ישׂראל, ליטעראַטור
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַהרן אַפּלפֿעלד
אַהרן אַפּלפֿעלד
Credit: Frederic Brenner

דער שרײַבער אַהרן אַפּלפֿעלד

איך מוז זיך מודה זײַן, אַז איך בין אַ קנאַפּע לייענערין פֿון העברעיִשע ליטעראַטן. זינט מיר זײַנען אַוועק פֿון ישׂראל זײַנען שוין פֿאַרלאָפֿן אַ דרײַסיק יערעלעך. איז דערווײַל האָט מײַן העברעיִש גענומען זשאַווערן און מײַן עבֿרית האָט גענומען גיין איבער די הײַזער און בעטלען "ווי זאָגט מען?.." אָבער מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָב איך אויפֿגעהויבן אַ ביכל אין "אַרבעטער־רינג"־ביכער־קראָם, וואָס האָט געהייסן "מיר זײַנען אַלע נאָענט" — אינטערוויוען און שמועסן מיט אַכצן העברעיִשע שריפֿטשטעלער און פּאָעטן, צווישן זיי מחברים און מחברטעס. אַרויסגעגעבן האָט דאָס בוך זייער אַ פֿעיִקער שרײַבער, אינטערוויואַנט און מיטשמועסער — חיים טשערטאָק.

אָנגעהויבן האָט ער זײַנע שמועסן מיט די העברעיִשע מחברים נאָך אין 1983 און פֿאַרענדיקט האָט ער אין 1988. ער שטעלט זיך אָפּ, דער עיקר, אויף אַזעלכע טעמעס ווי: ישׂראלס ליטעראַרישע סבֿיבֿה, הײַנטצײַטיקער ציוניזם, די באַציִונג צום גלות, דער חורבן און ישׂראלס פֿרײַדענקערישע און רעליגיעזע פּנימער. ער הייבט אָן מיטן גאָר, גאָר אַ געהויבענעם און שעפֿערישן שרײַבער — אַהרן אַפּלפֿעלד, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין טשערנאָוויץ, בוקאָווינע. קיין פֿאָרמעלע דערציִונג האָט ער נישט באַקומען, געקומען קיין פּאַלעסטינע נאָכן חורבן צו דרײַצן יאָר; אָן באַגאַזש, אָן אַ משפּחה, אָן אַ דערציִונג, גאָלע נאַקעט און באָרוועס. אָפּגעאַרבעט אַ שטיקל צײַט אויף אַ מושבֿ, בײַ ערדאַרבעט. זעקס שעה אַ טאָג האָט ער געאַרבעט און צוויי שעה אַ טאָג האָט ער זיך געלערנט עבֿרית. נאָך אָנדערטהאַלבן יאָר האָט מען אים מאָביליזירט. נאָכן אָפּדינען צוויי און אַ האַלב יאָר אין דער ישׂראלדיקער אַרמיי, איז ער אַרײַן אין ירושלימער אוניווערסיטעט, און זיך אָפּגעגעבן מיט ייִדישער ליטעראַטור. נאָך אַלעמען איז ייִדיש געווען פֿאַר אים משפּחה, אייגנס. אין מיטן דערינען האָט ער באַשלאָסן צו וווינען אין מאה־שערים. דאָרט האָט ער זיך נאָך מער דערנענטערט צו ייִדיש און צום חומש. דער עיקר האָט ער זיך אַרומגערינגלט מיט ייִדן וואָס האָבן זיך נישט געהאַסט און נישט געווען קיין אייגענע שׂונאים. אַכט יאָר נאָך אַנאַנד האָט ער זיך אָפּגעגעבן ערנסט מיט ייִדיש אין ירושלימער אוניווערסיטעט. דאָס האָט אַרויסגערופֿן אין אים אַן אינערלעכן איבערבראָך. ער האָט אין זיך דערשטיקט די יאָרן פֿונעם חורבן, און דאָ איז ער געקומען פּנים־אל־פּנים מיטן סאַמאָראָדנעם ישׂראלי. ער רעדט וועגן אים ווי ייִדן האָבן אַמאָל געשילדערט די שקצים. דער סאַברע איז אַ מין בלאָנדער טיפּ, אַ שפּאָגל נײַער ייִד. שואה (חורבן) איז געווען אַ מיאוס וואָרט צו דערמאָנען. ער האָט דערמאָנט פֿון שאַנדע, פֿון לעמער וואָס מען האָט געפֿירט צו דער שחיטה. מיט איין וואָרט, די לעבן־געבליבענע זײַנען שטילערהייט געוואָרן באַשולדיקט, און זיי אַלע האָבן געפֿילט די שאַנדע פֿונעם חורבן אויף די אייגענע פּלייצעס.

