פּאָליטיק
די אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין הילאַרי קלינטאָן מיטן פֿאַרמיטלער אין מיטעלן מיזרח, דזשאָרדזש מיטשל, מעלדן וועגן די נײַע רונדע שלום־פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק, אין וואַשינגטאָן
די אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַרין הילאַרי קלינטאָן מיטן פֿאַרמיטלער אין מיטעלן מיזרח, דזשאָרדזש מיטשל, מעלדן וועגן די נײַע רונדע שלום־פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, פֿאַראַכטאָגן פֿרײַטיק, אין וואַשינגטאָן
Credit: Getty Images

יעדער איינער פֿון אונדז האָט אַוודאי נישט איין מאָל צוגעזען, אין אַ שטורעמדיקן האַרבסטיקן טאָג, ווי אַ בלעטל, אַ פּאַפּירל ראַנגלט זיך אומבאַהאָלפֿן מיטן ווינט, ווערט געטראָגן פֿון אים אַרויף און אַראָפּּ, און צענדליקער מענטשן יאָגן זיך נאָך אים מיט אויסגעצויגענע הענט; יעדער איינער וויל עס כאַפּן, מיינענדיק ווער ווייס וואָס אַזוינס דאָס פּאַפּירל פֿאַרמאָגט אין זיך אָדער שטעלט מיט זיך פֿאָר. און דאָס פּאַפּירל אַנטלויפֿט און לאָזט זיך צומאָל אַוועק מיטן ווינט און גייט פֿאַרלוירן אין די ווײַטענישן. מאַנכע מאָל ווערט עס אַרײַנגעשלעפּט אין אַ ווירבלווינט, דרייט זיך אַרום זיך, אַרום זײַן אייגענער אַקס און פֿאַלט צום סוף אַראָפּ צעקנייטשט און אויסגעמוטשעט פֿון דעם ווינטיקן געראַנגל — אַזוי ווי אַ געלער בלאַט וואָס פֿאַלט אַראָפּ פֿון אַ האַרבסטיקן בוים אין אַ האַרבסטיקן טאָג אונטער די צעטרעטנדיקע פֿיס פֿון אַ צופֿעליקן פאַרבײַגייער.

נאָך אַזאַ מין פּאַפּירל, וואָס איז דורך דער "מעדיאַ" געקרוינט געוואָרן מיטן טיטל "דער דאָקומענט", האָט אַ גאַנצע מדינה פֿאָריקע וואָך זיך געיאָגט מיט אויסגעצויגענע הענט, וועלנדיק אים אַרויסכאַפּן פֿון דעם ווירבלווינט — דאָס מאָל אויס מורא ער זאָל, חלילה, נישט פֿאַרברענט ווערן פֿון דער ברענענדיקער זון און פֿון דער היץ, וואָס האָט אין יענע טעג געבושעוועט נישט בלויז אין די וועלדער פֿון סיביר און פֿון אייראָפּע, נאָר איז אויך אין מדינת־ישׂראל באַצייכנט געוואָרן ווי דער העכסט־ברענענדיקסטער זומער זינט דער היסטאָרישער זכּרון געדענקט.

די דיאַלעקטיק לערנט אונדז, אַז קוואַליטאַטיווע היסטאָרישע ענדערונגען אין דער נאַטור און אין דער געזעלשאַפֿט זײַנען אַ רעזולטאַט פֿון אָנגעזאַמלטע קוואַנטיטאַטיווע דערשײַנונגען. קיינער נעמט זיך הײַנט נישט אונטער פֿאָרויסצוזאָגן, וואָס פֿאַר אַ ווירקונג דער דאָזיקער דאָקומענט קען האָבן אויף די פֿיל מער ממשותדיקע געשעענישן, וואָס האָבן זיך צוזאַמענגעשטויסן און זיך שטילערהייט אַדורכגעשלײַכט דורך די פֿליגלען פֿון דער מעדיאַ — ווי דער ווידעראַמאָל באַנײַטער אָנהייב פֿון דעם... — זאָלן מיר עס דאָס מאָל אָנרופֿן "פֿאַרס פֿון שלום"? אָדער, אפֿשר עטוואָס מעסיקער: פֿון דער שלום־שפּיל, וואָס זײַן "פּרעמיערע" איז פּראָקלאַמירט געוואָרן סוף פֿאָריקע וואָך, און דעם קומענדיקן דאָנערשטיק וועט פֿאָרקומען אין וואַשינגטאָן דער ווירטועלער ברית־מילה צערעמאָניאַל, צו וועלכן די אומשולדיקע טאַטע־מאַמע וועלן קומען אָן חשק, ווערנדיק פֿאַרבעטן צו דער שׂימחה דורך די באַגײַסטערטע שדכנים און מחותּנים..

