אויף ריווערדייל עוועניו |
Credit: Edward Crimmins |
זונטיק נאָכמיטאָג, מיט צוויי וואָכן צוריק, האָב איך געהאַלטן אין מיטן וואַשן דאָס געפֿעס אין קיך, ווען פּלוצלינג האָב איך דערזען דורכן פֿענצטער ווי עס ווערט שטאַרק פֿינצטער אין דרויסן, די ביימער וויגן זיך שטאַרק, און עס הייבט אָן צו גיין אַ רעגן. לכתּחילה, איז מיר נישט געווען קיין חידוש, ווײַל דער וועטער נבֿיא האָט געהאַט פֿאָרויסגעזאָגט, אַז נאָך צוויי שטאַרק הייסע, טרוקענע וואָכן וועט, סוף־כּל־סוף, גיין אַ רעגן און אפֿשר אַ שטורעם אויך.
אָבער מיט אַ מאָל האָט אָנגעהויבן פֿאַלן אַ גאָס רעגן מיט אַזאַ כּוח, אַז ס׳האָט ממש אויסגעזען ווײַס ווי שוים. דער רעגן האָט אַלץ פֿאַרבלענדט. ווי עמעצער האָט שפּעטער געזאָגט אויף דער טעלעוויזיע־סטאַנציע NY1: "ס׳האָט אויסגעזען ווי אַ ווײַסער לײַלעך."
במשך פֿונעם 10־מינוטיקן פּליוך איז אונדזער קעלער פֿאַרפֿלייצט געוואָרן מיט מער ווי 3 אינטשעס וואַסער. ווי איך האָב שפּעטער אויסגעפֿונען, האָט דער נאַציאָנאַלער וועטער־דינסט געמאָלדן, אַז אין ריווערדייל האָט זיך אַרומגעדרייט אַ טאָרנאַדאָ פֿונעם מין EF1, מיט ווינטן וואָס האָבן דערגרייכט 100 מײַל (160 קילאָמעטער) אַ שעה.
אַ טאָרנאַדאָ איז אַ ווילד־דרייענדיקע, דעסטרוקטיווע קאָלאָנע פֿון לופֿט, וואָס ציט זיך פֿונעם שטורעם־וואָלקן ביז דער אייבערפֿלאַך פֿון דער ערד, אינעם פֿאָרעם פֿון אַ לאַנגער לייקע. בעת ער ווירבלט זיך, גלידערט ער אײַן דאָס מיסט און שטויב פֿונעם וועג, וואָס מאַכט אים במילא נאָך שטאַרקער, און מער אָנזעעוודיק.
זיבן מענטשן זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אָבער צום גליק, איז קיינער נישט אומגעקומען. לויט די נײַעס־באַריכטן זענען איבער 160 ביימער צעשטערט געוואָרן. אַ סך פֿון די ביימער זענען אַראָפּגעפאַלן אויף די דעכער פֿון הײַזער, און צעקוועטשט צענדליקער אויטאָס. און צוליב די אַראָפּגעפֿאַלענע עלעקטרישע סלופּן האָבן בערך 4,200 מענטשן — נישט בלויז אין ריווערדייל, נאָר אינעם גאַנצן ראַיאָן — פֿאַרלוירן די עלעקטריע ביזן צווייטן אינדערפֿרי.
דער וועטער־דינסט האָט דערקלערט, אַז דער טאָרנאַדאָ האָט זיך אָנגעהויבן פֿונעם ייִדישן מושבֿ־זקנים, די "היברו האָום", אויף 261סטער גאַס און פּאַליסייד עוועניו, נאָענט צום האָדסאָן־טײַך, און זיך געדרייט אויף דרום, און דערנאָך אויף מיזרח, ביז ער האָט דערגרייכט די 254סטע גאַס און ריווערדייל עוועניו.
אויפֿן וועג האָט ער גאַנצע ביימער — נישט קיין קוסטעס, נאָר אַלטע, גרויסע דעמבעס און קליאָנען — ממש אַרויסגעריסן מיט די וואָרצלען, און איבערגעקערט עלעקטרישע סלופּן.
די "היברו האָום" האָט טאַקע געליטן אַ גרויסן היזק — בערך 1 מיליאָן דאָלאַר, האָט דער פּירסום־דירעקטאָר פֿון דער אינסטיטוציע, דייוויד פּאָמעראַנץ, געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס".
"ס׳איז אַ נס, וואָס קיינער פֿון די אײַנוווינער אָדער אַרבעטער איז נישט ערנסט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן," האָט פּאָמעראַנץ באַמערקט. דער טאָרנאַדאָ האָט אָבער יאָ צעשטערט צווישן 40 און 50 ביימער פֿון דער "היברו האָום", ווי אויך אַלע דרויסנדיקע טישן און בענקלעך, און די שויבן פֿון עטלעכע פֿענצטער.
ווי עס זעט אויס... אַ טאָרנאַדאָ אין קאָסטאַ־באַלענאַ, שפּאַניע, אַפּריל 2010 |
"מיר ווילן וואָס גיכער קויפֿן נײַע מעבל, ווײַל אונדזערע אײַנוווינער האָבן ליב צו זיצן אין דרויסן בײַם טײַך, ספּעציעל מיט זייערע געסט," האָט ער צוגעגעבן. "און מיר ווילן זיי צופֿרידנשטעלן, ווײַל ווער ווייסט אויב בײַ אַ טייל פֿון זיי וועט דאָס אפֿשר זײַן זייער לעצטער זומער?"
