קולטור, ייִדיש־וועלט, געשיכטע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך

דעם נאָמען פֿון יצחק (איסאַק) נוסינאָוו (1889—1950) דערמאָנט מען איצט זייער זעלטן, בפֿרט אין ייִדישע פּובליקאַציעס. איך האָב ניט געזען, מע זאָל ערגעץ אָפּמערקן זײַן 120סטן יוביליי, כאָטש אַ שפּור האָט נוסינאָוו איבערגעלאָזט אַ טיפֿן סײַ אין דער סאָוועטיש-ייִדישער מסורה, סײַ אין דער אַלגעמיינער סאָוועטישער געשיכטע. למשל, מיט נוסינאָווס נאָמען איז פֿאַרבונדן דער אָנהייב פֿון דער טרויעריק-באַוווּסטער סטאַליניסטישער קאַמפּאַניע קעגן "קאָסמאָפּאָליטן". קודם-כּל, האָט מען דאָך אַטאַקירט נוסינאָווס בוך "פּושקין און וועלט-ליטעראַטור" (1941), וווּ ער האָט געהאַט די העזה צו טענהן, אַז אַפֿילו אַזאַ רוסישער טאַלאַנט ווי אַלעקסאַנדער פּושקין איז, אין אַ גרויסער מאָס, געווען אַ פּראָדוקט פֿון דער מערבֿ-אייראָפּעיִשער קולטור. פֿאַר אַזאַ חטא האָט מען דעם ליטעראַטור-קענער אין יאָר 1949 פֿאַרשפּאַרט אין תּפֿיסה, וווּ ער איז געשטאָבן.

אַ זון פֿון מער אָדער ווייניקער פֿאַרמעגלעכע וואָלינער ייִדישע עלטערן, האָט נוסינאָוו — ווי עס האָט זיך געפֿירט אין יענע צײַטן — באַקומען, אַ חוץ דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער בילדונג, אויך אַ צוטריט צו וועלטלעכער אויסשולונג. ער האָט אָפּגעגעבן עקזאַמענס אין אַ וואַרשעווער רוסישער גימנאַזיע. דערנאָך האָט ער פֿאַרלאָזט רוסלאַנד, שטודירט ליטעראַטור און אַנדערע לימודים אין איטאַליע און אין דער שווייץ, וווּהין ס׳האָט אים פֿאַרטריבן ניט בלויז דער דראַנג נאָך וויסן, נאָר אויך אַ שווערע קראַנקהייט — אַ לענגערע צײַט איז ער אַפֿילו געווען צוגעשמידט צום בעט. אין עמיגראַציע איז דער יונגער סטודענט געוואָרן אַ הייסער חסיד פֿון באָלשעוויזם און מיט אַזאַ שטימונג האָט ער זיך אומגעקערט קיין רוסלאַנד. ווען קיִעוו איז געוואָרן אַ סאָוועטישע שטאָט, איז נוסינאָוו דאָרטן געווען אַ ייִדישער קולטור-קאָמיסאַר, האָט אָנגעפֿירט מיט דער באָלשעוויזירטער "קולטור-ליגע".

אין קורצן איז נוסינאָוו אַריבער קיין מאָסקווע, וווּ ער האָט זיך אין גאַנצן אָפּגעגעבן דער אַקאַדעמישער טעטיקייט. ער איז ברייט באַקאַנט געוואָרן ווי אַ מיליטאַנטישער מאַרקסיסטישער טעאָרעטיקער פֿון ליטעראַטור-געשיכטע. גלײַכצײַטיק האָט ער קאָמבינירט צוויי קאַריערעס: אין מערבֿ-אייראָפּעיִשער ליטעראַטור-פֿאָרשונג און אין ייִדישער ליטעראַטור-פֿאָרשונג. אַ לענגערע צײַט האָט ער געהאַלטן צוויי פּראָפֿעסורן — געלייענט לעקציעס אויף רוסיש וועגן פֿראַנצויזישע, דײַטשישע וכ׳ שרײַבער, און אויף ייִדיש — וועגן שלום-עליכמען, פּרצן, מענדעלע אאַז"וו. מע דערציילט, אַז שפּעטער, ווען די ייִדישע העכערע בילדונג האָט מען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אָפּגעשטעלט, האָט עפּעס אַ קאָלעגע דערהערט אים רעדן אויפֿן טעלעפֿאָן אויף ייִדיש. האָט דער דאָזיקער קאָלעגע געפֿרעגט, ווי אַזוי פּאָרן זיך די צוויי זאַכן: ייִדיש און די אַרבעט פֿון אַ רוסישן פּראָפֿעסאָר. האָט נוסינאָוו אים געענטפֿירט: "אַ פּראָפֿעסאָר בין איך די לעצטע צוואַנציק יאָר, און אַ ייִד בין איך מײַן גאַנץ לעבן".

