דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו
פֿישל שניאורסאָן
פֿישל שניאורסאָן

פֿישל־יהושע שניאורסאָן (1887—1956) האָט געהערט צו יענעם אייגנאַרטיקן מין ייִדישע אינטעלעקטואַלן און קינסטלער, וואָס זײַנען געווען טעטיק אויף פֿאַרשידענע געביטן; געשריבן אין פֿאַרשידענע שפּראַכן און געלעבט אין פֿאַרשידענע לענדער. אפֿשר דווקא דערפֿאַר האָט מען וועגן זיי אַזוי גיך פֿאַרגעסן אין אונדזער צײַט, ווען די וועלט האָט אַן אינטערעס קודם־כּל אין אַ קלאָרער "אידענטיטעט". מענטשן ווי שניאורסאָן זײַנען פּשוט צו קאָמפּליצירט פֿאַרן הײַנטיקן קוקווינקל, ווײַל זיי לאָזן זיך ניט אַרײַנפּאַסן אין קלאָרע און אידעיִש־אויסגעהאַלטענע קאַטעגאָריעס פֿון "פֿרומקייט" און "וועלטלעכקייט", "וויסנשאַפֿט" און "קונסט", "נאַציאָנאַליזם" און "קאָסמאָפּאָליטיזם".

אַן אור־אייניקל פֿונעם גרינדער פֿון דעם חב״ד־חסידות, דעם אַלטן רבי ר׳ שנאיור־זלמן פֿון ליאַדי, איז פֿישל שניאורסאָן געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט קאַמענעץ־פּאָדאָלסק אויף אוקראַיִנע. ער איז דערצויגן געוואָרן אין דעם שטרענגן חסידישן גײַסט און האָט צו דעם עלטער פֿון 16 יאָר שוין באַקומען סמיכה אויף רבנות. אָבער אין צוויי יאָר אַרום האָט ער, ווי אַן עקסטערן, אויסגעהאַלטן די עקזאַמענס פֿאַרן פֿולן קורס פֿון דער רוסישער גימנאַזיע און איז אַוועק שטודירן מעדיצין אין בערלינער אוניווערסיטעט. דער דאָזיקער איבערגאַנג פֿון איין וועלט אין דער אַנדערער איז שפּעטער געוואָרן אַ וויכטיקער מאָטיוו אין זײַן ליטעראַרישער שאַפֿונג, וואָס אַנטפּלעקט די קאָמפּליצירטע פּסיכאָלאָגישע וועלט פֿון דער ייִדישער יוגנט פֿון יענער תּקופֿה.

אַזאַ מין שפּרונג פֿון חסידות צו דער ברייטער וועלט איז ניט געווען קיין גרויסע זעלטנקייט אין דער חב״דישער סבֿיבֿה פֿון יענעם דור. ווי עס דערקלערט יחיאל האָפֿער אין זײַן נעקראָלאָג נאָך פֿישל שניאורסאָן, איז די גאַנצע משפּחה שניאורסאָן "אַרומגעכאַפּט געוואָרן מיט אַ גוואַלטיקער תּשוקה צו וועלטלעכער בילדונג. אַלע שוועסטער און ברידער פֿון פֿישל שניאורסאָן האָבן זיך געבילדעט און בײַגעלייגט די גימנאַזיאַלע ענד־עקזאַמענס ווי עקסטערנען" — ("די צוקונפֿט", יאַנואַר, 1959, ז. 11). אַפֿילו דער ליובאַוויטשער רבי אַליין איז ניט געווען פֿרעמד צו די סאַמע נײַסטע טענדענצן פֿון דער וועלטלעכער וויסנשאַפֿט. ווי עס האָט דערוויזן די לעצטע היסטאָרישע פֿאָרשונג, האָט דער פֿינפֿטער ליובאַוויטשער רבי ר׳ שלום דובֿ־בער (רש״ב) דורכגעמאַכט אַ קורס פֿון פּסיכאָ־אַנאַליז אין ווין אין 1903 בײַ איינעם פֿון פֿרוידס קאָלעגן, ד״ר ווילהעלם שטעקעל.

אַזוי אַרום איז פֿישל שניאורסאָן ניט געווען קיין יוצא־מן־הכּלל מיט זײַן אינטערעס אין פּסיכאָלאָגיע. ער האָט שפּעטער אונטערגעהאַלטן גוטע באַציִונגען מיט דער משפּחה פֿונעם לעצטן ליובאַוויטשער רבי, ר׳ מנחם־מענדל, וועלכער האָט געלעבט און שטודירט אין בערלין ביז 1933. אָבער דער הויפּט־אינטערעס פֿון פֿישל שניאורסאָן איז געווען די קלינישע פּסיכאָלאָגיע, און בפֿרט — דער גרענעץ־שטח צווישן דער פּסיכישער "נאָרמאַלקייט" און "אומנאָרמאַלקייט". ער האָט באַקומען זײַן דאָקטאָר־דיפּלאָם אין 1913 אין פּעטערבורג און האָט זיך אָפּגעגעבן מיט וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען אונטער דער השגחה פֿונעם באַרימטן רוסישן פּסיכיאַטער בעכטערעוו.

