עדוואַרד קאַגאַנסקי (רעכטס) און יאָסל פּאָלאַק, צוויי קלעזמאָרים פֿון בעסאַראַביע, האָבן געלערנט מיט די ייִנגערע דורות אין "קלעזקאַנאַדע" |
דאָס יאָר האָט דער "קלעזקאַנאַדע-פֿעסטיוואַל", וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 16טן ביזן 22סטן אויגוסט, 2010, אין די לאָרענשאָן־בערג, אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל, אַרײַנגענומען אַ רײַכע פּראָגראַם. למשל, פֿון אייראָפּע איז געקומען אַ גרופּע פֿון אַכט מוזיקער, וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר דעם "אַנדערע אייראָפּעער־פּראָיעקט". דאָס איז אַ געמיש פֿון רומענישע, אוקראַיִנישע, ציגײַנערישע און ייִדישע מוזיקער, וואָס שפּילן צוזאַמען שוין צוויי יאָר אונטערן אויפֿזע פֿון אַלען בערן. אין גיכן וועט מען אַרויסלאָזן אַ פֿילם וועגן די צווישן־קולטורעלע פֿאַרבינדונגען פֿון די מוזיקער, און דערבײַ הערן ווירטואָזע מוזיק.
נישט אַלע מעלות פֿון דער וואָך האָט מען פּלאַנירט פֿאָרויס — דער אַקאָרדיאָניסט עדוואַרד קאַגאַנסקי פֿון בעסאַראַביע, האָט פֿאַרבעטן זײַן אַלטן קלאַרנעטיסט, יאָסל פּאָלאַק, הײַנט אַ תּושבֿ פֿון ישׂראל, צו קומען ווי אַן אָנטיילנעמער (ס'איז געווען צו שפּעט צו קומען ווי אַ לערער). האָט ער זיך נישט געפֿוילט און געקויפֿט אַ פֿליבילעט קיין קאַנאַדע, און איז געוואָרן די גרויסע "אַנטדעקונג" פֿון דער אונטערנעמונג. די צוויי מוזיקער זענען אויפֿגעטראָטן ווי אַ טייל פֿונעם "Discovery"־פּראָיעקט, וואָס ווערט אָנגעפֿירט פֿונעם מוזיקער ד״ר הענקוס נעצקי ווי אַ בשותּפֿותדיקע פּראָגראַם פֿונעם "נאַציאָנאַלן ייִדישע ביכער־צענטער" און "קלעזקאַנאַדע". אַגבֿ, האָט דער דאָזיקער פּראָיעקט געפֿונען אויסערגעוויינטלעכע מענטשן מיט רײַכע געשיכטעס, אָפֿט פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור. גיט אַ קוועטש: http://www.yiddishbookcenter.org/exhibits/18
מען האָט אויך געשטעלט הײַיאָר דעם טראָפּ אויף קאַנאַדער ייִדישער געשיכטע און קולטור. סימאָר מיין, אַ באַקאַנטער קאַנאַדער פּאָעט און איבערזעצער פֿון ייִדישער פּאָעזיע אויף ענגליש, האָט געהאַלטן אַ וואַרשטאַט וועגן ייִדישער פּאָעזיע און אירע ווערק. פּראָפֿ׳ מרים אײַזיקס האָט דערציילט וועגן דער ייִדישער קהילה אין מאָנטרעאָל, און וועגן די אָרטיקע ייִדישע שרײַבער — רחל קאָרן, יהודה עלבערג און חוה ראָזענפֿאַרב.
די יערלעכע "שׂרה ראָזענפֿעלד־אָנדענק־לעקציע" האָט אײַזיקס געגעבן אויף דער טעמע, "הינטערגעסלעך און פּאַרק־בענק פֿון ייִדיש־מאָנטרעאָל", אין וועלכער זי האָט באַשריבן אירע קינדער־יאָרן, די ייִדיש־רעדנדיקע סבֿיבֿה צווישן דער שארית־הפּליטה, וווּ זי איז אויפֿגעוואַקסן. זי האָט אויך באַרירט די באַציִונגען צווישן דער פֿראַנצייזיש־רעדנדיקער באַפֿעלקערונג און די ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן. אײַזיקס איז געגאַנגען אין אַ פּראָטעסטאַנטישער שול, וווּ מער ווי אַ העלפֿט פֿון די תּלמידים און לערערס זענען געווען ייִדן. אָבער, פֿון דעסטוועגן, האָט מען יעדן אין דער פֿרי געזונגען דאָס בריטישע נאַציאָנאַלע ליד "גאָט באַשיצט די מלכּה".
