מע פּראָטעסטירט קעגן דער דעפּאָרטירונג פֿון די קינדער פֿון " פֿרעמד־אַרבעטער" |
נאָך פֿיר יאָר פֿאַרהעלטנישמעסיקער רו אויפֿן צפֿון און צוויי יאָר רו אויפֿן דרום האָט מדינת־ישׂראל, און צוזאַמען מיט איר, פֿאַרשטייט זיך, דער גאַנצער מיטעלער מיזרח, זיך אויפֿגעוועקט אַ דערשראָקענער פֿון אַ סעריע בומען — און איז ווידעראַמאָל געוואָרן אַוועקגעשטעלט אויף דער שוועל פֿון אַ נײַער מלחמה: אַ ראַקעטע איז אַרויסגעשאָסן געוואָרן פֿונעם עזה־פּאַס אויף אשקלון און צוויי אַנדערע אויפֿן מערבֿדיקן נגבֿ, דערנאָך זענען פֿינף גראַד־ראַקעטעס געשאָסן געוואָרן פֿונעם עגיפּטישן שטח אין סיני אויף דער ישׂראלדיקער שטאָט אילת, אָן שאָדנס, און אויף איר יאָרדאַנישער שכנה אַקאַבאַ, מיט מענטשלעכע קרבנות און מאַטעריעלע שאָדנס. און — ווי דאָס וואָלט געווען אַן אויטאָמאַטישער אָפּהילך, אַן עכאָ, האָט גלײַך אויפֿן דריטן אָרעם פֿון דעם געאָפּאָליטישן דרײַעק זיך אָפּגערופֿן דער צפֿונדיקער שכן, און קוילן פֿון לבֿנונישע סנײַפּערס האָבן דערהרגעט אַ ישׂראלדיקן הויכן אָפיציר אין רעזערוויסטן־דינסט און שווער פֿאַרוווּנדעט אַ צווייטן העכערן אָפֿיציר פֿון צה״ל. און דאָס אַלץ — אין אַ טריוויאַלן גרענעץ־קאָנפֿליקט וועגן די צווײַגן פֿון דרײַ ביימער, וואָס ישׂראל האָט באַשלאָסן אַרומצושנײַדן כּדי צו פֿאַרבעסערן די אָבסערוואַציע אויף דער אַנדערער זײַט גרענעץ.
אויף דער אַנדערער זײַט פֿון דעם פֿײַער־דיאַלאָג צווישן די לבֿנונישע סנײַפּערס און דער ישׂראלדיקער אַרטילעריע זײַנען דערהרגעט געוואָרן פֿיר לבֿנונישע זעלנער און אַ ציווילער בירגער, אַ זשורנאַליסט.
דער באַקאַנטער כּלל פֿון דעם פּאָליטישן קאָנפֿליקט־לעקסיקאָן לערנט אונדז אָבער, אַז יעדער צד ציילט נאָר זײַנע קרבנות און "יענעמס" חטאים. די שוועבעלעך וואָס האָבן אָנגעצונדן דאָס פֿײַער אין די דרײַ אָרעמס פֿון דעם דרײַעק, זײַנען אָבער געווען, אַזוי ווי דער אינערלעכער ליבערמאַן־קריזיס מיט אַ צען טעג פֿריִער, צו קורצבראַנדיק, און עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער מיטעלער מיזרח איז אין יענע טעג, און אפֿשר אויך הײַנט, נאָך נישט גענוג רײַף צו אַ מלחמה — כאָטש מלחמות ברעכן אויס בײַ אונדז זייער אָפֿט אָן מיליטערישער אָדער פּאָליטישער רײַפֿקייט, אַזוי ווי פֿרוכטן, וואָס פֿאַלן פֿריצײַטיק אַראָפּ פֿונעם בוים און ווערן רויערהייט פֿאַרקויפֿט אויפֿן מאַרק... דער אויפֿגעצוווּנגענער שלום־פּראָצעס הינקט טאַקע אונטער גאַנץ היפּשלעך, אָבער די טוריסטיק בליט אויף אַלע פֿראָנטן. די צימערן אין גליל זײַנען פֿול, און אַזוי אויך די האָטעלן סײַ אין אילת און סײַ אין אַקאַבאַ; די נײַ אויסגעבויטע קינאָס און סופּערמאַרקעטן אין ראמאַלאַ און אַפֿילו אין דזשענין, ווי אויך דער מיסחר בום גייט אָן אומגעשטערט דורך די אויסגעגראָבענע טונעלן אין עזה־פּאַס. און, אַחרון אַחרון, אויך די אויפֿגעקומענע מיליאַרדערן אין ישׂראל — זיי אַלע פּראָספּערירן, נישט געקוקט אויף די סעריאַלע אַפּאָקאַליפּטישע וואָרענונגען.
