Credit: Getty Images |
אַז איך גיי מיט מײַן חבֿרטע, ליליען, יעדן טאָג אין דער פֿרי — אַרום זעקס זומער און זיבן אַזייגער די רעשט פֿון די סעזאָנען — ווייסט איר דאָך שוין. אָבער אַזוינס, וואָס האָט זיך געטראָפֿן נעכטן אויף אונדזער טעגלעכן שפּאַציר, איז געווען ממש אומגלייבלעך. בדרך־כּלל, דרייען זיך דאָ אַרום מענטשן מיט הינט: מ׳צאַצקעט זיך מיט זיי, מ׳פּילנעוועט זיי ווי אַן אייגן קינד. אָבער קיינער קוקט זיך נישט אום אויף אַ היימלאָזן מענטש, וואָס לעבט אין אונדזער פּאַרק, שלאָפֿט אין אונדזער פּאַרק און איז אַרומגערינגלט מיט אַ אײַנקויף־וועגעלע, וווּ עס שטעקן אַרויס אַלטע געשיר, צונויפֿגעדרייטע שמאַטעס, אַ פֿלעשעלע וואַסער און אַ קאָלדרע. מײַן חבֿרטע ליליען דערציילט מיר דערווײַל, אַז דורך דער צײַט וואָס איך בין נישט דאָ — ס׳הייסט, אין די זומער־ און ווינטער־חדשים — האָט זיך דער מענטש באַזעצט אין פּאַרק, לעבן אונדזער הויז.
מיר שפּאַצירן, און איך זע אים. ליליען זאָגט מיר:
— איך קען הײַנט נישט צוגיין צו אים, ווײַל איך האָב נישט געבראַכט פֿאַר אים קיין פֿרישטיק.
פֿרעג איך זי: — דו ברענגסט אים פֿרישטיק? וואָס ברענגסטו אים? — מאַכט זי:
— איך ברענג אים אַ האַרט איי, אַ שטיקל ברויט מיט קעז און אַ טעפּעלע קאַווע.
מיר גייען אַרום און אַרום און קומען אַרויס אויף דער צווייטער זײַט פֿון די בענק. איך זע אים. זאָג איר איר:
— איך וואָלט געווען אַ בעלנטע צוצוגיין צו אים און כאַפּן אַ שמועס.
דערשרעקט זיך ליליען:
— וואָס רעדסטו! ער קען דאָך דיך נישט, און דו גייסט שמועסן מיט אים? — פֿאַרזיכער איך זי, אַז איך וועל עס מאַכן זייער דעליקאַט.
דרייט מען אויס דעם דאַשיק און מיר שפּאַצירן צו צו דעם היימלאָזן מענטש. דערווײַל זאָג איך גאָרנישט. איך שווײַג. ליליען פֿאַרענטפֿערט זיך:
— איר וועט מיר מוחל זײַן, איך האָב הײַנט פֿאַר אײַך נישט געבראַכט אײַער פֿרישטיק.
דער מענטש שמייכלט:
— ס׳מאַכט נישט אויס, און איך בין אײַך סײַ־ווי דאַנקבאַר דערפֿאַר.
דער מענטש איז אין די זעכציקער. אַ ביסל אַ באַבערדלטער, אַ שמייכלענדיקער, און אין זײַן ענגליש וואַרפֿט ער אַרײַן ייִדישע ווערטער. דערהערט אַזוינס, האָב איך זיך שוין צוגעשטעלט מיט מײַנע פֿראַגעס, אַרײַנוואַרפֿנדיק אַ סך ייִדישע ווערטער:
— זאָגט מיר, ווי הייסט איר? — ער שמייכלט:
— איך הייס שמעון, און איך בין שוין אַזוי היימלאָז דרײַ יאָר.
— ווי קומט עס עפּעס? עס זײַנען דאָך פֿאַראַן אַזוי פֿיל הילפֿס־אינסטיטוציעס, ייִדישע און גוייִשע וואָס העלפֿן אַרויס.
— אַז אָך און וויי צו זייער הילף. איך בין געוואָרן היימלאָז ווײַל איך האָב אַוועקגעלייגט מײַן גאַנץ פֿאַרמעגן, ווען איך האָב אַרײַנגעגעבן מײַן מאַמע אין "היברו האָום פֿאָר דהע איידזשעד". דער עיקר, איך האָב זי פֿאַרזאָרגט. ערשט ווען איך בין געבליבן אָן אַ גראָשן געלט, האָב איך זיך געוואָנדן צו דער שטאָט זיי זאָלן מיר העלפֿן. האָבן זיי מיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין אַ מושבֿ־זקנים און דאָרט האָט מען מיך באַהאַנדלט ווי אַ הונט; מען האָט געשריגן אויף מיר, באַליידיקט און אַוועקגענומען מײַן זעלבסט־ווירדע. האָב איך באַשלאָסן זיי צו פֿאַרלאָזן און זיך באַזעצן אין די פּאַרקן אין ריווערדייל. איך בין היימלאָז. איך עס מיטאָג אין צענטער פֿאַר עלטערע לײַט אַנטקעגן איבער, און גיב זיך ווי נישט איז אַן עצה. איך לײַד אויך אויף די נירן. מוז איך פֿאָרן אין אַ שפּיטאָל אין מאַנהעטן אויף "דאַיאַליסיס"־אײַנשפּריצונגען אַ פּאָר מאָל אין וואָך.
