די וויסנשאַפֿטלעכע קאָמפּיוטער־שפּילערײַ " Foldit", וואָס העלפֿט צו פֿאַרשטיין די סטרוקטור פֿון ווײַסלשטאָפֿן |
די קאָמפּיוטער־שפּילערײַען זענען הײַנט ברייט פֿאַרשפּרייט אין דער וועלט, און זענען פּאָפּולער צווישן קינדער און דערוואַקסענע. גענוג מענטשן פּטרן אויף זיי אַ גרויסן טייל פֿון זייער צײַט און ענערגיע. אין עקסטרעמע פֿאַלן, ווערן די סאַמע פֿאַרביסענע "גיימערס" אַזוי שטאַרק אַרײַנגעצויגן אין דער שפּיל און צוגעבונדן צו דעם קאָמפּיוטער, אַז זיי פֿאַרגעסן וועגן אַרבעט און דעם פּערזענלעכן לעבן. אַזאַ "ווירטועלע נאַרקאָמאַניע" קאָן ברענגען צו אַ גט און אַרבעטלאָזיקייט.
די מענער און ווײַבער, וואָס פֿילן זיך עלנט צוליב דעם, וואָס זייערע באַשערטע פֿאַרגעסן אין זיי און זענען באַשעפֿטיקט די גאַנצע צײַט, שפּילנדיק בײַ דעם עקראַן פֿון אַ מאַשין, ווערן אָנגערופֿן "קאָמפּיוטער־אַלמנות" און "אַלמנס". אין אַ פּאָר טראַגישע פֿאַלן, האָבן די סאַמע פֿאַרביסענע "גיימערס" זיך גענומען אַפֿילו דאָס לעבן און טאַקע איבערגעלאָזט אַלמנות, אינעם בוכשטעבלעכן זין פֿון וואָרט.
אַ צען־יעריק ייִנגל אין מאָסקווע איז אַרויסגעשפּרונגען פֿונעם פֿענצטער אויפֿן 19טן שטאָק, ווען זײַנע עלטערן האָבן אים פֿאַרווערט צו שפּילן אויפֿן קאָמפּיוטער, צוליב שלעכטע אָפּשאַצונגען אין דער שול. אַ 30־יעריקער כינעזישער מאַן האָט געשפּילט דרײַ מעת־לעת אָן אויפֿהער אין אַן אינטערנעץ־קאַפֿע, און צום סוף געשטאָרבן פֿון אויסגעצערטקייט.
מיט עטלעכע יאָר צוריק איז אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן געגרינדעט געוואָרן אַ גאַנצע ספּעציעלע אָרגאַניזאַציע, מיטן נאָמען "אינטערנעץ־שפּילער אַנאָנים", וואָס העלפֿט "אָפּצורײַסן" די פֿאַרביסענע שפּילער פֿונעם עקראַן דורך דעם זעלבן פּאָפּולערן מעטאָד פֿון "צוועלף טריט", וואָס ווערט אויסגענוצט ווי אַ רפֿואה קעגן נאַרקאָמאַניע און אַלקאָהאָליזם. די פֿרײַוויליקע טוער פֿון דער דאָזיקער גרופּע האָבן איבערגעגעבן, אַז זיי קריגן בערך 500 בקשות אַ טאָג פֿון מענטשן, וואָס נייטיקן זיך אין זייער הילף. די אינטערנעץ־שפּילערײַען זענען באַזונדערס צוציִעוודיק, ווײַל מע שפּילט מיט רעאַלע מענטשן פֿון אַרום דער וועלט, און נישט בלויז מיט אַ מאַשין. אויף אַ צאָל וועבזײַטן קאָן מען געפֿינען גאַנצע רשימות פֿון פּראָגראַמען, וואָס האָבן אַ רעפּוטאַציע פֿון "ווירטועלע נאַרקאָטיקן".
