דער שער־בלאַט פֿונעם באַנד "ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון רוסלאַנד", 1901 |
אין דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטישער ליטעראַטור טרעפֿט מען אָפֿט זאַמלונגען פֿון פֿאָלקסלידער, וואָס די זאַמלערס האָבן אַרײַנגעשיקט פֿון פֿאַרשיידענע ערטער איבער מיזרח־אייראָפּע. אַמאָל, אָבער זעלטענער, ווערט געדרוקט אַ זאַמלונג פֿון איין שטעטל, אָדער אַפֿילו פֿון איין זינגער פֿון אַ שטעטל. לאָמיר אַ קוק טאָן אויף די קלאַסישע אַנטאָלאָגיעס און זען פֿון וואַנען די לידער האָבן געשטאַמט.
ש. גינזבורג און פּ. מאַרעקס זאַמלונג "ייִדישע פֿאָלקסלידער אין רוסלאַנד", וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין 1901, איז געווען די ערשטע וויכטיקע אויסגאַבע. אין 1898 האָבן די צוויי רעדאַקטאָרן פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אויפֿרוף צו זאַמלען פֿאָלקסלידער. פֿופֿציק "קאָרעספּאָנדענטן" האָבן אַרײַנגשיקט לידער צו די צוויי רעדאַקטאָרן. פֿון די 3,000 לידער וואָס מען אַרײַנגעשיקט, האָבן זיי אָפּגעדרוקט בלויז 376. אָבער, וואָס עס פֿאַרשאַפֿט דעם גרעסטן סורפּריז אין דער סטאַטיסטיק איז, אַז 154 פֿון די לידער, כּמעט אַ העלפֿט, שטאַמען פֿון צוויי קאָוונער קאָרעספּאָנדענטן — א. ד. פֿיק און ב. מ. קאַסעל!
ס׳רובֿ אַנדערע לידער אינעם באַנד שטאַמען אויך פֿון ליטע. דער ליטווישער פּאָעט אַבֿרהם רייזען, למשל, האָט אַרײַנגעשיקט 40 פֿון די דאָזיקע לידער. לויטן פֿאָלקלאָריסט פּראָפֿ׳ דבֿ נוי, וועלכער האָט אָנגעשריבן דעם אַרײַנפֿיר צו דער נײַער אויסגאַבע פֿון גינזבורג־מאַרעק אין 1991, האָט רייזען פֿאַרשריבן די דאָזיקע פֿאָלקסלידער דורך זײַן קאָרעספּאָנדענץ מיט אַנדערע ייִדישע שרײַבער, ווען ער האָט געדינט אין דער רוסישער אַרמיי אין 1895. דאָס הייסט, אַז דער באַנד שטעלט מיט זיך פֿאָר, אין תּוך, ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון ליטע און ווײַט נישט פֿונעם גאַנצן ייִדישלאַנד.
ווען מע גיט אַ קוק אויף די אָנגעזאַמלטע פֿאָלקסלידער אינעם באַנד "ייִדישער פֿאָלקלאָר", וואָס דער ייִוואָ האָט אַרויסגעגעבן אין 1938, זעט מען אַן ענלעכע מעשׂה. פֿאַר דעם באַנד האָט די "ייִוואָ־עטנאָגראַפֿישע קאָמיסיע" געבעטן, מע זאָל אויך אַרײַנשיקן די מעלאָדיעס צו די טעקסטן, אָבער ווייניקער ווי אַ העלפֿט פֿון די לידער האָבן אויך די נאָטן. דרײַ פֿערטל פֿון די געדרוקטע לידער שטאַמען פֿון ליטע, פֿון דער שטאָט פּאָדבראָדז! כּמעט אַלע לידער מיט מעלאָדיעס האָבן אַרײַנגעשיקט צוויי פּאָדבראָדזער זאַמלערס אַהרן און חיה פֿײַן־ענגעלצין. צי איז דאָס שטעטל טאַקע געווען די קרוינשטאָט פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער אין מיזרח־אייראָפּע? אַגבֿ, האָט חיה פֿײַן־ענגעלצין שוין געדרוקט אַ קליינע זאַמלונג לידער אינעם "פּנקס" פֿון 1913. זי איז די ערשטע וויכטיקע פֿרויען־זאַמלערין פֿון לידער פֿאַרן חורבן. סאָפֿיאַ מגיד (1892—1954) פֿון פּעטערבורג איז געווען די צווייטע.
