געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין קיִעוו אַרבעט שוין לאַנג דער אינסטיטוט פֿון יודאַיִק, וואָס איז, ווי איך פֿאַרשטיי עס, ניט קיין ריכטיקע אַקאַדעמישע אינסטיטוציע, אָבער עס טוט עפּעס "אַרום וויסנשאַפֿט". בפֿרט, דרוקט דער אינסטיטוט יאָר-אײַן יאָר-אויס אַ זאַמלבוך, וואָס הייסט "יעהופּעץ" — אַזוי ווי שלום-עליכם האָט אַמאָל גערופֿן קיִעוו אין זײַנע ווערק. די דאָזיקע אויסגאַבע איז צוטריטלעך דורך www.judaica.kiev.ua/Egupez.htm. פֿאַר די לייענער, וואָס קענען רוסיש און אוקראַיִניש, שטעלט עס מיט זיך פֿאָר אַן אינטערעסאַנטן קוואַל פֿון ליטעראַרישע און היסטאָרישע מאַטעריאַלן.

מיר איז ניט באַקאַנט די סיבה, וועלכע האָט אָפּגעשטעלט די "יעהופּעץ"-לײַט פֿון אַרויסצושטעלן אין אינטערנעץ דעם 18טן נומער פֿון זייער אויסגאַבע, כאָטש דער באַנד נומ׳ 19 איז שוין דאָרטן בנימצא. דער נומ׳ 18 איז, בכלל, געמאַכט געוואָרן, אַ פּנים, בחפּזון, ווײַל אויף אים שטייט ניט אַפֿילו אָנגעוויזן דאָס יאָר פֿון פּובליקאַציע. מע קען זיך בלויז אָנשטויסן, אַז אַרויס איז עס אין 2009. מיט אַ פּאָר חדשים צוריק, בעת מײַן רײַזע קיין פּעטערבורג, האָב איך געהאַט די זכיה צו האַלטן אין די הענט דעם "אינו-ניראהדיקן" באַנד, וווּ איין פּובליקאַציע האָט מיך באַזונדערס פֿאַראינטערעסירט. איך האָב זי קאָפּירט, כּדי וועגן איר דערציילן צום יאָרצײַט נאָך די סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער, וועלכע מע האָט אומגעבראַכט דעם 12טן אויגוסט 1952.

די רייד גייט וועגן צוויי בריוו, וואָס אַמאַיאַק קאָבולאָוו האָט געשריבן צו זײַן באַלעבאָס לאַוורענטי בעריאַ אין יולי און אויגוסט 1939. בעריאַ האָט דעמאָלט אָנגעפֿירט מיטן גאַנצן סאָוועטישן רעפּרעסיוון אַפּאַראַט, און קאָבולאָוו איז געווען זײַן הויפּט-פֿאָרשטייער אין אוקראַיִנע. די אַרמענישע משפּחה קאָבולאָוו איז געווען זייער אַ "געראָטענע" — זי האָט געגעבן אַזש צוויי הויכגעשטעלטע סאָוועטישע מערדער-גענעראַלן, באָגדאַן און אַמאַיאַק. ביידע האָט מען דערשאָסן נאָך סטאַלינס טויט, ווען מע האָט ליקווידירט בעריאַס נאָענטע לײַט.

אַזעלכע קוואַלן, ווי קאָבולאָווס בריוו, זײַנען קאָמפּליצירט פֿאַר אַ היסטאָרישן אַנאַליז. מע טאָר זיי ניט אויפֿנעמען אַזוי, ווי זיי שטייען און גייען, ווײַל זייער ציל איז געווען ניט אָפּצושפּיגלען דעם רעאַלן מצבֿ, נאָר שאַפֿן אַ סצענאַר, אויפֿן סמך פֿון וועלכן מען וואָלט געקאָנט אַרעסטירן ייִדישע שרײַבער פֿון אוקראַיִנע. דער ערשטער בריוו טראָגט אַ טיטל: "מכּוח דעם ענין פֿון ׳בויעווצעס׳". די "יעהופּעץ"-רעדאַקטאָרן האָבן ניט געהאַלטן פֿאַר נייטיק צו באַגלייטן די פּובליקאַציע מיט אַ וועלכן עס זאָל ניט זײַן היסטאָרישן קאָמענטאַר. וועלן מיר עס מאַכן אַליין.