אין סאָוועטיש-ייִדישער ליטעראַטור-קענטעניש איז נוסינאָוו געקומען אָן דעם באַגאַזש, וועלכן עס האָבן מיטגעבראַכט מיט זיך די דערפֿאַרענע ייִדישע ליטעראַטן און קריטיקער. ער האָט געזען די פּראָבלעמען מיט אויגן פֿון אַ מענטש, אויסגעשולט אין מערבֿ-אוניווערסיטעטן, ווי אויך דורך דער פּריזמע פֿון די טעאָרעטישע משוגעתן, וואָס זײַנען געווען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר יענער טומלדיקער צײַט. זייער וואָגיק איז געווען נוסינאָווס בײַטראָג אין אויסקלײַבן די מחברים און ווערק, וועלכע מע האָט געקענט פֿאַרכּשרן פֿאַרן סאָוועטישן לייענער. אַ סבֿרא, אַז ער האָט געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין דעם פּראָצעס פֿון אָנערקענען שלום-עליכמען ווי דעם הויפּט-קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

אין זײַן בוך "פּראָבלעמען פֿון דער פּראָלעטאַרישער ליטעראַטור" (1932) האָט ער טעאָריזירט:

די גאַנצע ליטעראַרישע ירושה, אַזוי צו זאָגן, אונדזער ליטעראַטור-ביבליאָטעק, וואָס מיר פֿאַרמאָגן פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, קאָן אין גרונט צעטיילט ווערן אויף צוויי גרופּעס. ליטעראַרישע דענקמעלער, שרײַבער, אַפֿילו גאַנצע ליטעראַרישע שולן, וואָס אונדזער ליטעראַטור דאַרף זיי בלויז קריטיש איבערווינדן, גובֿר זײַן ווי ליטעראַרישע דערשײַנונגען, וואָס זײַנען אונדז פֿרעמד, פֿײַנטלעך סײַ לויטן קלאַס-מהות, סײַ לויט דער סאָציאַלער פֿונקציע, וואָס זיי האָבן אויסגעפֿילט פֿאַר די עקספּלואַטירנדיקע קלאַסן. דאָס איז איין גרופּע. די צווייטע גרופּע — ליטעראַרישע דענקמעלער, איינציקע שרײַבער, אָדער גאַנצע ליטעראַרישע שולן, וואָס מיר דאַרפֿן קריטיש אויפֿנעמען, ווײַל זיי האָבן אין די אינטערעסן פֿון זייער קלאַס אויסגעפֿילט אַזוינע סאָציאַלע אויפֿגאַבן, וואָס זײַנען אויף אַזאַ אָדער אויף אַן אַנדער אופֿן נאָענט דעם פּראָלעטאַריאַט [...] (זז׳ 19 און 20)

י. ל. פּרץ האָט, לויט נוסינאָוון, געהערט, דער עיקר, צו דער ערשטער גרופּע. ווען מע האָט אָפּגעמערקט דעם 10טן יאָרצײַט פֿון פּרצן, האָט נוסינאָוו פֿאַרעפֿנטלעכט אין דעם כאַרקאָווער זשורנאַל "די רויטע וועלט" (נומ׳ 7, 1925) אַן אַרטיקל אונטערן טיטל "פּרצעס פּובליציסטישע ירושה". ער האָט, בפֿרט, געשריבן (ז׳ 20):

פּרצעס פּובליציסטישע געדאַנקען זײַנען אָנגעשריבן אויף פּאָליטישע פֿאָנען פֿון קליינבירגערלעכן "כּנסת-ישׂראל". פֿאַר זײַן פּובליציסטישער ירושה וועלן איצט צו זײַן צענטן יאָרצײַט צווישן זיך רײַסן אַלע "הײַנטס" און "מאָמענטס", פֿאַר זייער וועלן צו דערקלערן אַלע סאָציאַליסטישע "פֿאָלקס-צײַטונגען" און "פֿאָרווערטס". [אַ חוץ דעם "פֿאָרווערטס", האָט ער געמיינט די וואַרשעווער צײַטונגען "הײַנט", "מאָמענט" און "פֿאָלקס-צײַטונג".]