קלער קאַנאַרעק, אַ פֿרוי פֿון 83 יאָר, וועלכע וווינט אין אַ בנין אויף 256סטער גאַס, איז געווען איינע פֿון די מענטשן, וועלכע האָבן טאַקע געזען די ווירבלענדיקע קאָלאָנע. "איך וווין אויפֿן דריטן שטאָק, און מײַן טאָכטער וווינט אויפֿן זעקסטן," האָט פֿרוי קאַנאַרעק דערציילט דעם "פֿאָרווערטס". ווען כ׳האָב דערזען ווי פֿינצטער עס ווערט און ווי עס גיסט אַזוי שטאַרק, האָט זי מיר אָנגעקלונגען און פֿאָרגעלייגט, אַז איך זאָל נישט בלײַבן אונטן אַליין."
אָבער איידער פֿרוי קאַנאַרעק האָט געקאָנט אַרויפֿגיין צו דער טאָכטער, האָט זי דורך אירע צווילינג־פֿענצטער אויף דער צפֿון־וואַנט, פּלוצלינג דערזען עפּעס אויסטערלישס. "אַ גרויסע ווײַסע זאַך, דער קאָליר פֿון מילעך, פֿול מיט שטיקלעך מיסט, האָט מיט אַ טומל זיך געווירבלט פֿאַר מײַן פֿענצטער. כ׳בין געבליבן שטיין אַ פֿאַרפֿרוירענע, ווײַל כ׳האָב נאָך אין מײַן לעבן נישט געזען אַזאַ זאַך. כ׳האָב דערהערט ווי ס׳גיט אַ קלאַפּ אין דער ציגלנער וואַנט און אין די פֿײַערטרעפּ בײַ מײַן פֿענצטער. און מיט אַמאָל איז עס אַוועק, אַזוי גיך ווי ס׳איז געקומען."
צום גליק, האָבן די שויבן פֿונעם פֿענצטער זיך נישט צעבראָכן, האָט פֿרוי קאַנאַרעק צוגעגעבן. בלויז די נעץ האָט זיך אַראָפּגערוקט אויף עטלעכע אינטשעס.
די ניו־יאָרקער צײַטונג "דיילי ניוס" האָט איבערגעגעבן וועגן די איבערלעבונגען פֿון אַנדערע ריווערדייל־תּושבֿים. איין 42־יאָריקער מאַן, גלען שיקאָראַ, וועלכער וווינט לעבן דער אונטערבאַן נומער 1 האָט געהערט אַ ברומען, און געמיינט, אַז ס׳איז אַ טומלדיקע באַן.
אַ צווייטער, אַלבערט פֿײַנסאַנד, 64 יאָר, איז געשטאַנען לעבן זײַן הויז, ווען אַ פֿליִענדיקער מיסט־קאַסטן האָט אים שיִער נישט געטראָפֿן אין קאָפּ אַרײַן. ער איז אַרײַנגעלאָפֿן אין הויז, אָבער די פֿענצטער זענען באַלד אײַנגעבראָכן געוואָרן פֿון די פֿליִענדיקע צווײַגן. "כ׳האָב געהערט ווי גלאָז צעברעכט זיך און ביימער צעשפּאַלטן זיך ," האָט פֿײַנסאַנד דערקלערט. "ס׳האָט געקלונגען אַזוי ווי אינעם פֿילם Twister [אַ פּאָפּולערער שפּאַנונג־פֿילם וועגן אַ טאָרנאַדאָ]. כ׳בין אַרײַנגעלאָפֿן אין וואַשצימער און געוואַרט, ביז ס׳האָט זיך אײַנגעשטילט. כ׳האָב זיך גוט איבערגעשראָקן."
דעם צווייטן טאָג האָב איך שפּאַצירט איבער די גאַסן און דערזען אומעטום די געפֿאַלענע ביימער, צווײַגן און עלעקטרישע סלופּעס, ממש ווי נאָך אַ לופֿט־אַטאַק. פּאַזע ריווערדייל עוועניו האָט אַ גאַנצע ריי נאָך־שטייענדיקע ביימער זיך געבויגן אין דער זעלבער ריכטונג, ווי אונטערגעטריבענע הויקערס — אַ פּנים, אויסגעבויגן אויף אייביק פֿון די שטאַרקע טאָרנאַדאָ־ווינטן. עטלעכע פֿון זיי האָבן זיך געבויגן אַזוי נאָענט צו דער ערד, אַז כ׳האָב פּשוט מורא געהאַט צו גיין אונטער זיי.
און אָט, בײַם אַרײַנגאַנג צום שאָסיי, וווּ ס׳איז פֿריִער געשטאַנען אַ גאַנצע משפּחה פֿון גרויסע שאָטנדיקע ביימער, ליגן זיי אַלע איצט אויפֿן גראָז ווי דערשאָסענע סאָלדאַטן. אָבער נישט געקוקט אויפֿן פֿאַרלוסט פֿון די שיינע ביימער, דאַרף מען פֿאָרט בענטשן גומל, וואָס ס׳האָט זיך נישט אויסגעלאָזט נאָך ערגער...