פּאָליטיק
פּרעזידענט לוקאַשענקאָ (רעכטס) און פּרעזידענט מעדוועדיעוו
(הײַנט קושט מען זיך, מאָרגן קריגט מען זיך)
פּרעזידענט לוקאַשענקאָ (רעכטס) און פּרעזידענט מעדוועדיעוו (הײַנט קושט מען זיך, מאָרגן קריגט מען זיך)
Credit: Getty Images

מאָדנע און, אַ פּנים, וויכטיקע פּראָצעסן קומען פֿאָר אין די באַציִונגען צווישן רוסלאַנד און ווײַסרוסלאַנד. ס׳איז גאָר ניט קלאָר, צי ווײַסרוסלאַנד איז בכּוח אויסצולעבן עקאָנאָמיש אָן דער שטיצע, וועלכע די מדינה באַקומט פֿון רוסלאַנד, דער עיקר — דורך נידעריקע פּרײַזן אויף נאַפֿט און גאַז. די דאָזיקע שטיצע האָט ווייניק צו טאָן מיט אַלטרויִזם. רוסלאַנד נייטיקט זיך אין דעם ווײַסרוסישן דרך פֿאַר זײַן עקספּאָרט פֿון נאַפֿט און גאַז אין אייראָפּע. ווײַסרוסלאַנד איז ניט ווייניקער, און אפֿשר אַפֿילו מער, וויכטיק פֿאַר רוסלאַנד ווי די "ברידערלעכע מדינה", וווּ מע רעדט די זעלבע שפּראַך און וווּ, בכלל, די גאַנצע קולטור איז זייער ענלעך אויף דער רוסישער.

די צענטראַלע פֿיגור אין דער געשיכטע פֿון רוסיש־ווײַסרוסישע באַציִונגען איז, ווי אַלע מאָל, דער ווײַסרוסישער פּרעזידענט אַלעקסאַנדר לוקאַשענקאָ, וואָס געפֿינט זיך אויף דער שטעלע זינט 1994. אָנהייב 2011 וועלן זײַן פּרעזידענטישע וואַלן, און די רעזולטאַטן זײַנען זייער וויכטיק ניט נאָר פֿאַר די ווײַסרוסן, נאָר אויך פֿאַרן גאַנצן רעגיאָן; ווי אויך פֿאַר לענדער מחוץ דעם רעגיאָנעלן אַרום.

רוסלאַנד וואָלט, בלי־ספֿק, געוואָלט זען אין מינסק אַן אַנדערע רעגירונג. דאָס וואָלט געווען אַ גוטער המשך צו די שינויים אין אוקראַיִנע און קירגיזסטאַן, מיט וועלכע רוסלאַנד האָט איצט אַ לעבן ווי אַ לעקעך. און דווקא די דאָזיקע שינויים שרעקן לוקאַשענקאָ. זיי קענען דאָך פֿאַרטײַטשט ווערן ווי אַ באַווײַז, אַז אויך ווייסרוסלאַנד קען דורכגיין אַן ענלעכע דראַמאַטישע טראַנספֿאָרמאַציע. ניט צופֿעליק האָט לוקאַשענקאָ הײַיאָר, אין חודש אַפּריל, געגעבן אַ מקום־מיקלט דעם אַראָפּגעוואָרפֿענעם פּרעזידענט פֿון קירגיזסטאַן, קורמאַנבעק באַקיִעוו. בינו־לבינו, זעט ער, אַז אין דער מאָסקווער פּאָליטיק לגבי אים, וואָס מע האָט אויך פֿריִער געפֿירט מיט אַ בײַטש און אַ צוקער־לעקעכל, דאָמינירט לעצטנס די בײַטש. רוסלאַנד נוצט אַזעלכע "הייבערס" ווי די פּרײַזן אויף נאַפֿט און גאַז. אָדער מע געפֿינט פּלוצעם אַ פּגם אין געוויסע קאַטעגאָריעס פֿון ווײַסרוסישן עקספּאָרט, ווי למשל אין מילך. לוקאַשענקאָ ענטפֿערט מיט זײַנע סאַנקציעס.

אַ סך זאַכן דענערווירן די רוסישע אָנפֿירונג. ווי קען זיי געפֿעלן ווערן, אַ שטייגער, די גאַנץ ברייט פֿאַרשפּרייטע פּאָפּולערקייט פֿון דעם "נוסח ווײַסרוסלאַנד", וואָס מיינט דאָס אָפּהיטן אַ היפּש ביסל עלעמענטן פֿון סאָוועטישקייט. די טעג האָב איך גערעדט מיט אַ פֿרײַנד פֿון רוסלאַנד, וואָס האָט באַזוכט ווײַסרוסלאַנד. אויף אים האָט עס געמאַכט ניט קיין שלעכטן אײַנדרוק. אַ סבֿרא, אַז נאָך בעסער טראַכטן אָפֿט מאָל וועגן דער בשכנותדיקער מדינה די רוסישע תּושבֿים, וועלכע זײַנען דאָרטן קיין מאָל ניט געווען. דאָ מוז מען צוגעבן, אַז בלויז יעדער דריטער רוס איז געווען ערגעץ מחוץ די גרענעצן פֿון זײַן לאַנד, און ווײַסרוסלאַנד איז גאָר ניט אומבאַדינגט געווען צווישן די באַזוכטע לענדער.

