‫פֿון רעדאַקציע

יעדעס יאָר אין דער צײַט דערמאָנען מיר די ייִדישע קולטור־טוער, מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט — וואָס דער סאָוועטישער רעזשים, אין שפּיץ מיט סטאַלינען, האָט אין פֿעברואַר 1942 געשאַפֿן, און מיט 10 יאָר שפּעטער — דעם 12טן אויגוסט 1952 אים געשלאָסן און די פֿירערשאַפֿט אומגעבראַכט. איין טאָג אין יאָר, ווערן אָנגערופֿן אויף אַ קול די נעמען פֿון די 12 אומשולדיק־פֿאַראורטיילטע צום טויט ייִדן, וועלכע האָבן מיט לײַב און נפֿש געדינט זייער לאַנד און דער פּאַרטיי, וואָס אַ קרבן פֿון איר זײַנען זיי געוואָרן.

ערשט דעם 12טן סעפּטעמבער 2004 איז אין מאָסקווע אויפֿן דאָנסקוי־צווינטער, וווּ, לויט די דאָקומענטן פֿון דער "קאַ־גע־בע", זײַנען באַגראָבן געוואָרן די דערשאָסענע ייִדישע טוער, איז דערעפֿנט געוואָרן אַ דענקמאָל אין זייער אָנדענק. בסך־הכּל, זײַנען רעפּרעסירט געוואָרן 110 מענטשן, באַשולדיקט אין ייִדישן נאַציאָנאַליזם, בורזשואַזן ציוניזם, פֿאַרראַט און אַנדערע זינד, וואָס די שמאָלקעפּיקע אָפֿיצירן פֿון די זיכערהייט־אָרגאַנען האָבן געקאָנט צוטראַכטן.

דרײַ יאָר האָט זיך געצויגן די אויספֿאָרשונג — די אַכזריותדיק־צינישע אַקציע, ווײַל דער טויט־אורטייל פֿאַר יעדן פֿון די אַרעסטירטע איז שוין אַרויסגעטראָגן געוואָרן גלײַך נאָך זייער אַרעסט. דער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט, ווי נאָר די מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט, האָט אָנגעהויבן שטעכן די אויגן די פֿירער אין קרעמל. אייגנטלעך, איז עס געשען נאָך פֿריִער, ווען דער קאָמיטעט האָט זיך גענומען אַרײַנמישן אין זאַכן, וואָס זײַנען שוין נישט געווען פֿאַרבונדן מיט די פֿאַשסיטן, נאָר מיט די אייגענע אַנטיסעמיטן און זייערע מעשׂים.

אַזוי, למשל, פֿלעגן אָנקומען טויזנטער בריוו קיין מאָסקווע, וווּ דער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט האָט זיך געפֿונען, פֿון ייִדן פּליטים, וועלכע נאָכן אומקערן זיך פֿון דער עוואַקואַציע, אָדער פֿונעם פֿראָנט האָבן געפֿינען אין זייערע דירות פֿרעמדע אײַנוווינער. די אָרטיקע אינסטאַנצן פֿלעגן זיך אָפּזאָגן זיי אַפֿילו אויסהערן. נאָך מער: עס פֿלעגן זיך פֿאַרשפּרייטן מיאוסע קלאַנגען, אַז אין דער צײַט, ווען אַלע פֿעלקער האָבן געקעמפֿט קעגן די פֿאַשיסטן, האָבן די ייִדן "געקעמפֿט אין טאַשקענט". אַ בילבול, וואָס האָט נאָך לאַנגע יאָרן צירקולירט אויף די רחבֿותן פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.

צווישן די "זינד" פֿון די ייִדישע "פֿאַרברעכערס" איז געווען אויך די באַשולדיקונג אין "פֿאַרבײַטן מיט זיך די פֿונקציעס פֿון פּאַרטיייִשע און רעגירונג־אָרגאַנען". דער לעצטער טראָפּן אין דעם איז געווען דער אַזוי־גערופֿענער מעמאָראַנדום פֿון 1944, וווּ דער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט האָט פֿאָרגעלייגט צו שאַפֿן אין קרים אַ ייִדישע סאָוועטישע רעפּובליק.

אין קרעמל איז מען אויך נישט צופֿרידן געווען מיט דער טעטיקייט פֿון דער ליטעראַטור־קאָמיסיע בײַ דעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. בראָש פֿון דער דאָזיקער קאָמיסיע זײַנען געשטאַנען די שרײַבער איליאַ ערענבורג און וואַסילי גראָסמאַן; און זייער אויפֿגאַבע איז געווען צו שאַפֿן אַ זאַמלונג פֿון דאָקומענטן "וועגן די מערדערישע פֿאַרברעכנס פֿון די דײַטשישע פֿאַשיסטן איבער דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין די צײַטווײַליק אָקופּירטע ראַיאָנען פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד בעת דער מלחמה 1941—1945". דער בוך איז אַרײַן אין דער געשיכטע ווי "דאָס שוואַרצע בוך". נאָך אין 1944 האָט ערענבורג, אַן אויפֿגעבראַכטער געזאָגט, אַז ער קאָן נישט פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס איז נאָך ביז אַהער נישטאָ קיין דערלויבעניש פֿון דער רעגירונג דאָס בוך אַרויסצוגעבן.

הײַנט קאָן מען שוין לייענען אַ סך דאָקומענטן, וואָס פֿריִער איז צו זיי קיין צוטריט נישט געווען; צווישן זיי אויך מסירות. למשל: "איליאַ ערענבורג אַנטוויקלט אַ טעאָריע, אַז נאָר צוליב פּראָפּאַגאַנדע קעגן פֿאַשיזם צווישן די ייִדן אין אויסלאַנד האָט מען נישט געדאַרפֿט שאַפֿן דעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. דווקא די ייִדן נייטיקן זיך נישט אין אַן אַנטי־פֿאַשיסטישער פּראָפּאַגאַנדע. די הויפּט־אויפֿגאַבע פֿונעם קאָמיטעט דאַרף זײַן דער קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם אין אונדזער לאַנד." אין דער מסירה שטעקט אַ גרויסער אמת. צי האָט עס טאַקע געזאָגט ערענבורג, איז אַ פֿראַגע, אָבער ער האָט געקאָנט אַזוינס זאָגן.

די טראַגעדיע פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וואָלט מען געקאָנט פֿאָרויסזען, בפֿרט נאָכן מאָרד פֿון זײַן פֿאָרזיצער, שלמה מיכאָעלס, אין 1948. דערמיט האָט סטאַלין געשיקט דער ייִדישער אינטעליגענץ זײַן בלוטיקן צייכן. לאַנג וואַרטן האָט מען נישט געדאַרפֿט. דער פּאָגראָם פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט איז געווען בלויז אַן אָנהייב, די "קרישטאָלנאַכט" פֿונעם סאָוועטישן אַנטיסעמיטישן טעראָר.

Highlight or double-click any word to see its English translationxDon't show again