אַרום 1919 איז שניאורסאָן אַוועק פֿון סאָוועטישן פּעטראָגראַד קיין קיִעוו, וווּ ער האָט געגרינדעט אַ סעמינאַר פֿאַר קינדער־פּסיכאָלאָגיע און געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר אין דעם קיִעווער אוניווערסיטעט. איינצײַטיק האָט ער רעדאַגירט די העברעיִשע צײַטשריפֿט "קדימה" (צוזאַמען מיט חיים גרינבערג און דוד קויגען). פֿון זײַנע קלינישע פֿאָרשונגען איז אַרויסגעוואַקסן אַ גאַנצע פּראַקטישע און טעאָרעטישע שיטה אין פּסיכאָלאָגיע, וואָס האָט זיך שפּעטער אויסגעפֿורעמט אין "מענטש־וויסנשאַפֿט". זי האָט אַרײַנגענומען עלעמענטן פֿון קלינישער און עקספּערימענטאַלער פּסיכאָלאָגיע, פֿילאָסאָפֿיע און אַפֿילו פֿון חב״דישער מיסטישער תּורה.

שניאורסאָן איז געווען ניט נאָר אַ פֿאָרשער, נאָר אויך אַן אָרגאַניזאַטאָר. ער האָט רעאַליזירט זײַנע טעאָרעטישע אויסגעפֿינסן אין דער פּראַקטישער מעטאָדע, וואָס ער האָט אָנגערופֿן "הייל־פּעדאַגאָגיק". שניאורסאָן, דער פּעדאַגאָג, האָט קאָמבינירט דערציִונג מיט דער פּסיכאָלאָגישער באַהאַנדלונג פֿון ייִדישע קינדער, וועלכע זײַנען פֿאַרבליבן יתומים בעת דער וועלט־מלחמה, רעוואָלוציע און דעם רוסישן בירגערקריק. ער האָט געגרינדעט נײַע פּעדאַגאָגישע אַנשטאַלטן אין בערלין, וואַרשע און ניו־יאָרק, וועלכע האָּבן גענוצט זײַנע מעטאָדן.

זײַנע טעאָרעטישע אָנזיכטן זײַנען דערקלערט געוואָרן אין פּאָפּולערע לעקציעס, וועלכע זײַנען שפּעטער אַרײַן אינעם בוך "דער וועג צום מענטש׃ די יסודות פֿון מענטש־וויסנשאַפֿט און די לערע פֿון נערוועאישקייט", וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אויף ייִדיש (ווילנע׃ ב. קלעצקין, 1927), דײַטשיש (בערלין, 1928) און ענגליש (ניו־יאָרק, 1929, מיט אַ קורצער הקדמה פֿונעם באַרימטן אַמעריקאַנישן דענקער דזשאָן דיויִ). אין 1937 האָט שניאורסאָן פֿאַרלאָזט פּוילן און זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל, וווּ ער האָט אָנגעפֿירט מיט דער אָפּטיילונג פֿאַר גײַסטיק־אָפּגעשטאַנענע קינדער בײַ דער תּל־אָבֿיבֿער שטאָט־פֿאַרוואַלטונג.

חוץ זײַן טאָג־טעגלעכער פּראַקטישער מעדיצינישער און פּעדאַגאָגישער אַרבעט האָט שניאורסאָן אָנגעשריבן אַ ריי ספּעציעלע ביכער און אַרטיקלען אויף רוסיש, דײַטשיש און ענגליש. ער האָט אָפֿטמאָל געהאַלטן לעקציעס און זיך באַטייליקט אין עפֿנטלעכע וויכּוחים. יחיאל האָפֿער דערמאָנט זיך׃ "פֿישל שניאורסאָן שבעל־פּה איז אפֿשר פּונקט אַזוי וויכטיק געווען ווי פֿישל שניאורסאָן שבכּתבֿ. זײַנע געדאַנקען, בליציקע אײַנפֿאַלן, אידעען, פּראָיעקטן, סתּם שאַרפֿזיניקייט, האָט ער געוואָרפֿן מיט אַ ברייטער האַנט, אַזוי כּלאַחר־יד, וואָס נאָר אַ מענטש וועלכער איז געבענטשט מיט גײַסטיקער שפֿע קאָן דאָס טאָן. ער איז געווען אין אַ כּסדרדיקן טראַנס. זײַן שאַרפֿער מוח האָט קיין רגע ניט גערוט."

בטבֿע אַן אָפֿנהאַרציקער מענטש, האָט שניאורסאָן פֿאַרמאָגט נאָענטע חבֿרים אין גאָר פֿאַרשידענע סבֿיבֿות. האָפֿער דערציילט׃ "די חסידים, דער עיקר די חב״דניקעס, האָבן אין אים, דעם אייניקל פֿון קאָפּוסט און בעל־תּניא, געזען ווי אַן אייגענעם, אַ זייעריקן; די ׳בונדאָווצעס׳ האָבן אים בשעתו געהאַלטן פֿאַר אַ נאָענטן, ווײַל ער האָט יאָרן לאַנג באַדינט די ייִדיש־וועלטלעכע שולן אין פּוילן, און דווקא די בונדיסטן האָבן צום מײַסטן צו אים געצויגן. די ׳תּרבותניקעס׳ האָבן אים געהאַלטן פֿאַר אַ פֿאַרבינדעטן, ווײַל ער האָט געשריבן און גערעדט מיט די קינדער פֿון די תּרבות־שולן אין פּוילן העברעיִש; ווײַל זײַנע לעקציעס אין וואַרשע, אין די צוואַנציקער יאָרן, סײַ אין העברעיִשן לערער־פֿאַראיין, סײַ אין דער געזעלשאַפֿט ׳חובֿבֿי שׂפֿת עבֿר׳, זײַנען געהאַלטן געוואָרן אין אַ פֿרישן און בויגזאַמען העברעיִש. אויך אַנדערע פּאַרטייען און ריכטונגען און חסידישע ׳סעקטעס׳ האָבן אים געהאַלטן פֿאַר אַ משלנודיקן." ("די צוקונפֿט", יאַנואַר 1959, ז. 10)

