ריקאַרדאָ קאַלימאָני און זײַן בוך וועגן די ייִדן אין ווענעציע |
ריקאַרדאָ קאַלימאָני איז אַ ייִד פֿון אַלטן איטאַליענישן ייִחוס. אַמאָל־אַמאָל האָבן זײַנע אָבֿות געהאַט שטיין זייערע געצעלטן בײַ די ברעגעס פֿון דײַטשן רײַן און זיך גערופֿן קלמן. געטריבן פֿון רדיפֿות זענען זיי אַוועק קיין ווענעציע, ווײַל דאָרט, האָבן זיי געהערט, לייגט אַ ייִד לײַכטער אַ ביסן אין מויל אַרײַן. בכדי צו דערגיין די וואָרצלען פֿון זײַן שטאַם האָט דער מחבר פֿון בוך גענישטערט אין די פֿאַרשטויבטע אַרכיוון פֿון אַלטן ווענעציע, געפֿאָרשט ביכער אָן אַ שיעור, און, ווי אַ שרײַבער בחסד עליון, אונטערגעטראָגן דער וועלט, שוין נישט אַ ייִחוס־בריוו פֿון זײַן שטאַם, אלא אַ צאַפּלדיקע געשיכטע פֿון אַ ייִדישער סבֿיבֿה אויף אַ מהלך פֿון יאָרן.
ווענעציע איז הײַנט אַ ייִשובֿ פֿון אַ 600 ייִדן. מיט הונדערטער יאָרן צוריק, ווען ווענעציע איז געשטאַנען אין די פֿעדערן, איז זי געווען די הויפּטשטאָט און אַ גרויסמאַכט מיט וועלכער אייראָפּע האָט זיך גערעכנט. דעמאָלט איז זי געווען אַן עיר־ואם־בישׂראל מיט טויזנטער ייִדן און פּערזענלעכקייטן וואָס האָבן געהאַט אַ שם אין דער ייִדישער וועלט. די עלטער פֿון דער ייִדישער באַזעסנקייט אין ווענעציע, לויט די אַלטע שריפֿטשטעלער, דאַרף זײַן אַ יאָר טויזנט. לפֿי אַ גבֿית־עדות האָט הרבֿ הלל פֿון וועראָנאַ אין 1298 גערופֿן קיין ווענעציע אַ רבנים־אַסיפֿה בכדי מען זאָל אַסרן דעם רמב״ם. מען דערציילט, אַז אין ערשטן פֿערטל פֿון 14טן יאָרהונדערט האָט אין ווענעציע פּראַקטיצירט אַ גרויסער ייִדישער רופֿא. דער ערשטער דאָקומענט פֿון דער ייִדישער באַזעסנקייט אין ווענעציע איז פֿון סוף 14טן יאָרהונדערט. און דאָס בשײַכות צו דער פּעסט־מגפֿה וואָס האָט אויף ייִדן געברענגט צרות־צרורות: אין דײַטשלאַנד און אין איטאַליע אונטער דער ממשלה פֿון פּויפּסט האָט מען באַשולדיקט די ייִדן — זיי זענען די שולדיקע אין דער פּעסט־מגפֿה.
ייִדן האָבן גענומען זיך אַרומקוקן מכּוח אַ פֿרישן פּלאַץ וווּ אַוועקצולייגן דעם קאָפּ און פֿאַרדינען אַ פּרוטה אויף ברויט. מאַכט זיך, אַז גענוי צו דער זעלבער צײַט איז מדינת־ווענעציע אויף געהאַקטע צרות: איר עקאָנאָמישע מערכה, דער האַנדל, האָט צוליב דער פּעסט און מלחמות וואָס זי האָט כּסדר געפֿירט און געגרייט צו פֿירן, זי געזונקען אין דר’ערד אַרײַן. און אַז מלכות האָט גענומען רײַסן גרעסערע שטײַערן פֿון דער באַפֿעלקערונג — דאָ האָט דער האַנדל אין גאַנצן באַקומען אַ קלאַפּ. ס’איז געוואָרן אַ דוחק אין געלט: דער פּרײַז פֿון קרעדיט איז געשפּרונגען אין הימל אַרײַן... דער שפּיץ דערפֿון איז געווען, אַז דער דלות און דער צאָרן פֿון פֿאָלק זענען געוואַקסן סכּנות־נפֿשות. פֿאַרן פֿאָלקס צאָרן האָבן די מאַכטהאָבער מורא געהאַט אימת־מוות! נו, האָט מען באַשלאָסן — מען דאַרף אַרײַנלאָזן קיין ווענעציע ייִדן, די הלוואה־געבער אויף אַ משכּון. וואָס אַן אמת, זענען ייִדן דאַן נישט די איינציקע וואָס עסן דאָס ברויט. איז אָבער די מעשׂה, וואָס מיט ייִדן האָבן צו טאָן איז געווען אַ סך באַקוועמער. ייִדן קאָן מען אויפֿצווינגען צו נעמען אַ נידעריקן פּראָצענטזאַץ בײַ אַ הלוואה, פֿון ייִדן קאָן מען רײַסן גרויסע שטײַערן, באַקומען פֿון זיי מלוכה־הלוואָות, נעמען אַ הויכן פּרײַז פֿאַר וווינרעכט. און ועל־כּולם, בעת אַ צרה, האָט מען געהאַט סתּם אונטער דער האַנט אַ שׂעיר־לעזאָזל צו לענקען אויף דעם פֿאָלקס צאָרן...
