װיסנשאַפֿט, טשיקאַװעס
פֿון יואל מאַטוועיעוו (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די וויסנשאַפֿטלעכע קאָמפּיוטער־שפּילערײַ "
Foldit", 
וואָס העלפֿט צו פֿאַרשטיין די סטרוקטור פֿון ווײַסלשטאָפֿן

די קאָמפּיוטער־שפּילערײַען זענען הײַנט ברייט פֿאַרשפּרייט אין דער וועלט, און זענען פּאָפּולער צווישן קינדער און דערוואַקסענע. גענוג מענטשן פּטרן אויף זיי אַ גרויסן טייל פֿון זייער צײַט און ענערגיע. אין עקסטרעמע פֿאַלן, ווערן די סאַמע פֿאַרביסענע "גיימערס" אַזוי שטאַרק אַרײַנגעצויגן אין דער שפּיל און צוגעבונדן צו דעם קאָמפּיוטער, אַז זיי פֿאַרגעסן וועגן אַרבעט און דעם פּערזענלעכן לעבן. אַזאַ "ווירטועלע נאַרקאָמאַניע" קאָן ברענגען צו אַ גט און אַרבעטלאָזיקייט.