|
אַ חדר פֿאַר מיידלעך, לאַסקערעוו, פּוילן |
Credit: YIVO/Forverts/Kacyzne |
דער טאַטע, ער וויקלט
מיך אײַן אין אַ טלית,
און פֿירט מיך צו דיין
אַוועק;
עס גייט מיט די מאַמע,
דער זיידע, דער רבי,
מען שיט אויס מיט האָפּן
מײַן וועג.
י. אַדלער
דאָס ליד "אין חדר" פֿונעם לידער־בוך "זכרונות" פֿונעם פּאָעט יעקבֿ אַדלער, באַשרײַבט די ערשטע יאָרן פֿונעם חדר־ייִנגל. אין אַדלערס גאַליצישן שטעטל האָט דאָס ייִנגל, נאָך איין יאָר אין חדר, געהאַלטן אַ דרשה פֿאַרן דיין. וועגן דעם מינהג צו באַשיטן דעם וועג מיט האָפּן האָב איך דאָרטן געלייענט צום ערשטן מאָל, און ס׳איז מיר אַ ביסל אַ רעטעניש. האָפּן זענען דאָך באַקאַנט פֿאַר זייער ביטערקייט, און געוויינטלעך, האָבן די מינהגים פֿון די ערשטע טעג אין חדר צו טאָן מיט דער זיסקייט פֿון לערנען תּורה. מע וואַרפֿט צוקערלעך איבערן קאָפּ פֿונעם ייִנגל, אָדער מע גרייט צו זיסוואַרג אין דער פֿאָרעם פֿון די אותיות און אַנדערע ענלעכע טראַדיציעס.
ווען מען פֿרעגט אויס ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע וועגן זייערע קינדער־יאָרן, רופֿט אַרויס דער חדר גאָר אַ סך פֿאָלקלאָר. אָפֿט מאָל האָט דער מלמד געהאַט אַ צונאָמען. מײַן טאַטע, פֿון סערעט, בוקעווינע, האָט דערציילט וועגן זײַנע מלמדים, שמואל מאַלײַ (געהאַט אַ געלע באָרד) און בערל קנײַפּער (אַרויסגערעדט "קנאַפּער") וואָס האָבן אַזוי שטאַרק געקניפּן די ייִנגלעך, ביז ס׳האָט גערונען בלוט.
ס׳רובֿ ווערטלעך וועגן חדר שפּיגלען אָפּ די שלעכטע באַציִונג צווישן דעם מלמד און די חדר־ייִנגלעך: "מע האָט אים גענומען אין חדר אַרײַן" (באַשטראָפֿט), "מע טאָר ניט אויסזאָגן פֿון חדר" (מע טאָר נישט אויסזאָגן די סודות, אָדער ווי מע ווערט געשלאָגן). אין איגנאַץ בערנשטיינס זאַמלונג פֿון ווערטלעך לייענען מיר: "ווען פֿרייען זיך די חדר־ייִנגעלעך? אַז דער רבי זיצט שבֿעה."
און וועגן דעם מלמד אַליין זאָגט מען "אַז דער מלמד קריגט זיך מיטן ווײַב, איז אָך און וויי צו די תּלמידים"; "איטלעכער מלמד איז אַ שטיק שלימזלניק"; "דער מלמד אַרבעט מיטן טײַטל, דער באַלעבאָס צאָלט מיטן בײַטל." "'מלמד’ מאַכט: מער לערנען, מער דלות". אויפֿן סאָציאַלן לייטער אין שטעטל האָט דער מלמד פֿאַרנומען פֿון די גאָר נידעריקסטע ראַנגען; אַפֿילו נידעריקער פֿונעם בעל־עגלה: "אַז בײַ אַ בעל־עגלה פֿאַלט דאָס פֿערד, ווערט ער אַ מלמד".
אין אונדזער ליטעראַטור האָט מען אָפֿט פֿאַרשענערט די קינדער־יאָרן אין בעלעטריסטישע ווערק און אין דער זכרונות־ליטעראַטור. אָבער מיר דאַכט, אַז די געשטאַלט פֿונעם בייזן מלמד האָט מען נישט געטשעפּעט. מע דאַרף נאָר אַ לייען טאָן דינעזאָנס קלאַסיש ווערק "יאָסעלע" צו באַקומען אַ גאָר רעאַליסטיש בילד פֿונעם אַמאָליקן חדר. מײַנס אַ פֿעטער איז געוואָרן טויב אויף איין אויער ווען דער מלמד אין חדר האָט אים געוואָרפֿן אַ שטיוול אין אויער אַרײַן. געווען גוטע מלמדים, געווען בייזע סאַדיסטן אויך, און די ליטעראַטור וועגן זיי איז אַ גאָר גרויסע.
