דער קלאַס פֿאַר טראַדיציאָנעלן נישט־באַגלייטן ייִדישן געזאַנג בײַ " ייִדיש זומער ווײַמער" 2010 |
צווישן די ייִדישע מוזיק־פֿעסטיוואַלן וואָס קומען פֿאָר יעדן מיטוואָך און דאָנערשטיק בעת די זומער־חדשים, צייכנט זיך אויס "ייִדיש זומער ווײַמאַר", וואָס פּראַוועט זײַן צענטן יאָר, מיט זײַן אייגנאַרטיקן צוגאַנג צו דער ייִדישער מוזיק און קולטור. קודם־כּל, ווערט די אונטערנעמונג נישט געפֿירט ווי קיין פֿעסטיוואַל, נאָר ווי אַ סעמינאַר, אַ לערן־וואַרשטאַט. בעת די זעקס וואָכן פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" שטודירט אינטענסיוו אַ קליינע גרופּע סטודענטן, צווישן צוואַנציק און פֿערציק אין צאָל, אַ ספּעציפֿישע מוזיקאַלישע טעמע מיט דרײַ, פֿיר לערער. די גרופּע בלײַבט צוזאַמען די גאַנצע צײַט, נישט ווי בײַ "קלעז־קאַנאַדע" אָדער "קלעז־קעמפּ", וווּ יעדער קען אויסקלײַבן פֿאַרשיידענע קלאַסן פֿון אַ לאַנגער רשימה מעגלעכקייטן.
דעם זומער האָט מען געלערנט אויף אַן אַוואַנסירטער מדרגה וועגן ייִדישע טענץ, קלעזמער־מוזיק און ייִדישער טאַנץ־מוזיק. מע האָט דורכגעפֿירט ייִדישע שפּראַך־קלאַסן, אַ סעמינאַר פֿאַר טאַנץ־לערערס און געהאַלטן אַן אָנהייבער־וואַרשטאַט, מיטן נאָמען "אַרײַנפֿיר צו קלעזמער מוזיק, ייִדיש ליד און ייִדישקייט". אינעם אַוואַנסירטן סעמינאַר פֿאַר זינגערס פֿון ייִדישע לידער, האָט מען דאָס יאָר געשטעלט דעם טראָפּ אויף דעם טראַדיציאָנעלן נישט־באַגלייטן סטיל.
אין די קלאַסן "קנעלט" מען פֿון 10 אין דער פֿרי ביז 6 אין אָוונט; און דערפֿאַר האָט "ייִדיש זומער ווײַמאַר" פֿאַרדינט אַ שם ווי די ערנסטסטע ייִדישע מוזיק־אונטערנעמונג אויף דער וועלט. נאָך די קלאַסן פֿאַרברענגט מען אין די קאַפֿעען און רעסטאָראַנען פֿון דער שטאָט, אָבער בײַ טאָג לערנט מען. במשך פֿון די יאָרן האָט זיך געשאַפֿן אַ געטרײַע גרופּע מוזיקער און זינגער וואָס קומען יאָר אײַן, יאָר אויס, און דאָס געפֿיל פֿון אַ נאָענטער "ווײַמאַרער קהילה" פֿילט מען זייער שטאַרק.
דאָס יאָר, האָט מען מיך פֿאַרבעטן צו זײַן אַ לערער צוזאַמען מיט מיישקע אַלפּערט און עטל ריים, אינעם וואַרשטאַט צו לערנען דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן פֿאָלקסגעזאַנג־סטיל. אַלפּערט און ריים האָבן מיט די סטודענטן געלערנט דעם סטיל פֿון זינגען אַלטע פֿאָלקסלידער, און איך האָב מיט זיי געלערנט וועגן די לידער אַליין, וואָס פֿאַר אַ מינים לידער מע האָט געזונגען, און פֿאַר זיי געשפּילט רעקאָרדירונגען פֿון פֿאָלקסזינגער פֿון מײַנע זאַמלונגען. אין דער זעלבער צײַט האָט דאָראָטעאַ גרעווע און אַבֿישי פֿיש געלערנט צוויי ייִדישע שפּראַך־קלאַסן. מיטגעהאָלפֿן האָט די שפּראַך־לערערין יאַנינאַ וווּרבס און די זינגערין פֿון ריגע, סאַשע לוריע, און פֿון שטראַסבורג איז געקומען איסאַבעל מאַרקס, וועלכע האָט מיט די סטודענטן געמאַכט וואָקאַלע געניטונגען. דער זינגער עפֿים טשאָרני און פּיאַניסטין סוזאַנע דזשאָרדזשעס פֿון קעשענעוו האָבן צום סוף פֿון יעדן טאָג אָנגעפֿירט מיט מײַסטער־קלאַסן פֿאַר די זינגער.