מיר וועלן פֿאַר אָט דער ירושה ניט קעמפֿן. מיר וועלן אָפֿן זאָגן, אַז אַלץ אין אָט דער ירושה איז אונדז פֿרעמד און פֿײַנטלעך.

מיר פֿײַערן דעם יאָרצײַט בלויז פֿון פּרצן, דעם וואָס האָט אַ צײַט מיטגעקעמפֿט מיטן ייִדישן אַרבעטער. מיר הערן בלויז די ליטעראַרישע ירושה פֿון פּרצן, דעם באַזינגער פֿון פֿאָלק און אַרבעטער-לײַדן, דעם קינסטלערישן אויסדריקער פֿון אַ באַדײַטנד בלעטל אין דער נאַציאָנאַלער פֿאַרגאַנגענהייט, דעם שאַפֿער פֿון "חסידיש", פֿון פֿאָלקסטימלעכע געשיכטעס און פֿון זײַנע דראַמעס.

מיר הערן דעם קינסטלער פֿון פֿאַרגאַנגענהייט, מיר קעמפֿן אָבער מיט יעדן שפּור פֿון אָט דער פֿאַרגאַנגענהייטס-אידעאָלאָגיע, וואָס איז מסוגל אונדז צו פֿאַרשווערן כאָשט איין אונדזער טריט צו אונדזער קאָמוניסטישער צוקונפֿט, און מיר שוינען קיינעם ניט, ווער ס׳מאַכט אונדז אָט די שוועריקייט, זאָל עס אַפֿילו זײַן פּרץ אַליין.

(אַ פּערזענלעכע דערמאָנונג: מיט אַ צוואַנציק יאָר צוריק, ווען איך האָב געאַרבעט אין דעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד", איז אין דער רעדאַקציע אַרײַן דער ייִדישער שרײַבער טובֿיה גען. אים איז שווער געווען צו גיין, אַזוי אַז געזען האָט מען אים זייער זעלטן. דערצו האָט ער געוווינט גאַנץ ווײַט, מחוץ דער שטאָט. אָבער דעמאָלט האָט ער באַשלאָסן צו קומען, ווײַל ער האָט געוואָלט אַליין אַרײַנטראָגן זײַן אַרטיקל וועגן פּרצן. ווי ער האָט דערקלערט, "איצט איז געקומען די צײַט רעדן אָפֿן וועגן אַזעלכע זאַכן". געמיינט האָט ער מיכאַיִל גאָרבאַטשאָווס אידעע פֿון "גלאַסנאָסט", דאָס הייסט "גלאַסנאָ", בקול-רם, רעדן און שרײַבן וועגן די טעמעס, וועלכע פֿריִער האָט מען געהאַלטן פֿאַר טריפֿה. האָט טובֿיה גען, וואָס האָט אַ מאָל זיך געלערנט בײַ נוסינאָוון, באַשלאָסן, אַז זײַן שליחות איז געווען צו מאַכן אַ רעוויזיע פֿון פּרצעס ירושה.)

צו דער קאַטעגאָריע שרײַבער, וועלכע ס׳איז כּדאַי געווען צו לייענען אויפֿן וועג צום קאָמוניזם, האָט נוסינאָוו בלי-ספֿק צוגערעכנט שלום-עליכמען. וועגן דעם האָט נוסינאָוו ניט איין מאָל געשריבן אין 1926, ווען מע האָט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד ברייט אָפּגעמערקט שלום-עליכמס צענטן יאָרצײַט.