צווישן די אַנדערע וואַרשטאַטן איז כּדאַי צו דערמאָנען דעם קלאַס פֿון שאַפֿן נײַע לידער און זינגען אויף ייִדיש — מיט די לערערס מרים־חיה סגל און פֿאַביאַן שנעדלער. דער פּעדאַגאָג, ניקאָלײַ באָראָדולין, האָט געלערנט מיטן קליינוואַרג אַלטע און נײַע ייִדישע קינדער־שפּילן, און פֿרײַטיק־צו־נאַכטס אָנגעפֿירט מיט אַ קבלת־שבת פּראָגראַם אויף ייִדיש מיט געזאַנג.
איך האָב געהאַלטן דרײַ לעקציעס וועגן דער ייִדישער סבֿיבֿה אויף דער אַמאָליקער איסט־סײַד, לכּבֿוד דעם 150סטן געבוירן־יאָר פֿונעם ערשטן "פֿאָרווערטס"־רעדאַקטאָר, אַב. קאַהאַן. אַגבֿ זענען עטלעכע מענטשן צוגעקומען נאָך דער לעקציע און מיר דערציילט, וועגן דעם "פֿאָרווערטס" אין זייער משפּחה. איין פֿרוי האָט זיך דערמאָנט ווי דער "פֿאָרווערטס"־רעפּרעזענטאַנט פֿלעג קומען איין מאָל אַ יאָר צו זיי אין שטוב אין אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל פֿון לאַנד, זיי צוהעלפֿן אַבאָנירן די צײַטונג. מע האָט אים שוין פֿאַרבעטן צו בלײַבן און עסן מיטיק, און ער האָט פֿאַרברענגט דעם גאַנצן טאָג בײַ זיי.
אין די פֿרימאָרגנס, פֿאַר פֿרישטיק, האָבן מיר זיך געלאָזט אויף אַ נאַטור־שפּאַציר אין די וועלדער, און די גרופּע האָט געזונגען ייִדישע שפּאַציר־ און יוגנט־לידער. מע האָט זיך אויסגעלערנט די ייִדישע נעמען פֿון ביימער און בלומען, באַניצנדיק זיך מיט מרדכי שעכטערס באָטאַנישער טערמינאָלאָגיע. עס האָבן זיך באַטייליקט גוטע מבֿינים פֿון דער נאַטור, וועלכע האָבן געקענט אויך די לאַטײַנישע נעמען און אַ סך אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן די געוויקסן. למשל, האָט איר געוווּסט, אַז דאָס וואָרט "בוך" האָט אַן עטימאָלאָגישע שײַכות מיטן ׳בוק׳נבוים? די ערשטע טעקסטן האָט מען געשריבן אויפֿן האָלץ פֿון דעם בוים.
צווישן די אָנטיילנעמער אויף דעם שפּאַציר, איז געווען הירש פּערלאָף, אַן ענגלענדער, וואָס האָט צוזאַמענגעשטעלט אַ האַנטביכל פֿון פֿייגל־נעמען אויף ייִדיש. ער איז געבוירן געוואָרן אין אַ קליין שטעטל, היטשען, לעבן לאָנדאָן, וווּ זײַנע עלטערן זענען אַנטלאָפֿן ווען די דײַטשן האָבן אָנגעהויבן צו באָמבאַרדירן לאָנדאָן, בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. זײַנע טאַטע־מאַמע זענען אויך געווען געבוירענע אין ענגלאַנד און קיין ייִדיש האָט ער נישט געהערט אין דער היים, אַ חוץ די פֿאַרשפּרייטע גראָבע ווערטער. "ווען איך האָב געוווינט אין ניו־יאָרק אין די 1980ער און 1990ער, יאָרן האָב איך געזען אַ פּלאַקאַט וועגן די ייִוואָ־ייִדיש־קורסן אין דער שטאָטישער ייִדישער ביבליאָטעק. נאָכן ייִוואָ־קורס האָב איך ווײַטער זיך געלערנט אינעם ׳אַרבעטער־רינג׳, און ייִדיש איז פֿאַר מיר געוואָרן אַ לײַדנשאַפֿט", דערציילט ער.
