וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו |
מיט 110 יאָר צוריק, דעם 12טן אויגוסט 1900, איז געשטאָרבן וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו — אַ גרויסער רוסישער פֿילאָסאָף, פּאָעט, קריסטלעכער טעאָלאָג, פּובליציסט און ליטעראַטור־קריטיקער. אין דער ייִדישער וועלט איז ער צום מערסטן באַקאַנט ווי אַ גרויסער באַשיצער פֿון ייִדן און זייערע בירגער־רעכט.
סאָלאָוויאָווס לעבן איז געווען טיף פֿאַרבונדן מיט ייִדן. די רוסישע גלחים האָבן אין יענער צײַט כּסדר געפּריידיקט, אַז די ייִדן זענען די "פֿאַרשאָלטענע קינדער פֿונעם שׂטן". ווי אַ זעלטענער אויסנאַם, האָט סאָלאָווויאָוו ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן געקעמפֿט קעגן אַנטיסעמיטיזם; אַפֿילו אויפֿן טויטן־בעט, אויסגעמאַטערט פֿון דער סכּנותדיקער מחלה, האָט ער געזאָגט תּהילים אויף העברעיִש לטובֿת דעם ייִדישן פֿאָלק.
די ייִדן אין רוסלאַנד האָבן הויך אָפּגעשאַצט סאָלאָוויאָוון. ווען ער איז ניפֿטר געוואָרן, האָט מען אין אַ סך שילן געדאַוונט פֿאַר אים. סאָלאָוויאָוו, געבוירן אין 1853, האָט קיינמאָל נישט חתונה געהאַט און געפֿירט אַ האַלב־נאָמאַדיש לעבן, וואָס האָט אונטערגעריסן זײַן געזונט.
סאָלאָוויאָוו און חב״ד
סאָלאָוויאָווס פּאָעזיע, אַ פֿריִיִקע פֿאָרמע פֿונעם רוסישן סימבאָליזם, האָט משפּיע געווען אויף אַזעלכע העברעיִשע פּאָעטן, ווי חיים־נחמן ביאַליק, אַבֿרהם שלאָנסקי און נתן אַלטערמאַן. זײַן פּערזענלעכקייט און פֿילאָסאָפֿישע געדאַנקען האָבן אויך איבערגעלאָזט אַ וויכטיקן רושם אויפֿן געדאַנק פֿון געוויסע פֿרומע ייִדן, בתוכם צוויי אָנגעזעענע חב״ד־רבנים: הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חן און הרבֿ שמואל אַלכּסנדראָוו.
אינעם ספֿר "תּניא" שטייט געשריבן, אַז די נשמות פֿון ייִדן זענען גוט און הייליק, אָבער די נשמות פֿון די "עכּו״ם" שטאַמען פֿון פֿינצטערע בייזע קליפּות. אויב מע טײַטשט דאָס וואָרט "עכּו״ם" ווי סתּם נישט־ייִדן, נישט בלויז די אַמאָליקע תּנ״כישע געצנדינער, באַקומט זיך אַ זײַער נעגאַטיווע באַציִונג צו די אַנדערע פֿעלקער. אַ צאָל היסטאָריקער האַלטן, אַז אַזאַ באַציִונג איז געווען אַן ענטפֿער אויף דער דערמאָנטער אַנטיסעמיטישער פּאָזיציע פֿון דער קירך.
הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חן, אַ באַקאַנטער חסידישער דענקער און אַ פּובליציסט, האָט אָפּגעטײַטש "תּניא" אויף אַ חידושדיקן אופֿן. ווי באַלד אינעם דאָזיקן ספֿר גייט אַ רייד וועגן נשמות, און נישט פֿיזישע פֿעלקער, קאָן מען זאָגן פּונקט פֿאַרקערט: די איידעלע און גײַסטיקע מענטשן זענען ייִדן, אינעם רוחניותדיקן זין, און די גראָבע און פֿאַרדאָרבענע פּאַרשוינען זענען די בייזע געצנדינער. פּאָליטיש, האָט הרבֿ חן געשטיצט אַנאַרכיזם און געהאַלטן קראָפּאָטקינען פֿאַר אַ גרויסן צדיק.