אַ סבֿרא, אַז עמעצער האָט שוין געהאַט דערציילט קאָבולאָווס לײַט, אַז סוף 1920ער יאָרן האָט אין אוקראַיִנע עקזיסטירט די ייִדישע ליטעראַרישע גרופּע "בוי". זי, די "בוי"-גרופּע, האָט פֿאַראייניקט אַ צאָל ליטעראַטן, וועלכע האָבן ניט געוואָלט האָבן צו טאָן מיט פּראָלעטאַרישע שרײַבער און געזוכט אַן אַנדער וועג צו קאָמוניסטישער קולטור. צווישן די מיטגלידער זײַנען געווען לייב קוויטקאָ, דער ניסתּר, משה כאַשטשעוואַצקי, ליפּע רעזניק, נח לוריע און אַנדערע. אין 1939, ווען די גרופּע האָט שוין לאַנג ניט עקזיסטירט, האָט מען — אין דעם נוסח פֿון יענער צײַט — גענומען בויען אַרום זיי אַ געשיכטע וועגן אַן "אַנטי-סאָוועטישער קאָנספּיראַציע". אין דעם יסוד פֿון דער גאַנצער געשיכטע האָט מען געלייגט מסירות, געשריבן דורך מענטשן פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. אַנדערש וואָלטן דאָך די אוניפֿאָרמירטע גזלנים ניט געהאַט קיין צוטריט צו באַריכטן וועגן פֿרײַנדלעכע וועטשערעס און שמועסן אין פּריוואַטע דירות.

באַזונדערס "געפֿערלעך" זעט אויס אין קאָבולאָווס באַריכט דער דיכטער איציק פֿעפֿער. ער האָט זיך, כּלומרשט, געקלאָגט אויף די פֿאַרלוסטן פֿאַר דער ייִדישער אינטעליגענץ אין 1938 און 1939, ווען ייִדישע שולן און אייניקע אַנדערע קולטור-אינסטיטוציעס זײַנען פֿאַרמאַכט געוואָרן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. פֿעפֿערס נאָמען האָט מען שוין "אויסגעקלאַפּט" בײַ די אַרעסטירטע ייִדישע שרײַבער. ער איז געשטאַנען דער ערשטער אין קאָבולאָווס רשימה פֿון "ייִדישע נאַציאָנאַליסטן", וואָס פֿירן, אָדער לכל-הפּחות, גרייט זיך צו פֿירן, אַן אונטערערדישע טעטיקייט אין אוקראַיִנע.

עטלעכע ייִדישע ביבליאָטעקן אין קיִעוו פֿלעגן באַקומען קאָמוניסטישע ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן, אַרײַנגערעכנט די ניו-יאָרקער "מאָרגן-פֿרײַהייט". פֿעפֿער, די צענטראַלע פֿיגור אין דער ייִדישער ליטעראַרישער וועלט פֿון אוקראַיִנע, איז געווען דער איינציקער, ווער עס פֿלעגט באַקומען פֿאַר זיך אַליין אַזעלכע אויסגאַבעס. איז — דאַכט זיך — גוט? "מאָרגן-פֿרײַהייט" איז ניט "פֿאָרווערטס" צי אַן אַנדער אַנטי-סאָוועטישע צײַטשריפֿט. די צרה איז, אָבער, געווען, אַז די קאָמוניסטישע בלעטער האָבן קריטיקירט ניט-קאָמוניסטישע מחברים און בײַם קריטיקירן האָבן זיי איבערדערציילט די אַרגומענטן פֿונעם צד-שכּנגד. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט עס אויך טריף געמאַכט די קאָמוניסטישע צײַטונגען און די לייענער זייערע.

דעמאָלט, אין 1939, האָט מען איציק פֿעפֿערן און ס׳רובֿ שרײַבער, דערמאָנטע אין אַמאַיאַק קאָבולאָווס בריוו, ניט אַרעסטירט. אָבער די "סחורה" פֿאַר די קומענדיקע גזירות איז שוין אַקומולירט געוואָרן. אין אַ יאָרצענדליק אַרום — שוין נאָך דער מלחמה און פֿעפֿערס נסיעה קיין אַמעריקע — איז עס, בלי-ספֿק, צוניץ געקומען די אויספֿאָרשער, וועלכע האָבן געפֿירט דעם ענין פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. און אפֿשר האָט מען עס אַרויסגענומען פֿון אַרכיוו נאָך פֿריִער, כּדי צו סטראַשען פֿעפֿערן, ער זאָל אָנהייבן אַליין דינען דער געהיימער פּאָליציי. אַזוי צי אַזוי, אָבער די שרײַבער זײַנען יאָרן־לאַנג געווען אויפֿן ראַנד פֿונעם אָפּגרונט.