און ער אַנטבלויזט די האַנט און ער ווײַזט אונדז שרעקלעכע געשווירן פֿון די אײַנשפּריצונגען. פֿרעג איך אים:
— און ווי אַזוי קומט איר אין שפּיטאָל?
— אויף דער צוויי הונדערט און דרײַסיקסטער גאַס און בראָדוויי איז פֿאַראַן אַ סאָבוויי מיט אַ ליפֿט. נעם איך די באַן, פֿאָר אַראָפּ אין שטאָט מיט אַלע מײַנע מאַנאַטקעס און שמאַטעס מיט וועלכע איך טראָג זיך אַרום. און נאָך דעם ווי איך באַקום די אײַנשפּריצונג; ווי נאָר איך קום אַ ביסל צו זיך, נעם איך די באַן צוריק און קום אַהער אין פּאַרק. איך לעב אויף "גרין סטעמפּס" (געלט פֿון דער שטאָט פֿאַר נויטבאַדערפֿטיקטע) צוויי הונדערט דאָלאַר אַ חודש, און איך קום אויס.
מײַן חבֿרטע דערציילט מיר, אַז ער שלאָפֿט דאָ אין פּאַרק זומער און ווינטער און איך בין אינגאַנצן איבערגענומען. ערשטנס, ווײַל טויזנטער מענטשן, דער עיקר — מיידלעך מיט אַ טוץ קינדער, וואָס ווייסן צומאָל נישט ווער דער טאַטע פֿון זייערע קינדער איז געווען — באַקומען דירות, ווינדעלעך און הילף אין זייער לאַגע. נישט ווײַט פֿון אונדז זײַנען פֿאַראַן אַ טוץ הײַזער, ספּעציעל פֿאַר נויטבאַדערפֿטיקטע. אָבער אין דעם פֿאַל מוז דער ייִד האָבן הילף, ווײַל ווי לאַנג וועט ער קאָנען לעבן אויף אַזאַ אופֿן? איך דריי זיך אויס צו מײַן חבֿרטע און זאָג איר ער זאָל הערן.
— מיר וועלן זיך דאַרפֿן ווענדן צום "קאַונסילמאַן" אָדער קאָנגרעסמאַן ענגעל, וואָס פֿאַרנעמט אַ ריי דירות אַרום אונדזער געגנט. מען מוז דעם מענטש העלפֿן.
אָבער ווי נאָר ער האָט דערהערט די סבֿרא וועגן ווענדן זיך צו די שטאָט־פֿאַרזאָרגער, איז ער אויף צומאָרגנס שוין נעלם געוואָרן. און מיר ווייסן נישט צי ער איז אַוועק אין שפּיטאָל אויף אײַנשפּרינצונגען, צי ער האָט זיך דערשראָקן, אַז מען וועט אים פֿון דאַנען אַוועקנעמען.
וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, ליבע מענטשן, ס׳איז מיר אַפֿילו נישט געקומען אויפֿן זינען אַז אַזוינס טוט זיך אָפּ מיט ייִדן. ערשטנס, ווײַל ער איז אַ שטאָלצער; ער וויל נישט מען זאָל פֿון אים אַוועקנעמען זײַן זעלבסט־ווירדע, ער רעדט צו דער זאַך, ער האָט אַמאָל געאַרבעט. זעט אויס, אַז קיין משפּחה האָט ער נישט, איז ער געבליבן גאָלע און היימלאָז.
שטעלט אײַך פֿאָר, אַז אַרום און אַרום שפּילט מען זיך מיט די הינטלעך; מען פּאַשעט זיי, מען צאַצקעט זיך מיט זיי, מען קוקט זיי אין די אויגן; אויסדערוויילטע באַשעפֿענישן; זיי האָבן אַ היים, ליבשאַפֿט און גענוג עסן. מײַנער אַ שכן, האָב איך אַמאָל געשריבן, האָט זײַן בלינדן הונט אַפֿילו געגעבן אינסולין־אײַנשפּריצונגען, אויף אַזוי פֿיל האָט ער אים ליב געהאַט. אָבער ווען עס קומט צו אַ היימלאָזן מענטש, הייבט מען זיך אָן צו אַמפּערן; מ׳דרייט אַוועק די קעפּ, מען קוקט אויף אים ווי אויף אַ באַשולדיקטן אין עפּעס געמיינס. מיט איין וואָרט, מיר האָבן זיך אָפּגעוווינט צו זײַן מענטשן.