ס׳איז מעגלעך, אַז רבי שניאור־זלמן פֿון ליאַדי, דער מחבר פֿון "תּניא", האָט טאַקע געמיינט, אַז ייִדן און "עכּו״ם" זענען גײַסטיקע קאַטעגאָריעס; סוף־כּל־סוף, דאַרף מען נישט לייענען אַן עזאָטערישן ספֿר אינגאַנצן כּפּשוטו. אין זײַן ספֿר "במלכות היהדות", ברענגט הרבֿ חן עטלעכע קאָנקרעטע בײַשפּילן פֿון אַזעלכע "גײַסטיקע ייִדן" — אַרײַנגערעכנט וולאַדימיר סאָלאָוויאָוון; דאָס הייסט, אַז סאָלאָוויאָווס סימפּאַטיע צו ייִדן האָט אַרויסגערופֿן ענלעכע געדאַנקען לגבי די נישט־ייִדן בײַ אַ חסידישן רבֿ.
הרבֿ שמואל אַלכּסנדראָוו פֿון באָברויסק (1865—1941) איז געווען אַ תּלמיד פֿון דער וואָלאָזשינער ישיבֿה, וועלכער האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט חב״ד־חסידות און געוואָרן אַן אָריגינעלער און אומאָפּהענגיקער מיסטישער דענקער. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז ער האָט אויך געשטיצט אַנאַרכיזם. אָבער, אין פֿאַרגלײַך מיט הרבֿ חן, האָט הרבֿ אַלכּסנדראָוו מער געשריבן וועגן אַזעלכע פּערזענלעכע זאַכן, ווי רעליגיעזע פֿרײַהייט, און ווייניקער וועגן סאָציאַל־עקאָנאָמישע פֿראַגעס.
הרבֿ שמואל אַלכּסנדראָוו |
אַלכּסנדראָוו האָט געהאַלטן, אַז מע קאָן, אין פּרינציפּ, מקיים זײַן די מיצוות אויף אַ ריין־גײַסטיקן אופֿן — הגם מע טאָר דאָס נישט דערקלערן לכתּחילה. אַזעלכע דעות טרעפֿן זיך אויך בײַם איזשביצער רבין און אַ צאָל אַנדערע חסידישע רביים. אַ נישט־פֿרומער ייִד קאָן אויך זײַן אַ צדיק, אויב ער שטרעבט מיטן גאַנצן האַרץ צום אמת. אַלכּסנדראָוו האָט הויך געשאַצט אַזעלכע דענקער, ווי אַחד־העם, משה־לייב ליליענבלום און מיכה־יוסף בערדיטשעווסקי. נישט ווייניקער האָט ער געהאַלטן פֿון ניט־ייִדישע פֿילאָסאָפֿן, בפֿרט שעלינג און סאָלאָוויאָוון.
לויט אַלכּסנדראָווס שיטה, געפֿינען זיך די ייִדן און אַנדערע פֿעלקער אין אַן אָרגאַנישן פֿאַרבאַנד, און מוזן לערנען חכמה איינער פֿונעם צווייטן. אין משיחס צײַטן, וועלן בטל ווערן אַלע גרענעצן צווישן די פֿעלקער.
אין אַ בריוו צו זײַן פֿרײַנד, הרבֿ אַבֿרהם יצחק קוק, וועלכער איז שפּעטער געוואָרן דער באַרימטער הויפּט־רבֿ אין ארץ־ישׂראל, האָט אַלכּסנדראָוו שטאַרק געלויבט סאָלאָוויאָוון און זײַן פֿילאָסאָפֿיע; דער בריוו איז געדרוקט אינעם ערשטן באַנד פֿונעם ספֿר "מכתּבֿי מחקר ובֿקרת". ער האָט באַמערקט, אַז די העכסטע גײַסטיקע מדרגות זענען אויך באַקאַנט אַזעלכע גרויסע קריסטלעכע מיסטיקער, ווי סאָלאָוויאָוו, וועלכער איז בכלל גײַסטיק נאָענט צו ייִדישקייט. צוליב זײַן התפּעלות פֿאַר סאָלאָוויאָוון, האָט דער דאָזיקער רבֿ געשטיצט אוניווערסאַליזם, הגם די ייִדן פֿאַרנעמען אין זײַן וועלט־באַנעם, אַזוי ווי בײַ הרבֿ חנען, אַ צענטראַל אָרט.
שכינה מיטן נאָמען סאָפֿיע
סאָלאָוויאָוו האָט זיך אינטערעסירט מיט קבלה און קאָמבינירט דעם נעאָפּלאַטאָנישן מיסטיציזם מיט דער פֿילאָסאָפֿיע פֿון שעלינג, העגעל און פֿיכטע. עס האָט זיך באַקומען אַ דיאַלעקטישע סיסטעם, וואָס נעמט אַרום פֿאַרשיידענע קולטורן און רעליגיעס. אַפֿילו אַפּיקורסות דינט אַמאָל ווי אַן איבערגאַנג־שטאַפּל אינעם גײַסטיקן פּראָגרעס; הרבֿ אַלכּסנדראָוו איז אויך מסכּים מיט דעם דאָזיקן געדאַנק. די הויפּט־טעמע פֿון סאָלאָוויאָווס פֿילאָסאָפֿיע איז דער ווײַבלעכער אַספּעקט פֿון ג־טלעכקייט, וואָס פֿילט אָן די גאַנצע וועלט; ער רופֿט זי אָן "סאָפֿיע" און שילדערט זי אין זײַנע לידער ווי אַן אומבאַקאַנטע הימליש־שיינע פֿרוי.