אָבער, היות ווי די נאַטור און די פּאָליטיק פֿאַרטראָגן ביידע נישט קיין וואַקום, איז אין צווישן אויסגעבראָכן אויפֿן אינערלעכן מאַרק אַ מלחמה פֿון די גענעראַלן — איבער אַ ספֿק אויטענטישן, ספֿק געפֿעלשטן דאָקומענט אין דעם וועטגעיעג צווישן די קאַנדידאַטן אויף דעם הויכן פּאָסטן פֿון דעם רמטכ״ל — דעם שעף פֿונעם גענעראַל־שטאַב, און ווי אַזעלכער — דעם הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון דער אַרמיי.
קאָכט זיך דעריבער אויף דעם אינערלעכן מאַרק אין ישׂראל. אָבער די שׂונאים פֿון דרויסן באַדראָען נישט אין דעם מאָמענט די מדינה, וועלכע איז, ווי געזאָגט, נאָך נישט רײַף; און אַזוי אויך אירע פֿײַנטלעכע שכנים; צו קיין מלחמה.
אָבער די ייִדישע מדינה קען, זעט אויס, אָן אַ פֿײַנט נישט לעבן. און אַזעלכער געפֿינט זיך דאָך אויף דער אַגענדע. איך מיין נישט דאָ די "לינקע", וואָס זײַנען במילא זינט דעם אָסלאָ־פּראָצעס דאָס צענטראַלע פּאָליטישע ציל־ברעט פֿון דעם רעכטן לאַגער בראָש מיטן "ליכּוד". איך מיין דאָ אין דעם פֿאַל דעם נײַעם געפֿערלעכן שׂונא, וואָס באַדראָט די מדינה: די 400 "פֿרעמדע" קינדערלעך ביז פינף יאָר, ווי אויך מאַנכע שוין גרויסע קינדער פֿון "פֿרעמד־אַרבעטער", וואָס פּאַסן זיך נישט אַרײַן אין די "קריטעריומס", לויט וועלכע זיי זאָלן זײַן באַרעכטיקט צו בלײַבן אין לאַנד, און זיי מוזן דאָס לאַנד פֿאַרלאָזן אין משך פֿון 21 טעג.
ס’רובֿ פֿון די דאָזיקע קינדער זײַנען דאָ געבוירענע, זיי ריידן עבֿרית און קענען נישט זייער מוטער־שפּראַך, זיי זינגען ישׂראלדיקע פּאַטריאָטישע לידער, וואָס זיי האָבן געלערנט דאָ אין דעם "גנון", די קינדערהיים פֿאַר דעם ייִנגסטן קליינוואַרג — אָבער זיי קענען נאָך ניט שווערן קיין טרײַשאַפֿט דער ייִדישער און דעמאָקראַטישער מדינה, ווי עס פֿאַרלאַנגט דער נײַער געזעץ־פּראָיעקט וועלכן עס האָט אַרײַנגעטראָגן אין דער כּנסת די פֿראַקציע פֿון "ישׂראל ביתנו" און וואָס ווערט געשטיצט פֿון דער מערהייט אין דער איצטיקער שטאַרק פּאַטריאָטישער רעגירונגס־קאָאַליציע.