באַזונדערס אינטערעסאַנט איז זײַן פֿאַרגלײַכיקער אַרטיקל "פּרץ און שלום-עליכם", געדרוקט אין דער כאַרקאָווער צײַטונג "דער שטערן" (דעם 7טן אַפּריל 1926, ז׳ 2). איך ברענג דעם אַרטיקל דאָ, אַ ביסל געקירצט.

פּרץ און שלום־עליכם

איצט איז אונדז שוין קלאָר, אַז פּרץ איז איינע פֿון די רומפֿולסטע בלעטלעך אין דער געשיכטע פֿון אונדזער ליטעראַטור, אָבער דאָך — נאָר אַ בלעטל געשיכטע אין ליטעראַטור, און שלום-עליכם איז אונדזער ליטעראַטור.

די ליטעראַטור פֿון יעדן פֿאָלק ווייסט פֿון אַזעלכע פֿאַלן. [...]

דאָס זעלבע איז אויך בײַ אונדז, מיט אונדזערע צוויי קלאַסיקער, מיט פּרצן און שלום-עליכמען.

אַלע זײַנען מודה, לכל-הפּחות בײַ אונדז אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, אַז שוין איצט איז די צאָל פֿון לעבעדיקע בלעטלעך פֿון פּרצעס קינסטלערישער ירושה גאַנץ באַגרענעצט.

דען פּרצעס אַזוי-גערופֿענע סאָציאַלע דערציילונגען (שוין אָפּגערעדט פֿון זײַן פּאָעזיע) זײַנען שאַפֿונגען, וואָס די ייִדישע ליטעראַטור און דער ייִדישער לעזער, דער פּראָלעטאַרישער לעזער, איז שוין איבערגעוואַקסן. און אויב דער לעזער אינטערעסירט זיך נאָך אַ מאָל מיט זיי, איז עס בלויז דערפֿאַר, וואָס אונדזער נײַע ליטעראַטור באַפֿרידיקט נאָך ניט די באַדערפֿעניש און פֿאַרלאַנג פֿון אַרבעטער צו דערזען זײַנע אייגענע געשטאַלטן אינעם נײַעם בוך.

פּרצעס ליטעראַרישע ירושה בלײַבט "חסידים", "פֿאָלקסטימלעכע געשיכטן" און, טיילווײַז, די דראַמען. די דראַמען בלויז טיילווײַז, ווײַל פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון דראַמאַטישן שאַפֿן איז קיין איינע פֿון זיי ניט קיין פֿאַרענדיקטע, פֿאַרמאָגט יעדע מער דראַמאַטישע פּראָבלעמען, ווי דראַמאַטישע געשטאַלטן און האַנדלונג.

אָט די בערך באַגרענעצטע פּרצעס ירושה האָט אונדז פֿאַרבלענדט מיט איר קעגנזעצלעכקייט און אָריגינעלקייט: די נײַע ייִדישע ליטעראַטור ביז פּרצן איז געוואַקסן אויף איר געזעלשאַפֿטלעכן קאַמף מיטן ייִדישן מיטל־אַלטער און פֿריִער פֿאַר אַלץ, מיט די אָרגאַניזירטע פֿאַרטיידיקער פֿון מיטל־אַלטער — מיט די רביים און חסידים. און דאָ מיט אַ מאָל איז געקומען פּרץ און באַוויזן, אַז גראָד דאָס חסידים געהערט צו די שענסטע בלעטלעך אין דער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט. נאָך מער, ער האָט אין "חסידיש" אַרײַנגעבראַכט אַלגעמיינע באַגריפֿן פֿון ליבע און איבערגעגעבנקייט צום פֿאָלק, צום סאָציאַל-באַליידיקטן. ער האָט אין מויל פֿון רביים אַרײַנגעלייגט אָנצוגעהערענישן פֿון וועלט-באַפֿרײַונג און מענטשלעכער אויסלייזונג.

און געקומען איז ער דערמיט דאַן, ווען מיר האָבן שוין געהאַלטן אין קריטיקירן די משׂכּילים און זייער אָפּלייקענונג פֿון דער נאַציאָנאַלער שפּראַך און קולטור, געהאַלטן אין אויסלעבן זייערע אילוזיעס וועגן סתּם ציוויליזאַציע, שוין גוט געוווּסט, אַז "ציוויליזאַציע" איז בורזשואַזע הערשאַפֿט, און געענטפֿערט זיי מיטן לשון פֿון פּרצעס אַרבעטער:

"אַלץ וואָס שטיקט, דריקט" ("בײַ נאַכט אויפֿן אַלטן מאַרק").