עס איז אַ טשיקאַווער פֿאַקט, אַז ס’רובֿ אָנטיילנעמער אין "ייִדיש זומער ווײַמאַר" זענען נישט קיין ייִדן, און די גרופּע באַשטייט, דער עיקר, פֿון יונגע נישט־ייִדישע דײַטשע פֿרויען. אין דער וועלטלעכער ייִדיש־וועלט זענען מיר שוין צוגעוווינט צו דעם פֿענאָמען, אַז דער אינטערעס צו ייִדיש ציט צו סײַ ייִדן, סײַ נישט־ייִדן, (און אָפֿט זענען די בעסטע סטודענטן אין די ייִדיש־קלאַסן, דווקא די נישט־ייִדן). די אָנטיילנעמער זינגען ניגונים און טיף ייִדישע לידער מיט אַזוי פֿיל ענטוזיאַזם און התלהבֿות, אַז מע וואָלט געקענט מיינען מע געפֿינט זיך בײַם רבינס טיש.
א.ג.
אַלען בערן
דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון "ייִדיש זומער ווײַמאַר" איז ד״ר אַלען בערן, באַקאַנט ווי אַ מוזיקער אין דער קאַפּעליע "בראַווע אַלטע וועלט". מיט צען יאָר צוריק איז "בראַווע אַלטע וועלט" פֿאַרבעטן געוואָרן צו פֿירן אַ סוף־וואָך אין ווײַמאַר, און די גרופּע האָט אַזוי אויסגענומען, אַז מע האָט זי פֿאַרבעטן צוריקצוקומען אויף אַ גאַנצער וואָך; און הײַנט האַלט מען בײַ זעקס וואָכן בעת דעם זומער, און צוויי וואָכן בעתן ווינטער. ס’רובֿ געלטער צו שטיצן די פּראָגראַם קומען פֿון פּריוואַטע הענט, און ווייניק געלט באַקומט מען פֿון דער שטאָט ווײַמאַר אָדער פֿון דער דײַטשער רעגירונג. פֿונעם "אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד" האָט מען יאָ באַקומען אַ סטיפּענדיע אויפֿן פּראָיעקט "אַנדערע אייראָפּייער", וואָס האָט געפֿאָרשט די פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדישער און ציגײַנערישער מוזיק.
פֿונעם אָנהייב האָט בערן געצילט די סעמינאַרן אויף די אַוואַנסירטע סטודענטן, כּדי די סטודענטן זאָלן קענען געניסן פֿון אַלץ וואָס די לערערס האָבן געקענט לערנען. מע לערנט די קלאַסן ווי אַ מאַנשאַפֿט, און דער שמועס צווישן די לערערס איז אַ וויכטיקער טייל פֿון דער דערציִונג. די לערן־פּראָגראַמען זענען בייגעוודיק און בײַטן זיך פֿון טאָג צו טאָג, נאָך דעם ווי די לערערס טרעפֿן זיך נאָך די קלאַסן אַרומצורעדן וואָס די סטודענטן ווילן ווײַטער לערנען און וואָס נישט.
בערן האַלט, אַז קיין שום קולטור, די ייִדישע קולטור בתוכם, ווערט נישט אָפּגעשיידט פֿון אַנדערע קולטורן, און ער שטעלט דעם טראָפּ אויף צווישן־קולטורעלע באַציִונגען אין די קלאַסן. ווי אַזוי אַ פֿאָלק באַטראַכט די גרענעצן פֿון אַ קולטור, למשל ווען מע פֿרעגט זיך — וואָס איז ייִדישלעך, און וואָס איז נישט — אַנטפּלעקט גאָר אַ סך וועגן דעם פֿאָלק, און ווי דאָס פֿאָלק באַנעמט זיך אַליין. וווינענדיק אין דײַטשלאַנד יאָרן לאַנג האָט בערן געזען ווי ייִדן ווערן באַטראַכט עקזאָטיש, ראָמאַנטיש, אָדער אַמאָל נעגאַטיוו, און ער וויל אַרויסהייבן, אַז די ייִדן זענען נישט אַ באַזונדער וועלט פֿאַר זיך, נאָר אַ טייל פֿון אַ גרעסערער קולטורעלער לאַנדשאַפֿט.