אָבער די רעגירונג האָט נישט בדעה צו וואַרטן ביז דער ראַטיפֿיקאַציע פֿון דעם געזעץ־פּראָיעקט וועגן דעקלאַרירן טרײַשאַפֿט דער ייִדישער מדינה. ווי קען דאָס אַ פֿאַראַנטוואָרטלעכע רעגירונג וואַרטן ווען איר קיום איז באַדראָט פֿון אינעווייניק און דערצו נאָך פֿון אַזאַ שׂונא ווי עס זײַנען די 400 קינדערלעך פֿון אונטער פֿינף יאָר? דער פּרעמיער נתניהו האָט אַפֿילו נישט געקענט וואַרטן ביז דעם צוריקקער פֿון דעם זיכערהייטס־מיניסטער אהוד ברק פֿון זײַן סטראַטעגישער שליחות אין וואַשינגטאָן, וועלכער האָט נישט איבערגעלאָזט קיין אָנזאָג אויף וועלכער וואָגשאָל עס זאָל געלייגט ווערן זײַן וואָגיקע שטימע בעת דער אַזוי דרינגענדיקער אָפּשטימונג אין דער רעגירונג.
אַכזריות און צבֿיעות — ברוטאַליטעט און היפּאָקריטישקייט — האָבן דאָ אַרויסגעוויזן נישט בלויז די איניציאַטאָרן פֿון דעם גירוש־דעקרעט, בראָש מיט דעם אינערן־מיניסטער אלי ישי און די פֿאָלקס־דערוויילטע פֿון ש"ס און פֿון "ישׂראל ביתנו", וואָס זײַנען צוגעשטאַנען צו זיי אין זייער פֿרומער שליחות אָפּצוהיטן די זויבערקייט פֿון דער סעמיטישער ראַסע אין הייליקן לאַנד. צוזאַמען מיט די אַנדערע 800 קינדער פֿון די פֿרעמד־אַרבעטער, וועמען עס איז ענדלעך דערלויבט געוואָרן צו בלײַבן אין לאַנד ווי "סטאַבילע תּושבֿים", האָבן זיי אָנדערטהאַלבן יאָר געלעבט אונטער אַ ספֿק און גערודפֿטע אָן אויפֿהער פֿון דער פּאָליציי און פֿון די ספּעציעלע מיליציעס פֿון דעם אינערן־מיניסטעריום, נישט וואַגנדיק אַרויסצוגיין אויף דער גאַס. מאַנכע פֿון זיי דאַרפֿן זיך אָפּרײַסן פֿון זייערע ברידער אָדער שוועסטער, אין רעזולטאַט פֿון דער סעלעקציע ווער אַהער און ווער אַהין, לויט די "קריטעריומס" צו בלײַבן אין לאַנד ווי "תּושבֿים", אָבער אָן ישׂראלדיקער בירגערשאַפֿט, ווי דאָס איז באַשלאָסן געוואָרן לגבי די אַנדערע 800 קינדער, וואָס אויך קעגן זיי איז פֿאַר דעם געהאָנגען דער גזר פֿונעם גירוש, דער אורטייל צו ווערן אַרויסגעטריבן.
קרובֿ צוויי יאָר האָט די רעגירונג זיך געשלאָגן מיט דער דעה וואָס צו טאָן מיט די 1,200 נישט ייִדישע קינדער, וואָס זײַנען די זיסע פֿרוכט פֿון דער ביטערער גלאָבאַליזאַציע און פֿון איר אָפּעראַטיוון מכשיר — דעם "כּוח אדם", אָדער "Man Power" בלע״ז, וואָס איז געוואָרן דער בולטסטער אויסדרוק פֿון דער מאָדערנער שקלאַפֿערײַ. די "מענטשן־קראַפֿט" פֿון די אײַנווערבירטע און געדונגענע אַרבעטער האָט איבערגענומען די פֿונקציע פֿון דער פֿערד־קראַפֿט, לויט וועלכער מ’האָט אַמאָל געמאָסטן די קראַפֿט פֿון די מאַשינען אין דעם פֿריִערדיקן קאַפּיטאַליסטישן סיסטעם.