דאָס איז דער אָפֿיציעלער אַקט פֿון דעם אויף ס׳נײַ פּראָקלאַמירטן ווידערגעבורט פֿון די שוין אַזוי פֿיל מאָל געבוירענע און ווידער געבוירענע דירעקטע שלום־געשפּרעכן צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט. דאָס לעצטע מאָל איז עס געווען מיט דרײַ יאָר צוריק, ווען צום גראַנדיעזן שלום־ספּעקטאַקל אין נעאַפּאָליס האָבן זיך אויף דער פֿאַרבעטונג פֿון פּרעזידענט בוש דעם דזשוניאָר געיאַוועט די אויסערן־מיניסטאָרן פֿון 44 לענדער, דערונטער פֿון 15 אַראַבישע מדינות, בראָש מיט סאַודיע.

נו, וואָס איז פֿון דעם אַרויסגעקומען?

מען טאָר אָבער נישט פֿאַרגעסן, אַז די מאכלים וואָס קאָכן זיך אין וואַשינגטאָן, זײַנען נישט די זעלבע וואָס ווערן געקאָכט אין ירושלים. די קולינאַרע קיך אין ישׂראל האָט באַדײַטנדיק אויסגעברייטערט דעם "מעניו" פֿון אירע מאכלים אין אײַנקלאַנג מיט די וואַקסנדיקע אַפּעטיטן פֿון אירע געברויכער. אויך דער סדר פֿון די שׂימחות איז דאָרט אַן אַנדערער ווי ער איז דאָ, בײַ ייִדן: צוערשט ווערט דאָרט געפֿײַערט דער "ברית", דערנאָך שטעלט מען די תּנאַים צו "די שלום־געשפּרעכן אָן באַדינגונגען" (פֿון איין זײַט דער אָנזאָג פֿון די פּאַלעסטינער, אַז זיי וועלן די פֿאַרהאַנדלונגען איבעררײַסן, אויב ישׂראל וועט באַנײַען דעם בוי אין די קאָלאָניעס, ווי זי האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט פֿאַר די "מתנחלים" און פֿאַר דער קאָאַליציע; און פֿון דער אַנדערער זײַט, נתניהוס פֿאָדערונג פֿון די פּאַלעסטינער זיי זאָלן אָנערקענען מדינת־ישׂראל ווי אַ ייִדישע מדינה). ערשט נאָך דעם ווי דער "ברית" וועט געבן די געוווּנטשענע רעזולטאַטן און דאָס קינד וועט שוין זײַן גרויס (לויט אָבאַמאַ, אין צוויי יאָר אַרום, און נתניהו זאָגט, אַז אַ יאָר וועט זײַן גענוג — וואָס ביז איצט, איז פֿאַר דעם נישט געווען גענוג קיין 62 יאָר...) — וועלן דאַן די צדדים גיין צו דער חתונה, וואָס וועט געפֿײַערט ווערן מסתּמא אויך אין וואַשינגטאָן.

