|
גענעראַל אַריאל שרון (אין מיטן) מיטן שוץ־מיניסטער משה דיין (לינקס), בעת דער
יום־כּיפּור־מלחמה, אָקטאָבער 1973, אויפֿן מערבֿ־ברעג פֿונעם סועץ־קאַנאַל אין עגיפּטן |
Credit: Getty Images |
איך מיין נישט דאָ צו פֿאַרגלײַכן די צוויי ישׂראלדיקע פּאָליטיקער, וואָס יעדער איינער פֿון זיי איז פֿון אַן אַנדערן "שניט" און אויך פֿון אַן אַנדערן אָפּשניט אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל; און אין דער פּאָליטישער קאָנסטעלאַציע פֿון דעם ישׂראלדיקן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן.
אָבער ביידע האָבן זיי אַרויפֿגעלייגט זייער שטעמפּל אויף דער געשיכטע פֿון דער ישׂראלדיקער מלוכישקייט. משה דיין, ווי דער גיבור פֿון דעם זעקס־טאָגיקן נצחון פֿון דער יונגער מדינה, און דער פֿאָטער פֿון דער אַזוי־גערופֿענער "קאָנצעפּציע"; ביבי נתניהו, ווי דער גיבור פֿון דעם גרעסטן פּאָליטישן פּלאָנטער אין דער געשיכטע און מײַסטער פֿון דעם כּישוף פֿון אויפֿעסן דעם קוכן און לאָזן אים גאַנץ.
די "קאָנצעפּציע", וואָס האָט אין ישׂראל באַקומען אַ לאָקאַלע קאָנאָטאַציע און איז געוואָרן דער לייט מאָטיוו אין דער פּאָליטיק פֿון ישׂראל צווישן דעם נצחון פֿון דער זעקס־טאָגיקער מלחמה און דעם דורכפֿאַל פֿון דער יום־כּיפּור־מלחמה (כאָטש זי האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ מיליטערישן נצחון, אָבער איר פּאָליטישער דורכפֿאַל האָט דערמעגלעכט דעם שלום מיט עגיפּטן) — האָט זיך אויסגעדריקט אין משה דיינס לאָזונג, אַז "בעסער שאַרם־אַ-שעך אָן אַ שלום, איידער אַ שלום אָן שאַרם־אַ-שעך". שאַרם־אַ־שעך, וואָס איז אין יענע יאָרן געווען די ראָמאַנטישע אַטראַקציע פֿון דער ישׂראלדיקער טוריסטיק, איז שוין פֿון לאַנג געוואָרן אַ טרעף־פּונקט פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענצן און מערערע געשפּרעכן אָן אַ תּכלית וועגן אַ ישׂראל־פּאַלעסטינער שלום.
דיינס שאַרם פֿון שאַרם־אַ־שעך, וואָס האָט באַשפּײַזט די ישׂראלדיקע "קאָנצעפּציע", איז שוין געוואָרן פֿאַרגעסן, אַזוי ווי עס איז פֿאַרגעסן געוואָרן די פֿאַרזיכערונג פֿון מנחם בעגין בערך מיט פֿערציק יאָר צוריק: "NO MORE WAR, NO MORE BLOODSHED" ("נישט מער מלחמה, נישט מער בלוטפֿאַרגיסונג"), און "ותשקוט הארץ ארבעים שנה" — אַז לכל־הפּחות פֿערציק יאָר וועט זײַן רויִק אין לאַנד. אַכט וואָכן נאָכן רעאַליזירן דעם לעצטן אַקט פֿון דעם שלום־אָפּמאַך מיט מצרים און מיטן אָפּרוימען די קאָלאָניזאַציע פֿון צפֿון־סיני, האָבן דער זיכערהייט־מיניסטער אַריאל שרון און דער שעף פֿון דעם גענעראַל־שטאַב רפֿאל (ראַפֿול) איתן, מיט דער הסכּמה פֿון מנחם בעגין, געעפֿנט די אינוואַזיע אין לבֿנון. געפּלאַנט אויף 48 שעה און פֿאַרבליבן דאָרט 18 יאָר.
דאָס אַלץ איז, ווי געזאָגט, פֿאַרשוווּנדן פֿונעם נאַציאָנאַלן זכּרון. געבליבן איז אָבער די "קאָנצעפּציע", וועלכע ווערט בלויז נישט אָנגערופֿן בײַם נאָמען. דאָס איז די אָן אויפֿהער וואַקסנדיקע קאָלאָניזאַציע — דאָס לייבלעכע קינד פֿון דער אָקופּאַציע, וועלכע שעפּט איר יניקה פֿון יענער קאָנצעפּציע, וואָס משה דיין, דער זיכערהייט־מיניסטער אין יענע יאָרן, האָט פּראָקלאַמירט אין זײַנע רעדעס וועגן דעם פֿאַרווירקלעכן די היסטאָרישע רעכט פֿון ייִדן זיך צו באַזעצן אין יעדן אָרט אין ארץ־ישׂראל. זײַן נאָכפֿאָלגער, שמעון פּערעס, האָט געעפֿנט די טויערן פֿאַר דער משיחישער קאָלאָניזאַציע, דערלויבנדיק אויפֿצושטעלן די ישיבֿה אין חבֿרון און דעם ערשטן ייִשובֿ אין סעבאַסטיע.