ליטעראַטור איז אַ באַזונדערער פּרק אין שניאורסאָנס פֿילזײַטיקער טעטיקייט. ער האָט געשריבן אויף ייִדיש און העברעיִש, און זײַנע העברעיִשע מעשׂיות פֿון חסידישן לעבן זײַנען עד־היום פּאָפּולער אין דער חב״דישער סבֿיבֿה. זײַנע ייִדישע ראָמאַנען זײַנען אָבער ווייניקער באַקאַנט. אין תּוך גענומען שטעלן שניאורסאָנס ליטעראַרישע ווערק מיט זיך פֿאָר בעלעטריזירטע נוסחאות פֿון זײַנע פּסיכאָלאָגישע "עקספּעדיציעס אין דעם נשמה־לאַנד", ווי ער האָט זיי גערופֿן. זײַנען ראָמאַנען און דערציילונגען זײַנען קאָנקרעטע אילוסטראַציעס פֿון זײַן אַלגעמיינער טעאָריע פֿון נשמה־לעבן. כּדי תּופֿס צו זײַן און אָפּצושאַצן זייער ליטעראַרישן און קולטור־היסטאָרישן ווערט, דאַרף מען זײַן אַ ביסל באַהאַוונט אין שניאורסאָנס פּסיכאָלאָגישע חקירות.

שניאורסאָנס ערשטער ראָמאַן, "חיים גראַוויצער (די געשיכטע פֿון דעם געפֿאַלענעם). פֿון דער חב״דישער וועלט", איז אַרויס אין בערלין אין 1922 אינעם "ייִדישן ליטעראַרישן פֿאַרלאַג". דאָס איז אַ געשיכטע פֿון די פּסיכאָלאָגישע ראַנגלענישן פֿון אַ חסיד, וועלכער קאָן ניט אָננעמען דעם לעבנס־שטייגער פֿון זײַן חב״דישער סבֿיבֿה. אָנגעשריבן פֿון אינעווייניק, פּרוּווט דאָס בוך איבערגעבן די אייגנאַרטיקע אַטמאָספֿער פֿון התלהבֿות און בטחון. אינעם סטיל שפּירט זיך די השפּעה פֿון י. ל. פּרצעס "חסידישע געשיכטן", אָבער שניאורסאָן פֿאַרמאָגט ניט גענוג ליטעראַרישן טאַלאַנט כּדי צו כאַפּן דעם תּמצית פֿון זײַנע כאַראַקטערס און באַלעבן זיי מיט קורצע און שאַרפֿע שילדערונגען. אינטערעסאַנט איז זײַן פּרוּוו אויסצונוצן דעם חסידישן לשון פֿאַר דער באַשרײַבונג פֿון פּסיכאָלאָגישער אויפֿרעגונג, וואָס שניאורסאָן האַלט פֿאַרן פּראָדוקט פֿון "נערוועיִשקייט". ענלעכע מעטאַפֿאָרישע אימאַזשן, בפֿרט וואַסער און פֿײַער, באַווײַזן זיך שפּעטער אויך אין זײַנע פּאָפּולערע וויסנשאַפֿטלעכע ווערק, ווען ער פּרוּווט אויסלייגן זײַן געדאַנקען־גאַנג פֿאַרן ברייטערן עולם.

אין זײַנע שפּעטערע ווערק קומט די האַנדלונג פֿאָר אין וועלטלעכע סבֿיבֿות. "ייִדישע נקמה (פֿון דער עקסטערן־וועלט)" (ווילנע׃ קלעצקין) באַקענט דעם לייענער מיטן אייגנאַרטיקן טיפּ פֿון דעם ייִדישן "עקסטערן", דעם בײַ־פּראָדוקט פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "פּראָצענט־נאָרמע", וואָס האָט שאַרף באַגרענעצט די צאָל פֿון ייִדישע סטודענטן אין די רוסישע שולן און אוניווערסיטעטן. אַזוי אַרום האָט זיך געשאַפֿן אַ גרויסע גרופּע פֿון יונגע לײַט, וועלכע האָבן דורכשטודירט דעם פֿולן קורס פֿון דער רוסישער גימנאַזיע פֿאַר זיך אַליין און האָבן זיך געשטעלט גלײַך צו די אַטעסטאַט־עקזאַמינען.

אַליין אַן "עקסטערן", האָט שניאורסאָן אַוודאי גוט געקענט די דאָזיקע סבֿיבֿה. דער אַטעסטאַט פֿון אַ רוסישער גימנאַזיע האָט געעפֿנט די גאַנצע וועלט פֿאַר ייִדישע יונגע לײַט פֿון שטעט און שטעטלעך, אָבער דאָס רובֿ עקסטערנען האָבן אים קיין מאָל ניט געקענט באַקומען. דער גימנאַזיע־בנין פֿאַרנעמט דאָס צענטראַלע אָרט אין שניאורסאָנס ראָמאַן׃ "דער גרעסטער און שענסטער בנין אין דער גאַנצער געגנט — ס׳איז טאַקע צו אים גאָר קיין גלײַכער נישטאָ. נישט נאָר די איינגאָרנדיקע הײַזער און הײַזלעך מיט זייערע געפֿאַרבטע לאָדנס אָדער אַפֿילו די זעלטענע צוויי־גאָרנדיקע געמויערטע הײַזער, נאָר דער פּריצישער קלוב מיט זײַן ברייטן פֿאַסאַד, די פּריצישע הײַזער [...] — אַלע האָבן זיך שטיל געבויגן פֿאַר דעם דאָזיקן ווײַסן גיגאַנט."

