ישׂראל, קהילה־לעבן, קולטור
פֿון יעקבֿ בר־און (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נישט יעדער שוישפּילער איז זוכה צו אַזאַ באַערונג. אין זאַל פֿון "אַרבעטער־רינג" אין תּל־אָבֿיבֿ, האָט מען געפֿײַערט 65 יאָר פֿון יעקבֿ אַלפּערינס קאַריערע, איינעם פֿון די גרינדער פֿון דעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער, וואָס אין עלטער פֿון אַכט און אַכציק יאָר איז ער דער עלטסטער צווישן די אַקטיאָרן וועלכע זענען טעטיק אויף דער טעאַטער־בינע אין ישׂראל.

"טאַקע 65 יאָר, יאַנקעלע?" — פֿרעג איך אים.

"פּונקט אַזוי און אַפֿילו איינס נישט ווינציקער" — ענטפֿערט ער, און טראָגט זיך אַריבער ווײַט, צום סאַמע אָנהייב, בעת אין טרויעריקע אומשטענדן איז ער געוואָרן אַן אַקטיאָר. "ווען עס איז אויסגעבראָכן די צווייטע וועלט־מלחמה האָט דער רומענישער פֿאַשיסטישער רעזשים מיך פֿאַרשיקט אין אַ צוואַנג־אַרבעט־לאַגער. אין שווערע באַדינגונגען האָבן מיר אויסברוקירט וועגן, און כּדי צו פֿאַרגעסן פֿון די צרות, האָבן מיר אָרגאַניזירט פֿאַר זיך אַליין אויפֿטריטן אויף ייִדיש. ווען די אָפֿיצירן האָבן מיך געהערט זינגען, האָבן זיי מיך גענומען אין זייער רעסטאָראַן. מײַן קול האָט מיך געראַטעוועט. ס’איז אַריבער אַ האַלב יאָר און מען האָט מיך אַריבערגעפֿירט אויף אַ גרינגערער אַרבעט, אין דער בעקערײַ פֿונעם באַטאַליאָן".

"ווי אַזוי האָט איר זיך פֿאַרוואַנדלט פֿון יעקבֿ אַלפּער אין יעקבֿ אַלפּערין?"

"אָ! אַן אויסגעצייכנטע שאלה! ווען עס האָט זיך געענדיקט די מלחמה, בין איך דערגאַנגען צו אַן אַמאַטאָרן־טעאַטער אין דער שטאָט באָטאָשאַני, צפֿון־מיזרח־רומעניע. אין אַ געוויסן טאָג איז אַהין געקומען דער רעזשיסאָר יעקבֿ מאַנסדאָרף, פֿון דער 'ווילנער טרופּע’, זוכן אַקטיאָרן פֿאַר אַ ייִדישן טעאַטער וואָס ער האָט געוואָלט גרינדן אין בוקאַרעשט. האָט ער מיך געזען. צוזאַמען מיט אים איז געווען דער אַדמיניסטראַטאָר, וועלכער האָט געזאָגט אַז 'אַלפּער’ קלינגט עפּעס נישט אַזוי שיין פֿאַר דער בינע. אפֿשר כּדאַי 'אַלפּערין’. אַזוי בין איך געוואָרן אַלפּערין. אָבער אין די דאָקומענטן בין איך געבליבן אַלפּער".

"אַ שוישפּילער. איז דאָס שטענדיק געווען אײַער טרוים?"

"מען מעג זאָגן דעם אמת? ס’איז בסדר? ווען איך בין געווען גאַנץ יונג, האָב איך געלייענט 'צעמענט’ פֿון סאָוועטישן שרײַבער פֿ. גלאַדקאָוו, אַ קאָמוניסטיש ביכל, וואָס איז געווען אומלעגאַל. האַלטן אַזאַ בוך איז געווען סכּנות־נפֿשות. נאָכן לייענען דאָס ביכל האָב איך געחלומט צו ווערן אַ פּשוטער אַרבעטער און אַ רעוואָלוציאָנער. אַנשטאָט דעם בין איך געוואָרן אַן אַקטיאָר. ווען אַן אַקטיאָר באַקומט אַ 'בראַוואָ’, איז עס ווי אַלקאָהאָל וואָס דרינגט אַרײַן אין בלוט און מיט דעם פֿאַרגעסט מען אַלע חלומות".