די "לערן־קהילה" וואָס שאַפֿט זיך במשך פֿון דער וואָך קען מען נאָר געפֿינען אין "ייִדיש זומער ווײַמאַר", און די סטודענטן ווערן אינספּירירט ווײַטער צו פֿאָרשן און שאַפֿן. אַ סך סטודענטן געפֿינען פֿאַרבינדונגען צווישן די טעמעס פֿון די סעמינאַרן און בלײַבן דעם גאַנצן זומער.
פֿאַר וואָס האָט מען דאָס יאָר אויסגעקליבן דאָס טראַדיציאָנעלע ייִדישע געזאַנג פֿאַר אַ טעמע? בערן זאָגט, אַז אַ דאַנק דעם "אַנדערע אייראָפּעער"־פּראָיעקט, פֿאַרמאָגט ער איצט אַ בעסערן פֿאַרשטאַנד פֿון וואָסערע קינסטלערישע און פֿאָלקס־זשאַנערן דריקט זיך אויס די עכטע ייִדישע קינסטלערישקייט. "דער ייִדישער פאָלקסגעזאַנג־סטיל כאַראַקטעריזירט די עכטע ייִדישע פֿאָלקסקונסט. ווען די מוזיקער וועלן עפּעס לערנען פֿון דעם טראַדיציאָנעלן סטיל וועלן זיי שפּילן בעסער. און נאָר אַ פּאָר מענטשן קענען נאָך זינגען אין דעם סטיל — מיישקע אַלפּערט, עטל ריים און נאָר אַ פּאָר אַנדערע".
"מיר האָבן דאָ אַ גרופּע זיגנערס, דער עיקר, פֿרויען, וואָס קומען שוין פֿיר, פֿינף יאָר און זענען גרייט זיך צו לערנען דעם סטיל. איך וויל, אַז פֿון דעם סעמינאַר זאָלן אַרויס 12 מענטשן וואָס זאָלן קענען זינגען אין דעם סטיל, אים פֿאַרשטיין און קענען לערנען אַנדערע."
דער בירגער־מײַסטער פֿון ווײַמאַר, אַ שטיצער פֿון דער ייִדישער פּראָגראַם, האָט געשאָנקען "ייִדיש זומער ווײַמאַר" אַ פּריצישן בנין, וואָס דאַרף, אָבער, אַ גרויסן רעמאָנט. מע האָפֿט, אַז דער בנין וועט זײַן גרייט אין עטלעכע יאָר, און בערנס חלום איז צו שאַפֿן אַן אַקאַדעמישן אינסטיטוט פֿון "ייִדישער עקספּרעסיווער קולטור". ער וויל אויך אין דעם בנין אײַנפֿירן אַ פּראָגראַם צו שטודירן טראַדיציאָנעלע לידער פֿון אַ צווישן־קולטורעלן קוקווינקל. ער זוכט אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן וואָס זאָלן מיט זײַן פּראָגראַם שליסן אַ שותּפֿות, כּדי אַמעריקאַנער סטודענטן זאָלן באַקומען "קאָלעדזש־קרעדיטן" פֿאַר די קלאַסן.
דערווײַל גייט מען פֿאָרויס מיט די פּלענער, און די "מלוכה" פֿון "ייִדיש זומער ווײַמאַר" און זײַן "מלך", אַלען בערן, ציִען צו נאָך און נאָך געטרײַע "בירגער".
אַלינאַ באַוער
אַלינאַ באַוער, אַ פֿידלערין פֿון דײַטשלאַנד, איז געבוירן געוואָרן אין דאַרמשטאָט, אָבער וווינט הײַנט אין גיסין, אין העסען, וווּ זי האָט ערשט פֿאַרענדיקט אַ מאַגיסטער־אַרבעט אין מוזיקאָלאָגיע אויף דער טעמע "גיאָראַ פֿײַדמאַן אין דײַטשלאַנד". זי האָט אַנאַליזירט די השפּעה פֿונעם קלאַרנעטיסט גיאָראַ פֿײַדמאַן אויף דער הײַנטיקער דײַטשער געזעלשאַפֿט און קלעזמער־מוזיק, און געפֿאָרשט פֿאַר וואָס איז ער געוואָרן אַזוי גיך באַליבט אין דײַטשלאַנד אין די שפּעטערע 1970ער און 1980ער יאָרן.