אַ צייכענונג פֿון דער ייִדישער געטאָ אין ווענעציע, 1513 |
הכּלל — דער ערשטער דאָקומענט פֿון ייִדישע רעכט צו וווינען אין ווענעציע שטאַמט פֿון יאָר 1381: דער באַדינג איז געווען — זיך מפֿרנס זײַן פֿון הלוואָות. דער אויפֿהאַלט אין שטאָט איז געווען באַגרענעצט אויף צען יאָר. וואָס איז דער פּשט פֿון דער באַגרענעצונג? — בײַ אַ נײַעם אָפּמאַך זאָל מען קאָנען רײַסן אַ גרעסערן וווינפּרײַז, און העכערע שטײַערן...
ווען די שטאָט האָט שוין געציילט אַ גרעסערע צאָל מנינים ייִדן, האָבן זיי אַרײַנגעטראָגן אַ ביטע אויסצוטיילן פֿאַר ייִדן אַ באַזונדער ווינקל צו וווינען כּדי צו זײַן צוזאַמען. די שטאָט־טאַטעס זענען דערויף נישט אײַנגעגאַנגען. פּלוצטאַלבן, אין 1516 האָט מען אַרויסגעגעבן אַ גזירה — היות די ייִדן אין ווענעציע טוען זיך צו פֿיל דערלויבן, זיי בויען שילן אומלעגאַל, זיי קאָרומפּירן די מאַכט, האַלטן אָן מחזקות מיט דער קריסטלעכער באַפֿעלקערונג — אַפֿילו סעקסועלע באַציִונגען מיט גויים... איז צוליב די אַלע וויסטע חטאָים מוזן ייִדן וווינען אָפּגעזונדערט אין אַ "געטאָ" אויפֿן שטח פֿון דער אַמאָליקער שטאָל־גיסערײַ מיט אַ מראה פֿון אַ פֿעסטונג. די קריסטן האָבן דאָרט באַפֿרײַט די דירות און זיי פֿאַרדונגען די ייִדן פֿאַר אַ געהעכערט דירה־געלט מיט אַ דריטל... די טיר־און־פֿענצטער האָט מען אין די געטאָ־הײַזער פֿאַרשפּאַרט, דעם שטח אַרומגענומען מיט מויערן און געלאָזט אָפֿן בלויז צוויי טויערן וואָס אַ וואַך האָט געהיטן טאָג און נאַכט און געצאָלט האָט זי באַקומען, פֿאַרשטענדלעך, פֿון ייִדישע געלטער... מען דאַרף זאָגן, אַז די דאָזיקע גזירה איז געווען אַ מין זשעסט כּלפּי די "פֿרומע" פּרעדיקער, ווײַל זיי האָבן פֿאַרלאַנגט ייִדן אין גאַנצן מגרש צו זײַן. היות אָבער, ווי ס’האָט זיך געמאַכט אַ ביטערע צײַט, מלכות־ווענעציע האָט געהאַט אויסצושטיין פּאָליטישע און מיליטערישע צרות, און די פּרעדיקער האָבן געטענהט, אַז דאָס איז אַ שטראָף פֿון הימל פֿאַרן פּיעסטעווען די ייִדן אין לאַנד. מסכּים מיט זיי האָבן דערבײַ די פֿרומע אַדללײַט, וואָס האָבן געגעסן דאָס זעלבע ברויט וואָס ייִדן; זיי האָבן נאָר צינדזן גענומען מער ווי 50%... איז מאַכנדיק דעם חשבון, אַז די ייִדן זענען נייטיק אין לאַנד איז מלכות־ווענעציע אײַנגעגאַנגען אויף אַ פּשרה — די ייִדן האָט מען באַזעצט אין געטאָ, און זיי פֿאַרגיטיקט מיט אַ דערלויבעניש צו האַנדלען אויך מיט אַלטע מלבושים.