דער ווײַסער מויער פֿון דער מלוכה־גימנאַזיע פֿאַרקערפּערט דעם חלום פֿון וועלטלעכן דערפֿאָלג און זיכערקייט, אָבער ער איז אויך דער גורם פֿון כּלערליי פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעמען. די ייִדישע עקסטערנען קומען פֿון נאָענטע און ווײַטע שטעטלעך צו שטעלן זיך פֿאַר די עקזאַמענס. איינער פֿון זיי, ליובינסקי, דערמאָנט לויט אייניקע סימנים אָן דעם מחבר אַליין. ער איז גוט באַהאַוונט אין די מאָדערנע קינסטלערישע און ליטעראַרישע שיטות, אָבער דערבײַ בלײַבט ער אַ פֿרומער חסיד און שומר־מצוות. זײַן דערקלערונג פֿון דעם זין פֿון זײַן גלויבן קלינגט ענלעך צו שניאורסאָנס פּסיכאָלאָגישער טעאָריע פֿון נשמה־לעבן׃

— זאָגט מיר, הער ליובינסקי, אײַער פֿרומקייט איז געוווינהייט אָדער איבערצײַגונג?

— אַלע שטעלן מיר די זעלבע באַנאַלע פֿראַגע. נישט געוווינהייט, נישט איבערצײַגונג...

— וואָס זשע דען?

— פֿרעגט נישט אַזוי פֿיל. איר וועט אַזוי ווייניק פֿאַרשטיין מײַן פֿרומקייט, ווי מײַן טאַטע, אַן אַלטער רבֿ, קאָן ווייניק פֿאַרשטיין די ליבע. אָט די ביידע זאַכן, ליבע און פֿרומקייט, זענען נישט צום פֿאַרשטיין, נאָר צום איבערלעבן. פֿאַרשטייט איר, פֿון יענער זײַט מוח, פֿון יענער זײַט געוווינהייט איז פֿאַראַן אין מענטש אַ פֿלאַטערנדיקע וועלט, וואָס פֿרומקייט איז איינע פֿון אירע פֿײַערדיקע אויסגוסן. אָט פֿיל איך דאָ אין סאַלאָן איצט דעם באַהאַלטענעם אָטעם פֿון יענער פֿלאַטערנדיקער וועלט..." (ז. 112)

דער ראָמאַן דערגרייכט זײַן שפּיץ־פּונקט אין דעם מאָמענט, ווען דער גימנאַזיע־לערער פֿון מאַטעמאַטיק און פֿיזיק, מיטן שם פֿאַר זײַן שטרענגן אָבער ערלעכן כאַראַקטער, טוט ליובינסקין אַן עוולה און גיט אים אומיושרדיק אַ שלעכטן צייכן פֿאַרן לעצטן עקזאַמען. ליובינסקי פֿילט זיך באַליידיקט און הילפֿלאָז. אין דעם דאָזיקן נערוועזן צושטאַנד קומט צו אים אין חלום זײַן זיידע, אַן אַלטער רבֿ, און דערקלערט אים, אַז ער האָט אַ ספּעציעלע שליחות אין דער וועלט׃ "וויין נישט, מײַן קינד, און פֿאַל בײַ זיך נישט אַראָפּ. כ׳ווייס, אַז דו טראָגסט מיט זיך אונדזער הייליק ליכט אין דער נײַער וועלט אַרײַן. זאָג איך דיר, פֿאַר איין טראָפּן ליכט, וואָס דו וועסט אַהינברענגען, זענען כּדאַי אַלע דײַנע יסורים. זײַן ליבער נאָמען לאָזט זיך דאָך אויך אַראָפּ אין דער וועלט און די נשמה קומט אַראָפּ אין אַ גוף, כּדי צו הייליקן און דערהויבן פֿרעמדע וועלטן." (ז. 150)

ליובינסקיס "ייִדישע נקמה" באַשטייט דווקא אין אויספֿילן אָט דאָס שליחות זײַנס און ברענגען "איין טראָפּן ליכט" אין דער פֿרעמדער וועלט. נאָך זײַן מפּלה אויף די עקזאַמענס פֿאָרט ער אַוועק קיין דײַטשלאַנד און נעמט זיך פֿאַר שטודירן מעדיצין אין בערלינער אוניווערסיטעט (אַזוי ווי שניאורסאָן). איין טאָג ווערט געבראַכט אין דער קליניק, וווּ ער מאַכט דורך זײַן סטודענטישע פּראַקטיק, אַ פּאַציענט פֿון רוסלאַנד, וואָס פֿאַרשטייט ניט קיין דײַטשיש. ווי דער לייענער קאָן שוין מסתּמא טרעפֿן, איז דאָס דווקא אָט יענער גימנאַזיע־לערער, וועלכער האָט אַזוי הינטיש באַעוולהט ליובינסקין מיט דעם עקזאַמען. ערשט איצט, ווען ליובינסקי ראַטעוועט זײַן לעבן, ווערט פֿאַר ליובינסקין אַנטפּלעקט דער מיין פֿון "זוניקער מענטשליכקייט". דער לערער האָט חרטה און זיי מאַכן שלום.

