‫פֿון רעדאַקציע

יעדעס יאָר אין דער צײַט דערמאָנען מיר די ייִדישע קולטור־טוער, מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט — וואָס דער סאָוועטישער רעזשים, אין שפּיץ מיט סטאַלינען, האָט אין פֿעברואַר 1942 געשאַפֿן, און מיט 10 יאָר שפּעטער — דעם 12טן אויגוסט 1952 אים געשלאָסן און די פֿירערשאַפֿט אומגעבראַכט. איין טאָג אין יאָר, ווערן אָנגערופֿן אויף אַ קול די נעמען פֿון די 12 אומשולדיק־פֿאַראורטיילטע צום טויט ייִדן, וועלכע האָבן מיט לײַב און נפֿש געדינט זייער לאַנד און דער פּאַרטיי, וואָס אַ קרבן פֿון איר זײַנען זיי געוואָרן.


דער ייִדישער קינאָ — אַמאָל און הײַנט (פֿילם 5)
אַן איבערבליק פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדישע פֿילמען איבער דער וועלט מיט אויסצוגן און קאָמענטאַרן..
געפֿירט פֿון איציק גאָטעסמאַן
"שלום־עליכם אין ייִדישן קינאָ"
אַ שמועס מיט פּראָפֿ׳ בער קאָטלערמאַן, בר־אילן־אוניווערסיטעט

History of Yiddish Cinema – Film 5
A Short Review of Yiddish Films from Around the World with Clips and Commentary
Hosted by Itzik Gottesman
"Sholem-Aleichem and Yiddish Film"
An interview with Prof. Ber Kotlerman, Bar-Ilan University

ישׂראל, קהילה־לעבן, קולטור
פֿון יעקבֿ בר־און (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נישט יעדער שוישפּילער איז זוכה צו אַזאַ באַערונג. אין זאַל פֿון "אַרבעטער־רינג" אין תּל־אָבֿיבֿ, האָט מען געפֿײַערט 65 יאָר פֿון יעקבֿ אַלפּערינס קאַריערע, איינעם פֿון די גרינדער פֿון דעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער, וואָס אין עלטער פֿון אַכט און אַכציק יאָר איז ער דער עלטסטער צווישן די אַקטיאָרן וועלכע זענען טעטיק אויף דער טעאַטער־בינע אין ישׂראל.

"טאַקע 65 יאָר, יאַנקעלע?" — פֿרעג איך אים.

"פּונקט אַזוי און אַפֿילו איינס נישט ווינציקער" — ענטפֿערט ער, און טראָגט זיך אַריבער ווײַט, צום סאַמע אָנהייב, בעת אין טרויעריקע אומשטענדן איז ער געוואָרן אַן אַקטיאָר.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דער קלאַס פֿאַר טראַדיציאָנעלן נישט־באַגלייטן ייִדישן געזאַנג בײַ "
ייִדיש זומער ווײַמער" 2010

צווישן די ייִדישע מוזיק־פֿעסטיוואַלן וואָס קומען פֿאָר יעדן מיטוואָך און דאָנערשטיק בעת די זומער־חדשים, צייכנט זיך אויס "ייִדיש זומער ווײַמאַר", וואָס פּראַוועט זײַן צענטן יאָר, מיט זײַן אייגנאַרטיקן צוגאַנג צו דער ייִדישער מוזיק און קולטור. קודם־כּל, ווערט די אונטערנעמונג נישט געפֿירט ווי קיין פֿעסטיוואַל, נאָר ווי אַ סעמינאַר, אַ לערן־וואַרשטאַט. בעת די זעקס וואָכן פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" שטודירט אינטענסיוו אַ קליינע גרופּע סטודענטן, צווישן צוואַנציק און פֿערציק אין צאָל, אַ ספּעציפֿישע מוזיקאַלישע טעמע מיט דרײַ, פֿיר לערער. די גרופּע בלײַבט צוזאַמען די גאַנצע צײַט, נישט ווי בײַ "קלעז־קאַנאַדע" אָדער "קלעז־קעמפּ", וווּ יעדער קען אויסקלײַבן פֿאַרשיידענע קלאַסן פֿון אַ לאַנגער רשימה מעגלעכקייטן.