אין די זעלבע טעג אָבער, ווען דער פּרעזידענט אָבאַמאַ און די שטאַט־סעקרעטאַרין קלינטאָן האָבן געגרייט זייערע פֿאַרבעטונגען צו דער שׂימחה, דעם "ברית"־צערעמאָניאַל אין וואַשינגטאָן, האָט אין ישׂראל זיך געקרײַזלט אויפֿן ווירבלווינט דער "דאָקומענט", וואָס האָט זיך גיך אַרויסגעוויזן ווי אַ פֿאַלסיפֿיקאַציע, און וואָס איז אָפּגעלעגן, ווי עס האָט זיך שפּעטער אַרויסגעוויזן, גאַנצע פֿיר חדשים אין שופֿלאָד בײַם שעף פֿונעם גענעראַל־שטאַב פֿון צה״ל, רבֿ-אַלוף (גענעראַל) גבי אשכּנזי.

ווען דאָס לאַנד האָט געפֿיבערט און געווירבלט מיט דעם דאָזיקן מיסטעריעזן "דאָקומענט", האָט די פּאָליציי אים אַרומגעזוכט, כּדי אויסצופֿאָרשן ווי אַ קרימינעלע עבֿירה, וואָס האָט גורם געווען צום אָפּשטעלן דעם פּראָצעס פֿון אויסוויילן דורך דעם זיכערהייט־מיניסטער דעם געהעריקן קאַנדידאַט אויף איבערצונעמען די הויפּט־קאָמאַנדע איבער דער ישׂראלדיקער אַרמיי. דערמיט איז געשאָכטן געוואָרן די לעצטע הייליקע קו וואָס איז ביז איצט געשטאַנען מחוץ דער געזעלשאַפֿטלעכער קריטיק און קאָנטראָל. ווי עס האָט זיך מיט דער צײַט אַרויסגעוויזן, איז דאָס געזוכטע געווען אַן אינסטרוקטאַזש אונטערן געפֿעלשטן לאָגאָ פֿון אַן אויטאָראַטיוון פּריוואַטן קאָנסולטאַציע־ביוראָ פֿאַר מיליטערישע און פּאַרטיי־פּאָליטישע ענינים. און דאָרט ווערן די אָפֿיצירן אינסטרויִרט ווי אַזוי צו דיסקרעדיטירן דעם גענעראַל גאַלאַנט, איינער פֿון די פֿיר גענעראַלן, פֿון צווישן וועלכע דער זיכערהייט־מיניסטער, אהוד ברק, האָט געדאַרפֿט אויסוויילן דעם יורש פֿון דעם מיליטערישן הויפּט־קאָמאַנדיר, וועלכער פֿאַרענדיקט אין פֿעברואַר 2011 זײַן פֿיר־יאָריקע קאַדענץ.

די דאָזיקע טריוויאַלע געשיכטע האָט אָבער אַ טיפֿערן הינטערגרונט פֿון אינערלעכע טרײַשאַפֿטן און רײַבונגען צווישן אָפּשטאַמיקע פֿון איין פֿאָרמאַציע קעגן דער אַנדערער; אינטריגעס, מיליטערישע ברודערשאַפֿטן און פֿײַנטשאַפֿטן, וואָס שווימען אַרויס פֿון צײַט צו צײַט אויף דער אויבערפֿלאַך. גלײַך נאָך דער זעקס־טאָגיקער מלחמה איז אָנגעגאַנגען — אַפֿילו אויף די שפּאַלטן פֿון דער פּרעסע — אַ וויכּוח צווישן די גענעראַלן וועגן דעם, ווי אַזוי מען זאָל אָנרופֿן די מלחמה, און צי איז זי איבערהויפּט געווען אַ פֿאַרטיידיקונג־מלחמה, ווי ייִדן האָבן זי באַצייכנט אין די תּפֿוצות. ניין, האָבן געהאַלטן אייניקע פֿון די גענעראַלן, אַזעלכע ווי משה דיין, עזר ווײַצמאַן און אַנדערע "שפּאַרבערס". "פֿאַרטיידיקונג, האָבן זיי געטענהט, איז אַ גלותדיקער באַגריף. מיר האָבן געקעמפֿט פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון גאַנץ ארץ־ישׂראל"...

