רבֿקה מרים
רבֿקה מרים איז איינע פֿון די גאָר פֿעיִקע העברעיִשע שרײַבערינס; אַ פּאָעטעסע און קינסטלערין אין מאָלערײַ. זי דערשײַנט אינעם בוך "מיר זײַנען אַלע נאָענט", צווישן אַ פּלעיאַדע פֿון העברעיִשע שריפֿטשטעלער און שריפֿטשטעלערינס. צווישן זיי: אַהרון אַפּלפֿעלד, חיים באר, יצחק בן מרדכי, אַ. כּרמי, אלעזר פֿרײַפֿעלד, שולמית הרבֿן, יהושע כּנז, אַריה ליפֿשיץ, יאל מעדיני, יצחק אורפּז, עמוס עוז, דן פּאַגיס, אסנת פּעטרי, בנימין תּמוז, אַ. ב. יהושוע און נתן זאַך. פֿאַר מיר זײַנען זיי כּמעט געווען פֿרעמד.
איז געווען אינטערעסאַנט צו באַקענען זיך מיט זיי. זיי אַלע האָט אינטערוויויִרט דער באַגאַבטער שרײַבער חיים טשערטאָק, וועלכער האָט זיך באַזעצט מיט זײַן משפּחה אינעם קליינעם שטעטעלע ירוחם. מיר זײַנען דאָרט אַמאָל געווען און די אָרעמקייט האָט געריסן בײַם האַרצן. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז הײַנט־צו־טאָג האָט דאָס שטעטעלע אין דרום פֿון לאַנד אויפֿגעלעבט.
יעדער פֿון די שרײַבער איז געווען אָנגעגורט מיט פֿאַרשיידענע דעות וועגן וויכטיקע ענינים, וואָס מיר, ייִדן, ראַנגלען זיך מיט זיי זינט ששת־ימי־בראשית. חיים טשערטאָק קומט צוגעגרייט צום שמועס מיט אַ רשימה פֿון אַלט־נײַע שאלות, דער עיקר: וועגן דער מדינה גופֿא, זייער לשון עבֿרית אין וועלכן זיי שרײַבן, וועגן דעם ציוניזם און זײַן ראָלע הײַנט־צו־טאָג, וועגן דעם גלות, דעם חורבן, וועגן ייִדישקייט, פֿרומקייט און וועלטלעכקייט. און יעדער שרײַבער האָט זיך זײַן דעה: זײַן בליק אויף דער פּאָליטיק אין לאַנד, זײַן בליק אויף די צענדליקער אידעאָלאָגיעס און פּאַרטיייִשע איבערצײַגונגען מיט וועלכע די ייִדן אין לאַנד קאָנען זיך נישט ספּראַווען. איך וועל פּאַמעלעך פּרובירן אָנטאַפּן דעם דופֿק בײַ זיי אַלע.
רבֿקה מרים, אַ שיינינקע, חנעוודיקע קינסטלערין, שטאַמט אָפּ פֿון גאָר אַ בכּבֿודיקער ייִדיש־ייִדישער משפּחה. איר טאַטע איז געווען דער באַקאַנטער ייִדישער שרײַבער לייב ראָכמאַן. ער איז געקומען פֿון פּוילן, נאָכן חורבן, אין 1950. און רבֿקה מרים איז געבוירן געוואָרן אין 1952, טאַקע אין ירושלים, און אָפּגעלעבט איר גאַנץ לעבן אין ירושלים. זי דערציילט:
"אין הויז פֿון מײַנע עלטערן האָט זיך אַלע מאָל גערוכעוועט. און כאָטש מײַן טאַטע איז נישט געווען קיין פֿרומער ייִד, איז ער אין האַרצן געווען אַ שטיקל חסיד זײַן גאַנץ לעבן. אונדזער הויז האָט מען געקאָנט פֿאַרגלײַכן צו אַבֿרהם אָבֿינוס געצעלט — אָפֿן פֿאַר אַלע מענטשן פֿון אַלע עקן וועלט. זיי פֿלעגן קומען פֿון אומעטום מיט זייער רענצל און געווען אָנגעלייגטע געסט אַזוי לאַנג ווי זיי האָבן מיט אונדז געוווינט".
רבֿקה מרים האָט אויך אַ ברודער, וועלכער איז אַ באַגאַבטער פֿידלער. אין הויז האָט מען דורכאויס גערעדט ייִדיש. דאָס איז געווען איר מאַמע־און־טאַטע לשון. רבֿקה מרים האָט אין זיך דאָס פּינטעלע ייִד. זי זאָגט, אַז זי פֿילט זיך ווי אַ ייִד. חיים טשערטאָק באַמערקט, אַז איר פּאָעזיע איז אין קאָנטראַסט פֿון אַנדערע תּל־אָבֿיבֿער פּאָעטן, ווי: מנחם בן, מאַיאַ בעזשעראַנאָ, רוני סומעק. איר פּאָעזיע אָטעמט מיט ייִדישקייט צוליב אירע ביבלישע טעמעס.