הײַנטיקע וואָך האָט משה דיין, וועלכער האָט שוין פֿון פֿריִער פֿאַרלוירן זײַן גלאַנץ, זיך ווידער אַנטפּלעקט אין אַ זייער נישט בכּבֿודיקן ליכט. צום יאָרטאָג פֿון דער טראַגישער יום־כּיפּור־מלחמה זענען געעפֿנט געוואָרן די אַרכיוון פֿון דער רעגירונג און די פּראָטאָקאָלן פֿון אירע זיצונגען אין די טעג פֿון דער מלחמה. אין די דאָזיקע פּראָטאָקאָלן אַנטפּלעקט זיך "די לעגענדע מיט איין אויג", באַהערשט פֿון אַ שטאַרקער פּאַניק און אַ טיפֿן פּעסימיזם, אויף דער זיצונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם צווייטן טאָג פֿון דער מלחמה. דער גרויסער, ביז דאַן זעלבסטזיכערער, אָפּטימיסט, רופֿט די אַרמיי אָפּצוטרעטן און נישט פּרובירן אַרויסצוראַטעווען די פֿאַרוווּנדעטע פֿון די אָנגעגריפֿענע אָדער באַלאַגערטע טראַנשייען אויף דער שוץ־ליניע לענגאויס דעם סועץ־קאַנאַל.
די דאָזיקע היסטאָרישע דערמאָנונג פֿון יענע טעג פֿון דער פֿאַרריסנקייט און איבערגעטריבענער זעלבסטזיכערקייט דערמאָנט אונדז אויך די הויפּט־ליניע, וואָס פֿירט פֿון דעמאָלט ביז הײַנט און באַווײַזט אונדז, אַז די מנהיגים פֿון דער מדינה האָבן נישט געלערנט די לעקציע פֿון דער געשיכטע און חזרן איבער די זעלבע פֿעלערן, וועלכע האָבן אַרויסגעדרונגען פֿון יענער "קאָנצעפּציע". די מנהיגים פֿון דעם אַזוי־גערופֿענעם "לאַגער פֿון שלום" האָבן געוווּסט, אַז אָן דער אונטערשטיצונג פֿון "ליכּוד" און פֿון די ליבעראַלע שטימען וועלן זיי קיין שלום־פּאָליטיק נישט קענען אַדורכפֿירן, מה־דאָך ווען זיי אַליין — ווי טאַבענקין, אלון א"אנד — זענען געווען אָנגעשטעקט מיט די אָקופּאַנטישע חלומות. די מנהיגים פֿון דעם אַזוי־גערופֿענעם "נאַציאָנאַלן לאַגער" זענען, קומענדיק צו דער מאַכט (חוץ יצחק שמירן), געוואָרן מער פּראַגמאַטיש און האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז אָן דער אַקטיווער און מאַסיווער הילף פֿון אַמעריקע און אָן צו מאַכן אַ סוף צו דער אָקופּאַציע, וועט די עצם עקזיסטענץ פֿון דער מדינה זײַן אין אַ געפֿאַר. זענען זיי אָבער פֿאַרקנסט צו זייער אידעאָלאָגיע, און אָן איר האָבן זיי — זיי, נישט די מדינה — קיין עקזיסטענץ־באַרעכטיקונג נישט ווי אַ באַוועגונג, וואָס וויל זײַן בײַ דער מאַכט.
די דאָזיקע דיכאָטאָמיע באַוועגט די מנהיגים פֿון דער מדינה צו פֿאַרלייקענען דעם אמת און זוכן תּירוצים. גאָר באַזונדערס, ווען זיי געפֿינען זיך אין דער לאַגע, אין וועלכער עס געפֿינט זיך איצט נתניהו — אונטערן שטאַרקן דרוק נישט פֿון צוויי, נאָר דרײַ זײַטן, וואָס פֿאַר יעדן פֿון זיי האָט ער זיך הייליק פֿאַרפֿליכטעט. דאָס זענען: דער דעצידירטער דרוק פֿון אָבאַמאַ, וועלכער איז, אַ סך מער פֿון אַלע ביז־איצטיקע אַמעריקאַנער מנהיגים, פֿאַראינטערעסירט אין דער פּאָליטישער און זיכערהייטלעכער סטאַביליזירונג אין מיטעלן אָריענט — פֿאַר דעם גלאָבאַלן אינטערעס פֿון אַמעריקע, ווי אויך פֿאַר די אינערלעכע פּאָליטישע אינטערעסן פֿון "ווײַסן הויז" אונטער זײַן הערשאַפֿט. דער צווייטער דריקנדיקער פֿאַקטאָר איז נתניהוס פּאַרטיי, דער "ליכּוד" און זײַנע פֿאַרבינדעטע, בראָש מיטן אַמאָליקן געהילף און הײַנטיקן שותּף און קעגנער אין דער קאָאַליציע, וועלכער פֿאַרשאַפֿט אים גרויסע פּאָליטישע חרפּות און צרות — זײַן אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן.