דער געוועזענער הויפּט־קאָמאַנדיר בעת דער צווייטער אינטיפֿאַדע, גענעראַל משה ("באָגי") יעלון, פֿלעגט דערציילן, אַז ער האָט אַלע מאָל געטראָגן הויכע שטיוול, ווײַל אין דעם גענעראַל־שטאַב האָט געראָיעט מיט גיפֿטיקע שלאַנגען.

ביז איצט האָט געהערשט אַן אויסערלעכע אידיליע צווישן דעם זיכערהייט־מיניסטער אהוד ברקן און אשכּנזי, דעם שעף פֿונעם גענעראַל־שטאַב, וועלכער איז אין דער געזעלשאַפֿט מער געשאַצט ווי דער ערשטער. דאָס איז געקומען צום אויסדרוק באַזונדערס אין דעם עדות־פֿאַרהער פֿאַר דער טירקעל־קאָמיסיע, וואָס האָט צוגעגעבן דעם גענעראַל אשכּנזי אַ סך מער "אינטעגריטי" און באַגלויבטקייט אין פֿאַרגלײַך מיט נתניהו און ברקן. אשכּנזי איז אויך אַלגעמיין באַטראַכט געוואָרן ווי דער וואָס האָט צוריק אויפֿגעריכט די אַרמיי נאָך איר גאָר שטאַרקער ירידה ערבֿ דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה, אונטער די פֿריִערדיקע קאָמאַנדעס פֿון משה (באָגי) יעלון און שאול מופֿז, וועלכע האָבן זייער גאַנצע ענערגיע געווידמעט דער שטאַרקונג פֿון דער אָקופּאַציע און דער קאָלאָניזאַציע.

אין משך פֿונעם לעצטן יאָר האָט געהערשט אַ שטילער "ברוגז" צווישן דעם זיכערהייט־מיניסטער און דעם הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון צה״ל. ביז איצט האָט זיך געפֿירט, אַז אַ דערפֿאָלגרײַכן קאָמאַנדיר פֿלעגט דער פּאָליטישער ראַנג פֿאָרלייגן נאָך אַ יאָר צו בלײַבן אויפֿן אַמט. ברק האָט אָבער געהאַנדלט פֿאַרקערט: מער ווי אַ האַלב יאַר פֿאַרן פֿאַרענדיקן די קאַדענץ פֿון דעם שעף פֿונעם גענעראַל־שטאַב האָט ברק עפֿנטלעך געמאָלדן וועגן זײַן באַשלוס צו באַפֿרײַען דעם אַמט פֿאַר דעם קומענדיקן הויפּט־קאָמאַנדיר.

אין יענער צײַט איז "געבוירן" געוואָרן דער "דאָקומענט", וואָס זײַן אויפֿגאַבע איז געווען צו דיסקרעדיטירן דעם פֿאַוואָריזירטן קאַנדידאַט פֿון דעם מיניסטער, דעם קאָמאַנדיר פֿונעם דרום־פֿראָנט און פֿון דער מלחמה אין עזה, גענעראַל יואבֿ גאַלאַנט, און פֿון דעמאָלט אָן הייסט ער: דער "גאַלאַנט־דאָקומענט". כּדי צו פֿאַרווישן די שפּורן פֿון זײַן אָפּשטאַם, איז ער פֿאָרמולירט ספּעקולאַטיוו, ווי ער וואָלט געווען כּלומרשט קעגן אשכּנזי און זײַנע חסידים. אַ געוויסן טאָג, ערבֿ אַ דעצידירנדיקן אַקט פֿון דעם זיכערהייט־מיניסטער איז דער "דאָקומענט" געוואָרן אַרויסגעטריפֿט פֿאַר דעם צווייטן קאַנאַל פֿון דער טעלעוויזיע און האָט גורם געווען די נאַציאָנאַלע סומאַטאָכע: דער "דאָקומענט" האָט אויפֿגערודערט דאָס לאַנד, און דער יורידישער ראַטגעבער פֿון דער רעגירונג האָט באַפֿוילן דעם זיכערהייט־מיניסטער אָפּצושטעלן דעם פֿאַרהער פֿון די קאַנדידאַטן צום פּאָסטן פֿון דעם מיליטערישן הויפּט־קאָמאַנדיר.

