פּאָליטיק

מיט אַ צײַט צוריק בין איך געווען אין שוועדן און האָב גערעדט דאָרטן מיט אַ היגן זשורנאַליסט, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיטן גורל פֿון די ציגײַנער אין הײַנטיקער אייראָפּע. האָט ער מיר געזאָגט, אַז דאָס וואָרט אַליין "ציגײַנער" האַלט מען הײַנט שיִער ניט ווי פֿאַר אַ באַליידיקונג. נוצן מוז מען "ראָמאַ" — אַזוי איז עס איצט אָנגענומען געוואָרן. גלייב איך ניט, אַז אין ייִדיש האָט זיך "ראָמאַ" שוין פֿעסט אײַנגעוואָרצלט, דערפֿאַר דערקלער איך עס דאָ.

די ראָמאַ האָבן זיך, אַ פּנים, באַוויזן אין אייראָפּע מיט זיבן אָדער אַכט יאָרהונדערט צוריק. אין דעם 18טן יאָרהונדערט האָבן געלערנטע סוף-כּל-סוף פֿאַרשטאַנען, אַז די ראָמאַ שטאַמען פֿון אינדיע און רעדן דיאַלעקטן פֿון סאַנסקריט. די הײַנטיקע ראָמאַ-באַפֿעלקערונג פֿון אייראָפּע שאַצט מען אָפּ צווישן 4 און 14 מיליאָן. דער היטלער-רעזשים האָט געהאַט פּלענער וועגן "אויסרייניקן" דעם קאָנטינענט פֿון זייער שטאַם. אַרום 500 טויזנט האָבן די נאַציס באַוויזן אומצוברענגען. דער מצבֿ פֿון דער ראָמאַ-באַפֿעלקערונג איז, בדרך-כּלל, אַ שווערער. אַפֿילו אין אַזאַ לאַנד ווי ענגלאַנד, וווּ די ראָמאַ-פּראָבלעם איז זייער ווײַט פֿון די שאַרפֿסטע (קודם-כּל, ווײַל זייער צאָל איז רעלאַטיוו קליין), לעבן זיי דורכשניטלעך אויף צען יאָר ווייניקער פֿון דער איבעריקער באַפֿעלקערונג.

זייער שאַרף איז די ראָמאַ-פּראָבלעם אין טשעכיע, וווּ מע האָט די טעג אָפּגעמערקט דעם 20־יאָריקן יוביליי פֿון דער "סאַמעטן-רעוואָלוציע". די רייד גייט וועגן די געשעענישן אין נאָוועמבער און דעצעמבער 1989, ווען אין טשעכאָסלאָוואַקיע האָט מען אָן געוואַלד אַראָפּגעוואָרפֿן דעם קאָמוניסטישן רעזשים. אין 1993 האָט טשעכאָסלאָוואַקיע געוויזן אַן אַנדער מוסטער פֿון קענען אויססדרן שווערע ענינים: דאָס לאַנד האָט זיך גאַנץ רויִק צעפֿאַלן אויף טשעכיע און סלאָוואַקיע.

אָבער צווישן די סאַמע ערשטע אַקטן פֿון דער טשעכישער רעגירונג איז געווען אויך אַ געזעץ, וואָס האָט איבערגעלאָזט ס׳רובֿ פֿון צוויי צי דרײַ הונדערט טויזנט ראָמאַ אָן בירגערשאַפֿט. פֿאַר וואָס? מחמת זיי זײַנען געקומען פֿון סלאָוואַקיע. אַן ערך אַזוי האָט מען זיך אויפֿגעפֿירט אויך אין אַנדערע "ציוויליזירטע" רעשטלעך פֿון דעם קאָמוניסטישן לאַגער, למשל אין עסטלאַנד און לעטלאַנד. דאָרטן האָט מען געציטערט פֿאַר "קאָנטאַמינאַציע" מצד די רוסן און אַנדערע רוסיש-רעדנדיקע. נאַציאָנאַליזם האָט אָנגענומען — און נעמט נאָך אַלץ אָן — גאָר ניט קיין סימפּאַטישע פֿאָרמען אין אַ סך ערטער פֿון דער צענטראַלער און מיזרח-אייראָפּע. אין יוגאָסלאַוויע איז געווען, ווי מיר געדענקען, גאָר שרעקלעך. ס׳איז שוין גוט באַוווּסט, אַז די קאָמוניסטישע, כּלומשרט-אינטערנאַציאָנאַליסטישע סיסטעם האָט אין דער רעאַלקייט אָפּגעסמט דעם עולם מיט ראַסיזם.

