אַ חזיר, ווי באַוווּסט, איז נישט מער ווי אַ בהמה, וואָס איז טריף־פּסול סײַ לויט דעם ייִדישן גלויבן און סײַ לויטן מוסולמענישן. ווען מע וויל באַליידיקן אַ ייִד, וואַרפֿט מען אים אונטער אַ חזיר; און דאָס זעלבע קומט פֿאָר, ווען מע וויל אָנרירן די רעליגיעזע געפֿילן בײַ אַ מוסולמענער.
אַ חזיר, אויסגעפּוצט אין אַן אַראַבישער קופֿיע, אָדער אין אַ ייִדישער יאַרמלקע גיט באַלד צו פֿאַרשטיין, וואָס און וועמען מע וויל דאָ באַליידיקן. אויף אַזאַ אופֿן קאָן מען זייער גרינג דערנידעריקן אַ גאַנצע עדה און אַפֿילו אַ פֿאָלק. אין דעם פּרט פֿאַראייניקט דער חזיר די צוויי גלויבנס — אַ ביטערער פּאַראַדאָקס פֿון דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט. און אויב די מוסולמענער שטויסן זיך אין דער חזירײַ אָן די לעצטע יאָרן, זינט ס'האָט זיך צעבושעוועט דער איסלאַמישער טעראָריזם, האָבן די ייִדן צו טאָן מיט דעם שוין צוויי טויזנט יאָר.
דאָס אויסגעפּרוּווטע געווער פֿון מענטשנהאַס האָט די וואָך אויסגעשאָסן אין קאָוונע. דהײַנו: אַ חזיר־קאָפּ מיט אַ מגן־דוד, אויסגעשניטן אויפֿן שטערן, איז איבערגעלאָזט געוואָרן בײַ דער טיר פֿון דער אָרטיקער שיל. דער מנין מתפּללים, וואָס האָט אין יענעם טאָג געדאַוונט מינחה, האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם נאָך אַ טעלעפֿאָן־קלינג, אַז עפּעס ליגט דאָרט בײַם אַרײַנגאַנג. פֿאַרשטייט זיך, אַז באַלד קומט אין קאָפּ — אַ באָמבע! ווען די פּאָליציי איז געקומען, האָט זיך אָבער אַנטפּלעקט די גאַנצע חזירײַ: צו באַטאָנען פּינקטלעך, וועמען מע מיינט מיט דעם "קאָפּ", האָט מען אויף אים אָנגעטשעפּעט אַ חסידישן הוט מיט פּאות.
ליטע טיילט זיך הײַנט אויס מיט אירע אַנטיסעמיטישע און קסענאָפֿאָבישע מעשׂים. די פּאַראַדן פֿון די ליטווישע נאַציאָנאַליסטן אונטער די לאָזונגען: "ליטע פֿאַר ליטווינער!" און "ייִדן, פֿאַרנעמט זיך!" — זײַנען געוואָרן אַ טייל פֿון דער פּאָליטישער לאַנדשאַפֿט אין דעם אומאָפּהענגיקן אייראָפּעיִשן לאַנד.
ווער זשע זײַנען זיי, די איצטיקע ליטווישע נאַציאָנאַליסטן? בלי־ספֿק, זײַנען זיי די יורשים פֿון יענע ליטווישע "פּאַרטיזאַנער", וועלכע האָבן במשך פֿון עטלעכע טעג, פֿון יוני 24 ביז יוני 30, 1941, אויסגעהרגעט אין קאָוונע בערך 4 טויזנט ייִדן. די פּאָגראָמען אין קאָוונע זײַנען אויסגעבראָכן אויפֿן הינטערגרונט פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם אויפֿשטאַנד קעגן דעם סאָוועטישן רעזשים. בראָש פֿון דעם "אויפֿשטאַנד" איז געשטאַנען די נאַציאָנאַליסטישע באַוועגונג "פֿראָנט פֿון ליטווישע אַקטיוויסטן", געגרינדעט אין בערלין דורך די ליטווישע עמיגראַנטן אין נאָוועמבער 1940.
אין פֿרילינג 1941 האָט זיך דער באַוועגונג אײַנגעגעבן אַרײַנצושיקן קיין ליטע אַ געוויסע צאָל אירע אַקטיוויסטן, וועלכע האָבן לײַכט מאָביליזירט אונטער זייער פֿאָן טויזנטער פֿרײַוויליקע "פּאַרטיזאַנער", ווי זיי האָבן זיך גערופֿן בײַם אָנהייב. די פּאָגראָמען האָבן זיך אָנגעהויבן נאָך פֿאַר דעם ווי די דײַטשן האָבן פֿאַרנומען קאָוונע. פֿון דער טורמע זײַנען אַרויסגעלאָזט געוואָרן די אַרעסטירטע נאַציאָנאַליסטן, און אויף זייער אָרט האָט מען אין די קאַמערן פֿאַרשפּאַרט די ייִדן, כּלומרשט, אויסצופֿאָרשן, ווער ס'האָט מיטגעאַרבעט מיט די סאָוועטן.
גענוג אָרט אין דער טורמע איז נישט געווען, האָט מען די פֿאַרבליבענע 7 טויזנט ייִדן, צווישן זיי פֿרויען און קינדער, אַרײַנגעטריבן אינעם שלאָסטורעם, טרויעריק באַקאַנט ווי דער "זיבעטער פֿאָרט"...
ס'איז גוט צו וויסן, אַז בעת די רויטע אַרמיי האָט פֿאַרלאָזט ליטע, האָבן זיך די דאָזיקע "פּאַרטיזאַנער" נאָך זיי נישט נאָכגעיאָגט; די גאַנצע שׂינאה זייערע האָבן זיי אויסגעלאָזט קעגן די ייִדן.
קיין קאָוונע האָבן די דײַטשן אַרײַנמאַרשירט פֿאַרנאַכט, דעם 24סטן יוני, 1941. קיין איבעריקע אַרבעט, וואָס שייך ייִדן, האָבן זיי שוין נישט געדאַרפֿט טאָן. זייערע ליטווישע קאָלאַבאָראַטאָרן האָבן שוין געהאַט אַלץ, אָדער כּמעט אַלץ, אָפּגעטאָן.
הײַנט באַזוכן די שיל אין קאָוונע בײַ 15 ייִדן. זיי קלאָגן זיך, אַז די איינציקע שיל אין דער שטאָט פֿלעגט אויך פֿריִער דינען ווי אַן אָביעקט פֿאַר די אָרטיקע אַנטיסעמיטן; מע פֿלעגט זי פֿאַרוואַרפֿן מיט שמוץ און פֿלעשער. הײַנט איז אין קאָוונע פֿאַרבליבן בסך־הכּל 200 ייִדן.