לאַנגע יאָרן איז אַלפּערין אויפֿגעטראָטן אין ייִדישן מלוכה־טעאַטער אין בוקאַרעשט, און אַפֿילו באַקומען אַן אויסצייכענונג. אָבער קיין שום אויסצייכענונג האָט אים נישט געהאָלפֿן, ווען ער האָט אַרײַנגעגעבן אַ בקשה עולה צו זײַן קיין ישׂראל, און זײַן ביטע איז אָפּגעוואָרפֿן געוואָרן נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל. "צוויי מיט אַ האַלב יאָר סירובֿניק", זאָגט אַלפּערין. "ווען איך בין פֿאַרבעטן געוואָרן אויף אַן אויספֿאָרשונג אין דער ׳סעקוריטאַטע׳ און מען האָט מיך געפֿרעגט פֿאַרוואָס וויל איך פֿאַרלאָזן רומעניע, האָב איך פּשוט געענטפֿערט: 'מײַן פּובליקום איז אַוועק פֿון דאַנען...’"

יעקבֿ אַלפּערין האַלט די אויסצייכענונג פֿון "אמי", מיט פֿאָרשטייער פֿון דער אָרגאַניזאַציע: מאירה אילן (רעכטס) און יואל ליבה (לינקס)
יעקבֿ אַלפּערין האַלט די אויסצייכענונג פֿון "אמי", מיט פֿאָרשטייער פֿון דער אָרגאַניזאַציע: מאירה אילן (רעכטס) און יואל ליבה (לינקס)
Credit: Bella Bryks-Klein

אַלפּערין איז זיך גאַנץ אויפֿריכטיק מודה, אַז נאָך דעם ווי ער איז שוין עולה געווען קיין ישׂראל אין 1961, איז מיט זײַן גאַנצער ליבשאַפֿט צו דער ייִדישער שפּראַך, האָט ער נישט געקלערט אויף איר אויפֿצוטרעטן אין לאַנד פֿון די אָבֿות. "כ’האָב געמיינט, אַז אין ארץ־ישׂראל שפּילט מען נאָר אויף עבֿרית", דערמאָנט ער זיך. "אין דעם זעלבן יאָר איז געגרינדעט געוואָרן דער 'תּיאַטרון־חיפֿה’ (טעאַטער פֿון חיפֿה). זיי האָבן געזוכט אַקטיאָרן און זיך פֿאַר מיר פֿאָרגעשטעלט. דאָס איז געווען חיים טאָפּאָל, נישט מער און נישט ווינציקער. ער האָט געזאָגט, אַז דער רעזשיסאָר יוסף מילוא (מילאָ), דער גרינדער פֿון 'תּיאַטרון־חיפֿה’, וויל מיך זען. איך בין צו אים געקומען און זײַן ערשטע פֿראַגע איז געווען, אין וועלכער שפּראַך האָב איך געשפּילט אין רומעניע. ווען איך האָב אים ערלעך געענטפֿערט, אַז אויף ייִדיש, האָט ער פֿאַרדרייט מיט דער נאָז. אַזוי האָט זיך געענדיקט מײַן קאַריערע אויף עבֿרית, נאָך איידער זי האָט זיך אָנגעהויבן.

"און נישט נאָר מילוא", גיט צו אַלפּערין. "די העברעיִשע שפּראַך איז בײַ מיר געוואָרן פֿליסיקער. כ’האָב געמיינט אַז איך וועל זיך קענען אײַנלעבן אין איר. אָבער וווּ איך בין געגאַנגען, זײַנען געווען בולטע אַקטיאָרן פֿון העברעיִשן רעפּערטואַר־טעאַטער, וועלכע האָבן מיר אונטערגעשטעלט אַ פֿיסל. האָב איך געשפּילט אין קאָמערציעלן טעאַטער, אין דער פֿאָרשטעלונג 'פֿישקע דער קרומער’, אין דער ראָלע פֿון אַן אָנפֿירער. ווען יוסף בולאָוו איז דאָ געווען, האָט ער, ווײַזט אויס, געזען די פּיעסע און האָט געוואָלט איך זאָל זיך אָנשליסן אין דער פֿאָרשטעלונג וואָס ער האָט דאָ פּרעזענטירט. 'ברענגט דעם בחור!’ האָט ער געזאָגט. יאָ, 'דער בחור’, לויט אים נאָך. נאָר ער איז געווען דער אַקטיאָר און אַלע אַרום אים".

