, ליליען, יעדן טאָג אין דער פֿרי — אַרום זעקס זומער און זיבן אַזייגער די רעשט פֿון די סעזאָנען — ווייסט איר דאָך שוין. אָבער אַזוינס, וואָס האָט זיך געטראָפֿן נעכטן אויף אונדזער טעגלעכן שפּאַציר, איז געווען ממש אומגלייבלעך. בדרך־כּלל, דרייען זיך דאָ אַרום מענטשן מיט הינט: מ׳צאַצקעט זיך מיט זיי, מ׳פּילנעוועט זיי ווי אַן אייגן קינד. אָבער קיינער קוקט זיך נישט אום אויף אַ היימלאָזן מענטש, וואָס לעבט אין אונדזער פּאַרק, שלאָפֿט אין אונדזער פּאַרק און איז אַרומגערינגלט מיט אַ אײַנקויף־וועגעלע, וווּ עס שטעקן אַרויס אַלטע געשיר, צונויפֿגעדרייטע שמאַטעס, אַ פֿלעשעלע וואַסער און אַ קאָלדרע. מײַן חבֿרטע ליליען דערציילט מיר דערווײַל, אַז דורך דער צײַט וואָס איך בין נישט דאָ — ס׳הייסט, אין די זומער־ און ווינטער־חדשים — האָט זיך דער מענטש באַזעצט אין פּאַרק, לעבן אונדזער הויז. מאָדנע און, אַ פּנים, וויכטיקע פּראָצעסן קומען פֿאָר אין די באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און ווײַסרוסלאַנד. ס׳איז גאָר ניט קלאָר, צי ווײַסרוסלאַנד איז בכּוח אויסצולעבן עקאָנאָמיש אָן דער שטיצע, וועלכע די מדינה באַקומט פֿון רוסלאַנד, דער עיקר — דורך נידעריקע פּרײַזן אויף נאַפֿט און גאַז. די דאָזיקע שטיצע האָט ווייניק צו טאָן מיט אַלטרויִזם. רוסלאַנד נייטיקט זיך אין דעם ווײַסרוסישן דרך פֿאַר זײַן עקספּאָרט פֿון נאַפֿט און גאַז אין אייראָפּע. ווײַסרוסלאַנד איז ניט ווייניקער, און אפֿשר אַפֿילו מער, וויכטיק פֿאַר רוסלאַנד ווי די "ברידערלעכע מדינה", וווּ מע רעדט די זעלבע שפּראַך און וווּ, בכלל, די גאַנצע קולטור איז זייער ענלעך אויף דער רוסישער. דער רעמאָנט פֿון "הבימה", אין דעם נאַציאָנאַלן ישׂראל־טעאַטער גייט אָן דראַמעס. אין דער אמתן, איז עס מער ווי אַ רעמאָנט — ס׳איז אַן איבערבוי, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אפֿשר מיט פֿינף יאָר צוריק און ווען מ’גייט דאָרט אַדורך — טוט אַ קלעם בײַם האַרצן; ס’איז נאָך אַלץ ווײַט פֿון סוף. שפּילט מען טעאַטער וווּ מע קען, איבער דער גאַנצער שטאָט; און ווען דער ספּעקטאַקל איז נישט אַזוי צום האַרצן — איז דאָ אויף וועמען אַרויפֿצוּוואַרפֿן די שולד: אויפֿן רעמאָנט, נאַטירלעך. |