‫רעפּאָרטאַזשן
אויף ריווערדייל עוועניו

זונטיק נאָכמיטאָג, מיט צוויי וואָכן צוריק, האָב איך געהאַלטן אין מיטן וואַשן דאָס געפֿעס אין קיך, ווען פּלוצלינג האָב איך דערזען דורכן פֿענצטער ווי עס ווערט שטאַרק פֿינצטער אין דרויסן, די ביימער וויגן זיך שטאַרק, און עס הייבט אָן צו גיין אַ רעגן. לכתּחילה, איז מיר נישט געווען קיין חידוש, ווײַל דער וועטער נבֿיא האָט געהאַט פֿאָרויסגעזאָגט, אַז נאָך צוויי שטאַרק הייסע, טרוקענע וואָכן וועט, סוף־כּל־סוף, גיין אַ רעגן און אפֿשר אַ שטורעם אויך.

ישׂראל, פֿאַרשײדנס
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מע פּראָטעסטירט  קעגן דער דעפּאָרטירונג פֿון די קינדער פֿון "
פֿרעמד־אַרבעטער"

נאָך פֿיר יאָר פֿאַרהעלטנישמעסיקער רו אויפֿן צפֿון און צוויי יאָר רו אויפֿן דרום האָט מדינת־ישׂראל, און צוזאַמען מיט איר, פֿאַרשטייט זיך, דער גאַנצער מיטעלער מיזרח, זיך אויפֿגעוועקט אַ דערשראָקענער פֿון אַ סעריע בומען — און איז ווידעראַמאָל געוואָרן אַוועקגעשטעלט אויף דער שוועל פֿון אַ נײַער מלחמה: אַ ראַקעטע איז אַרויסגעשאָסן געוואָרן פֿונעם עזה־פּאַס אויף אשקלון און צוויי אַנדערע אויפֿן מערבֿדיקן נגבֿ, דערנאָך זענען פֿינף גראַד־ראַקעטעס געשאָסן געוואָרן פֿונעם עגיפּטישן שטח אין סיני אויף דער ישׂראלדיקער שטאָט אילת, אָן שאָדנס, און אויף איר יאָרדאַנישער שכנה אַקאַבאַ, מיט מענטשלעכע קרבנות און מאַטעריעלע שאָדנס.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן אָנזאָג אײַנצושטעלן אין אַלע ערטער, וווּ עס וווינען ייִדן, שופֿטים און שוטרים — די דיינים, וואָס זאָלן פֿירן דעם יושרדיקן מישפּט, און אויפֿזעער, וואָס זאָלן מאַכן זיכער, אַז דער עולם פֿאָלגט דעם פּסק. ווײַטער ווערט אין דער סדרה דערקלערט, ווי אַזוי די שופֿטים זאָלן אויספֿאָרשן די ענינים און בודק זײַן די עדותן, און הייסט די ייִדן זיך צוהערן צו די דיינים פֿון יעדן דור.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אַ חדר פֿאַר מיידלעך, לאַסקערעוו, פּוילן

דער טאַטע, ער וויקלט

מיך אײַן אין אַ טלית,

און פֿירט מיך צו דיין

אַוועק;

עס גייט מיט די מאַמע,

דער זיידע, דער רבי,

מען שיט אויס מיט האָפּן

מײַן וועג.

י. אַדלער


דאָס ליד "אין חדר" פֿונעם לידער־בוך "זכרונות" פֿונעם פּאָעט יעקבֿ אַדלער, באַשרײַבט די ערשטע יאָרן פֿונעם חדר־ייִנגל. אין אַדלערס גאַליצישן שטעטל האָט דאָס ייִנגל, נאָך איין יאָר אין חדר, געהאַלטן אַ דרשה פֿאַרן דיין. וועגן דעם מינהג צו באַשיטן דעם וועג מיט האָפּן האָב איך דאָרטן געלייענט צום ערשטן מאָל, און ס׳איז מיר אַ ביסל אַ רעטעניש. האָפּן זענען דאָך באַקאַנט פֿאַר זייער ביטערקייט, און געוויינטלעך, האָבן די מינהגים פֿון די ערשטע טעג אין חדר צו טאָן מיט דער זיסקייט פֿון לערנען תּורה. מע וואַרפֿט צוקערלעך איבערן קאָפּ פֿונעם ייִנגל, אָדער מע גרייט צו זיסוואַרג אין דער פֿאָרעם פֿון די אותיות און אַנדערע ענלעכע טראַדיציעס.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לעוו לאָסעוו.
"יוסף בראָדסקי׃
אַ פֿאַרזוך פֿון אַ ליטעראַרישער ביאָגראַפֿיע".
מאָסקווע, 2010.