שניאורסאָנס אַלע בעלעטריסטישע ווערק האָבן איין בשותּפֿותדיקע טעמע פֿון פֿיזישר מפּלה און גײַסטלעכער אויפֿלעבונג, "עליה בדרך ירידה". אַלע העלדן זײַנע דאַרפֿן אַדורכגיין אַ נסיון אין זייער לעבן, וואָס לאָזט זיך אַרויס אין אַ נערוועזן קריזיס. דער קריזיס ברענגט מיט זיך אַ היילונג, וואָס איז סײַ פֿיזיש און סײַ גײַסטלעך. אַזוי אַרום דינען שניאורסאָנס ראָמאַנען און דערציילונגען ווי אַן אילוסטראַציע פֿון זײַן טעזיס׃ "דער קינסטלער בכלל זוכט דאָך כּמעט שטענדיק צו שילדערן דעם מענטשן דווקא אין זײַנע ׳נערוועזע׳ לעבנס־מאָמענטן, ווען דורך אינערלעכן דראַמאַטישן קאַמף, שווערע פּסיכישע קאָנפֿליקטן און אויפֿברויזנדיקע לײַדנשאַפֿטן ווערט דורכגעבראָכן דאָס נאָרמאַלע טעמפּע גלײַכגעוויכט פֿון געוויינטלעכן פּסיכישן צושטאַנד, און ס׳אַנטפּלעקן זיך אין און דורך אָט דעם מענטשן די אומגעהויערע נשמה־אָפּגרונטן." ("דער וועג צום מענטש", ז. 16)

שניאורסאָנס העלדן געהערן צו פֿאַרשידענע קולטורעלע און געזעלשאַפֿטלעכע סבֿיבֿות. חיים גראַוויצער לעבט זײַן גאַנץ לעבן צווישן די חב״דניקעס, ניט געקוקט אויף זײַן פּראָטעסט קעגן זייער טעאָלאָגישן וועלטבאַנעם. ליובינסקי פֿאַרלאָזט די היימישע חסידישע סבֿיבֿה און ווערט אַ דאָקטער, אָבער אויף דעם באַקומט ער אַ ברכה פֿון זײַן זיידען, לכל־הפּחות, אין חלום.

יאָהאַן קעטנער, דער העלד פֿונעם ראָמאַן "גרענאַדיר־שטראַסע (ראָמאַן פֿון ייִדישן לעבן אין דײַטשלאַנד)" (וואַרשע, 1935) האָט גאָר אַ קנאַפּן שײַכות מיט דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. אויפֿגעוואַקסן אין בערלין אין אַ רײַכער אַסימילירטער דײַטשיש־ייִדישער משפּחה, האָט ער זיך לכתּחילה גענומען פֿאַר שטודירן מעדיצין, אָבער אין גיכן פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז ניט זײַן דרך.

אַזוי ווי אַנדערע העלדן פֿון שניאורסאָן, מאַכט קעטנער אַדורך אַ פֿיזישן און גײַסטלעכן קריזיס, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער ערשטער וועלט־מלחמה. אַ דײַטשישער פּראָפֿעסאָר פֿון פּסיכיאַטריע שטעלט אים אַ שווערן דיאַגנאָז׃ "מיר האָבן דאָ נישט בלויז אַ קראַנקהייט פֿון געפֿיל, נאָר אַ פֿיל ערנסטערע גײַסט־קראַנקהייט, וואָס האָט שוין פֿריִער פֿאַרכאַפּט דעם געדאַנק און פֿאַנטאַזיע, און וואָס איז, אַגבֿ, זייער אָפֿט אומהיילבאַר." אויף דעם דערווידערט יאָהאַנס פֿרוי׃ "קלערט איר נישט, הער פּראָפֿעסאָר, אַז ס׳איז אַ מער שוידערלעכע גײַסט־קראַנקהייט, וואָס מיליאָנען מענטשן גייען איצט מיט מוזיק צו שעכטן זיך קעגנזײַטיק, צו פֿאַרניכטן מענטשלעכע האָרעוואַניע פֿון דורות..." מיט איר הילף איז יאָהאַן גובֿר זײַן דעפּרעסיע און קערט זיך אום צו קינסטלערישער שעפֿערישקייט.

זיבן יאָר נאָך דער פּובליקאַציע פֿונעם ראָמאַן, אין 1942, ווען שניאורסאָן איז שוין געווען אין ארץ־ישׂראל, און אייראָפּע איז געווען אין סאַמע ברען פֿונעם חורבן־פֿײַער, האָט זיך דער מחבר געפֿילט אין דער הויט פֿון זײַן העלד. אָבער דאָס מאָל, להיפּוך צו שניאורסאָנס טעאָרעטישע אָנזיכטן, איז קיין אויסוועג פֿונעם קריזיס ניט געווען בנימצא. צוזאַמען מיט אַנדערע אינטעלעקטואַלן און ליטעראַטן אין ארץ־ישׂראל האָט שניאורסאָן געשאַפֿן אַן עפֿנטלעכע אָרגאַניזאַציע "אַל דמי" ("דו זאָלסט ניט שלאָפֿן"), כּדי צו אַלאַרמירן דעם ייִשובֿ און די גאַנצע וועלט וועגן דעם חורבן פֿון ייִדן אין אייראָפּע.

צווישן די מיטגלידער פֿון דער דאָזיקער גרופּע זײַנען געווען ש. י. עגנון, יוסף קלוינער, שמואל הוגאָ בערגמאַן, מאַרטין בובער און אַנדערע באַרימטע פּערזענלעכקייטן. ווי איינער פֿון די סאַמע אַקטיווע מיטגלידער, איז שניאורסאָן אַרײַן אינעם אויספֿיר־קאָמיטעט פֿון דער גרופּע. שניאורסאָן האָט געהאַלטן, אַז דער נאָרמאַלער מענטשלעכער שׂכל איז ניט בכּוח משׂיג צו זײַן דעם פֿאַרנעם פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע. דערפֿאַר זײַנען דאָס רובֿ מענטשן, סײַ ייִדן און סײַ די אומות־העולם, אַזוי גלײַכגילטיק צו דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אין אייראָפּע אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע.

