פֿאַרשײדנס
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
לייב קוויטקאָ
לייב קוויטקאָ

אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז הײַיאָר האָב איך דעם 12טן אויגוסט — די יאָרצײַט נאָך די פֿירנדיקע טוער פֿון דעם סאָוועטיש־ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט — כּמעט דעם גאַנצן טאָג פֿאַרבראַכט אין דעם "פּאָליטישן אַרכיוו" בײַם אויסערן־מיניסטעריום פֿון דײַטשלאַנד. איך האָב לאַנג זיך געקליבן עס צו טאָן (גאָר ניט אומבאַדינגט אין אויגוסט), ווײַל איך האָב געוווּסט, אַז דאָרטן ליגן פּאַפּירן פֿון פּראָפֿעסאָר מאָריץ זאָבערנהײַם (1872—1933), וואָס האָט זינט 1918 ביז 1933 געאַרבעט בײַם אויסערן־מיניסטעריום ווי אַן עצה-געבער אין ייִדישע ענינים. אַ פֿעיִקער ייִדיש־דײַטשישער סעמיטאָלאָג און אַן אַקטיווער טוער אין ייִדישע קרײַזן, איז זאָבערנהײַם גלײַכצײַטיק געווען אַ דײַטשישער פּאַטריאָט און, דאַכט זיך, קיין גרויסע סתּירות ניט געזען אין דינען ביידע — ייִדישע און דײַטשישע — אינטערעסן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס ביז 1933 איז עס באַזונדערס שווער ניט געווען.

איידער זאָבערנהײַם האָט באַקומען די שטעלע אין אויסערן־מיניסטעריום, האָט ער זיך באַשעפֿטיקט מיט אַקאַדעמישע זאַכן און, אין די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, געווען סעקרעטאַר פֿון דעם "קאָמיטעט פֿאַרן מיזרח", דאָס הייסט פֿאַר מיזרח־אייראָפּע. דעם קאָמיטעט האָבן געשאַפֿן פֿירנדיקע דײַטשישע ציוניסטן מיטן ציל, דער עיקר, צו פֿירן אַ פּאַטריאָטיש־דײַטשישע פּראָפּאַגאַנדיסטישע אַרבעט אין לאַנד און אין אויסלאַנד. עס וואַרפֿן זיך ממש אין די אויגן פּאַראַלעלן צווישן דעם "קאָמיטעט פֿאַרן מיזרח" און דעם שפּעטערדיקן סאָוועטיש־ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וואָס האָט אויך געהאַט ריין פּראָפּאַגאַנדיסטישע צילן און איז אויך געווען דירעקט פֿאַרבונדן מיטן אויסערן־מיניסטעריום — דעם סאָוועטישן, פֿאַרשטייט זיך.

זאָבערנהײַמס עקספּערטיז האָט איבערגעלאָזט שפּורן אויך אין אַנדערע קאָלעקציעס, וואָס היטן זיך אָפּ אין דעם רײַכן אַרכיוו. אַפֿילו פֿאַר די עטלעכע טעג, וועלכע איך האָב דאָרטן פֿאַרבראַכט, האָבן זיך פֿאַר מיר אַנטפּלעקט אַ סך מאַטעריאַלן, וואָס וועלן היפּש אונטערהאָדעווען מײַן אַקאַדעמישע פֿאָרש־אַרבעט. אָבער דאָס איז אַן אַנדער מעשׂה. לאָמיר זיך אומקערן צום 12טן אויגוסט, ווײַל אין די טעקעס "פּאַס־זאַכן" האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף וויזע־ענינים פֿון דעם דיכטער לייב קוויטקאָ, איינעם פֿון די אומגעבראַכטע דעם 12טן אויגוסט 1952. די פּאַפּירן ווײַזן, ווי קוויטקאָ האָט זיך געמאַטערט אין בערלין, געפּרוּווט צו געפֿינען אַ וועג צו לעגאַליזירן זײַן רעזידענץ־רעכט.

לייב קוויטקאָ (1890—1952) — איך האָב וועגן אים מער פּרטימדיק געשריבן דעם 30סטן יולי, אין "דאָס פּינטעלע ייִדיש" — האָט זיך באַוויזן אין דער ייִדישער ליטעראַטור אין די יאָרן פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע. ער געהערט צו די ליטעראַרישע טאַלאַנטן, וועלכע זײַנען באַקאַנט ווי די "קיִעווער גרופּע", מחמת דווקא אין קיִעוו האָט זיי — לייב קוויטקאָ, דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, דוד בערגעלסאָן, און אַ צאָל אַנדערע — צונויפֿגעפֿירט דער גורל און געפֿירט זיי ווײַטער, אַזש ביז דער עקזעקוציע אין יאָר 1952. כּמעט אַלע "קיִעווער", לכל־הפּחות פֿון די פֿירנדיקע שרײַבער, וועלן זיך טרעפֿן אין בערלין אין די 1920ער יאָרן.