די גרויסע פּריוואַטע קאָרפּאָראַציעס פֿון דעם "כּוח אדם" האָבן איבערגענומען פֿון דער רעגירונג און פֿון די פּראָפֿעסיאָנעלע אָרגאַניזאַציעס די פֿונקציע פֿון די אַרבעט־פֿאַרמיטלונגס־ביוראָען, און האָבן צוגענומען פֿון די אַרבעטער די עלעמענטאַרע רעכט צו באַשיצן זייערע, פֿון לאַנג שוין אויסגעקעמפֿטע, פּראָפֿעסיאָנעלע דערגרייכונגען און אינטערעסן. דער עיקר איז דאָס חל אויף די "פֿרעמד־אַרבעטער", וואָס באַצאָלן אין אויסלאַנד די אַגענטן פֿון די פֿאַרמיטלונגס־אַגענטורן שווערע סומעס — פֿון 4,200 דאָלאַר אין רומעניע, מאָלדאַוויע און אין אוקראַיִנע, ביז איבער צען טויזנט דאָלאַר אין כינע, אין די פֿיליפּינען און אין אַנדערע לענדער ווי פֿאַרמיטלונגס־געלטער פֿאַר דער זכיה צו אַרבעטן פֿאַר אונטערן מינימום־לוין אין ישׂראל, וואָס לאָקט די אַרבעט־זוכנדיקע אין די אָרעמע לענדער פֿון זייער אָפּשטאַם. אין פֿאַלן ווען דער באַשטימטער אַרבעטס־טערמין ווערט, צוליב דער אָדער אַנדערער סיבה פֿאַרקירצט, ווערט דער אַרבעטער געצוווּנגען צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד, ווײַל די "מענפּאַוער"־געזעלשאַפֿט זאָרגט נישט צו באַשעפֿטיקן אים אויף אַן אַנדערן אַרבעטס־פּלאַץ. אָן די גילטיקע אַרבעט־דאָקומענטן ווערט זײַן בלײַבן אין לאַנד "אומגעזעצלעך" און ער ווערט גערודפֿט דורך דער פּאָליציי און די ספּעציעלע מיליציעס פֿונעם אינערן־מיניסטעריום. אין אַזעלכע פֿאַלן, וואָס דערגייען צו טויזנטער, באַווײַזן נישט די פֿרעמד־אַרבעטער אָפּצושפּאָרן פֿון זייערע פֿאַרדינסטן גענוג געלט אויף אָפּצוצאָלן די אָנגעזאַמלטע חובֿות פֿאַר זייערע פֿאַרמיטלונגס־הלוואות, לעבנדיק דאָ אין די נידעריקסטע לעבנס־באַדינגונגען, און אויף דעם באָדן וואַקסן אויס אָן אַ שיעור מענטשלעכע טראַגעדיעס.
פֿון אָט די טראַגעדיעס פּראָפֿיטירן די אינוועסטאָרן און אייגנטימערס פֿון דער "מענפּאַוער" אינדוסטריע. אויפֿן אָרט פֿון די אַרבעטער וואָס זײַנען געצוווּנגען צו פֿאַרלאָזן זייערע אַרבעט־פּלעצער, ווערן אָנגענומען נײַע, וואָס צאָלן אײַן פֿון דאָס נײַ די מעקלער־געלטער. אויסער דעם, מאָנען אײַן די פֿאַרמיטלונגס־ביוראָען 40% ביז 50% פֿון די לוינען, וואָס די אַרבעטס־געבער באַצאָלן זיי פֿאַר די שקלאַפֿן־אַרבעטער, וואָס זייערע פּאַספּאָרטן ווערן פֿאַרמשכּונט בײַ זייערע קורצווײַליקע באַלעבאַטים.
אָבער צו די בערך 300,000 "געזעצלעכע" אַרבעטער זײַנען צוגעקומען פֿון הונדערט ביז צוויי הונדערט טויזנט "אומגעזעצלעכע" פֿרעמד־אַרבעטער, וואָס געפֿינען דאָ און דאָרט כּלערליי באַשעפֿטיקונגען. זיי לעבן אין אוממענטשלעכע באַדינגונגען און געפֿינען זיך אין אַן אייביקן געיעג מיט דער פּאָליציי. אויך צווישן די "געזעצלעכע" זײַנען פֿאַראַן אַזעלכע, וואָס האָבן זיך אומגעזעצלעך אײַנגעאָרדנט, זיך פֿאַרליבט און דערפֿילט זייערע נאַטירלעכע מענטשלעכע רעכט און אויפֿגעשטעלט משפּחות, געבוירן קינדער און זיך אײַנגעוואָרצלט אין לאַנד.