אויב מ’פֿרעגט אַלפּערינען, איז זײַן בעסטער פּאַרטנער געווען דזשיגאַן. "כ’האָב מיט אים געשפּילט אין זעכצן פּראָגראַמען", זאָגט ער. "דזשיגאַן איז געווען וווּנדערלעך. נישט איין מאָל האָב איך פֿאַרגעסן אַז איך בין אַן אַקטיאָר און בין געשטאַנען הינטער די קוליסן כּדי צו זען זײַן ווירטואָזע שפּיל אויף דער בינע. פּראַקטיש, איז ער שטענדיק געווען דער זעלבער דזשיגאַן, אָבער נאָך וואָס פֿאַר אַ דזשיגאַן! פֿאַר מיר איז ער געווען ווי אַן אַקאַדעמיע פֿאַר דעם סאַטירישן טעאַטער. בײַ אים האָב איך זיך אויסגעלערנט צו זאָגן אַ וויץ אויף דער בינע, אַ מחיה! אַ טייל פֿונעם מאַטעריאַל וואָס מיר האָבן פֿאָרגעשטעלט, איז געווען פֿון זײַנע אויפֿטריטן מיט שומאַכערן, מיט יאָרן צוריק. דאָס איז געווען אַ גוואַלדיקער אוצר".

ביז דער גרינדונג פֿון "ייִדישפּיל" איז אַלפּערין פֿיל אויפֿגעטראָטן אין אויסלאַנד. "נישט איין מאָל, דאַכט זיך מיר, אַז איך האָב געשפּילט אין דער גאַנצער וועלט, חוץ יאַפּאַן, ווײַל דאָרטן רעדט מען נישט קיין ייִדיש", וויצלט ער זיך. "נישט איין מאָל האָט מען מיר פֿאָרגעשלאָגן צו בלײַבן אין אויסלאַנד, געוואָלט מיך צורעדן. אָבער נישט צוליב דעם בין איך עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל".

נאָך דעם ווי ס’איז געשטאָרבן זײַן ערשטע פֿרוי, עטל, האָט ער זיך פֿאַרהאַלטן אַ צײַט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. לויט זײַן מיינונג איז דאָס געווען אַ גורלדיקע רײַזע. אין ניו־יאָרק האָט מען אים באַקענט מיט דינהן, דער ישׂראלדיקער עמיסאַרין פֿאַר געלט־זאַמלונג, אַ געוועזענע שוישפּילערין, וואָס איז מיט מער ווי דרײַסיק יאָר צוריק געוואָרן זײַן צווייטע פֿרוי און האָט אַרײַנגעטראָגן אין זײַן לעבן אַ נײַעם גײַסט.

ווען דער "ייִדישפּיל"־טעאַטער איז געגרינדעט געוואָרן, האָט אים שמואל עצמון גערופֿן זיך אָנצושליסן אין דער טרופּע. אַלפּערין האָט באַגלייט עצמונען פֿון די ערשטע טעאַטער־טריט. ער האָט פֿאָרגעשטעלט אָן אַ צאָל אומפֿאַרגעסלעכע ראָלעס. אָבער מיט אַ בליק אויף צוריק, אויף די יאָרן וואָס ער איז אין דעם טעאַטער, איז ער זיך מודה, אַז האָניק האָט ער נישט שטענדיק געלעקט; אַפֿילו אין זײַן באַליבטן טעאַטער.