הגם די אויבן־דערמאָנטע שרעקלעכע מעשׂיות זענען, פֿאַרשטייט זיך, גאָר זעלטענע ווילדע פֿאַלן, ווײַזן זיי קלאָר, אַז דאָס שפּילן אויפֿן קאָמפּיוטער פֿאַרנעמען אַלע אינטעלעקטועלע און עמאָציאָנעלע כּוחות פֿונעם מענטש — צומאָל אַפֿילו מער, ווי די אַקטועלע אויפֿגאַבעס פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן. אַזוי ווי אַלע מעכטיקע פּסיכאָלאָגישע מיטלען, וואָס קאָנען דינען פֿאַר אַ גוטן צוועק, אויב מע כאַפּט נישט איבער די מאָס, זענען די קאָמפּיוטער־שפּילערײַען אָפֿט זייער נוצלעך. למשל, פֿאַרשיידענע שפּילעוודיקע פּראָגראַמען ווערן הײַנט כּסדר באַנוצט ווי עפֿעקטיווע בילדונג־מיטלען פֿאַר קינדער און סטודענטן, און ברענגען צומאָל אַ בעסערן רעזולטאַט, ווי די לימודים מיט אַ לערער.
אינעם לעצטן נומער פֿונעם וויסנשאַפֿטלעכן זשורנאַל "נאַטור" איז פּובליקירט געוואָרן אַן אַרטיקל וועגן אַן אינטערעסאַנטן עקספּערימענט מיט אַ ספּעציעלער קאָמפּיוטער־שפּיל, געשאַפֿן בשותּפֿות דורך דער קאָמפּיוטערײַ־ און ביאָכעמישער אָפּטיילונג פֿונעם וואַשינגטאָנער אוניווערסיטעט. אַחוץ דער געוויינטלעכער רשימה פֿון די באַטייליקטע וויסנשאַפֿטלער, באַדאַנקען די מחברים מער ווי 57 טויזנט קאָמפּיוטער־שפּילער, וועלכע האָבן זיי געהאָלפֿן אין זייער פֿאָרשונג.
די מאָלעקולן פֿון ווײַסלשטאָף (פּראָטעיִן) שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ לאַנגע קייט כעמיש־פֿאַרבונדענע אַמינאָ־זויערס, וואָס וויקלט זיך צונויף אין אַ קאָמפּליצירטער דרײַ־דימענסיאָנעלער סטרוקטור. כּדי צו פֿאַרשטיין ווי געהעריק די פֿונקציעס, וואָס פֿאַרשיידענע מינים ווײַסלשטאָף פֿירן אויס און ווי אַזוי זיי ווירקן איינער אויף דעם צווייטן, מוז מען וויסן זייער אינערלעכע סטרוקטור. אַזעלכע פֿאָרשונגען זענען קריטיש וויכטיק אין מעדיצין און פֿאַרמאַקאָלאָגיע. זיי העלפֿן צו שאַפֿן נײַע רפֿואות און צו באַקומען אַ בעסערע ידיעה וועגן די פּראָצעסן, וואָס קומען פֿאָר אינעם מענטשלעכן אָרגאַניזם.
דערווײַל האָט מען באַשטימט די סטרוקטור פֿון אַ קליינער צאָל פּראָטעיִנען מיט דער הילף פֿון רענטגען־קריסטאַלאָגראַפֿיע. דאָס איז, אָבער, זייער אַ טײַערער, שווערער און פּאַמעלעכער מעטאָד. מע קאָן אויך פֿאָרויסזאָגן די סטרוקטור מיט אַ קאָמפּיוטער־אַלגאָריטם, לויט געוויסע גענוג פּשוטע כּללים, ווי אַ מין "פּאַזל"; דאָס פֿאָדערט, אָבער, אויך אַ סך צײַט און רעסורסן. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט דער וואַשינגטאָנער אוניווערסיטעט צוגעטראַכט אַ המצאה: זיי האָבן פֿאַרשפּרייט אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַם, מיטן נאָמען ״Rosetta@home״,וואָס באַשעפֿטיקט אַ סך היים־קאָמפּיוטערס אין אַ בשותּפֿותדיקער פֿאָרשונג; די פּראָגראַם צינדט זיך אָן, ווען קיינער נוצט נישט דעם קאָמפּיוטער, און ווײַזט דעם רעזולטאַט פֿון די חשבונות ווי אַ "סקרין־סייווער".