יאָ — אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערשוווּ האָט זיך נאָך מלכות־ווענעציע באַצויגן צו ייִדן מיט חסד. ובֿכן, האָט די שטאָט געלאָקערט ייִדן פֿון אַלע מקומות. באַלד האָבן זיך געיאַוועט די פֿאַרטריבענע ייִדן און מאַראַנען פֿון פּאָרטוגאַל און שפּאַניע וואָס האָבן אין בלוט געהאַט די סמיקאַלקע צו מיסחר און געוואָרצלט אין אינטערנאַציאָנאַלן סחורות־אויסטויש. זיי זענען געוואָרן אַ ברכה פֿאַר ווענעציע. דאָ האָט שוין דער "הייליקער פֿאָטער" געמעגט פֿײַערן — פֿאַרלאַנגט די "הערעטיקער" צו שיקן אויפֿן שײַטער־הויפֿן... ווענעציע האָט אים געהערט ווי דעם קאָטער! דעם תּלמוד, אמת, האָט מען אויפֿן סאַן מאַרקאָ־פּלאַץ פֿאַרברענט; ייִדן און מאַראַנען האָט מען נישט גערירט. פֿאַרקערט — מען האָט זיי מער נאָך מקרבֿ געווען. מופֿתים, דערציילט מען, האָט אויפֿגעטאָן דער ייִד דניאל ראָדריגאָ צו דער צײַט פֿאַרן ווענעציאַנער האַנדל וואָס איז געווען באַדראָט אויפֿן ים. ער האָט אויפֿגעשטעלט אַ יבשה־וועג צו פֿירן דעם סחורות־אויסטויש מיט טערקײַ. אין יענע צײַטן איז דאָס געווען אַ רעוואָלוציאָנערער אויפֿטו.
הקיצור, ווענעציע האָט צו ייִדן נישט דערלייגט דער באָבעס ירושה! און דאָך, ווען ס’האָבן זיך באַוויזן סימנים פֿון דעקאַדענץ, האָט מען, ווי דער שטייגער איז, גענומען אויסלאָזן דעם כּעס צו ייִדן... וואַרטן אויף דער פֿולשטענדיקער גאולה האָבן ייִדן געמוזט 155 יאָר. "אַן אינטעגראַלער טייל פֿון פֿאָלק" זענען די געטאָ־תּושבֿים געוואָרן ווען נאַפּאָלעאָנס חיילות פֿון רעוואָלוציאָנערן פֿראַנקרײַך זענען אַרײַן קיין ווענעציע. דעמאָלט האָבן ייִדן, מיט די ווענעציאַנער רעוואָלוציאָנערן בײַנאַנד, צעבראָכן די טויערן וועלכע האָבן זיי אָפּגעטיילט פֿון דער שטאָט, און אויפֿן גרויסן פּלאַץ אין געטאָ פֿאַרזייט דעם "בוים פֿון פֿרײַהייט" און אויסגעוויילט דרײַ ייִדישע פֿאָרשטייער צו דער נײַער מוניציפּאַלער שטאָט־לייטונג! דערווײַל האָבן ייִדן זיך באַנוגנט מיט אַ פֿולער געטאָ־אויטאָנאָמיע: באַלעבאַטעוועט לפֿי זייער אײַנזען, דעמאָקראַטיש געוויילט אינסטאַנצן — אײַנגעשטעלט שילן, בתּי־מדרשים, תּלמוד־תּורות, און ווי דער שטייגער בײַ ייִדן, תּרבות פֿון פֿאַרשיידענעם סאָרט. יאָ — רײַבונגען צווישן אַשכּנזים, לעוואַנטינער עדות, שפּאַנישע און פּאָרטוגעזער האָבן נישט געפֿעלט: אָבער, די צײַט און די "געמישטע" חתונות האָבן אַלץ אויסגעהיילט.
די געטאָ אין ווענעציע איז אַלע יאָרן געווען אַ צענטער פֿון אַ רירעוודיק קולטורעל לעבן וואָס האָט געלאָקערט ייִדישע מוחות פֿון אומעטום. אַפֿילו גויים האָבן צוגעלייגט אַן אויער צום רוחניותדיקן לעבן פֿון געטאָ. גלײַך אין די פֿריִע יאָרן פֿון 16טן יאָרהונדערט האָט אין ווענעציע זיך אַנטוויקלט אַ העברעיִש דרוקוועזן. צאָלרײַכע ספֿרים, מיט רײַכע אילומינירונגען פֿון רבנישן, פֿילאָסאָפֿישן און ליטעראַרישן כאַראַקטער, זענען אַוועק ווײַט איבער אייראָפּע. מען האָט דאָ געדרוקט דעם תּלמוד בבֿלי־וירושלמי, דעם תּנ"ך, סידורים מיט מחזרים, און דאָס אַלץ איז פֿון ווענעציע פֿאַרשפּרייט געוואָרן ווײַט ביז סיריע!
