- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אַ חזיר, ווי באַוווּסט, איז נישט מער ווי אַ בהמה, וואָס איז טריף־פּסול סײַ לויט דעם ייִדישן גלויבן און סײַ לויטן מוסולמענישן. ווען מע וויל באַליידיקן אַ ייִד, וואַרפֿט מען אים אונטער אַ חזיר; און דאָס זעלבע קומט פֿאָר, ווען מע וויל אָנרירן די רעליגיעזע געפֿילן בײַ אַ מוסולמענער. אַ חזיר, אויסגעפּוצט אין אַן אַראַבישער קופֿיע, אָדער אין אַ ייִדישער יאַרמלקע גיט באַלד צו פֿאַרשטיין, וואָס און וועמען מע וויל דאָ באַליידיקן. אויף אַזאַ אופֿן קאָן מען זייער גרינג דערנידעריקן אַ גאַנצע עדה און אַפֿילו אַ פֿאָלק. אין דעם פּרט פֿאַראייניקט דער חזיר די צוויי גלויבנס — אַ ביטערער פּאַראַדאָקס פֿון דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט. און אויב די מוסולמענער שטויסן זיך אין דער חזירײַ אָן די לעצטע יאָרן, זינט ס'האָט זיך צעבושעוועט דער איסלאַמישער טעראָריזם, האָבן די ייִדן צו טאָן מיט דעם שוין צוויי טויזנט יאָר. דאָס אויסגעפּרוּווטע געווער פֿון מענטשנהאַס האָט די וואָך אויסגעשאָסן אין קאָוונע. דהײַנו: אַ חזיר־קאָפּ מיט אַ מגן־דוד, אויסגעשניטן אויפֿן שטערן, איז איבערגעלאָזט געוואָרן בײַ דער טיר פֿון דער אָרטיקער שיל. דער מנין מתפּללים, וואָס האָט אין יענעם טאָג געדאַוונט מינחה, האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם נאָך אַ טעלעפֿאָן־קלינג, אַז עפּעס ליגט דאָרט בײַם אַרײַנגאַנג. פֿאַרשטייט זיך, אַז באַלד קומט אין קאָפּ — אַ באָמבע! ווען די פּאָליציי איז געקומען, האָט זיך אָבער אַנטפּלעקט די גאַנצע חזירײַ: צו באַטאָנען פּינקטלעך, וועמען מע מיינט מיט דעם "קאָפּ", האָט מען אויף אים אָנגעטשעפּעט אַ חסידישן הוט מיט פּאות. ליטע טיילט זיך הײַנט אויס מיט אירע אַנטיסעמיטישע און קסענאָפֿאָבישע מעשׂים. די פּאַראַדן פֿון די ליטווישע נאַציאָנאַליסטן אונטער די לאָזונגען: "ליטע פֿאַר ליטווינער!" און "ייִדן, פֿאַרנעמט זיך!" — זײַנען געוואָרן אַ טייל פֿון דער פּאָליטישער לאַנדשאַפֿט אין דעם אומאָפּהענגיקן אייראָפּעיִשן לאַנד. ווער זשע זײַנען זיי, די איצטיקע ליטווישע נאַציאָנאַליסטן? בלי־ספֿק, זײַנען זיי די יורשים פֿון יענע ליטווישע "פּאַרטיזאַנער", וועלכע האָבן במשך פֿון עטלעכע טעג, פֿון יוני 24 ביז יוני 30, 1941, אויסגעהרגעט אין קאָוונע בערך 4 טויזנט ייִדן. די פּאָגראָמען אין קאָוונע זײַנען אויסגעבראָכן אויפֿן הינטערגרונט פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם אויפֿשטאַנד קעגן דעם סאָוועטישן רעזשים. בראָש פֿון דעם "אויפֿשטאַנד" איז געשטאַנען די נאַציאָנאַליסטישע באַוועגונג "פֿראָנט פֿון ליטווישע אַקטיוויסטן", געגרינדעט אין בערלין דורך די ליטווישע עמיגראַנטן אין נאָוועמבער 1940. אין פֿרילינג 1941 האָט זיך דער באַוועגונג אײַנגעגעבן אַרײַנצושיקן קיין ליטע אַ געוויסע צאָל אירע אַקטיוויסטן, וועלכע האָבן לײַכט מאָביליזירט אונטער זייער פֿאָן טויזנטער פֿרײַוויליקע "פּאַרטיזאַנער", ווי זיי האָבן זיך גערופֿן בײַם אָנהייב. די פּאָגראָמען האָבן זיך אָנגעהויבן נאָך פֿאַר דעם ווי די דײַטשן האָבן פֿאַרנומען קאָוונע. פֿון דער טורמע זײַנען אַרויסגעלאָזט געוואָרן די אַרעסטירטע נאַציאָנאַליסטן, און אויף זייער אָרט האָט מען אין די קאַמערן פֿאַרשפּאַרט די ייִדן, כּלומרשט, אויסצופֿאָרשן, ווער ס'האָט מיטגעאַרבעט מיט די סאָוועטן. גענוג אָרט אין דער טורמע איז נישט געווען, האָט מען די פֿאַרבליבענע 7 טויזנט ייִדן, צווישן זיי פֿרויען און קינדער, אַרײַנגעטריבן אינעם שלאָסטורעם, טרויעריק באַקאַנט ווי דער "זיבעטער פֿאָרט"... ס'איז גוט צו וויסן, אַז בעת די רויטע אַרמיי האָט פֿאַרלאָזט ליטע, האָבן זיך די דאָזיקע "פּאַרטיזאַנער" נאָך זיי נישט נאָכגעיאָגט; די גאַנצע שׂינאה זייערע האָבן זיי אויסגעלאָזט קעגן די ייִדן. קיין קאָוונע האָבן די דײַטשן אַרײַנמאַרשירט פֿאַרנאַכט, דעם 24סטן יוני, 1941. קיין איבעריקע אַרבעט, וואָס שייך ייִדן, האָבן זיי שוין נישט געדאַרפֿט טאָן. זייערע ליטווישע קאָלאַבאָראַטאָרן האָבן שוין געהאַט אַלץ, אָדער כּמעט אַלץ, אָפּגעטאָן. הײַנט באַזוכן די שיל אין קאָוונע בײַ 15 ייִדן. זיי קלאָגן זיך, אַז די איינציקע שיל אין דער שטאָט פֿלעגט אויך פֿריִער דינען ווי אַן אָביעקט פֿאַר די אָרטיקע אַנטיסעמיטן; מע פֿלעגט זי פֿאַרוואַרפֿן מיט שמוץ און פֿלעשער. הײַנט איז אין קאָוונע פֿאַרבליבן בסך־הכּל 200 ייִדן. וואָרענונג:Submitted by admin on Tue, 2010-09-07 11:45.
וואָרענונג: אונדזער וועבזײַט איז נישט קיין אָרט פֿאַר פֿײַנדלעכע שאָוויניסטישע קאָמענטאַרן. דערפֿאַר האָבן מיר זיי אויסגעמעקט. |