דער אימאַזש פֿון טשעכיע איז אויך אָפֿט מאָל גאַנץ פֿאַרפֿירעריש. פֿאַר טוריסטן איז עס אַ שטיקל גן-עדן — שיינע שטעט, געשמאַק ביר. טשעכיע האָט, היסטאָריש, אַן אימאַזש פֿון אַ קרבן. אין 1938 האָט מען דאָס לאַנד אָפּגעגעבן היטלערן. אין 1968 זײַנען אַהין אַרײַן די סאָוועטישע טאַנקען און האָבן ממש צעקוועטשט די באַמיִונגען צו בײַטן די פּאָליטישע און עקאָנאָמישע סיסטעם. אָבער די געשיכטע האָט אויך אַנדערע, ווייניקער ציטירטע סוזשעטן אין דער טשעכישער געשיכטע.

היסטאָריקער געדענקען, אַז דאָס לאַנד, טשעכאָסלאָוואַקיע, איז אויפֿגעקומען אין גאַנצן מיט נײַן יאָרצענדליק צוריק, נאָך דער ערשטער וועלט-מלחמה, אויף די חורבֿות פֿון דער האַבסבורגער אימפּעריע. ווי עס מאַכט זיך זייער אָפֿט מיט רעשטלעך פֿון אימפּעריעס, באַקומען זיך אַזעלכע יונגע לענדער ניט זייער געראָטענע, בפֿרט אין זייער עטנישער קאָמפּאָזיציע. אין די גרענעצן פֿון טשעכאָסלאָוואַקיע זײַנען אַרײַן די סודעטישע געגנטן, וווּ ס׳האָבן געוווינט דײַטשן. אין דער נײַער מדינה האָבן זיי באַקומען אַ סטאַטוס פֿון אַ מינאָריטעט, און דווקא פֿון אַ צווייטן סאָרט. די בערך 100 טויזנט ייִדן פֿון טשעכאָסלאָוואַקיע (הײַנט — אַרום 3,000) האָבן אויך געפֿילט, אַז זיי זײַנען ניט פֿון דעם "ערשטן סאָרט". ניט צופֿעליק קומען פֿאָרשער פֿון דער טשעכישער געשיכטע צום אויספֿיר, אַז דער איצטיקער טשעכישער נאַציאָנאַליזם האָט טיפֿע וואָרצלען אין יענע צײַטן.

אין טשעכיע זעט מען ניט ווייניק סימנים פֿון אַקטיווער, אַפֿילו מיליטאַנטישער קסענאָפֿאָביע. די ראָמאַ פֿאַרנעמען אַ צענטראַל אָרט אין די פּראָגראַמען פֿון אַזעלכע גרופּעס. די טשעכישע נאַציאָנאַלע פּאַרטיי האָט מיט אַ האַלב יאָר צוריק, אין מײַ, אָפֿן גערופֿן צו אַן "ענדגילטיקער לייזונג" פֿון דער ציגײַנערשער פּראָבלעם. אַרום 30 פּראָצענט קינדער פֿון ראָמאַ ווערן געשיקט אין שולן פֿאַר אָפּגעשטאַנענע תּלמידים, און דאָס קומט פֿאָר אַפֿילו נאָך אַ באַשלוס פֿון דעם אייראָפּעיִשן געריכט פֿון מענטשן-רעכט, וואָס האָט אָנגעוויזן אויף אומלעגאַלקייט פֿון אַזאַ פּראַקטיק. אָבער טשעכישע עלטערן פֿאָדערן, מע זאָל זייערע קינדער לערנען באַזונדער פֿון די ראָמאַ-קינדער.

אַלטע עטנישע טראַדיציעס מאַכן שווערער די טראַנספֿאָרמאַציע פֿון ראָמאַ אין די קאַפּיטאַליסטישע באַדינגונגען פֿון לעבן. די ראָמאַ זײַנען זייער קאָנסערוואַטיוו און פּאַטריאַרכאַל. זייער פּראָפֿעסיאָנעלער ניוואָ איז, בדרך-כּלל, נידעריק. אָבער סעגרעגאַציע מאַכט נאָר שווערער דעם גאַנצן ענין. אַ סבֿרא, אַז טשעכיע ווײַזט לגבי די ראָמאַ אַן אַנדער פּנים, ניט דעם וואָס מע זעט, ווען מע קומט אויף אַ קורצן באַזוך אין פּראַג צי אין קאַרלאָווי וואַרי.