די פּאָליציי האָט פֿאַרפֿירט אַן אינטענסיווע אויספֿאָרשונג, זוכנדיק דעם דאָקומענט, וועלכער האָט זיך אַרויסגעוויזן ווי אַ געפֿעלשטער, אָבער זײַן כּוונה איז געווען פֿאַרדעכטיקט. אשכּנזי האָט זיך געפֿילט טיף געטראָפֿן פֿון ברקס האַנדלונג קעגן אים, הגם ער האָט נישט געוואָלט בלײַבן נאָך אַ יאָר; אָבער ער האָט נישט געוואָלט, אַז אין משך פֿון אַ האַלב יאָר זאָלן זײַן צוויי הויפּט־קאָמאַנדירן פֿון דער אַרמיי.

ער האָט אָבער פֿאַרלוירן אַ סך פֿון דער אַלגעמיינער סימפּאַטיע ווען ער איז, גלײַך נאָך זײַן עדות זאָגן פֿאַר דער טירקעל־קאָמיסיע וועגן דער טערקישער פֿלאָטיליע קיין עזה, אַוועק אין דער פּאָליציי און האָט איר איבערגעגעבן דעם געזוכטן דאָקומענט. ער האָט מגלה געווען, אַז דער דאָקומענט איז די גאַנצע צײַט געווען בײַ אים, ווײַל ער האָט נישט געוואָלט גורם זײַן צו קיין אויפֿרודערונג אין צה״ל, וואָס איז שוין במילא אין דער פּרעסע באַצייכנט געוואָרן ווי אַ דורכגעפֿאַלענער מיליטערישער "פּוטש".

הײַנט אינדערפֿרי, אין טאָג ווען מיר שרײַבן די דאָזיקע שורות, האָט זיך צוריקגעקערט פֿון איטאַליע, וווּ ער פֿאַרנעמט זיך מיט געווער־ביזנעס און מיט געבן מיליטערישע און פּאָליטישע עצות, דער געוועזענער גענעראַל אין רעזערוו, וועמען מען שרײַבט־צו דאָס באַאַרבעטן דעם באַרימט געוואָרענעם "דאָקומענט". ער איז געוואָרן אַרעסטירט און ער ווערט געפֿאָרשט. דער דאָקומענט וועט נאָך האָבן זײַנע עפֿעקטן און אויסווירקונגען אין דער צוקונפֿט...

אַזוי האָט זיך גיך אײַנגעלאָשן דאָס אויפֿגעפֿלאַקערטע פֿײַער אין צה"ל און עס האָט זיך אָנגעצונדן דאָס פֿלעמל פֿון אַ באַנײַטער צווייפֿלהאַפֿטער האָפֿענונג אויפֿן שלום־פֿראָנט.

אָבער — מדינת־ישׂראל, ווי עס איז שוין נישט איין מאָל געזאָגט געוואָרן, קאָן אָן קיין סקאַנדאַלן נישט לעבן. דעם אַנדערן טאָג נאָכן אָנמעלדן די באַנײַונג פֿון די פּאָליטישע געשפּרעכן איז געעפֿנט געוואָרן דער גרויסער קרימינעלער אַקט — מיטן באַשלוס פֿון דער פּאָליציי צו עפֿענען דעם גרויסן מישפּט קעגן די 12 אָנגעקלאָגטע, בראָש מיטן געוועזענעם פּרעמיער-מיניסטער אהוד אָלמערט אין דעם קאָרופּציע־סקאַנדאַל אַרום "האָלילענד", דעם גרויסן האָטעל־פּראָיעקט אין ירושלים.

תּל־אָבֿיבֿ, אויגוסט 24, 2010