די מענטשן, וואָס האָבן אינסטאַלירט די פּראָגראַם און זיך באַטייליקט אינעם פּראָיעקט, האָבן באַמערקט, אַז זיי וואָלטן געקאָנט צונויפֿבינדן די פֿראַגמענטן פֿון דער מאָלעקול, וואָס זיי זעען אויפֿן עקראַן, בעסער ווי דער קאָמפּיוטער. די שאַפֿער פֿון "Rosetta@home" האָבן באַקומען אַ צאָל בריוו מיט בקשות צו שאַפֿן אַן אינטעראַקטיווע פּראָגראַם, כּדי די באַנוצער זאָלן קאָנען אַליין לייזן די רעטענישן פֿון דער פּראָטעיִן־סטרוקטור, ווי אין אַ שפּיל.
מיט צוויי יאָר צוריק איז אַרויס די ערשטע ווערסיע פֿון דער נײַער פּראָגראַם, וואָס הייסט "Foldit", און וואָס מע קאָן קריגן בחינם אָט־דאָ:
דער עקספּערימענט האָט געוויזן, אַז די ערשטע סטאַדיעס פֿונעם חשבון האָט בעסער דורכגעפֿירט דער אויטאָמאַטישער קאָמפּיוטער־אַלגאָריטם. די שפּילער האָבן אָבער אַרויסגעוויזן אַ בעסערן רעזולטאַט אין מער קאָמפּליצירטע פֿאַלן, וווּ מע האָט געדאַרפֿט אָננעמען ראַדיקאַלע, דרייסטע און סטראַטעגיש־דורכגעטראַכטע באַשלוסן, כּדי צו געבן אַן אומדערוואַרטן "דריי", וואָס דערמעגלעכט צונויפֿצולייגן די מאָלעקול אויף אַ מער ריכטיקן אופֿן, נעענטער צו דעם, ווי דער נאַטירלעכער פּראָטעיִן זעט אויס.
די פֿאָרשער קלײַבטן זיך אײַנצושליסן די סטראַטעגיעס, וואָס די שפּילער האָבן אַנטדעקט, אין דער נײַער ווערסיע פֿון די אויטאָמאַטישע פּראָגראַמען. מע האָפֿט, אַז די אַנטוויקלונג פֿון אַזעלכע גאָר ניצלעכע וויסנשאַפֿטלעכע שפּילערײַען וועט העלפֿן צו קאָנסטרויִרן נײַע מינים פּראָטעיִן, כּדי צו באַקעמפֿן אַזעלכע קראַנקייטן, ווי דער אַלצהײַמער־סינדראָם און ראַק, און צו געפֿינען אַ וואַקצין קעגן "HIV" און מאַלאַריע. עס קאָן זײַן, אַז די סאַמע סכּנותדיקע מחלות, וואָס לאָזן זיך נישט דערווײַל אויסגעהיילט צו ווערן, וועט מען סוף־כּל־סוף באַקעמפֿן מיט דער הילף פֿון קאָמפּיוטער־שפּילערײַ.
סעט קופּער, אַ קאָמפּיוטערײַ־אַספּיראַנט פֿונעם וואַשינגטאָנער אוניווערסיטעט און דער הויפּט־מחבר פֿונעם אַרטיקל אינעם זשורנאַל, האָט דערקלערט, אַז אויף אַזאַ שפּילעוודיקן אופֿן קאָן מען פֿאַרנעמען מער מענטשן אין ערנסטע פֿאָרשונגען; אַפֿילו די, וואָס ווייסן גאָרנישט וועגן ביאָכעמיע. יעדער, וואָס האָט אַ לײַדנשאַפֿט צו קאָמפּיוטער־שפּילערײַען און אינטערעסירט זיך מיט וויסנשאַפֿט, קאָן ווערן אַ שטיקל פֿאָרשער.
דער אַרטיקל באַטאָנט, אַז אַזאַ חידושדיקער צוגאַנג קאָן אויך אויסגענוצט ווערן אין אַנדערע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט — למשל, אַסטראָנאָמיע.די וויסנשאַפֿטלעכע קאָמפּיוטער־שפּילערײַ ״Foldit״, וואָס העלפֿט צו פֿאַרשטיין די סטרוקטור פֿון ווײַסלשטאָפֿן