יעקבֿ אַלפּערין מיט עטל קאָווענסקי
יעקבֿ אַלפּערין מיט עטל קאָווענסקי
Credit: Bella Bryks-Klein

אין יאָר 1997, נאָך דעם ווי זײַן אייניקל איז אומגעקומען אין אַ העליקאָפּטער־קאַטאַסטראָפֿע, האָט ער געליטן פֿון אַ האַרץ־אַטאַק. שפּעטער האָט ער באַקומען אַ בלוטשטורץ אין מוח. נאָך דער היילונג האָט ער מיט דערהויבענע כּוחות ווידער געשפּילט אין טעאַטער — ווי אַן אַקטיאָר און ווי אַ מחבר. גלײַכצײַטיק איז ער אויך אין פֿאַרלויף פֿון די יאָרן אויפֿגעטראָטן אין העברעיִשע פּיעסעס אין "הבימה" און אין "בית־ליסין"־טעאַטער.

לעצטנס, טרעט ער אויף אין "ייִדישפּיל" ווי דער שיכּורער דאָקטער אין דער פֿאָרשטעלונג "ווער איז ווער", און באַוווּנדערט דאָס פּובליקום מיט זײַן ווירטואָזער שפּיל.

"און אײַער עלטער?" — פֿרעג איך.

"יאָ, און מײַן עלטער", ענטפֿערט יאַנקעלע. "ווען איך בין געווען אַ יונגער איז מיר שווער געווען צו שפּילן אַן עלטערן מאַן. איצטער קומט עס אָן נאַטירלעך".

"און דער טעקסט?"

"מען לערנט עס אויס. אין מײַנע יאָרן איז נאָרמאַל איך זאָל פֿאַרגעסן וואָס איך האָב נעכטן געגעסן. עס געשעט אויך אַז איך פֿאַרגעס נעמען, אָבער דעם טעקסט געדענק איך אַזוי ווי ס’איז געווען אַמאָל. נאָך דאָס פֿעלט מיר, איך זאָל פֿאַרגעסן! אָבער נייגן זיך פֿאַרן פּובליקום בײַם סוף פֿון דער פֿאָרשטעלונג, איז מיר אַ ביסל שווער. ס’איז מיר שווער זיך אײַנצובייגן. כ’האָב שטענדיק מורא איך זאָל זיך נישט קענען ווידער אויסגלײַכן..."

"דאָך, ווילט איר, אַז אײַערע קינדער און אייניקלעך זאָלן זײַן אַקטיאָרן?"

"דעם אמת געזאָגט, כ’האָב נישט געוואָלט אַז מײַנע קינדער און מײַנע אייניקלעך זאָלן ווערן שוישפּילער. אָבער ווען איך בין בײַגעווען בײַ מײַן אייניקל, אַריקס, סוף־שוליאָר־יום־טובֿ, וועלכער האָט דאָרטן אָנגעפֿירט מיט דער פֿײַערונג, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז מיט אים איז עס שוין פֿאַרפֿאַלן. כ’האָב פּלוצעם דערזען זײַנע פֿעיִקייטן. ער האָט חוצפּה און דרייסטקייט. אַ מזל, וואָס ער איז געוואָרן אַ דאָקטער און נישט קיין שוישפּילער. אָבער זינט ער האָט געוווּנען אַ מיליאָן אין דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם "השׂרדות" (אויסהאַלטן), הערט ער נישט אויף אויפֿצוטרעטן אין דער טעלעוויזיע. אַפֿילו מיך, זײַן זיידן, האָט ער מיטגענומען אין דער פּראָגראַם פֿון אָפֿטאַלמאָלאָגיע, וואָס ער פֿירט אָן. איר זעט, כ’האָב נחת..."

"נחת איז דאָ. און אַ ראָלע?"

"ס’וועט זײַן. די פּיעסע "ווער איז ווער" האָט זיך געענדיקט. איצטער וויל איך נאָך. דערווײַל האָב איך באַוויזן אין מאָסקווע וואָס איך קען".

"מאָסקווע?"

"יאָ, וואָס איר הערט. מאָסקווע. מען האָט דאָרט געפֿײַערט 65 יאָר זינט די וועלט־מלחמה האָט זיך געענדיקט, און מען האָט אײַנגעלאַדן אָנטייל צו נעמען אַקטיאָרן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער. איך בין אויפֿגעטראָטן אין נאָמען פֿון אונדזער מדינה. נו, האָט מען געפּאַטשט 'בראַוואָ’, און נאָך אַ מאָל 'בראַוואָ’... אַך, אַ פֿאַרגעניגן..."

פֿון עבֿרית: לייבל בלינדער