קעגן זיי פֿירט דאָס אינערן-מיניסטעריום, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון מיניסטער אלי ישי, דעם מנהיג פֿון ש״ס, אַן אומאויפֿהערלעכע, און צומאָל אכזריותדיקע מלחמה, און קעגן זיי איז טאַקע געוואָרן אויסגעשטרעקט די שווערד פֿון דעם גירוש.
ווי געזאָגט, איז דער אָריגינעלער פּלאַן געווען אַרויסצוטרײַבן, צוזאַמען מיט זייערע עלטערן, אַלע 1,200 קינדער וואָס האָבן זיך פֿאַרוואָרצלט אין לאַנד, כּדי אויף זייער אָרט אַרײַנצוברענגען אַנדערע. אָבער נאָכן גרויסן טומל פֿון פּראָטעסטן, איז געשאַפֿן געוואָרן אַ צווישן־מיניסטעריאַלע קאָמיסיע, וועלכע איז אײַנגעגאַנגען אויף אַ פּשרה און האָט באַשלאָסן צוויי דריטל פֿון די צוועלף הונדערט קינדער צו לאָזן בלײַבן אין לאַנד און די איבעריקע 400 אַרויסצוטרייבן מיט זייערע עלטערן, ווי געזאָגט — אין משך פֿון 21 טעג. אויף דער זעלבער זיצונג, אויף וועלכער עס איז, מיט אַ קליינער מערהייט שטימען, באַשטעטיקט געוואָרן דער באַשלוס פֿון דער קאָמיסיע, איז אויך באַשטעטיקט געוואָרן אַ בקשה פֿון די "מענפּאַוער"־געזעלשאַפֿטן אַרײַנצולאָזן 300 נײַע "פֿרעמד־אַרבעטער".
"דער דאָזיקער באַשלוס איז אַ געווויגענער און אַ געמאָסטענער" — האָט געזאָגט וועגן דעם דער פּרעמיער־מיניסטער בנימין נתניהו. געווויגן לויט מענטשלעך־הומאַניטאַרע מאָטיוון און געמאָסטן לויט ציוניסטישע מאָסן. ציוניסטיש — אפֿשר יאָ, אָבער מענטשלעך?
מיט אַ ביז גאָר שאַרפֿן פּראָטעסט קעגן אָט דער "מענטשלעכקייט" פֿון גירוש, סעלעקציע און צערײַסן משפּחות, איז אַרויסגעטראָטן דער נאָבעל־לאַורעאַט און קעמפֿער פֿאַר מענטשן־רעכט, אלי וויזעל, און אַזוי האָט אויך געהאַנדלט דער צענטראַלער פֿאַרבאַנד פֿון די שארית־הפּליטה אין אַ נאָטע צום פּרעמיער נתניהו, אונטערגעשריבן פֿון דעם פֿאָרזיצער פֿונעם פֿאַרבאַנד, נח פלוג. "מיר, די וואָס האָבן אַדורכגעמאַכט דעם חורבן, זײַנען געווען עדות פֿון די סעלעקציעס און פֿון אָפּרײַסן קינדער פֿון זייערע עלטערן. מיר קענען נישט צוזען און בלײַבן גלײַכגילטיק צו די בילדער פֿון די דאָזיקע קינדער, וואָס זײַנען נישט פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר זייער גורל. עס באַגלייט אונדז דאָס געפֿיל פֿון טיפֿער, דריקנדיקער בושה" — ווערט געזאָגט אין דעם בריוו.
אַזאַ בושה פֿילט אָבער נישט דער אינערן־מיניסטער אלי ישי, וועלכער פֿאָדערט בטל צו מאַכן דעם באַשלוס און אַרויסצוטרײַבן אַלע 1,200 פֿרעמדע קינדער, לרובֿ געבוירענע אין מדינת־ישׂראל און דערצויגענע ווי ישׂראלדיקע פּאַטריאָטן, אונטער דער באַשולדיקונג, אַז זיי באַדראָען די עקזיסטענץ פֿון דער מדינה מיט דער געפֿערלעכער קראַנקהייט, וואָס רופֿט זיך: די "דעמאָגראַפֿישע געפֿאַר"...
תּל-אָבֿיבֿ, 10טער אויגוסט, 2010