דער באַקאַנטער סאָציאַליסטיש־ציוניסטישער פּובליציסט נחום סירקין האָט אין 1902 אָנגעשריבן אַן אַרטיקל, וווּ ער האָט דערקלערט סאָלאָוויאָווס פֿילאָסאָפֿיע און איבערגעזעצט "סאָפֿיע" ווי "שכינה". אַפֿילו אַזאַ וועלטלעכער שרײַבער, וועלכער איז געווען ווײַט פֿון קבלה, האָט זיך גלײַך געכאַפּט, אַז סאָלאָוויאָווס "ג־טלעכע ווײַבלעכקייט" האָט אַ ייִדישן טעם.
אַזוי ווי אַלע פּראַוואָסלאַוונע קריסטן, האָט סאָלאָוויאָוו געגלייבט, אַז דער באַשעפֿער האָט זיך אַנטפּלעקט אין אַ מענטש. לויט זײַן פֿילאָסאָפֿיע, אָבער, קאָנען אַלע מענטשן משׂיג זײַן די הייליקע שכינה אָדער די נשמה פֿון דער וועלט, און אַנטפּלעקן די ג־טלעכע אייניקייט אין זיך. אָנשטאָט יעזוסן, ווי בײַ די געוויינטלעכע קריסטן, שטייט אינעם צענטער פֿון סאָלאָוויאָווס וועלט־באַנעם די אייניקייט צווישן ג־ט און דער גאַנצער מענטשהייט.
די אָפֿיציעלע קירך האָט שאַרף קריטיקירט אַזאַ שיטה. פֿאַר די חסידישע מיסטיקער קלינגען אָבער אַזעלכע דעות גאַנץ היימיש. ס׳איז נישט קיין חידוש, אַז סאָלאָוויאָווס פֿילאָסאָפֿיע האָט פֿאַראינטערעסירט דווקא חב״ד־רבנים, וועלכע האַלטן אויך, אַז יעדער מענטש קאָן אַנטפּלעקן אין זיך די אייניקייט מיט ג־ט, הגם נישט יעדן גיט זיך דאָס אײַן. עס זענען פֿאַראַן נאָך אַ סך וווּנדערלעכע פּאַראַלעלן צווישן סאָלאָוויאָווס געדאַנק און חב״ד־חסידות, וואָס פֿאָדערן אַ באַזונדערע סיסטעמאַטישע פֿאָרשונג.
היפּוכדיקע פּנימער פֿון חב״ד
סאָלאָוויאָוו האָט געקאָנט לשון־קודש און שטודירט דעם אָריגינעלן טעקסט פֿונעם תּלמוד. אין אַ צאָל פּאָלעמישע ווערק האָט ער אָפּגעלייקנט די טענות פֿון אַנטיסעמיטן, וועלכע האָבן באַשולדיקט די ייִדישע רעליגיע אין שׂינאה קעגן די גויים.
אין דער רוסישער איבערזעצונג פֿון "תּניא", פּובליקירט אויף דער וועבזײַט "www.chassidus.ru", שטייט געשריבן, אַז "די ייִדישע נשמות זענען בעצם גוט, אָבער די נפֿשות פֿון די גויים שטאַמען פֿון אינגאַנצן בייזע קליפּות, אין וועלכע ס׳איז נישטאָ קיין גוטס בכלל". כּדי צו מאַכן דעם דאָזיקן ענין קלאָרער, ווערט דווקא דער פּאַראַגראַף, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן די "פֿינצטערע גוייִשע נפֿשות", אָפּגעמערקט מיט אַ גרעסערער שריפֿט.