אין די אויגן פֿון טויזנטער רוסן, בפֿרט אָרעמע, זעט אויס ווײַסרוסלאַנד סימפּאַטיש, ווײַל דער פּראָסטער מענטש איז דאָרטן כּלומרשט פֿאַרטיידיקט פֿון "ווילדן קאַפּיטאַליזם". די רעאַלקייט איז, פֿאַרשטייט זיך, אַן אַנדערע. אַנדערש וואָלטן 20 פּראָצענט "סאָציאַל־פֿאַרטיידיקטע" ווײַסרוסן ניט געוואָלט (ווי עס ווײַזן די אַנומלטיקע אויספֿרעגן) אויף שטענדיק פֿאַרלאָזן זייער לאַנד און 35 פּראָצענט וואָלטן ניט געוואָלט אַוועקפֿאָרן, לכל־הפּחות, צײַטווײַליק, צו פֿאַרדינען געלט. מע שאַצט אָפּ, אַז אַ מיליאָן ווײַסרוסן, דאָס הייסט יעדער צענטער בירגער, געפֿינט זיך שוין איצט אין אויסלאַנד, אָפֿט מאָל אין רוסלאַנד.

די רוסישע פֿירער — דמיטרי מעדוועדיעוו, וולאַדימיר פּוטין און זייער אַנטוראַזש — האָבן נאָך איין ערנסטע סיבה צו זײַן בייז אויף דעם ווײַסרוסישן קאָלעגע זייערן, דהײַנו׃ לוקאַשענקאָ זאָגט זיך אָפּ פֿון אָנערקענען אַבכאַזיע און צפֿון־אָסעטיע, איבער וועלכע רוסלאַנד האָט מיט צוויי יאָר צוריק געפֿירט אַ מלחמה מיט גרוזיע. דער רוסישער צד טענהט, אַז לוקאַשענקאָ האָט געהאַט אָפֿיציעל צוגעזאָגט אַזאַ אָנערקענונג, בעת לוקאַשענקאָ וואַרפֿט עס אַלץ אָפּ ווי פּוסטע באַשולדיקונגען. ער דערקלערט, אַז פֿאַר זײַן לאַנד וואָלט אַזאַ אָנערקענונג געווען אַ גוואַלדיקע נאַרישקייט, אַ וועג צו אָסטראַקיזם מצד צענדליקער לענדער. לוקאַשענקאָ ווייסט זייער גוט, אַז כאָטש מע רופֿט אים "דער לעצטער דיקטאַטאָר אין אייראָפּע", האָט מען פֿון דעסטוועגן אין מערבֿ מער סימפּאַטיעס צו ווײַסרוסלאַנד איידער צו רוסלאַנד.

די אומצופֿרידנקייט פֿון דער רוסישער רעגירונג האָט זיך בולט אַנטפּלעקט אין דער ביטערער מעדיאַ־מלחמה, וואָס רוסלאַנד פֿירט די לעצטע צײַט קעגן לוקאַשענקאָ. די רוסישע טעלעוויזיע ווײַזט פּראָגראַמען, וועלכע קריטיקירן זייער שאַרף און בייז דעם ווײַסרוסישן פּרעזידענט. די ווײַסרוסישע מעדיאַ ענטפֿערט עין תּחת עין. זי האָט געוויזן, למשל, אַן אינטערוויו מיט דעם גרוזינישן פּרעזידענט מיכאַיִל סאַאַקאַשווילי, דעם דם־שׂונא פֿון דעם מעדוועדיעוו־פּוטינישן טאַנדעם. אין דער מינסקער פּרעסע דרוקט מען מאַטעריאַלן פֿון דער רוסישער אָפּאָזיציע. דערווײַל הייבט אָן רוסלאַנד אונטערהאַלטן די ווײַסרוסישע טוער, וועלכע קענען שאַפֿן אַן אַלטערנאַטיוו קעגן לוקאַשענקאָ אין די קומענדיקע פּרעזידענט־וואַלן.

די וואַלן זײַנען פֿאַרפּלאַנירט אויף אָנהייב פֿעברואַר 2011. דאָס מיינט, אַז די קומענדיקע פֿינף חדשים וועלן זײַן אָנגעפֿילט מיט שפּאַנונג, און דערווײַל איז נאָך זייער פֿרי צו פֿאָרמולירן אַוועלכע עס זאָל ניט זײַן פּראָגנאָזן.