מיט פֿײַדמאַנען האָט זי געהאַט אַ לענגערן שמועס און אים געפֿרעגט, נישט נאָר וועגן מוזיק, נאָר וועגן ברייטערע טעמעס, ווי שלום און קונסט, ווײַל זײַנע מיינונגען וועגן די באַגריפֿן האָבן זיך אויך פֿאַרשפּרייט אין לאַנד. לויט באַוער, איז פײַדמאַן געוואָרן די פֿאַרקערפּערונג פֿונעם ייִדישן עבֿר, פּונקט אין אַ צײַט ווען מע האָט אַזוינס געדאַרפֿט האָבן. זײַנע ברייטע אַרויסזאָגונגען, ווי "אַ קלעזמער קען מען זײַן ווען מע שפּילט נאָר אין אַ געוויסער שטימונג" און "גאָט האָט באַשאַפֿן די מוזיק און דער מוזיקער ווערט אַ כּלי" (אויפֿן סמך פֿונעם וואָרט ׳כּלי־זמר׳) האָט מען גערן אָנגענומען אין דײַטשלאַנד, כאָטש זיי מײַדן אויס אַ טעכנישן און פּינקטלעכן צוגאַנג צו דער ייִדישער מוזיק.
באַוער שפּילט אין דער "קאַבאַד"־קאַפּעליע, וואָס זי האָט פֿאָרמירט מיט אירע פֿרײַנד אין 2007. נאָך דעם ווי זי האָט געהערט יצחק פּערלמאַנס קאָמפּאַקטל "פֿידלער אינעם הויז" האָט זי אָנגעהויבן איר קלעזמערישע קאַריערע. אין איר קאַפּעליע איז זי געוואָרן די מבֿינטע פֿונעם עכטן קלעזמער־סטיל און זי קומט קיין ווײַמאַר זיך צו לערנען נישט נאָר וועגן דער מוזיק, נאָר אויך וועגן דער קולטור. ס'איז איר געווען שווער בײַם אָנהייב אָנטיילצונעמען אין אַזאַ נײַער סבֿיבֿה, אָבער הײַנט איז דאָס באַטייליקן זיך אין ווײַמאַר איינס פֿון אירע גרעסטע פֿאַרגעניגנס.
סאַשאַ לוריע
די זינגערין סאַשע לוריע פֿון ריגע טרעט אויף מיט איר קאַפּעליע "פֿאָרשפּיל", אָבער זי קומט שוין 5 יאָר קיין ווײַמאַר, וואָס זי רופֿט איר צווייטע היים. ווען זי איז געווען אַ מיידל פֿון 14 יאָר האָט זי געזען אַ פֿאָרשטעלונג פֿון ייִדישן טעאַטער אין ריגע און געהערט ייִדיש צום ערשטן מאָל. באַלד נאָך דעם האָט זי אָנגעהויבן צו גיין אויף קלעזמער־פֿעסטיוואַלן אין פּעטערבורג און אייראָפּע, און איז געקומען קיין ווײַמאַר.
"אַ דאַנק ווײַמאַר פֿיל איך איצט, אַז די ייִדישע מוזיק פֿאַרנעמט טאַקע דעם אויבן אָן אין מײַן מוזיקאַלישער וועלט. דורך דער סבֿיבֿה דאָ, בין איך געקומען צום אויספֿיר, אַז קונסט און מוזיק קען נישט זײַן קיין ׳האָבי׳, קיין צײַט־פֿאַרטרײַב; מע דאַרף עס נעמען ערנסט" — באָטאָנט זי.
אַלען בערנס פֿילאָסאָפֿיע פֿון מוזיק און פֿון דער וועלט אינטערעסירט זי: "מענטשן אַנטוויקלען זיך דאָ במשך פֿון די יאָרן. מע טראַכט טיפֿער אַרײַן אין די מוזיקאַלישע מאַטעריאַלן, אין וואָסערע פֿראַגעס מע זאָל פֿרעגן, און מיט דעם צוגאַנג לערנט מען זיך נישט נאָר עפּעס אויס וועגן דער מוזיק, נאָר אויך וועגן דער וועלט בכלל. מע לערנט אויך ווי צו זײַן אַ טייל פֿון אַ נאָענטער קהילה, אָבער אויך בלײַבן אין דער זעלבער צײַט אַ יחיד. אַזוי ווי ווען מע זינגט אַ ניגון צוזאַמען, אָבער דאָס קול פֿונעם יחיד, פֿונעם אינעווייניקסטן איך, ווערט אויך אויסגעדריקט."
לוריע הייבט אַרויס, אַז מע האָט גרויס צוטרוי צו די לערערס און צו דעם וויסן, וואָס זיי ברענגען צו די קלאַסן. אין נאָר איין טאָג קען מען אָן אַ שיעור זיך לערנען. "איך האָב ליב די אַנדערע פֿעסטיוואַלן, אָבער אויב די פּראָגראַם וועט טאַקע בויען אַ שול, וועל איך זײַן די ערשטע זיך צו פֿאַרשרײַבן".