די ישׂראלדיקע צײַטונג "האָרץ" האָט אַמאָל פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַנאַליז פֿון דער אַנטיסעמיטישער מהומה אַרום דעם ספֿר "קיצור שולחן ערוך", וואָס איז אויסגעבראָכן מיט עטלעכע יאָר צוריק אין רוסלאַנד. דער מחבר האָט שאַרף קריטיקירט די אַנטיסעמיטן, אָבער באַמערקט, אַז על־פּי־קבלה איז פֿאַראַן אַ ריזיקער חילוק צווישן די ייִדן און אַנדערע פֿעלקער. ווי אַ בײַשפּיל, ברענגט "האָרץ" אַ ציטאַט פֿון הרבֿ קוק, וועלכער האָט געהאַלטן, אַז דער חילוק צווישן אַ ייִד און אַפֿילו דעם סאַמע בעסטן גוי איז גרעסער, ווי צווישן אַ מענטש און אַ חיה. פּונקט קעגן אָט־דער דעה איז אַמאָל אַרויסגעטראָטן הרבֿ אַלכּסנדראָוו, אונטערן רושם פֿון סאָלאָוויאָוון.
הרבֿ יצחק גינזבורג, אַ באַקאַנטער ליובאַוויטשער מקובל, אַ ראָש־ישיבֿה און אַן אידעאָלאָג פֿון די עקטסרעם־רעכטע ייִשובֿניקעס, האָט געשטיצט דעם טעראָר־אַקט פֿון ברוך גאָלדשטיין, און בפֿירוש געמאָלדן, אַז די גויים זענען נישט קיין עכטע מענטשן.
מיט אַ חודש צוריק, האָט די ישׂראלדיקע פּאָליציי פֿאַרהאַלטן גינזבורגן אין שײַכות מיטן ספֿר "תּורת־המלך", אָנגעשריבן דורך זײַן חבֿר, הרבֿ יצחק שאַפּיראַ — אַן אַנדער אולטראַ־רעכטער ליובאַוויטשער. שאַפּיראַ איז אַן אַנדער אידעאָלאָג פֿון די סאַמע עקסטרעמסטע ייִשובֿניקעס, און האַלט אַז מע מעג הרגענען גויים, אַפֿילו אומשולדיקע קליינע קינדער, כּדי צו פֿאַרזיכערן דעם מצבֿ פֿון די ייִדן; איבעריק צו זאָגן, אַז דער דאָזיקער רבֿ גלייבט אין ראַסיסטישע טעאָריעס.
צום באַדויערן, דאָס זענען די עקסטרעמסטע, אָבער נישט די איינציקע פֿאַלן, פֿון ראַסיסטישע שטימונגען אין חב״ד. פֿונדעסטוועגן, ווי אַזוי קאָן דאָס זײַן, אַז אַזעלכע מיינונגען טרעפֿן זיך אין אַ באַוועגונג, וואָס איז אויך באַקאַנט מיט פֿרײַנדלעכקייט און אָפֿנקייט צו דער וועלט, בפֿרט ווען אַ צאָל פּראָמינענטע חב״ד־רבנים האָבן שוין אָפּגעטײַטשט זייער אייגענע טראַדיציע אויף אַן אוניווערסאַליסטישן און אַפֿילו לינק־ראַדיקאַלן אופֿן?
מיסטיציזם — אַ וועג אין ביידע זײַטן
אונדזערע לייענער ווייסן, אַז דער מחבר פֿון די שורות שרײַבט אָפֿט וועגן קבלה, אָפֿט אין שײַכות מיט אַנדערע פֿעלקער און רעליגיעס. שוין עטלעכע מאָל האָב איך געהערט טענות: "ס׳טײַטש, על־פּי־קבלה טאָר מען דאָך נישט פֿאַרגלײַכן אַ ייִד מיט אַ גוי! אויב דו מישסט קבלה מיט גוייִשע זאַכן, גיי לערנען בחבֿרותא מיט דער זינגערין מאַדאָנע!"
די עצה וועגן מאַדאָנע וועל איך איבערלאָזן אָן קאָמענטאַרן; סײַ־ווי־סײַ, וועט די גרויסע זינגערין זיך נישט אַראָפּלאָזן צו לערנען בחבֿרותא מיט מײַן ווייניקייט. די עצם־קשיא וועגן קבלה איז אָבער נישט קיין קשיא בכלל. די עזאָטערישע טעקסטן און טעאָריעס קאָן מען אָפּטײַטשן אויף אַ סך פֿאַרשיידענע אופֿנים; ווער עס וויל קאָן אין זיי געפֿינען פּראָגרעסיווע אידעען, ווער עס וויל — נאַציאָנאַליסטישע און אַפֿילו פֿאַשיסטישע. למשל, צווישן אַ טייל הײַנטיקע פּאַציפֿיסטן איז פּאָפּולער דזען־בודיזם — די זעלבע מיסטישע רעליגיע, וואָס די יאַפּאַנישע פֿאַשיסטן האָבן אויסגענוצט אין זייער פּראָפּאַגאַנדע בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. אַזוי איז די נאַטור פֿון מיסטיציזם — בייגעוודיק און פֿילזײַטיק. די פּראָגרעסיווע דעות אין קבלה האָבן אַ לאַנגע געשיכטע, און זענען געווען אָפֿט פֿאַרבונדן מיט דער רענעסאַנס־קולטור, בפֿרט אין איטאַליע.