ווען קיִעוו איז פֿון דער אוקראַיִנישער הויפּטשטאָט געוואָרן אַ סאָוועטישע פּעריפֿעריע (די הויפּטשטאָט פֿון סאָוועטן־אוקראַיִנע איז אַריבער קיין כאַרקאָוו), זײַנען אַ סך "קיִעווער" אַוועק קיין מאָסקווע. אין אַ צײַט אַרום האָבן אייניקע פֿון זיי, קוויטקאָ בתוכם, באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן רוסלאַנד, וווּ דאָס לעבן האָט פֿאַרלוירן ס’רובֿ סימנים פֿון נאָרמאַלקייט. דורך קאָנטאַקטן מיט דער ליטווישער אַמבאַסאַדע האָט זיך זיי אײַנגעגעבן צו ווערן ליטווישע בירגער, און ווי אַזעלכע זײַנען זיי אָנגעקומען קיין קאָוונע.

דאָרטן האָבן די קוויטקאָס — דער דיכטער, זײַן ווײַב און טאָכטער — גענומען וואַרטן אויף אַ דײַטשישער וויזע. צוליב דעם האָבן קוויטקאָס פֿרײַנד, וועלכע האָבן זיך שוין געהאַט "דורכגעריסן" קיין בערלין, געשיקט אים כּלערליי אָפֿיציעלע, צי כּמו־אָפֿיציעלע, בריוו — למשל, פֿון די ייִדישע פֿאַרלאַגן, וועלכע האָבן זיך באַוויזן אין דער ווײַמאַר־רעפּובליק ווי שוואָמען נאָך אַ זומערדיקן רעגן. יעקבֿ לעשצינסקי, דעמאָלט דער הויפּט־פֿאָרשטייער פֿון "פֿאָרווערטס" אין בערלין, איז געווען איינער פֿון די מענטשן, וואָס האָבן אים באַזאָרגט מיט נייטיקע פּאַפּירן.

דעם 5טן דעצעמבער 1921, האָט די דײַטשישע אַמבאַסאַדע אין קאָוונע מיטגעטיילט דעם אויסערן־מיניסטעריום אין בערלין, אַז דער ייִדישער שרײַבער לייב קוויטקאָ האָט דעם 16טן סעפּטעמבער געהאַט באַקומען אַ וויזע אויף איין חודש, כּדי אויססדרן זײַנע געשעפֿטן מיטן בערלינער "פֿאַרלאַג פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור". דעם 20סטן דעצעמבער קומט נאָך אַ בריוו, אין וועלכן מע פֿרעגט זיך אָן פֿון קאָוונע, צי מע ווייסט, וווּ קוויטקאָ איז פֿאַרפֿאַלן געוואָרן, ווײַל קיין ליטע האָט ער זיך ניט אומגעקערט.

דעם 29סטן דעצעמבער 1921 איז די בערלינער פּאָליציי געווען גרייט צו מעלדן, אַז קוויטקאָ איז גאָר ניט פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. זיי איז געווען באַוווּסט קוויטקאָס אַדרעס. זיי האָבן אויך געוווּסט, אַז דער דיכטער האָט געאַרבעט אין "כּלל־פֿאַרלאַג", וואָס איז געווען אַ פֿיליאַל פֿון דעם גרויסן "אולשטיין-פֿאַרלאַג". פֿאַר דער פּאָליציי איז קיין סוד ניט געווען, אַז דעם 27סטן דעצעמבער זיינען צו קוויטקאָ געקומען זײַן ווײַב און די טאָכטער.

דעם 2טן פֿעברואַר 1922 האָבן די דײַטשישע קאָנסול־לײַט פֿון קאָוונע געשריבן, אַז די אינפֿאָרמאַציע וועגן קוויטקאָס ווײַב האָט זיי געחידושט׃ ווי אַזוי האָט זי געקענט קומען אָן באַקומען בײַ זיי אַ וויזע? די פּאָליציי האָט די פֿראַגע אויסגעקלאָרט און מיטגעטיילט דעם 25סטן פֿעברואַר, אַז קוויטקאָס ווײַב און טאָכטער זײַנען אָנגעקומען דורך דאַנציג, וואָס איז דעמאָלט געווען אַ מלוכה פֿאַר זיך. דער סוף איז געווען, אַז דעם 24סטן אַפּריל האָט מען די קוויטקאָס געגעבן צוויי וואָכן אויף צו פֿאַרלאָזן די טעריטאָריע פֿון פּרײַסן. ווי אַ פּועל־יוצא פֿון אָט דער אַרויסשיקונג, האָבן די קוויטקאָס געמוזט אַוועקפֿאָרן קיין האַמבורג, וווּ דער דיכטער האָט געקראָגן זייער אַ נידעריקע שטעלע אין דער סאָוועטישער האַנדלס־קאָמיסיע. קיין באַדינגונגען פֿאַר ליטעראַרישער אַרבעט האָט לייב קוויטקאָ אין דײַטשלאַנד ניט באַקומען.

אין 1925 באַשליסט ער זיך אומצוקערן קיין אוקראַיִנע, וווּ עס הייבט זיך אָן די סאָוועטישע תּקופֿה פֿון זײַן לעבן. זי וועט זיך ברוטאַל פֿאַרענדיקן דעם 12טן אויגוסט 1952.