נעכטן לויף איך אַרום אין דער הייסער זון אויף ריווערדייל עוועניו, נישט ווײַט פֿון מיר. מיטאַמאָל הער איך אַ פּישטשען און אַ יאָמער פֿון אַ לעבעדיק באַשעפֿעניש אין אַן אָפֿן קעסטעלע, וואָס אַ פֿרוי האָט זיך אַרומגעטראָגן דערמיט. אינעווייניק איז געזעסן אַ קעצעלע און זיך באַוויינט די יאָרן, זיך געשטיקט פֿון ווייטיקן. פֿרעג די פֿרוי:
— ווער איז בײַ דיר דאָ אין קעסטעלע? עס יאָמערט דאָך און וואַרגט זיך פֿאַר ווייטיקן.
זאָגט זי מיר:
— ס׳איז מײַן קעצעלע. זי האָט ראַק און איך ברענג זי אַהער, אין דער קליניק פֿאַר חיות און זיי גיבן איר כעמאָטעראַפּיע־אײַנשפּריצונגען. איך האָב אַזאַ רחמנות אויף מײַן קעצעלע. איך האָב אַזוי ליב מײַן קעצעלע. איך ווייס נישט ווי אַזוי איך וועל לעבן אָן מײַן קעצעלע.
איר פֿאַרשטייט? מײַנע ליבע מענטשן. די וועלט איז עפּעס משה קאַפּויער. אַ מענטשנס לעבן איז נישט וויכטיק. מ׳האָט זיך אָנשטאָט קינדער צוגעאייגנט הינט און קעץ, קאַנאַריקעס און קרוליקעס. איך האָב ערשט געזען ווי אַ פֿרוי פֿירט אַ קרוליק אויף אַ שטריקל און דאָס קרוליקל דרייט מיטן עקעלע און זוכט אַ מערעלע.
אַ חוץ דעם, זײַנען מענטשן הײַנט איינזאַם אַליין. זיי זײַנען צוגעקלעפּט צו דער טעלעוויזיע טאָג און נאַכט. נישטאָ קיין שכנים, קיין משפּחה. די קינדער וווינען ערגעץ אויסגעריסן צו ווערן. די אייניקלעך זעט מען איין מאָל אין אַ יובֿל. און אַזוי לעבט מען אָפּ די יאָרן.
און אויב איר האָט באַמערקט צווישן דעם יונגוואַרג: דערוואַקסענע און איבערגעפֿרעסענע, צעפּיעשטשעטע אַמעריקאַנער — יונג און עלטער — זײַנען זיי אַרײַנגעטאָן נישט אין קיין ביכער, נישט אין קיין מענטשן און אַפֿילו נישט אין די חבֿרים, נאָר מען איז צוגעפֿלאָכטן צום "אײַ־פּאַד" און אײַ־פֿאָן", מיט אַ "פֿייס־בוק" און אַן "עקס־באַקס". מיט אַ צעלולאַרן טעלעפֿאָנדל, מיט "טעקסטינג" און שמעקסטינג, און אַלערליי כאָלעריעס און אָנשיקענישן. איז ווי קען מען באַמערקן וואָס עס טוט זיך אַרום זיי. מעכאַנישע מענטשן.
אָט גיי איך שפּאַצירן מיט מײַן אייניקל, אַלעקס־חיים הייסט ער, און איז שוין 14 יאָר אַלט. ער האָט אַ סך פֿון די מאַכערײַקעס. שפּאַצירן מיר אַזוי. און, מיצקע דרינען, לאָזן זיך בײַ אים פֿון אונטן אַראָפּ אַ קאַפּעלע די קורצע הויזן. ווי נאָר איך האָב עס באַמערקט, זאָג איך אים:
— טײַערינקער! וואָס איז דאָס פֿאַר אַ מעשׂה? מ׳לאָזט זיך אַראָפּ צו ביסלעך די הייזלעך? — מאַכט ער:
— בובי! אַלע טוען עס, טו איך עס אויך!
— און דו שעמסט זיך גאָרנישט?
הייבט ער די פּלייצע, אַזוי צו זאָגן: דאָס איז דאָך די לעצטע מאָדע. געזען אַזאַ זאַך, האָב איך אָנגענומען מײַנע הויזן און גענומען זיי אַראָפּלאָזן פֿון אונטן. ווי נאָר ער האָט עס באַמערקט, האָט ער אויסגעשריגן:
בובי! בובי! שלעפּ צוריק אַרויף דײַנע הויזן. איך שעם זיך. — זאָג איך אים:
— איך שעם זיך אויך ווען דו רוקסט אַראָפּ דײַנע קורצע הײַזלעך.
און פֿון דעמאָלט אָן היט ער זיך פֿאַר מיר.