הײַנט צו טאָג איז שלום־עליכם באַקאַנט דער ברייטערער לייענערשאַפֿט, דער עיקר, אין איבערזעצונגען. זײַנע ייִדישע ווערק זײַנען צוטריטלעך בלויז פֿאַרן שמאָלן קרײַז פֿון ייִדישע פֿאָרשער, און אַפֿילו זיי מוזן זיך באַנוצן מיט כּלערליי ווערטערביכער און לעקסיקאָנען, כּדי צו דערגיין צו דעם ריכטיקן מיין פֿון די טעקסטן. דער דאָזיקער טעזיס איז געווען דער אויסגאַנג־פּונקט פֿון דער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אין אָקספֿאָרד, געווידמעט דעם ענין פֿון איבערזעצן שלום־עליכמס ווערק אויף די אייראָפּעיִשע שפּראַכן.
אָבער, צי לאָזט זיך שלום־עליכם אַדעקוואַט איבערגעזעצט צו ווערן אויף אַן אַנדער שפּראַך בכלל? מען קאָן אַוודאי זאָגן "ניין". אָבער פֿון דעסטוועגן, זײַנען דאָ אַ סך אַלטע און נײַע גוטע איבערזעצונגען, וואָס מען לייענט מיט גרויס הנאה. וואָס איז דער חילוק צווישן אַ גוטער און אַ שלעכטער איבערזעצונג פֿון שלום־עליכם? צי האָט עס מער צו טאָן מיט דער פּינקטלעכקייט אָדער מיט דער צוטריטלעכקייט? און וואָס טוט מען מיט די פֿרעמדשפּראַכיקע ווערטער און זאָגעכצן, וואָס באַפֿעפֿערן און באַזאַלצן די רייד פֿון שלום־עליכמס פּערסאָנאַזשן? אַפֿילו שלום־עליכם, וואָס האָט זייער גוט געקענט די רוסישע שפּראַך, איז ניט געווען בכּוח צו איבערזעצן זיך אַליין. ווען ער האָט געמאַכט זײַן ערשטן פּרוּוו אינעם סאַמע אָנהייב פֿון זײַן ליטעראַרישער קאַריערע, איז דער רעזולטאַט געווען גאָר ניט קיין גוטער, ווי עס האָט דערוויזן אַלכּסנדר פֿרענקעל (סאַנקט־פּעטערבורג) אין זײַן פֿאַרגלײַכיקן אַנאַליז פֿון דעם ייִדישן און דעם רוסישן נוסח פֿון "בינטל בלומען".
די גרעסטע צאָל פֿון שלום־עליכמס איבערזעצונגען איז אַרויס אויף רוסיש פֿאַר און נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע. אין דער סאָוועטישער תּקופֿה האָט שלום־עליכם פֿאַרנומען די אָפֿיציעלע פּאָזיציע פֿונעם גרעסטן ייִדישן קלאַסיקער. זײַנע ווערק זײַנען אַרויס אויף פֿאַרשידענע לשונות פֿון סאָוועטישע פֿעלקער אין כּמעט פֿינף מיליאָן קאָפּיעס. אָבער די אויסטײַטשונג פֿון שלום־עליכמס ליטעראַרישער ירושה איז געשטאַנען אונטער דער שטרענגער אידעאָלאָגישער השגחה פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. פֿאַרשידענע צדדים פֿון די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן ליטעראַטור און אידעאָלאָגיע אין שײַכות מיט שלום־עליכם, זײַנען באַהאַנדלט געוואָרן אין די רעפֿעראַטן פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק), ראָלאַנד גרושקאַ (דיסלדאָרף) און דעם שרײַבער פֿון די דאָזיקע שורות.
אין פּוילן, להיפּוך צו רוסלאַנד, האָט שלום־עליכם ניט געשפּילט אַזאַ חשובֿע ראָלע, בפֿרט אין פֿאַרגלײַך מיט אַזעלכע פּויליש־ייִדישע מחברים ווי י. ל. פּרץ, שלום אַש אָדער זוסמאַן סעגאַלאָוויטש. די בעסטע איבערזעצונגען אויף פּויליש זײַנען דערשינען ערשט נאָכן חורבן, אַ סבֿרה, אונטער דעם סאָוועטישן אײַנפֿלוס, ווי עס האָט דערקלערט עוגעניאַ פּראָקאָפּ־יאַנעץ (קראָקע).
ניט ווייניקער אינטערעסאַנט און קאָמפּליצירט איז די געשיכטע ווי אַזוי שלום־עליכמס ווערק זײַנען אויפֿגענומען געוואָרן אויף דײַטש. סאַבינע קאָלער (רעגענסבורג) האָט געמאַכט אַ פֿאַרגלײַכיקן אַנאַליז פֿון דער אַלטער און נײַער איבערזעצוגנ פֿון "אײַזנבאַן־געשיכטעס". בעת דער ערשטער איבערזעצער, אַלכּסנדר עליאַסבערג, איז געווען אויסן צו געבן דעם דײַטשישן לייענער סתּם אַ גוטן שטאָף צום לייענען, האָט זיך דער מאָדערנער איבערזעצער, גערנאָט יאָנאַס, געסטאַרעט איבערצוגעבן די קאָמפּליצירטקייט און אַמביוואַלענץ פֿון שלום־עליכמס פּראָזע. עס בלײַבט אָבער אַן אָפֿענע פֿראַגע, וואָס פֿאַר אַ צוגאַנג פֿירט צו אַ בעסערן רעזולטאַט פֿונעם לייענערישן שטאַנדפּונקט. אַרמין אײַדהער (זאַלצבורג), אַליין אַ ליטעראַטור־פֿאָרשער און אַן איבערזעצער, האָט אַ ביסל פּראָוואָקאַטאָריש געשטעלט אונטער אַ פֿראַגע־צייכן די שײַכותדיקייט פֿון דער ליטעראַרישער טעאָריע פֿאַר דער איבעזעצערישער פּראַקטיק.