אָבער סוף־כּל־סוף האָבן שניאורסאָן און זײַנע קאָלעגן געמוזט אָנערקענען, אַז זיי זײַנען הילפֿלאָז און אַפֿילו זייער השפּעה אויף דער עפֿנטלעכער מיינונג און דער פּאָליטישער פֿירערעשאַפֿט פֿון דעם ייִשובֿ איז זייער קנאַפּ. נאָך דער מלחמה האָט שניאורסאָן באַזוכט די די־פּי־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, וווּ ער האָט געפֿירט פּסיכאָלאָגישע פֿאָרשונגען צווישן דער שארית־הפּליטה.

הײַנט איז פֿישל שניאורסאָן פֿאַרבליבן דער עיקר אינעם חסידישן זכּרון ווי אַן עילוי, וועלכער האָט געקאָנט צונויפֿברענגען דעם חסידישן רוחניוס מיטן וועלטלעכן גשמיות. זײַן ליטעראַרישע ירושה אויף ייִדיש, ווי אויך זײַנע פּסיכאָלאָגישע ווערק, זײַנען מײַסטנס פֿאַרגעסן געוואָרן, און דאָס איז אַ היפּשער בלויז אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע.





פֿראַגמענטן פֿון פֿישל שניאורסאָנס ווערק׃

פֿון "דער וועג צום מענטש׃ די יסודות פֿון מענטש־וויסנשאַפֿט און די לערע פֿון נערוועאישקייט", וואָס איז פֿאַרעפֿנטעלכט געוואָרן אויף ייִדיש (ווילנע׃ ב. קלעצקין, 1927)

נערוועזע מענטשן זײַנען נישט געזונט און נישט קראַנק — זיי ווייכן אַזוי אָפּ פֿון דער נאָרם, אַז מ׳קען זיי נישט רעכענען צו דער קאַטעגאָריע געזונטע; זיי גייען אָבער אַוועק נישט אַזוי ווײַט, אַז מ׳זאָל זיי קענען אַרײַנטראָגן אין דער קאַטעגאָריע קראַנקע. [...] די נערוועזישקייט איז נעמלעך אַזוי פֿאַרברייטערט און אומבאַשטימט, אַז פֿיל רעכענען עס פּשוט פֿאַר אַן אַלגעמיינער דערשײַנונג פֿון אונדזער צײַט, פֿון אונדזער גוואַלדיק־האַסטיקער גרויסשאַפֿט־קולטור און מ׳רעדט אַפֿילו וועגן דעם ׳נערוועזן יאָרהונדערט׳. (ז. 15)

די מענטש־וויסנשאַפֿט הויבט אָן דאָרט, וווּ דער פּסיכאָ־אַנאַליז איז שטיין געבליבן. אויסנוצנדיק די פּאָזיטיווע רעזולטאַטן פֿון דער אַלגעמיינער ביזאַהעריקער פֿאָרשונג, וויל אָבער די מענטש־וויסנשאַפֿט פֿאָרשן נישט איינציקע זײַטן אָדער דערשײַנונגען, נאָר דעם גאַנצן מענטשן — מענטש־וויסנשאַפֿט! נישט אויסטײַטשן און פֿאַראַלגעמיינערן, נאָר אוממיטלבאַר עקספּעדירן אין נשמה־לאַנד און אָביעקטיוו סיסטעמאַטיש אָבסערווירן און באַשרײַבן די נאָענטע און ווײַטע געביטן פֿון פּסיכישן לעבן. דאָס וואָרט ׳עקספּעדיציע׳ איז אין אָט דער מענטש־וויסנשאַפֿט נישט נאָר אַ בילדלעכער, נאָר אַ זאַכלעכער אויסדרוק פֿון מעטאָדן און מיטלען, וואָס לאָזן אונדז אַרײַנדרינגען אין דער רעאַל גאַנצלעכער פּסיכישער ווירקלעכקייט. (ז. 24—25)

ווילן מיר אָבער עקספּעדירן אָדער אַרײַנדרינגען אין דעם רעאַלן נשמה־לעבן, מוזן מיר שטענדיק האָבן אין אויג די ווירבלענדיקע דינאַמישקייט פֿון דעם פּסיכישן שטראָם. וואַרפֿט מען אַ שטיין אין פֿליסנדיקן וואַסער, טראָגט ער זיך אַוועק מיטן שטראָם און אין אַ ווײַלע אַרום געפֿינט מען אים ווײַטער פֿון דעם אָרט, וווּהין ער איז געפֿאַלן. בײַ דעם מענטשן בכלל, און בײַם נערוועזן מענטשן בפֿרט, לאָזן זיך פֿיל דערשײַנונגען דערקלערן נאָר דורך און אין דעם פּסיכישן שטראָם וואָס טראָגט די דערשײַנונגען דינאַמיש אַוועק פֿון זייער ערשטן שורש.

