|
מיכאל פֿעלזענבאַום.
|
|
די רוסישע עליה פֿון די 1990ער האָט געשאַפֿן אַן אייגנאַרטיקע שמעלץ־קולטור, וואָס נעמט אין זיך אַרײַן עלעמענטן פֿון דער רוסיש־סאָוועטישער, ישׂראלדיקער און סתּם־אייראָפּעיִשער קולטור, דאָס רובֿ עולים זײַנען דעמאָלט געקומען פֿון אַסימילירטע רוסיש־רעדנדיקע משפּחות, און אין ישׂראל האָבן זיי אַזוי אָדער אַנדערש "אַנטדעקט" זייער פּינטעלע־ייִדישקייט. הײַנט, אַ יאָר פֿופֿצן אָדער צוואַנציק נאָך דעם אָנקומען פֿון יענער מענטשלעכער כוואַליע קיין מדינת־ישׂראל, האָבן די סאָוועטישע עולים זיך שוין מערסטנס גוט אַדאַפּטירט צו די נײַע באַדינגונגען. זיי האָבן אויסגעלערנט העברעיִש, געפֿונען פֿעסטע אַרבעט־שטעלעס, געקויפֿט דירות, אויסגעהאָדעוועט קינדער. מען רעדט נאָך אַלץ רוסיש אין דער היים און מיט די פֿרײַנד, אָבער די הײַנטיקע רוסישע קולטור איז שוין נישט אַזוי וויכטיק פֿאַר זייער לעבן, ווי עס איז געווען אין די 1990ער יאָרן. עס איז ניט קיין צופֿאַל, אַז די רוסיש־שפּראַכיקע שרײַבער, וואָס וווינען אין ישׂראל, ווענדן זיך אַלץ מער צו דעם "גלאָבאַלן" רוסישן עולם, וואָס איז צעזייט און צעשפּרייט איבער דער גאַנצער מערבֿדיקער וועלט.
עס איז אינטערעסאַנט און אַ ביסל פּאַראַדאָקסאַל, אַז דווקא אין אָט דער "גלאָבאַלער" רוסיש־ייִדישער סבֿיבֿה לעבט ווײַטער די ליטעראַטור אויף ייִדיש. דאָס נײַע בוך פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום, איינעם פֿון די סאַמע אָריגינעלע און באַגאַבטע ייִדישע פּראָזאַיִקער, איז אַן אינטערעסאַנטער מוסטער פֿון אַזאַ מין קולטורעלער שמעלצונג. אָנגעשריבן אויף אַ זאַפֿטיקן מאַמע־לשון, איז דאָס דאָזיקע בוך טעמאַטיש און סטיליסטיש נאָענט צו דער הײַנטיקער "טראַנס־נאַציאָנאַלער" רוסישער ליטעראַטור, וואָס ווערט געשאַפֿן סײַ אין רוסלאַנד, סײַ מחוץ רוסלאַנד.
וואָס זשע מאַכט דאָס בוך "רוסיש"? מען קאָן די דאָזיקע פֿראַגע פֿאַרענטפֿערן מיט אַ פּסוק פֿון אָסיפּ מאַנדעלשטאַם׃ "בענקשאַפֿט נאָך דער וועלט־קולטור". פֿעלזענבאַומס העלד איז כּסדר אַ מאַנצביל אין די מיטעלע יאָרן, וואָס האָט אַ מאָל עולה געווען קיין ישׂראל, אָבער האָט אַ נאָענטע פֿאַרבינדונג מיט אייראָפּע. יעדע געשיכטע אינעם זאַמלבוך באַהאַנדלט אַ דראַמאַטישע אָבער ניט קיין אָריגינעלע סיטואַציע, ווען אַזאַ מין העלד פֿאַרליבט זיך אין אַ שיינער פֿרוי, און דווקא ניט קיין ייִדישער... דער סוף פֿון דער דאָזיקער ליבע איז כּסדר אַ טראַגישער׃ די פֿרוי קומט אום, און צומאָל דער מאַנצביל אויך.