רבֿקה מרים גיט צו:
"איר פֿאַרשטייט? איך פֿיל זיך נאָענט צו אַלע ייִדן: פֿרומע, אַסימילירטע, עסטעטישע ייִדן; אַלע, אַלע. איך מיין, אַז אַלע באַצייכענונגען זײַנען געקינצלטע, האָבן גאָרנישט צו טאָן מיט דער ווירקלעכקייט. גרויסע רבנים האָבן געהאַט ספֿקות און גרויסע אַפּיקורסים זײַנען געווען צעפֿלאַמטע גלייבער. איך לערן זיך די גמרא דרײַ מאָל אַ וואָך. אַ ריזיקע איבערלעבונג פֿאַר מיר. כאַפּט אַ בליק אויף די ווענט פֿון דעם צימער. מײַנע מאָלערײַען. אַ סך פֿון זיי זײַנען סורעאַליסטיש. די גמרא האָט די זעלביקע בילדער פֿאַר מיר. צעשאָטן און צעברעקלט. זעט אויס, אַז איך פֿאַרמאָג ענלעכע מאָמענטן אין זיך. ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע האָבן אײַנגעשטעלט זייערע לעבנס פֿאַר דער גמרא. און נישט דווקא פֿרומע.
"ערשט יענעם חודש האָב איך זיך צוריקגעקערט פֿון אַ דרײַ־וואָכיקן וויזיט אין אַמעריקע. מײַן ערשטע נסיעה. איך בין אײַנגעשטאַנען אין ניו־יאָרק, פֿילאַדעלפֿיע, פּרינסטאָן און וואַשינגטאָן. מ׳קאָן אַזוי גרינג דאָרט פֿאַרלוירן גיין. דאָ, אין ישׂראל, מוז איך זײַן טעגלעך פּנים־אל־פּנים מיט זיך אַליין. עפּעס ווי אַ שווערע וואָג וואָלט מיך אַראָפּגעשלעפּט. ווי געזאָגט, איך טראָג זיך אַרום מיט דער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט און געשיכטע אויף מײַנע אייגענע פּלייצעס. מען טאָר נישט אַנטדרימלט ווערן אַפֿילו אויף אַ רגע. לעבן דאָ, אין ישׂראל, איז מיט איין מאָל אַ פּראַכט און אַ ווייטיק.
"איך וויל אָבער נישט מען זאָל מיינען, אַז איך בין אַנטי־אַמעריקאַניש. אָבער לאָמיר אײַך זאָגן, אַז די אַמעריקאַנער זײַנען לויפֿערס. אומעטום האָב איך געזען ווי מענטשן לויפֿן; אייניקע אַליין, אײַנגעשפּאַרט אין זייער 'וואָקמען’, מיט רערעלעך אין די אויערן; אינגאַנצן אָפּגעזונדערט פֿון דער ווירקלעכקייט אַרום זיי. איך האָב דערשפּירט, אַז די ייִדן אין אַמעריקע זײַנען אָפּגעזונדערט איינער פֿונעם אַנדערן. זייער פּולס האָט נישט געקלאַפּט צוזאַמען מיט דער רעשט ייִדן. זיכער איז אַמעריקע געווען ׳פֿאָן׳, אַ פֿאַרגעניגן. אָבער ס׳האָט מיך נישט צוגעצויגן.
"האָט די 'אַמעריקען דזשויִש קאָמיטי’ מיך אויף ס׳נײַ אײַנגעלאַדן צו קומען קיין אַמעריקע. דאָס מאָל: קיין ניו־יאָרק, סיאַטל, דאַלאַס און וואַשינגטאָן; מיטן ציל צו באַקענען זיך מיט לאָקאַלע קהילות און אויסגעפֿינען ווי אַזוי זיי אָרגאַניזירן זיך. דאָ, אין ירושלים, פֿילט מען זעלטן די איצטיקייט, בלויז די פֿאַרגאַנגענהייט און די צוקונפֿט. אין אַמעריקע און, אַפֿילו אין תּל־אָבֿיבֿ, פֿילט מען כּמעט גאָרנישט, בלויז די איצטיקייט.
"אָבער פֿאַר אונדז, ייִדן, האָט די געשיכטע געמאַכט איר אָפּקלויב. אפֿשר דאַרפֿן אַ טייל ייִדן אַ וואַקאַציע פֿון אונדזער געשיכטע. אַמעריקע איז אונדזער וואַקאַציע־לאַנד; אַן אָרט וווּ ס׳איז לײַכט צו פֿאַרלירן דאָס אַחריות, די פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט. מײַנע אַ פֿרײַנדינע האָט מיך נעכטן אָנגערופֿן פֿון נאָרוועגיע. זי האָט געזאָגט, אַז זי איז די איינציקע אין איר גאַנצער שטאָט, וואָס שטיצט ישׂראל. זי שרײַבט עס צו צום אַנטיסעמיטיזם".
וועגן דער פּאַלעסטינער פֿראַגע האָט רבֿקה מרים געענטפֿערט, אַז עס וואָלט נישט געשאַדט מיר זאָלן זיך אָפּטיילן פֿון זיי, אין דער האָפֿענונג, אַז זיי וועלן אַמאָל זײַן צופֿרידן אויך מיט זיך. זי וואָלט זיי אָפּגעגעבן יהודה און שומרון, אָבער אין איר האַרצן פֿילט זי, אַז זיי ווילן דאָס ייִדישע לאַנד ווי עס גייט און שטייט.
רבֿקה מרים האָט חתונה געהאַט מיט אַ פּסיכאָלאָג, וואָס הייסט שערעשעווסקי, אָבער זי האָט זיך צוגעאייגנט איר ערשטן און צווייטן נאָמען — רבֿקה מרים. זי האָט דרײַ קינדער און זי טראָגט זיך אַרום מיט אַ ייִדיש האַרץ, וואָס איז איר געקומען במתּנה פֿון אירע עלטערן — דער עיקר, איר טאַטן לייב ראָכמאַן. זעט אויס, אַז מען מוז אויסוואַקסן אין אַ ייִדיש־ייִדישלעך הויז אויף צו אַנטוויקלען אין זיך די ליבשאַפֿט צום ייִד, צו דער מדינה און צו זיך אַליין.