די קולטור־אַטמאָספֿער האָט אַזוי אָנגעהאַלטן ביז דעם אײַכמאַן־פּראָצעס. ערשט דעמאָלט האָט מען גענומען רעדן וועגן דעם חורבן ווי אַ לעגיטימע טעמע. אַפּלפֿעלד דערציילט, אַז אין יענע צײַטן זײַנען געווען אַ הײַפֿל ייִדן אין לאַנד. ער אַליין איז דערצויגן געוואָרן אין אַן אַסימילירט הויז. דער חורבן האָט אים ערשט ווידער געאייניקט מיט דער עכטער ייִדישקייט, וואָס האָט געטליִעט אין אים סײַ ווי סײַ. זײַנע דרײַ יאָר אין די געטאָס און לאַגערן האָבן געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין זײַן געדעכעניש. ער זאָגט:

"איך טראָג נישט קיין קאַפּעלע אויפֿן קאָפּ, אָבער איך פֿיל זיך ווי אַ פֿרומער ייִד. פֿאַר מיר איז די ייִדישע קולטור, אָן אמונה, נישט גילטיק. קיבוצניקעס־ציוניסטן האָבן אַוועקגעוואָרפֿן די עכטע ייִדישקייט די ערשטע יאָרן פֿון אונדזער עקזיסטענץ. געווען ייִדן פֿאַר וועלכע רעדן העברעיִש גופֿא איז געווען אַן אויסדרוק פֿון פֿרומקייט. און לאָמיר זיך נישט נאַרן, קאָמוניזם האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ פֿאַרקרימונג און פֿאַרקריפּלונג פֿון משיחיזם. פֿאַראַן ייִדן וואָס וווינען דאָ אין לאַנד און פֿילן זיך צווישן די ייִדן — אין גלות. איך האָב אָנגעהויבן שרײַבן אויף צו דערגיין דעם תּמצית וועגן זיך אַליין, און איך מוז צוגעבן, אַז דאָס שרײַבן האָט מיך געראַטעוועט."

אַפּלפֿעלד האָט חתונה געהאַט אין ישׂראל, געוואָרן אַ טאַטע פֿון דרײַ קינדער. די צוויי עלטערע זין גרייטן זיך שוין מאָביליזירט צו ווערן אין דער אַרמיי, דער ייִנגסטער זון איז אַ באַגאַבטער פֿידלער.

וועגן אַמעריקע האָט אַפּלפֿעלד אויך אַ מיינונג. ער זאָגט, אַז אַמעריקע איז זייער אַ טרויעריק אָרט, און בעת ער האָט געלערנט אין האַרוואַרד־ און בראַנדײַס־אוניווערסיטעטן, האָט ער זיך אָנגעשטויסן אין אַ טייל פֿונעם פֿאַקולטעט — ייִדישע פּראָפֿעסאָרן. זייער לעבן האָט נישט געהאַט קיין ייִדישע צוקונפֿט. ער האָט אויך באַגעגנט פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדן, אַבסורדע ייִדן וועלכע האָבן זיך אַרומגעטראָגן מיט אַבסורדע טענות, ווי: "עס איז פֿאַראַן מער האָפֿענונג פֿאַר ייִדן אין אַמעריקע ווי אין ישׂראל, און אַז ס’איז עפּעס פֿאַראַן פּאָזיטיווס אין געמישטע חתונות."

ער גיט אָבער צו, אַז הײַנט־צו־טאָג איז ישׂראל אַ צעטומלט לאַנד. עס פֿעלט נישט די וווּלגאַרע גאַס, וואָס עס פֿעלט — איז פֿירערשאַפֿט. אַפּלפֿעלד איז דאָ אין איבערזעצונג אויף ענגליש, און די קריטיקער האַלטן גאָר שטאַרק פֿון זײַנע ווערק. מיט אַ מאָל האָט זיך אַהרן אַפּלפֿעלד אויפֿגעכאַפּט און אַ זאָג געטאָן צו זײַן מיטשמועסער און אינטערוויויִרער:

"האָט איר געזען דאָס אַרטיקעלע פֿון רות ווײַס אין דער אויגוסט־אויסגאַבע פֿון 'קאַמענטערי?’ זי האָט באמת געזאָגט דאָרט אַ פּאָר שוידערלעכע זאַכן וועגן מיר. זי האָט געזאָגט אַז מײַן שרײַבן איז פֿול מיט זעלבסט־האַס און האַס צו ייִדן. איך האָב זיך קוים געגלייבט מײַנע אויגן און אויערן ווען איך האָב דאָס איבערגעלייענט. זי גיט נאָך צו, אַז איך שאַץ אָפּ די קדושים לגנאַי, אַז איך מאַך צו קליינגעלט די אומגעקומענע קרבנות. איר הערט, די קרבנות. אַ נידערטרעכטיק אַרטיקעלע."