אין דער פֿאָלקלאָריסטישער ליטעראַטור פֿאַרנעמט יחיאל שטערנס ביכל "חדר און בית־מדרש" אַן אָנגעזעען אָרט. לכתּחילה אַרויסגעגעבן אין טיילן אין פֿאַרשיידענע ייִוואָ־פּובליקאַציעס האָט מען צונויפֿגענומען די מאַטעריאַלן אין אַ ביכל אין 1950. שטערן, אַ געבוירענער אין טישעוויץ, פּוילן, שרײַבט פּרטימדיק וועגן די פֿיזישע כאַראַקטעריסטיקן פֿון די חדרים, ווי אויך די געפֿילן פֿון די קינדער, וואָס האָבן מורא געהאַט פֿאַר זייער דרדקי־מלמד, גרשון. שטערן האָט געהאַט אַ חוש פֿאַר פֿאָלקלאָר און אין זײַן חדר, וואָס איז געווען נאָענט צום בית־עולם האָט מען אויך אָפֿט דערציילט מעשׂיות וועגן שדים און גילגולים.
אין "חדר און בית־מדרש" דרוקט מען אויך די מעלאָדיעס צו דעם לערן־פּראָצעס, און פֿאַר דעם קומט דעם מחבר אַ יישר־כּוח, ווײַל אַנדערע וואָלטן געזאָגט, אַז דער שמועס צווישן מלמד און חדר־ייִנגל איז סתּם געפּלאַפּלט. נאָר שטערן האָט דערקענט אינעם דיאַלאָג, למשל אינעם "טראַף לערנען", אַן אַלטע פֿאָלקלאָרישע טראַדיציע, וואָס איז איבערגעגאַנגען פֿון דור צו דור.
רבי: זאָגט אַ ייִנגעלע מיט חשק — פּסח שין ווי מאַכט?
תּלמיד: ש (שאַ)
רבי: ווײַטער, גיכער!
תּלמיד: ד.
רבי: ד אַ יוד (דאָס הייסט, אויסריידן דעם יוד)
תּלמיד: די (דאַי)
...אאַ״וו
שטערן באַשרײַבט ווי די חדר־ייִנגעלעך גרייטן זיך אויף די יום־טובֿים, און ווי מע האָט געשפּילט אין חדר. אַנדערע מוסטערן פֿון די חדר־שפּילן קען מען אויך געפֿינען אין אַ בוך אויף ענגליש "דאָס שטעטל בוך", רעדאַקטירט פֿון דינה און דוד ראָסקעס. אַלע שפּילן האָבן זיך אָנגעהויבן מיט אַן אויסציילעניש צו באַשטימען ווער הייבט אָן, און אַזוינע אויסציילענישן פֿאַרמאָגט מען אין די הונדערטער אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר.
די גראַמען זינגט מען נאָך אַלץ אין די חסידישע חדרים. אין 1977 בין איך געגאַנגען שפּאַצירן מיט מײַן מאַמען אין מאה־שערים, ירושלים, און אַ גרופּע חדר־ייִנגלעך זענען דורכגעלאָפֿן. האָט מײַן מאַמע זיי אָפּגעשטעלט און געפֿרעגט בײַ איינעם ווי ער הייסט, האָט ער געענטפֿערט "איציק". "אוי, מײַן זון הייסט אויך איציק!" האָט די גאַנצע כאָפּטע אָנגעהויבן צו זינגען אַ גראַם מיט איין קול: "איציק, שפּיציק, נאָדל, טעשל".
עס זענען פֿאַראַן עטלעכע אַנדערע גוטע זאַמלונגען פֿון חדר־פֿאָלקלאָר, און מע וואָלט לײַכט געקענט צונויפֿשטעלן אַ שיינעם אַלבאָם מיט די גראַמען, שפּילן, אויסציילענישן, רעטענישן פֿונעם חדר. די חדר־יאָרן האָבן איבערגעלאָזט אַ שטאַרקן רושם אויפֿן ייִדישן ייִנגל אין מיזרח־אייראָפּע, ווי אויך אינספּירירט די קינדער צו שאַפֿן וווּנדערלעכן פֿאָלקלאָר.