נאָך אַ לײַדנשאַפֿט פֿון פּערלאָפֿן איז געווען אויסצוזוכן זעלטענע פֿייגל פֿון דער וועלט. ער איז געפֿאָרן אויף נסיעות, אָנהייבנדיק פֿון די 1960ער יאָרן, איבער אַלע קאָנטינענטן צו אַנטדעקן פֿאַרשידענע פֿייגל. סוף־כּל־סוף, האָט ער געקענט קאָמבינירן די צוויי לײַדנשאַפֿטן ווען אַ לערערין אין אַ ייִדיש־קלאַס האָט אים פֿאָרגעלייגט צו געפֿינען פֿייגל־נעמען אויף ייִדיש פֿאַר אַ סוף־זמן־פּראָיעקט. קיין סך פֿייגל־נעמען האָט ער נישט געפֿונען אין דער ליטעראַטור, און נאָר געציילטע אין די אַמאָליקע לערנביכער. ער באַטאָנט, אַז "די פּראָבלעם אין ייִדיש וואָס שייך פֿייגל־נעמען, באַשטייט אין דעם, וואָס מע האָט געניצט די אַלגעמיינע נעמען, אָבער נישט די מער ספּעציפֿישע פֿייגל־נעמען. למשל, מע האָט געקענט דעם נאָמען — ׳שוואַלב׳ — אָבער עס זענען דאָך דאָ אַ סך מינים שוואַלבן — בלויער שוואַלב, שטוב־שוואַלב אאַ״וו. עס זענען פֿאַראַן אויך פֿאַרשיידענע שוואַלבן אין אַמעריקע, מער ווי אין אייראָפּע." האָט ער אַליין צוגעגעבן ווערטער אויסצודריקן די ספּעציפֿישקייט פֿון די פֿאַרשיידענע שוואַלבן.
הירש פּערלאָף האָט אויך געהאָלפֿן אַרויסצוגעבן דעם דאָקומענטאַר־פֿילם "מאַמע־לשון, קינדער־לשון", וועגן ייִדיש אין מדינת־ישׂראל. ווען ער האָט געוווינט אין ישׂראל, האָבן צוויי פֿון זײַנע אַמאָליקע לאָנדאָנדער חבֿרים אים געבעטן צו שטיצן דעם פֿילם וועגן ייִדיש אין ישׂראל. ער האָט מסכּים געווען, אָבער מיטן תּנאַי, אַז אין פֿילם זאָל מען רעדן נאָר ייִדיש, און אין דעם פּרט, צייכנט זיך אויס "מאַמע־לשון, קינדער־לשון". אין גיכן וועט מען קענען קויפֿן דעם ווידעאָ־קאָמפּאַקטל.
"קלעזקאַנאַדע" ציט צו סטודענטן פֿון דער גאַנצער וועלט און איז וויכטיק, ווײַל, בעת דער וואָך, באַקענען זיך יונגע־לײַט מיט דער ייִדישער שפּראַך, קולטור און מוזיק. ד״ר חיים און סאַנדי גאָלדמאַן, די הויפּט־אָרגאַניזאַטאָרן, טראַכטן שוין וועגן דער פּראָגראַם אויף איבער אַ יאָר און ווי אַזוי זי צו פֿאַרבעסערן און פֿאַרשענערן. קיין סך דאַרף מען נישט בײַטן...
די מוזיקער פֿון "קלעזקאַנאַדע" באַגריסן דעם שבת מיט אַ מאַרש אויף צוריק; אַ טראַדיציע וואָס שטאַמט פֿון אַ רומעניש שטעטל |