און אַחרון־אַחרון, דער רבונו־של־עולם בכבודו ובעצמו, פֿאַר וועלכן נתניהו האָט זיך פֿאַרפֿליכטעט אײַנצושטעלן דעם היסטאָרישן שלום אין דעם ראַיאָן.
שלאָגט ער זיך איצט מיט דער דעה ווי אַזוי איבערצוקומען דעם ערשטן קריזיס, וואָס איז אויסגעבראָכן אין די דירעקטע געשפּרעכן, וועלכע האָבן זיך נאָך נישט אָנגעהויבן און זענען שוין געוואָרן אײַנגעפֿרירט דורך די פּאַלעסטינער נאָך דעם, ווי עס האָט זיך פֿאַרענדיקט די צען־חדשימדיקע אײַנפֿרירונג פֿון דעם בוי לגבי דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע אויף די "שטחים". דאָס מאָל האָט די פֿאָדערונג פֿון די פּאַלעסטינער פֿאָרצוזעצן די פֿאַרפֿרירונג פֿון דעם בוי כּל־זמן עס גייען אָן די אונטערהאַנדלונגען וועגן דעם גורל פֿון די קאָלאָניזירטע שטחים, באַקומען די אונטערשטיצונג פֿון אַלע אויסערלעכע פֿאַקטאָרן בראָש מיטן פּרעזידענט אָבאַמאַ. נתניהו, פֿון זײַן זײַט, האָט נישט געוואָלט פֿאַרלירן זײַן "שטײַפֿע" רעפּוטאַציע בײַ די קאָלאָניסטן און בײַ דעם רעכטן לאַגער, און איז ווידעראַמאָל געוואָרן אַוועקגעשטעלט פֿאַר דער שווערער דילעמע: פֿאַר וועמען זאָל ער זיך "אײַנפּעקלען" — פֿאַר זײַנע אָנהענגער, וועלכע קענען באַדראָען זײַן מאַכט, אָדער פֿאַר אָבאַמאַ, וועלכער איז עלול צו באַדראָען די אַמעריקאַנער אונטערשטיצונג אין פֿאַל פֿון אַן אָפּזאָג. מה־דאָך, אַז אָבאַמאַ לייגט אים פֿאָר אַ פּשרה מיט וויכטיקע פּאָליטישע באַלוינונגען און זיכערהייטלעכע גאַראַנטיעס, פֿאַר זײַן הסכּמה צו פֿאַרלענגערן מיט נאָך צוויי חדשים די אײַנפֿרירונג פֿונעם בוי, און דאָס אויך מיט פֿאַרשיידענע אויסנאַמען.
קיינער פֿון די צדדים וויל נישט באַטראַכט ווערן ווי אַן אָפּזאָגלער, ווי אַ שולדיקער אין שטרויכלען דעם אַמעריקאַנער אָנשטרענג פֿאַרן שלום. די מענטשן פֿון נתניהוס נאָענטן קרײַז וואַרפֿן אַרויף די שולד אויף די פּאַלעסטינער, און זיי טענהן, אַז דער בוי אויף די שטחים איז "אַ מאַרגינעלער ענין", אַ קליינלעכע זאַך, אין וועלכער יענע האָבן זיך אָנגעכאַפּט ווי אַ תּירוץ. פֿאַרוואָס, פֿרעגן זיי, האָבן זיי דאָס נישט פֿאַרלאַנגט אין די פֿריִערדיקע שלום־געשפּרעכן אין די ראַמען פֿון דער "וועגן־מאַפּע" פֿון פּרעזידענט בוש, און גאָר לעצטנס צווישן אָלמערט און אַבו מאַזען? דער אמת איז אָבער, אַז דאָס פֿאַרבויען די שטחים איז דער סאַמע שווערסטער באַריער אויפֿן וועג צו אַ שלום, ווײַל דאָס איז דער אייגנטלעכער המשך פֿון יענער "קאָנצעפּציע" פֿון משה דיין, אַז דאָס אויסרייטערן און פֿאַרבויען די דיסקוטירטע שטחים וועט שאַפֿן געשעענע פֿאַקטן און וועט באַשטימען די גרענעצן פֿון דער ייִדישער מדינה, נישט איבערלאָזנדיק קיין אָרט פֿאַר אַ פּאַלעסטינער מלוכישקייט.
ביז איצט האָט דער דאָזיקער כּישוף געאַרבעט פֿון משה דיין ביז בנימין נתניהו. דער ווײַטערדיקער המשך שטייט אונטער אַ גרויסן פֿרעגצייכן.
תּל־אָבֿיִבֿ, 5טער סעפּטעמבער, 2010