איך אַליין בין שאָקירט פֿון די רייד פֿון אַזאַ פֿעיִקער און שעפֿערישער פּראָפֿעסאָרשע אין האַרוואַרדער אוניווערסיטעט, אַליין אַ מחברטע פֿון אַ שלל ביכער און אַרטיקעלעך. זעט אויס, אַז די פּאָזיטיווע קריטיק פֿון אַ שלל ליטעראַטור־קריטיקער אין דער וועלט האָבן אַפּלפֿעלדן טאַקע געזאַלבט און דערהויבן זײַן ווירדע. אָבער רות ווײַסעס קריטיק שטעקט אים ווי אַ קלין אין האַלדז, ווי אַ קויל זאָל האָבן אים ראַנירט זײַן גאַנצע שרײַבערישע פּאָזיטיווקייט.

בײַ אונדז ייִדן איז עס נישט קיין נײַעס. מ׳דערהייבט און מ׳דערנידעריקט, מ׳אַפּלאָדירט און מ׳רײַסט שטיקער. דאָס איז אַ ייִדישע טבֿע. כ׳ווייס נישט צי דאָס קומט פֿון קינאת־סופֿרים, אָדער גלאַט שׂינאה צו יענעמס דערפֿאָלג.

אין די נײַצן־צוואַנציקער און דרײַסיקער יאָרן פֿונעם אָפּגעלאָפֿענעם יאָרהונדערט, ווען עס איז געווען אין אַמעריקע אַן איבערפֿלוס פֿון ייִדישע שרײַבער, זשורנאַליסטן, פּאָעטן און אַקטיאָרן, דראַמאַטורגן און קריטיקער, האָט מען דאָך געריסן פּאַסן איינער פֿונעם אַנדערן, וויסנדיק גאַנץ גוט אַז יענער באָדט זיך אין טאַלאַנט, שעפֿערישקייט און פֿעיִקייט. מאַלי פּיקאָן האָט געדאַרפֿט פֿאָרן קיין אייראָפּע, כּדי צוריקצוקומען אַ "סטאַר," אַ שטערן. אידאַ קאַמינסקאַ האָט דאָ נישט געפֿונען קיין אָרט פֿאַר זיך, מען האָט זי נישט אָפּגעשאַצט. שוין אָפּגערעדט פֿון די אַקטיאָרן מיט זייער "היברו עקטאָרס יוניאָן," וועלכע האָבן בראַקירט יוסף בולאָפֿן, פּסחקע בורשטיינען, און אַ שלל פֿון יונגע טאַלאַנטירטע שוישפּילער. ערשטנס, ווײַל זיי האָבן געציטערט אַז זיי וועלן פֿאַרלירן זייער חיונה. אַב כּהן, דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", האָט נישט באַוויליקט צו האָבן שלום־עליכמען אין זײַן צײַטונג; פֿאַר אים איז ער נישט געווען רעלעוואַנט. און אַזוי איז עס געגאַנגען. און אַזוי ווי מדינת־ישׂראל איז אַ לאַנד פֿון אַ קליינעם פֿאַרנעם און אַ קורצן שטח, רײַסט מען זיך אויך בײַ די קעפּ — פּאָליטיש, עקאָנאָמיש, אידעאָלאָגיש, טעאָלאָגיש, דראַמאַטורגיש און שעפֿעריש. ווײַל אַזוי איז געווען, עס איז און עס וועט זײַן אונדזער גורל. אַז מען האָט נישט קיין גויים וואָס זאָלן מאַכן פֿון אונדז קרעפּל־פֿלייש, פֿעלט עס אונדז אויס, דזשאָבעט מען זיך. דער עיקר, מען פֿאַרגינט נישט יענעם דאָס לעבן. אפֿשר האָט עס אונדז געהאָלפֿן אין אונדזער מאַרשרוט דורכן גלות? כ׳ווייס נישט. איך ווייס נאָר איין זאַך. משה רבינו האָט זיך אויך געהרגעט מיט זײַנע מיטשלעפּער, און ער איז אויך נישט אָנגעקומען אינעם הייליקן לאַנד, ארץ־ישׂראל.