שמואל־זאַנוול פּיפּעס זאַמלונג — "ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון גאַליציע" — וואָס דבֿ נוי און מאיר נוי האָבן אַרויסגעגעבן אין 1971, איז דער בעסטער מוסטער פֿון אַ רעגיאָנעלער זאַמלונג ייִדישע פֿאָלקסלידער. די טעקסטן האָט פּיפּע געזאַמלט אין, און אַרום, זײַן היימשטאָט סאָניק, און געשיקט צו זײַן ברודער אין ישׂראל אין די 1930ער יאָרן. דער ברודער, עוזר פּיפּע, האָט אין ישׂראל געפֿונען לאַנדסלײַט און האָט די מעלאָדיעס פֿאַרשריבן פֿון זיי נאָכן חורבן.
ווען איך וויל געפֿינען וואַריאַנטן צו מײַן באָבעס לידער, זוך איך קודם־כּל אין פּיפּעס זאַמלונג. מײַן באָבע ליפֿשע שעכטער־ווידמאַן האָט געשטאַמט פֿון בוקעווינע, און סײַ די טעריטאָריע פֿון בוקעווינע, סײַ גאַנץ גאַליציע האָבן געהערט צו דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע ביז דער ערשטער וועלט־מלחמה. אַפֿילו לידער, אָדער וואַריאַנטן, אין דער באָבעס רעפּערטואַר, וועלכע איך בין געווען זיכער, אַז מע האָט זיי נאָר געזונגען אין איר שטעטל זוויניעטשקע, האָב איך געפֿונען בײַ פּיפּען.
למשל, אינעם פֿאָלקלאָריזירטן נוסח פֿון מיכל גאָרדאָנס ליד "די שטיפֿמוטער", זינגט שעכטער־ווידמאַן אין דער דריטער סטראָפֿע:
אַבֿרהם, אַבֿרהם, דו ביסט געוועזן מײַן מאַן.
און דעם יתומלס חתן, אויך מן־הסתּם.
וויי, וויי, צי איז דײַן האַרץ פֿון אײַזן, און דו אַליין פֿון שטיין,
ווי קענסטו פֿאַרנעמען דעם יתומלס געוויין.
אין די אָריגינעלע ווערטער בײַ גאָרדאָן, געפֿינט מען נישט דעם נאָמען "אַבֿרהם", און נישט קיין נאָמען בכלל פֿונעם קינדס טאַטן; אַפֿילו איין סטראָפֿע וואָס ווערט געווענדט צום פֿאָטער איז נישט פֿאַראַן בײַ גאָרדאָנען. אָבער בײַ פּיפּען, זינגט מען אויך פֿונעם מאַן, אַבֿרהם. אין אַנדערע וואַריאַנטן פֿון ליטע דערמאָנט מען נישט דעם פֿאָטער אַבֿרהם.
אַ מאָל קען די געאָגראַפֿישע אינפֿאָרמאַציע פֿון וואַריאַנטן אונדז דערציילן וועגן דער געשיכטע פֿון אַ ליד. לאָמיר ווײַטער רעדן וועגן מיכל גאָרדאָנס לידער. פֿאַר וואָס האָט מײַן באָבע געזונגען אַ ליד פֿונעם ליטוואַק מיכל גאָרדאָן און נישט קיין איין ליד פֿונעם מער באַקאַנטן ליטווישן בדחן, אליקום צונזער? (למען האמת, האָט זי יאָ געזונגען צונזערס "די סאָכע", אָבער דאָס האָט זי זיך אויסגעלערנט אין אַמעריקע).
מיכל גאָרדאָן איז אויפֿגעוואַקסן אין ווילנע אין 1823, און האָט דאָרטן אָנגעהויבן זײַן שאַפֿערישע קאַריערע, אָבער די צווייטע העלפֿט פֿון זײַן לעבן האָט ער פֿאַרבראַכט אין אוקראַיִנע, און דאָרטן האָט ער אויך פֿאַרשפּרייט זײַנע לידער. צונזער איז געבליבן אין דער ליטע זײַן גאַנץ לעבן, און בלויז צום סוף אַרויסגעפֿאָרן קיין אַמעריקע. דעריבער זענען זײַנע לידער קיין גאַליציע און בוקעווינע נישט דערגאַנגען.
עס איז נאָך געבליבן צו טאָן אַ סך פֿאָרשאַרבעט מכּוח ווי די ייִדישע פֿאָלקסלידער האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער מיזרח־אייראָפּע. אַ סך קשיות וועט מען נישט קענען פֿאַרענטפֿערן צוליב דעם, וואָס קיין סך אַלטע זאַמלונגען האָט מען נישט פּובליקירט, אָבער געוויסע "מיסטעריעס" וועגן די לידער וועט מען יאָ, האָפֿן מיר, קענען "אַנטפּלעקן".