סצענע פֿון דער פּיעסע "דער וועג קיין דמשׂק" |
דער רעמאָנט פֿון "הבימה", אין דעם נאַציאָנאַלן ישׂראל־טעאַטער גייט אָן דראַמעס. אין דער אמתן, איז עס מער ווי אַ רעמאָנט — ס׳איז אַן איבערבוי, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן אפֿשר מיט פֿינף יאָר צוריק און ווען מ’גייט דאָרט אַדורך — טוט אַ קלעם בײַם האַרצן; ס’איז נאָך אַלץ ווײַט פֿון סוף. שפּילט מען טעאַטער וווּ מע קען, איבער דער גאַנצער שטאָט; און ווען דער ספּעקטאַקל איז נישט אַזוי צום האַרצן — איז דאָ אויף וועמען אַרויפֿצוּוואַרפֿן די שולד: אויפֿן רעמאָנט, נאַטירלעך.
איצט פֿירט די טרופּע פֿון "הבימה" אויף, ווי אַ טייל פֿון פֿאָרויס־באַשטימטן רעפּערטואַר, די פּיעסע "דער וועג קיין דמשׂק", אָדער לויטן העברעיִשן טיטל: "די באַנרעלסן וואָס פֿירן קיין דמשׂק" פֿון הלל מיטלפּונקט.
דער כראָניקער פֿון אונדזער נאָענטער געשיכטע — אַזוי וואָלט מען געקאָנט אָנרופֿן אָט דעם כּמעט איינציקן דראַמאַטורג וואָס מיר פֿאַרמאָגן. ער געניסט נישט, וואָס אַן אמת, פֿון אַן אַלגעמיינער אָנערקענונג צווישן די טעאַטער־גייערס; ער איז אויך נישט קיין געפּיעשטשעטער קינסטלער פֿאַר די "קענערס", ווי ס’איז געווען אין זײַן צײַט חנוך לעווין; שאַפֿט זײַנע דראַמעס אויפֿן יסוד פֿון דער ישׂראלדיקער ווירקלעכקייט, צי היסטאָרישע עפּיזאָדן וואָס האָבן געווירקט אויפֿן לעבן דאָ אין לאַנד. די לעצטע פּיעסע זײַנע וואָס איז דאָ אויפֿגעפֿירט געוואָרן מיט גוטע אָפּרופֿן פֿאַר "דער וועג קיין דמשׂק", איז געווען "אַנדאַ", אַ בײַסיק־שאַרפֿע קריטיק קעגן בן־גוריונס פּאַרטיי מפּא"י און די מאַניפּולאַציעס פֿון דער פּאַרטיי בײַם אויסקלײַבן אין 1961 די עדות צום אײַכמאַן־פּראָצעס.
זינט 1974, דאָס יאָר ווען ס’איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן זײַן ערשטע פּיעסע, אין חיפֿהר טעאַטער, האָט מיטלפּונקט געשאַפֿן און באַאַרבעט קרובֿ צו 40 פּיעסעס; אמת, נישט אַלע זײַנען אויפֿגענומען געוואָרן מיט לויבגעזאַנגען. גאַנץ מעגלעך, אַז זײַן בעסטע פּיעסע ביז איצט איז "דער אַקצידענט", — דרײַ ישׂראלים מאַכן אַן אַקצידענט שפּעט אין דער נאַכט און לאָזן איבער דעם קרבן אין מיטן וועג; אַן עמפֿינדלעכער אַרײַנדרינג אין דער מענטשלעכער נשמה; אַ דראַמאַטישע פֿאָרשטעלונג וואָס איבערצײַגט מיט איר טרעפֿלעכער אויפֿפֿירונג.
די האַנדלונג אין זײַן נײַער פּיעסע "דער וועג קיין דמשׂק" קומט פֿאָר בעיקר (אויסער דער ערשטער און דער לעצטער סצענעס) אין דער מאַנדאַטאָרישער שטאָט חיפֿה, אין 1942. די דאָזיקע אויפֿפֿירונג איז דערמעגלעכט געוואָרן ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער בשותּפֿותדיקער מיטאַרבעט צווישן אונדזער "הבימה" מיטן נאַציאָנאַלן בריטישן טעאַטער, אויפֿצופֿירן צוויי פּאַראַלעלע פֿאָרשטעלונגען וועגן דער תּקופֿה פֿון בריטישן מאַנדאַט אין ארץ־ישׂראל, כּדי זיי צו שפּילן אין ביידע מדינות. מיטלפּונקט האָט טאַקע אָנגענומען מיט פֿרייד די געלעגנהייט פֿאָרצושטעלן זײַן שאַפֿונג אין לאָנדאָן, דער הויפּטשטאָט פֿון וועלט־טעאַטער.