אַ סך מענטשן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָבן אַ מאָל געחלומט וועגן אייראָפּע, וווּ מען לעבט אַ "זיס" לעבן, אָן קיין שום סאָוועטישע צרות. דער דאָזיקער אייראָפּעיִשער חלום לעבט עד־היום, און ניט נאָר אין די לענדער פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, נאָר אויך אין דער רוסישער עמיגראַנטישער סבֿיבֿה, אַפֿילו אין אייראָפּע. דער חלום איז אויסגעשטאַלטיקט געוואָרן אונטער דער השפּעה פֿון די פֿראַנצויזישע און איטאַליענישע פֿילמען פֿון די 1960ער און די 1970ער יאָרן, פֿון דער מאָדערנער אייראָפּעיִשער קונסט און פֿאָטאָגראַפֿיעס, און פֿון לייענען מאָדערנע אייראָפּעיִשע ליטעראַטור אין רוסישער איבערזעצונג.
אַפֿילו איצט, ווען מען קאָן שוין באַזוכן אייראָפּע אָן גרויסע שוועריקייטן, ווירקט דער דאָזיקער חלום אויפֿן "רוסישן" אויפֿנעם פֿון דער אייראָפּעיִשער ווירקלעכקייט. מען וויל נאָך אַלץ זען אייראָפּע פֿון פֿעליני און אַנטאָניאָני, פֿון אַלען דעלאָן און סאָפֿי לאָרען; די אייראָפּע פֿון שיינע און סענסיטיווע פֿרויען און קלוגע און שאַרפֿזיניקע מענער. אַזאַ מין אייראָפּע געפֿינט מען אין די ווערק פֿון פּאָפּולערע רוסיש־ייִדישע מחברטעס, אַזעלכע ווי דינה רובינאַ און ליודמילאַ אוליצקאַיאַ.
אַ פּאָר דערציילונגען אין פֿעלזענבאַומס זאַמלבוך דערמאָנען אין אָט דעם דאָזיקן חלום. שיינע פּריצעס גייען אויס נאָך ייִדישע מאַנצבילען פֿון ישׂראל, זייערע קורצע לײַדנשאַפֿטלעכע באַגעגענישן אין האָטעלן און רעסטאָראַנען ווערן איבערגעריסן דורך לאַנגע פּעריאָדן פֿון צעשיידונג און בענקשאַפֿט. אַזאַ מין ליבע פֿירט אין ערגעץ נישט, און לאָזט זיך כּסדר אויס אין טויט. יעדע געשיכטע איז אַ מין פֿילאָסאָפֿישע מעדיטאַציע אויף דער אַלטער טעמע פֿון ליבע און טויט. אַ רמז אויף אַזאַ אויסטײַטשונג געפֿינט מען אין דער עפֿענונג פֿון "אַ מעשׂה פֿון אײַזן"׃ "זי האָט אָנגעהויבן מיט אַ באָבע־מעשׂה און האָט פֿאַרענדיקט מיט אַ באָבע־מעשׂה. אַזאַ גילגול־החוזר, ממש אַ מעשׂה פֿון אײַזן." ווען מען לייענט די דאָזיקע מעשׂיות ווי משלים און ניט ווי "ראָמאַנטישע" ליבע־געשיכטעס, האָבן זיי אַ ביסל אַן אַנדער טעם.
אָבער עס שטערט דערבײַ דער בײַטעם פֿון דער הײַנטיקער רוסישער מאַסן־ליטעראַטור. דער מחבר איז מסתּמא אויסן געווען צו מאַכן זײַנע טעקסטן מער "פֿאַרכאַפּנדיק". אַזאַ מין קער אין פֿעלזענבאַומס שאַפֿונג איז גאָר אינטערעסאַנט. נאָך דעם קאָמפּליצירטן פּאָסט־מאָדערניסטישן ראָמאַן "שבתדיקע שוועבעלעך" האָט ער זיך גענומען פֿאַרן פּאָפּולערן זשאַנער פֿון אַוואַנטורישער ליבע־געשיכטע, וואָס איז, דאַכט זיך, שוין לאַנג אָפּגעשטאָרבן אין דער ייִדישער ליטעראַטור. געוויינטלעך שרײַבט מען אַזאַ מין ליטעראַטור פֿאַרן מאַסן־לייענער, אָבער אין דעם פֿאַל האָבן מיר צו טאָן מיט אַן עלעגאַנטער סטיליזאַציע פֿון "שונד", וואָס וועט האָפֿנטלעך געפֿינען אַ געהעריקע אָפּשאַצונג בײַם ייִדיש־רעדנדיקן לייענער.