ליטעראַטור

לעוו לאָסעוו.
"יוסף בראָדסקי׃
אַ פֿאַרזוך פֿון אַ ליטעראַרישער ביאָגראַפֿיע".
מאָסקווע, 2010.


מיטן טויט פֿון יוסף בראָדסקין אין 1996 האָט זיך פֿאַרענדיקט אַ גאַנצע תּקופֿה אין דער רוסישער ליטעראַטור־געשיכטע. אייניקע מומחים וועלן אַפֿילו זאָגן, אַז דאָס איז געווען דער סוף פֿון דער גאַנצער רוסישער ליטעראַטור. אַוודאי, האָט מען ניט אויפֿגעהערט צו שרײַבן פּראָזע און פּאָעזיע אויף רוסיש, און בראָדסקיס ליטעראַרישע ירושה האָט עד־היום אַ שטאַרקע השפּעה אויף דער שעפֿערישקייט פֿון יונגע דורות. אָבער עס איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז אַן אַנדערער דיכטער זאָל פֿאַרנעמען אַזאַ מין חשובֿ אָרט אין דעם עפֿנטלעכן באַוווּסטזײַן, ווי עס האָבן פֿאַרנומען בראָדסקי און זײַנע פֿאָרגייער, די גרויסע רוסישע דיכטער, זינט דעם 18טן יאָרהונדערט.

ווי עס האָט געזאָגט דער אַנדערער באַרימטער דיכטער פֿון דעם זעלבן דור, יעווגעני יעווטושענקאָ: "דער דיכטער אין רוסלאַנד איז מער ווי אַ דיכטער". אין משך פֿון צוויי הונדערט יאָר איז פּאָעזיע געווען אַ וויכטיקע געזעלשאַפֿטלעכע אינסטיטוציע אין רוסלאַנד. אַפֿילו די סאָוועטישע מאַכט האָט במילא אָנערקענט איר חשיבֿות — און דאָס איז געקומען צום סוף אַרום 1991. בראָדסקי האָט געירשנט זײַן בכּבֿודיקן סטאַטוס פֿון די גדולים, די רוסישע דיכטער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט׃ אַנאַ אַכמאַטאָוואַ, מאַרינאַ צוועטאַיעוואַ, אָסיפּ מאַנדעלשטאַם און באָריס פּאַסטערנאַק. נאָך מער: עס האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו "עקספּאָרטירן" דעם רוסישן באַגריף פֿונעם דיכטער קיין אַמעריקע, און דערבײַ ניט פֿאַרלירן זײַן רוסישן מהות.

בראָדסקיס לעבן לאָזט זיך טיילן אויף צוויי תּקופֿות: פֿאַר, און נאָך, זײַן גירוש פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין 1972. צו יענער צײַט האָט ער שוין אַרויסגעלאָזט אַ פּאָר פּאָעטישע זאַמלביכער אין דעם אַמעריקאַנער פֿאַרלאַג "אַרדיס". זײַן אַרעסט און פֿאַרשיקונג אין 1964—1965 האָבן אים שוין געהאַט קונה־שם געווען אין אויסלאַנד, אָבער ער איז ניט געווען קיין באַרימטער דיסידענט אָדער עפֿנטלעכער טוער. אַזוי אַז זײַן מצבֿ אין אַמעריקע איז געווען נישט בעסער, איידער בײַ די הונדערטער אַנדערע רוסיש־ייִדישע אינטעליגענטן, וועלכע האָבן עמיגרירט פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד קיין אַמעריקע און ישׂראל אין די 1970ער יאָרן.

דער ניט לאַנג געשטאָרבענער פּראָפֿעסאָר פֿון דאַרטמוטער אוניווערסיטעט, לעוו לאָסעוו, איז געווען אפֿשר דער איינציקער מענטש, וואָס האָט גוט געקענט בראָדסקין, סײַ אין רוסלאַנד און סײַ אין אַמעריקע. לאָסעוו האָט עמיגרירט קיין אַמעריקע צוויי יאָר שפּעטער נאָך בראָדסקין, און בראָדסקי האָט אים רעקאָמענדירט פֿאַר דער גראַדויִר־שול בײַם סלאַווישן אָפּטייל פֿונעם אוניווערסיטעט אין מישיגען, וווּ בראָדסקי אַליין האָט דעמאָלט געהאַט אַ צײַטווײַליקע שטעלע. זיי האָבן אונטערגעהאַלטן נאָענטע באַציִונגען אין משך פֿון אַלע יאָרן אין אַמעריקע; אַפֿילו, ווען בראָדסקי האָט געוווינט אין ניו־יאָרק און לאָסעוו האָט געלערנט די רוסישע ליטעראַטור אין דאַרטמוט.

לאָסעוו איז זייער אַ שטרענגער ביאָגראַפֿישער שרײַבער. ער מײַדט בכּיוון אויס כּלערליי רכילותן און פּליאָטקעס וועגן בראָדסקיס פּערזענלעכן לעבן און גיט זיך אָפּ קודם־כּל מיט אויסטײַטשן זײַנע טעקסטן. זײַן בוך איז מער וועגן בראָדסקיס ליטעראַרישער וועלט איידער וועגן בראָדסקי — דעם מענטש. דעם דיכטערס ביאָגראַפֿיע דינט ווי אַ חוט־השדרה, וואָס בינדט צונויף פֿאַרשידענע תּקופֿות פֿון זײַן שעפֿערישקייט. מען דאַרף לייענען דאָס בוך פּאַמעלעך און נעמען אין באַטראַכט אַלע פּרטים, כּדי תּופֿס צו זײַן דעם מחברס אַרומכאַפּנדיקע אַנאַליטישע פֿאָרשטעלונג פֿון בראָדסקיס דיכטערישער און אינטעלעקטועלער אַנטוויקלונג.