די געטאָ האָט פֿאַרמאָגט אַ רײַכע גאַלעריע פֿון קאָלירפֿולע פֿיגורן אין מיסחר, פֿינאַנצן, מעדיצין און קולטור. דער מחבר קאַלימאָני דערלאַנגט אונדז אַ סדרה געשטאַלטן וואָס האָבן זיך פֿאַרקריצט אין דער ייִדישער געשיכטע און באַדעקט מיט רום די געטאָ אין ווענעציע. אָט למשל, ר’ יצחק אַבראַבאַנעל, וואָס נאָכן פֿאַרלאָזן שפּאַניע און אָפּוואַנדערן יאָרן, האָט ער געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין ווענעציע און דאָ געשפּילט אַ ראָלע. אָט איז דער ייִד יוסף הנשׂיא — אַ פּרינץ בײַם סולטאַן — ער האָט באַקומען פֿון אים אַ מתּנה די שטאָט טבֿריה בכדי דאָרט אויפֿצושטעלן אַ היים פֿאַר ייִדן: גאַנץ אייראָפּע האָט זיך מיט אים גערעכנט: מיט דער פֿאַרריסענער מדינת־ווענעציע האָט ער געלערנט אַ סדרה בלק, איר געוויזן אַז אַ ייִד דאַרף מען שאַנעווען. אָט, נעמט ר’ שלמה אַשכּנזי — אָן אים וואָלט ווענעציע, נאָך דער באַרימטער שלאַכט אין לעפֿאָנטע (16טער יאָרהונדערט) מיט טערקײַ דעם שלום נישט אָפּגעשלאָסן. אָט, די שטויסנדיקע פֿיגור פֿון ר’ יהודה אַריה פֿון מאָדענאַ — דער פֿאַרטיידיקער פֿון ייִדישן קאָמפּאָזיטאָר ראָססי, אַ ייִד מיט אַן אָפֿענעם קאָפּ, אַ קריטישער בעל־שׂכל, אַ מחבר פֿון פֿיל קריטישע חיבורים, אַ טיפּישע פֿיגור פֿון רענעסאַנס. ער איז געווען רבֿ, חזן און אַ בעל־דרשן — איינער אין דער וועלט; אים זענען געקומען הערן פּרינצן! דערצו איז ער אויך געווען אַ שדכן. דער ייִד האָט געהאַט 26 פּרנסות, און פֿון אַלע גליקן איז ער געווען אַ ייִד, אַן אָרעמאַן; ווײַל אַ קאָרטן־שפּילער, אַן אַזאַרטניק, האָט ער יעדן פֿאַרדינטן גראָשן פֿאַרשפּילט אין קאָרטן... אָט, שטייט פֿאַר אונדז די דיכטערין פֿון געטאָ שׂרה קאָפּיאָ־סולאַר, זי האָט געדיכט שירים בייִדיש: זי האָט אין געטאָ געפֿירט אַ ליטעראַרישן סאַלאָן וואָס אַפֿילו קריסטלעכע גײַסט־מענטשן פֿלעגן אים באַזוכן.
אַרויסהייבן אין אַ צײַטונג־מאמר די אַלע וווּנדערלעכע געטאָ־פֿיגורן פֿון דער־אָ עיר־ואם־בישׂראל, וועלכע דער מחבר ריקאַרדאָ קאַלימאָני שילדערט אויפֿן לאַנגן וועג ביזן חורבן, איז באמת נישט מעגלעך. מילא, אַ שרײַבער איז קאַלימאָני — פֿון אַ וויסנשאַפֿטלעכער פֿאָרשונג איז ער בכּוח אַ שפּאַנענדיקן ראָמאַן אויפֿצושטעלן! ער האָט דעם ייִדישן ייִשובֿ אין ווענעציע אויפֿגעשטעלט אַ מאָנומענט. דאָרט איז מיט גאָלדענע אותיות פֿאַרקריצט דער ייִדישער "בחרת בחיים", וואָס האָט דעם ייִד אומעטום, וווּ נאָר ער האָט אַוועקגעשטעלט אַ פֿוס, געשטויסן צו דינאַמיזם און צו ציוויליזאַטאָרישע מעשׂים, פֿון וועלכע פֿעלקער — אַלע פֿעלקער — האָבן גאַנץ שיין הנאה געהאַט.
דער חורבן־אָנדענק אין דער אַמאָליקער ייִדישער געטאָ, ווענעציע |