מיטן טויט פֿון יוסף בראָדסקין אין 1996 האָט זיך פֿאַרענדיקט אַ גאַנצע תּקופֿה אין דער רוסישער ליטעראַטור־געשיכטע. אייניקע מומחים וועלן אַפֿילו זאָגן, אַז דאָס איז געווען דער סוף פֿון דער גאַנצער רוסישער ליטעראַטור. אַוודאי, האָט מען ניט אויפֿגעהערט צו שרײַבן פּראָזע און פּאָעזיע אויף רוסיש, און בראָדסקיס ליטעראַרישע ירושה האָט עד־היום אַ שטאַרקע השפּעה אויף דער שעפֿערישקייט פֿון יונגע דורות.

געשיכטע, ייִדיש־וועלט
פֿון עקיבֿא פֿישבין (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ריקאַרדאָ קאַלימאָני און זײַן בוך וועגן די ייִדן אין ווענעציע

ריקאַרדאָ קאַלימאָני איז אַ ייִד פֿון אַלטן איטאַליענישן ייִחוס. אַמאָל־אַמאָל האָבן זײַנע אָבֿות געהאַט שטיין זייערע געצעלטן בײַ די ברעגעס פֿון דײַטשן רײַן און זיך גערופֿן קלמן. געטריבן פֿון רדיפֿות זענען זיי אַוועק קיין ווענעציע, ווײַל דאָרט, האָבן זיי געהערט, לייגט אַ ייִד לײַכטער אַ ביסן אין מויל אַרײַן. בכדי צו דערגיין די וואָרצלען פֿון זײַן שטאַם האָט דער מחבר פֿון בוך גענישטערט אין די פֿאַרשטויבטע אַרכיוון פֿון אַלטן ווענעציע, געפֿאָרשט ביכער אָן אַ שיעור, און, ווי אַ שרײַבער בחסד עליון, אונטערגעטראָגן דער וועלט, שוין נישט אַ ייִחוס־בריוו פֿון זײַן שטאַם, אלא אַ צאַפּלדיקע געשיכטע פֿון אַ ייִדישער סבֿיבֿה אויף אַ מהלך פֿון יאָרן.

געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין קיִעוו אַרבעט שוין לאַנג דער אינסטיטוט פֿון יודאַיִק, וואָס איז, ווי איך פֿאַרשטיי עס, ניט קיין ריכטיקע אַקאַדעמישע אינסטיטוציע, אָבער עס טוט עפּעס "אַרום וויסנשאַפֿט". בפֿרט, דרוקט דער אינסטיטוט יאָר-אײַן יאָר-אויס אַ זאַמלבוך, וואָס הייסט "יעהופּעץ" — אַזוי ווי שלום-עליכם האָט אַמאָל גערופֿן קיִעוו אין זײַנע ווערק. די דאָזיקע אויסגאַבע איז צוטריטלעך דורך www.judaica.kiev.ua/Egupez.htm. פֿאַר די לייענער, וואָס קענען רוסיש און אוקראַיִניש, שטעלט עס מיט זיך פֿאָר אַן אינטערעסאַנטן קוואַל פֿון ליטעראַרישע און היסטאָרישע מאַטעריאַלן.

ישׂראל, ליטעראַטור
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַהרן אַפּלפֿעלד

דער שרײַבער אַהרן אַפּלפֿעלד

איך מוז זיך מודה זײַן, אַז איך בין אַ קנאַפּע לייענערין פֿון העברעיִשע ליטעראַטן. זינט מיר זײַנען אַוועק פֿון ישׂראל זײַנען שוין פֿאַרלאָפֿן אַ דרײַסיק יערעלעך. איז דערווײַל האָט מײַן העברעיִש גענומען זשאַווערן און מײַן עבֿרית האָט גענומען גיין איבער די הײַזער און בעטלען "ווי זאָגט מען?.." אָבער מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָב איך אויפֿגעהויבן אַ ביכל אין "אַרבעטער־רינג"־ביכער־קראָם, וואָס האָט געהייסן "מיר זײַנען אַלע נאָענט" — אינטערוויוען און שמועסן מיט אַכצן העברעיִשע שריפֿטשטעלער און פּאָעטן, צווישן זיי מחברים און מחברטעס. אַרויסגעגעבן האָט דאָס בוך זייער אַ פֿעיִקער שרײַבער, אינטערוויואַנט און מיטשמועסער — חיים טשערטאָק.