כּדי צו באַטאָנען די יוצא־דופֿנדיקייט פֿון זײַן העלד, מאַכט לאָסעוו אַן אינטערעסאַנטן פֿאַרגלײַך צווישן בראָדסקין און סאָלזשעניצינען, דעם אַנדערן באַרימטן רוסישן עמיגראַנטישן שרײַבער און לאַורעאַט פֿון דער נאָבעל־פּרעמיע. להיפּוך צו בראָדסקין, איז סאָלזשעניצין ניט געוואָרן קיין אייגענער אין אַמעריקע. די סיבה פֿון דעם שטעקט ניט נאָר אין דער שפּראַך, נאָר אויך אין דער אַלגעמיינער באַציִונג צו אַמעריקע. בראָדסקי איז באמת געוואָרן אַן אַמעריקאַנער; ניט סתּם באַקומען די בירגערשאַפֿט, נאָר אויפֿגענומען דעם גאַנצן אַמעריקאַנער וועלטבאַנעם. ער האָט פֿאַרנומען זײַן אייגן אָרט אין דער אינטעלעקטועלער סבֿיבֿה פֿון ניו־יאָרק, אָבער דערבײַ אָפּגעהיט זײַן אייגנאַרטיקייט.

אין אַמעריקע האָט בראָדסקי פֿאַרפֿאַסט אייניקע פֿון זײַנע בעסטע לידער אין רוסיש, אָבער באַרימט איז ער געוואָרן, אַ דאַנק זײַנע ענגלישע עסייען. דער דאָזיקער זשאַנער איז ניט זייער פּאָפּולער אין רוסלאַנד, ווײַל מען נעמט אים ניט ערנסט אויף. בראָדסקיס נײַ ענגליש קול האָט געקראָגן אַן אוניקאַלע אינטאָנאַציע און אייגנאַרטיקן חן. דערבײַ איז זײַן קוק אויף דער וועלט, אין אַ סך פּרטים, פֿאַרבליבן רוסיש. למשל, ער איז געוואָרן אויפֿגעבראַכט, ווען אוקראַיִנע האָט דעקלאַרירט אומאָפּהענגיקייט, און האָט אָנגעשריבן אַ ליד, וואָס קלינגט גאַנץ שאָוויניסטיש. אין דעם זין פֿאָלגט ער נאָך דעם מוסטער פֿון פּושקינען, וועלכער האָט ניט געוואָלט פֿאַרגינען די פּאָליאַקן זייער ווילן צו באַפֿרײַען זיך פֿון דער רוסישער מאַכט.

דער ענין פֿון בראָדסקיס ייִדישקייט ווערט באַהאַנדלט אינעם ערשטן קאַפּיטל פֿונעם בוך, וואָס באַקענט דעם לייענער מיט דעם קולטורעלן און ביאָגראַפֿישן הינטערגרונד פֿון בראָדסקיס לעבן. בראָדסקי איז געווען אַן אינדיווידואַליסט און האָט ניט ליב געהאַט צו געהערן צו עפּעס אַ גרופּע. דאָס סאַמע "ייִדישע" ליד זײַנס — "דער ייִדישער בעת־עולם לעבן לענינגראַד" — האָט ער אָנגעשריבן אינעם עלטער פֿון אַכצן יאָר, אָבער דערנאָך עס קיין מאָל ניט אײַנגעשלאָסן אין זײַנע זאַמלונגען. בראָדסקי האָט געהאַט אַ טיפֿן אינטערעס צו דעם עבֿר פֿון מיטל־אייראָפּע, און האָט געהאַלטן, אַז זײַנע וואָרצלען זײַנען אין פּוילן׃ "אַלע מײַנע אָבֿות קומען פֿון דאָרטן — פֿון בראָד — דעריבער איז מײַן משפּחה־נאָמען בראָדסקי".

בראָדסקיס ייִדישקייט איז געווען ניט קיין קולטורעלע אָדער פּאָליטישע, נאָר "אַנטראָפּאָלאָגישע", האַלט לאָסעוו. בראָדסקי האָט אַ מאָל אַ זאָג געטאָן׃ "איך בין אַ ייִד, אַ הונדערט־פּראָצענטיקער ייִד. מען קאָן ניט זײַן מער אַ ייִד, ווי איך בין." ער האָט באַשריבן זײַן באַגריף פֿון ייִדישן גלויבן ווי "אַבסאָלוטיזם"׃ "גאָט איז געוואַלט". בראָדסקי איז אַוודאי ניט געווען קיין ייִדישער נאַציאָנאַליסט און האָט ניט געהאַט קיין אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור, אָבער לויט זײַנע השׂגות ווי אויך לויט זײַן לעבנס־שטייגער איז ער, אין איינעם מיט זײַן ביאָגראַף לעוו לאָסעוו, געווען אַ טיפּישער פֿאָרשטייער פֿון אַן אייגנאַרטיקער ייִדישער עדה, וואָס הייסט לענינגראַדער ייִדישע אינטעליגענץ.