מיר מוזן מאַכן נאָך אַ טריט ווײַטער און זיך בילדלעך פֿאָרשטעלן אַ צווייטע גרונט־דערשײַנונג. דער פּרימיטיווער מענטש למשל, האָט נאָך געקאָנט קלערן, אַז די ערד איז דורך און דורך אַזוי קאַלט און האַרט, ווי זי זעט אויס פֿון דער אויבערפֿלאַך. נאָר די ערשטע וווּלקאַניש פֿײַערדיקע דורכברוכן האָבן שוין געקענט באַווײַזן, אַז אונטער דער קאַלטער האַרטער אויבערפֿלאַך געפֿינען זיך גליִענדיקע מאַסן. [...] קעגן דעם אומיטלבאַרן געפֿיל פֿון דער ערד־איינאַרטיקייט — ווערט מען דורך פֿאַקטישע אָבסערווירונגען געצוווּנגען צו דער איבערצײַגונג וועגן פֿאַרשידנאַרטיקע גלי־טיפֿענישן. [...] יעדער ווייסט אָבער פֿון זײַן אייגענער דערפֿאַרונג, אַז אין דעם מענטשנס לעבן קומען גאָר נישט זעלטן פֿאָר באַשטימטע מאָמענטן — עקסטאַטישע, טראַגישע אָדער אינטים־דערשיטערנדיקע — ווען דאָס געוויינטלעכע נאָרמאַלע באַוווּסטזײַן ווערט וווּלקאַניש דערשיטערט פֿון אינטים־גליִענדיקע איבערלעבענישן, וואָס ברעכן דורך די שטענדיקע פּסיכישע אויבערפֿלאַך און מיט סטיכישן גוואַלד רײַסן זיך אַרײַן נײַע, אומגעזעענע פּסיכישע שטראָם־מאַסן. אָט די וווּלקאַנישע דורכברוכן פֿון אינטימישקייט צווינגען אונדז צו דער פֿאָרשטעלונג, אַז אַ חוץ דעם געוויינטלעכן נאָרמאַלן באַוווּסטזײַן זענען פֿאַראַן גליִענדיקע נשמה־טיפֿענישן. [...]

אָט די צוויי גרונט־יסודות פֿון אייביקער דינאַמישקייט און פֿילגעשטאַלטיקער טיפֿעניש פֿון דעם נשמה־לעבן קענען און מוזן אָביעקטיוו גענומען ווערן אין אַכט בײַ דער עקספּעדיציע־פֿאָרשונג פֿון רעאַלן נשמה־לעבן בײַם מענטשן בכלל און בײַם נערוועזן מענטשן בפֿרט. (ז. 27)


* * *

פֿון "חיים גראַוויצער (די געשיכטע פֿון אַ געפֿאַלענעם)׃ פֿון דער חב״דישער וועלט", באַנד 1 (בערלין׃ "ייִדישער ליטעראַרישער פֿאַרלאַג", 1922), ז. 63-64

האָט זיך שוין אָנגעהויבן דער חב״דיש־זידיקער דבֿקות־טאַנץ.

אין שטילער התלהבֿות באַהעפֿטן זיך דער ניגון מיטן טאַנץ, נעמען איין תּפֿילהדיק דעם אינערלעכן שטורעם, גייען אויף און לאָזן זיך מסירת־נפֿשדיק ווײַטער. פֿאַרפֿלאָכטענע הענט, ענג אײַנגעשלאָסענע קאַראַהאָדן — אַלע נשמות איין נשמה, און תּפֿילהדיק צאַפּלט זיך דער גאַנצער קערפּער, יעדער אבֿר צוקט אין דבֿקותדיקער שׂימחה און בעט זיך רחמים׃

— מרא דעלמא כולא, לאָז מיך אין דיר פֿאַרשווינדן, טאַקע גאָר, גאָר פֿאַרשווינדן!..

און אין איין רגע איז דער טאַנץ פֿון זיך אַליין נתעלה געוואָרן. אַ ליכטיקע אוממענטשלעך שטילע פֿרייד האָט זיך פֿון אים און אין אים געגאָסן. וואָס איז דאָס? אהבֿה רבה בתּענוגים? ווער ווייס? דער ליכטיקער טאַנץ טראָגט זיך מיט אַ קינדישן שמייכל אַלץ העכער און העכער.

פּלוצעם האָבן זיך אַלע אַ קער געטאָן. אַהאַ! חיים איז זיך שוין פֿאַנאַנדערגעגאַנגען. ער האָט איצט טאַקע ווי אַ קאַלך־אויוון געברענט. און גאָט ווייס ווי אַזוי האָבן זיך אַלע אין דער ענגשאַפֿט צוזאַמענגעקוועטשט און חיימען אַ ליידיק אָרט געמאַכט. חיים האָט שוין פֿון זיך גאַרטל און קאַפּאָטע אויף דער ערד אַראָפּגעוואָרפֿן און בלײַבנדיק אין טלית־קטן האָט ער שוין אויף זײַן שטייגער געטאַנצט. און קוקנדיק אויף אים, האָבן זיך בײַ אַלעמען די פֿיס אַלץ העכער פֿון דער ערד געהויבן און פֿון דער ברוסט האָבן זיך אומגעהויערע קולות געריסן. נאָר חיים, וואָס מער ער ברענט, אַלץ גרעסער און שטאַרקער ווערט זײַן פֿײַער־דורשט, און טאַנצנדיק לעכצט ער און שרײַט׃

— לעבעדיקער, לעבעדיקער...

— גוואַלד, ייִדן, לעבעדיקער...