"דער וועג קיין דמשׂק" איז אַ סאָרט אויסגעברייטערטער בליק אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, באַזונדערס צום יאָר 1942; די ייִדישע באַפֿעלקערונג לעבט אין שרעק, מורא האָבנדיק פֿאַר דער אינוואַזיע פֿון ראָמעלס אַרמיי אויף ארץ־ישׂראל און ראַנגלט זיך צווישן איר לאָיאַליטעט צו די ענגלענדער און איר שטרעבונג צו אומאָפּהענגיקייט. מיטלפּונקט פֿאַרנעמט זיך מיטן פּערסאָנאַזש פֿון שׂרה, אַ ייִדישער חיפֿהר אײַנוווינערין פֿון רוסישן אָפּשטאַם, וואָס אַרבעט ווי אַ סעקרעטאַרשע אין דער ביוראָ פֿון אַראַבישן אַדוואָקאַט פֿאַטכי. אַן אידעאַליסטקע, גלייבט זי אין דער מעגלעכקייט פֿון אַ ייִדיש־אַראַבישער קאָ־עקזיסטענץ אין דעם צעשפּאָלטענעם לאַנד און אין אַ ברידערלעכן שלום צווישן די פֿעלקער. זי געפֿינט זיך אין אַ שווערן לאָיאַליטעט־קאָנפֿליקט: פֿון איין זײַט דאַרף זי אַרויסווײַזן טרײַשאַפֿט צו איר פֿרײַנדלעכן אַראַבישן באַלעבאָס; זי קאָן אָבער אויך נישט אָפּזאָגן איר פֿאַרהייראַטן געליבטן, אַ "הגנה"־מיטגליד, איבערצוגעבן אים אַ קאָנפֿידענציעלן דאָקומענט. זי מוז שטיין נאָענט צו איר יונגער פֿרײַנדין ניני, וועלכע פֿירט אַ ראָמאַן מיט אַ בריטישן אָפֿיציר און געפֿינט זיך נאָך אונטער דער שווערער איבערלעבעניש: זי איז געווען אַן עדות איבערן מאָרד פֿון אירע עלטערן דורך אַן אַראַבער בעת די אינצידענטן. אויסער דעם אַלעמען, איז שׂרהס ברודער שלומי, אַ מיטגליד אין לח"י, דער אַנטי־בריטישער אונטערגרונט־אָרגאַניזאַציע; ער שטעלט טאַקע אין סכּנה זײַן לעבן, נאָר בעיקר, שטעלט ער פּערזענלעך פֿאָר אַ רעאַלע סכּנה פֿאַר אַנדערע.
מיטלפּונקט ווייסט ווי צו שאַפֿן דראַמאַטישע סצענעס, דיאַלאָגן און די פֿרויען־ראָלעס. די פּראָבלעם איז אָבער ווי אַזוי איבערצוגעבן די צושויער די אינפֿאָרמאַציע אין דער אָנגעגעבענער היסטאָרישער ראַם.
די האַנדלונג צווינגט אַרויף אויף דער פֿאָרשטעלונג זיך צו באַנוצן מיט דרײַ שפּראַכן: אַ וויכטיקער טייל פֿון דער אידעאָלאָגיש־היסטאָרישער דיסקוסיע ווערט געפֿירט אויף אַראַביש (גאַסאַן עבאַס אין דער ראָלע פֿון אַדוואָקאַט פֿאַטכי און יאַסוף סוויד אין דער ראָלע פֿון זײַן זון, דעם אַראַבישן נאַציאָנאַליסט); מ’דאָרף אָבער איבערזעצן דעם טעקסט אויף העברעיִש פֿאַרן פּובליקום. אַן אַנדער טייל פֿון טעקסט איז אויף ענגליש. דער רעזשיסאָר אילן רונן און די דעקאָראַציע פֿון רות דאַר וואַרפֿן אַרויף אויף דער געשיכטע פֿון די קליינע מענטשן אַ שווערע טעאַטער־מאַשין, מיט וועלכער זיי קאָנען זיך קוים געבן אַן עצה.
צום גליק, געפֿינט זיך דאָ יעווגעניאַ דאָדינאַ, ביז נישט לאַנג אַ באַשטאַנדטייל פֿון "גשר"־טעאַטער; איצט געהערט זי צום "הבימה"־טעאַטער. זי פֿירט גלענצנדיק אויס די הויפּט־ראָלע פֿון שׂרה און זעט נאָר דעם וווּנדער: זי האָט כּמעט פֿאַרלוירן דעם רוסישן אַקצענט. די אַנדערע וויכטיקע פֿרויען־ראָלע — ניני — פֿירט אויס מיט אירע באַקאַנטע פֿעיִקייטן הילאַ פֿעלדמאַן.
הלל מיטלפּונקט פֿאַרענדיקט זײַן אַרײַנפֿיר מיט די ווערטער: "אויך די באַנרעלסן וואָס פֿירן קיין דמשׂק, יענער קאָסמאָפּאָליטישער חלום פֿון אָנהייב, איז בײַם סוף בלויז אַ געאָגראַפֿישער צייכן, וווּ אומשולדיק בלוט איז פֿאַרגאָסן געוואָרן". די פּיעסע הייבט זיך אָן אין פֿרילינג 1942, בײַ אַ חיפֿהר טיי־אויפֿנאַמע, וווּ עס נעמען אָנטייל ייִדן, אַראַבער און ענגלענדער, וואָס שטרעבן צו אַ בעסערער צוקונפֿט.