ניט ווייניקער ספֿקות לגבי טעאָריע איז געווען אין יאַן שוואַרץ (שיקאַגע) אויפֿטריט, וועלכער האָט דערציילט וועגן זײַן אַרבעט איבער דער איבערזעצונג פֿון "טבֿיה דער מילכיקער" אויף דעניש. די ספּעציעלע פֿאַלן פֿון שלום־עליכמס איבערזעצונגען אויף פֿראַנצויזיש און האָלענדיש זײַנען געווען די טעמעס פֿון רעפֿעראַטן פֿון שרון בר־כּכבא (פּאַריז) און מאַריון אַפּטראָט (דיסלדאָרף).
אַקאַדעמיקער האָבן בטבֿע ליב זיך צו ראַנגלען מיט טעאָרעטישע באַגריפֿן און צו זוכן, ווי אַזוי צו באַנוצן זיי אין פּראַקטיק. מען זוכט אַלע מאָל ניצלעכע טעאָרעטישע מאָדעלן, וואָס זאָלן העלפֿן בעסער צו פֿאַרשטיין דעם סוד פֿון קונסט־כּישוף. ווי אַ געניאַלער שרײַבער, האָט שלום־עליכם אַליין איבערגעלאָזט פֿאַר אונדז דאָ און דאָרט אין זײַנע טעקסטן שליסלען, וואָס דערמעגלעכן צו עפֿענען אייניקע פֿאַרמאַכטע טירן צו אָט דעם כּישוף. קערסטין האָגע (אָקספֿאָרד) האָט אַנאַליזירט די אינעווייניקע פֿילשפּראַכיקייט פֿון "מאַריענבאַד", בעת אָלגאַ ליטוואַק (קלאַרק־אוניווערסיטעט) האָט אַנטפּלעקט די ליטעראַרישע און היסטאָרישע קוואַלן פֿון דער דערציילונג "קבֿר־אָבֿות".
ווי אַזוי קאָן מען איבערזעצן שלום־עליכמס הומאָר און איראָניע? דאָס איז געווען די טעמע פֿון דער לעבעדיקער דיסקוסיע, וואָס האָט געעפֿנט די קאָנפֿערענץ, און מיט דעם האָט מען זי פֿאַרענדיקט. אַלכּסנדראַ האָפֿמאַן (ען־אַרבאָר) האָט פֿאַרגליכן דרײַ ענגלישע איבערזעצונגען פֿון דער דערציילונג "דער גליקלעכסטער אין קאָדניע" און דערוויזן, ווי אַזוי יעדער איבערזעצער, אויף זײַן אייגענעם אופֿן, איז מסוגל געווען איבערצוגעבן די ביטערע איראָניע פֿון דער סיטואַציע גופֿא, אָבער ניט די איראָנישע אינטאָנאַציע פֿון שלום־עליכמס דערציילערישן סטיל.
שלום־עליכם איז געווען אַ מײַסטער פֿון איבערגעבן אין זײַנע טעקסטן די סאַמע פֿאַרשידנאַרטיקע שאַטירונגען פֿון דער גערעדטער ייִדישער שפּראַך פֿון זײַנע העלדן. מען קאָן אָפֿט מאָל בעסער כאַפּן דעם מהות פֿון זײַנע ווערק בעל־פּה איידער בכּתבֿ. יאַן שוואַרץ האָט דערמאָנט, אַז ער האָט געהאַלטן אין איין צוהערן זיך צו שמואל עצמונס רעקאָרדירטער רעציטאַציע, בעתן איבערזעצן טבֿיהס מאָנאָלאָגן אויף דעניש. גבריאלאַ סאַפֿראַן (סטענפֿאָרד) האָט געווידמעט איר רעפֿעראַט דעם אַנאַליז פֿונעם דערציילערישן נוסח (וואָס די טעאָרעטיקער פֿון ליטעראַטור רופֿן אָן מיטן רוסישן נאָמען "סקאַז") אין שלום־עליכמס מאָנאָלאָג "דאָס טעפּל". גלײַך ווי הומאָר, לאָזט זיך דער מינדלעכער טעם פֿון שלום־עליכמס שרײַבן זייער שווער אָפּצוהיטן אין אַ פֿרעמדער שפּראַך. שלום־עליכם איז געווען אַן אוניקאַלע ליטעראַרישע דערשײַנונג ניט נאָר ווי אַ שרײַבער אין זײַן אייגענעם מאַמע־לשון, נאָר אויך ווי אַ מקור פֿון אינספּיראַציע פֿאַר עטלעכע דורות איבערזעצער אין פֿאַרשידענע שפּראַכן. דווקא די דאָזיקע איבערזעצערישע אַרבעט, וואָס קומט פֿאָר עד־היום אין פֿאַרשידענע קולטורן, מאַכט שלום־עליכמס שאַפֿונג לעבעדיק.