זעט מען שוין טאַקע בחוש, וואָס חיים איז. ער ברענט אין העלישן פֿײַער און קען גאָרנישט אויסברענען. מסירת־נפֿשדיק שטיל דרייט ער זיך צווישן די פֿײַערדיקע שטורעמס פֿון זײַן נשמה. און וואָס גוואַלדיקער ער טראָגט זיך אין דבֿקותדיקן וויכער, אַלץ פֿעסטער קען ער שטיין אויף די פֿיס. אין סאַמע רעכטן ברען פֿון זײַן טאַנץ טוט ער זיך עפּעס אַ בויג און טאַנצנדיק הויבט ער אויף פֿון דער ערד די קאַפּאָטע מיטן גאַרטל. נישט איבעררײַסנדיק דעם טאַנץ שטעלט ער זיך אָפּ אַ רגע, טוט אָן כּלומרשט געלאַסן די קאַפּאָטע מיטן גאַרטל, און דערבײַ הערט ערשט רעכט נישט אויף צו פֿלאַקערן אין יעדער באַוועגונג זײַנער די סטיכיע פֿון טאַנץ — און נאָך איידער ער האָט רעכט אַרײַנגעשטעקט די שפּיצן פֿון גאַרטל, ציטערט שוין הכנעהדיק די ערד אונטער זײַנע פֿיס. ווי אָט יענער קאָזאַק, וואָס פֿליט פֿײַל פֿון בויגן אויפֿן פֿערד — פֿונקען לויפֿן פֿון אונטער די קאָפּיטעס.


* * *

פֿון "ייִדישע נקמה", ז. 113—115

— איצט וועט ליובינסקי טאַנצן אַליין אַ ייִדישן קאָזאַק...

אַבראַשאַ האָט אַ וווּנק געטאָן צום אָרקעסטער, וועלכער האָט גלײַך אָנגעהויבן שפּילן אַ קאָזאַק. אַלע האָבן זיך אין קרײַז אויסגעשטעלט און נײַגיריק פֿאַרכאַפּט געקוקט אויף דעם טשיקאַווען יונגנמאַן אין דעם היטל מיט דער לאַנגער קאַפּאָטע. אויפֿן בלאַסן פּנים האָבן בײַ אים געפֿינקלט די שוואַרצע אויגן און דאָס שוואַרצע שפּראָצנדיקע בערדל. צוערשט האָט ליובינסקי שעמעוודיק, טאַקע גאָר מעשׂה יונגער פּרוש, זיך אינערלעך צונויפֿגענומען, און אַזוי שטייענדיק, האָט ער אַ קורצע ווײַלע מיט גרויס הכנעה געלאָזט די טאַנץ מוזיק אויף זיך פֿײַערן.

נאָר אָט האָט אַ הייסער שמייכל זיך צעגאָסן איבער זײַן פּנים און ער האָט אָנגעהויבן אויף אַ טשיקאַוועס שטייענדיק צו טאַנצן. אויפֿן אָרט האָט יעדעס גליד אַרויסגעצוקט דעם פֿײַערדיקן ריטעם פֿונעם טאַנץ.

פּלוצעם האָט ער זיך אַ ריס געטאָן פֿון אָרט, ווי מיט הענט אַ כאַפּ געטאָן די פֿײַערדיקע מוזיק כוואַליעס און מיט זיי צוזאַמען זיך געלאָזט אין פֿאַרלוירענעם גלי־טאַנץ.

דאָס בלוט פֿון זײַנע חסידישע זיידעס האָט זיך אין אים אָנגעצונדן מיט זײַן אייגן, שפּאָגל־נײַעם פֿײַער. וואָס מיר אַ מאָל, וואָס מיר הײַנט — אין דעם גרויסן גלי־פֿײַער לײַכטן אַלע צײַטן גלײַך. צעפֿלאַקערט זיך אַלץ מער טאַנץ. אָט טוט ער זיך ווי אַ גלי־שטורעם אַ ריס אין דער הייך און תּוך־כּדי־דיבור באַרירט ער די ערד מיט די פֿיס און קלאַפּט אויס דאָס זעלבע און דאָך אַ שפּיגל־נײַ פֿײַער. יונגע־לײַט האָבן געגאַפֿט אויף אים קוקנדיק, קוים וואָס זיי זענען אויף דער ערד אײַנגעשטאַנטן. האָט אָבער אין סאַמע מיטן גלי־טאַנץ אַ שימער געטאָן אַ העל־בלויע בלוזע. איז אין אים אויפֿגעשטיגן אַ זיסע פֿאַרלוירנקייט, וואָס נאָגט אים דאָס האַרץ און ציט אים צו דער ערד. איז טאַקע דאָך אַ גרויסער תּהום צווישן אַ מאָל און הײַנט? ליובינסקי פֿאַרוואַרפֿט תּפֿילהדיק דעם קאָפּ, מאַכט צו די אויגן און טאַנצט מיט גרויס הכנעה און געבעט. טאַקע גאָר דאָס חיות גייט אים אויס. און ווען ער איז שוין גאָר גרייט אויסצוגיין פֿון בענקשאַפֿט, טוט אין אים פּלוצעם פֿון יענער זײַנט מוח אַ גלי ״יענע״ פֿלאַטערנדיקע וועלט.

אַהאַ! ער הייבט אויף דעם קאָפּ און אַ גרויסע שׂימחה פֿאַרפֿלייצט אים דאָס האַרץ. ווייניקער ווי אַ רגע שטעלט ער זיך אָפּ און קוקט זיך אַרום מיט אָפֿענע אויגן. גייט אים שוין איצטער אויס דאָס חיות פֿון פֿאַרפֿלייצנדיקער שׂימחה. צערײַסט ער אַלע ריטמען פֿונעם טאַנץ און, שטעלנדיק זיך אויף איין פֿוס, פֿאַרדרייט ער קונציק זיך און אַלע טאַנץ־ריטמען אין אַ באַטויבנדיקן, פֿאַרפֿלייצנדיקן שׂימחה־וויכער. מוזיק און טאַנץ זענען אין פֿרייד עפּעס ווי פֿון זיך אַליין אויסגעגאַנגען...

Ihk dank aykh far dem

Ihk dank aykh far dem artikl. Es iz geven zeyer interesant tsu leyenen vegn di tekufe un vegen Shneyerson bifrat.

Kol HaKavod