ווי געזאָגט, קאָן מען אָפּטײַטשן די מיסטישע ספֿרים אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. ס׳זעט אויס, אַז אין חב״ד שטעקט טאַקע אַ געוויסער עלעמענט פֿון ראַדיקאַליזם. דער ראַדיקאַליזם פֿון הרבֿ אַבֿרהם חן און הרבֿ אַלכּסנדראָוו איז אָבער געווען בפֿירוש אַ פּראָגרעסיווער. בקיצור, ס׳איז נישטאָ וואָס צו שעמען זיך. לערנט אַלע מיסטישע פֿילאָסאָפֿיעס געזונטערהייט, אָבער זײַט פֿאָרזיכטיק און קלײַבט אויס די שענסטע אינטערפּרעטאַציעס.
נישט דאָס בין איך אָבער אויסן צו ווײַזן אינעם דאָזיקן אַרטיקל.
קבלה איז פֿול מיט חידושדיקע פּאַראַדאָקסן און היפּוכדיקע פֿאַרבינדונגען צווישן צײַטן און פּערזענלעכקייטן. די מעשׂה מיט די סתּירות אין חב״ד קלינגט גופֿא ווי אַ מיסטישע, הגם טרויעריקע, דערציילונג:
וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו, אַן איידעלער רוסישער קריסט, האָט געשאַפֿן מיט איבער הונדערט יאָר צוריק אַ מיסטישע שיטה, וואָס קומט זייער נאָענט אין באַריר דווקא מיט חסידות. אין דער זעלבער צײַט, האָט ער אָפּגעלייקנט די טענות פֿון די אַנטיסעמיטן, און געווירקט אויף די פּראָגרעסיווע וואַריאַנטן פֿון חב״ד. מיט זײַן פּערזענלעכן בײַשפּיל, האָט ער געוויזן, אַז דער חילוק צווישן די פֿעלקער און אַפֿילו צווישן פֿאַרשיידענע רעליגיעס, איז קליין און רעלאַטיוו — אַבי מע זאָל זײַן אַ גוטער מענטש. צוליב דעם, האָט הרבֿ אַבֿרהם חן געמאָלדן, אַז סאָלאָוויאָוו איז געווען אַ ייִד אין אַ גײַסטיקן זין.
איצט, מיט אַ יאָרהונדערט שפּעטער, באַשטעטיקן עטלעכע ליובאַוויטשער רבנים פּונקט די זעלבע ווילדע אָפּטײַטשן פֿון גמרא און הלכה, וועלכע די אַנטיסעמיטן האָבן אַמאָל אויסגענוצט ווי אַ טענה קעגן ייִדן, און וועלכע סאָוואָליאָוו האָט אַזוי ענטוזיאַסטיש אָפּגעלייקנט; די געשיכטע חזרט זיך איבער ווי אַ פֿאַרס. עס באַקומט זיך, אַז די הײַנטיקע רבנים־פֿונדאַמענטאַליסטן טרעטן פֿאַקטיש אַרײַן אין דער ראָלע פֿון די אַמאָליקע פּראַוואָסלאַוונע אַנטיסעמיטן, און פּרוּוון אָפּלייקענען די אויפֿטוען פֿונעם באַרימטן רוסישן פֿילאָסאָף, וועלכער האָט שטענדיק פֿאַרטיידיקט די ייִדן און געשריבן דרשות מיט אַ חסידישן טעם. איז ווער זשע אין דער דאָזיקער מעשׂה איז אַן עכטער חב״דניק: דער קריסט סאָלאָוויאָוו אָדער די דאָזיקע רבנים?
די געשיכטע פֿון אידעען גיט אַמאָל אַן אומדערוואַרטן דריי. עס ווילט זיך נאָר האָפֿן, אַז אַ דאַנק אַזעלכע אוניווערסאַליסטישע דענקער, ווי וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו און שמואל אַלכּסנדראָוו, וועט דער ספּעקטאַקל פֿונעם לעבן אויסגעפֿירט ווערן ביז אַ גליקלעכן סוף, ווען אַלע מענטשן וועלן טאַקע דערגרייכן די גײַסטיקע אייניקייט צווישן זיך און מיט דעם באַשעפֿער.