פּרץ האָט דערפֿאַר די דעמאָלטיקע ייִדישיסטיש-סאָציאַליסטישע אינטעליגענץ פֿאַרכאַפּט מיט זײַנע פּראָבלעמען, וואָס זײַנען געווען אירע יחידיש-נאַציאָנאַליסטישע פּראָבלעמען.

דער ייִדישער אַרבעטער האָט, אייגנטלעך, געדענקט פּרצן ווי דעם שרײַבער פֿון די סאָציאַלע דערציילונגען, וואָס זײַנען געווען לויט דער דעמאָלטיקער פּאָליטישער הויך פֿון אַרבעטער. אויס סימפּאַטיע צו פּרצן פֿאַר אָט די דערציילונגען האָט ער געלייענט אויך "חסידיש", געקוואָלן פֿון די סאָציאַלע רמזים, און אומצופֿרידן געקנייטשט מיט די פּלייצעס: "וואָס מיינט פּרץ מיט זײַנע פּינטעלעך?" — שטענדיקע אַרבעטער-צעטעלעך אויף אַלע פּרצעס פֿאָרלעזונגען אין וואַרשע.

אָבער אויך דער אַרבעטער האָט זיך פֿאַראייניקט צום פּרץ-קולט. יאָ, צום פּרץ-קולט, וואָס איז דאַן געשאַפֿן געוואָרן. ס׳האָט געהייסן: פּרץ איז רעוואָלוציאָנער, פּרץ איז מאָדערן, פּרץ איז טיף, פּרץ איז פֿאַר אויסדערוויילטע. און פֿון אָט דעם הויכשעצן פּרצן איז געקומען שלום-עליכמס גרינגשעצן.

להיפּוך צו פּרצן האָט מען וועגן שלום-עליכמען געזאָגט: "קיין אידעאָלאָגיע, קיין פֿונק פֿון מאָדערנקייט, נאָר קליינשטעטלדיקער וויץ, קליינשטעטלדיקע שפּראַך, מיט קליינשטעטלדיקע געשטאַלטן; אַ שרײַבער פֿאַר אַלע ניאַנקעס."

מע האָט מיט באַפֿרידיקונג ציטירט פּרצעס אַ ביטול-וואָרט וועגן שלום-עליכמען: "וואָס האָט דער קיִעווער שלום-עליכם געגעבן? — דעם מעקלער" ("זאַמלבוך צום אָנדענק פֿון שלום-עליכמען", ז׳ 72). פּרץ אַליין האָט זיך גיך פֿון אָט דעם ביטול צו שלום-עליכמען אָפּגעזאָגט, אָבער בײַם ייִדישן לעזער, און באַזונדערס בײַם אינטעליגענטן לעזער איז ער לאַנג פֿאַרבליבן.

קיין מאָדערנע אידעען און קיין אינטעליגענטישע פּראָבלעמען זײַנען אין שלום-עליכמס ווערק ניט געווען. אַלנפֿאַלס, אויף דער אייבערפֿלאַך זײַנען זיי ניט געלעגן. פֿאַרקערט, זײַן שפּראַך און זײַנע געשטאַלטן זײַנען געווען אַזעלכע היימישע, אַז מ׳האָט פֿאַר זיי און במילא פֿאַר זייער שאַפֿער קיין דרך-ארץ ניט געהאַט. יעדן יונגערמאַן האָט זיך געדוכט, אַז ער קאָן אויך שרײַבן ווי שלום-עליכם.

דאָ האָט זיך מיט שלום-עליכמען איבערגעחזרט אַ זאַך, וואָס האָט כּמעט מיט אַלע גרויסע הומאָריסטן געטראָפֿן. זייערע טעמעס זײַנען אַלע מאָל געווען אַלגעמיין-מענטשלעכע שוואַכקייטן: צבֿיעות, באַרימערײַ, טעמפּקייט, פּחדנות, נאָכמאַכערײַ, אָדער פֿאַנטאַסטישקייט, גוטמוטיקייט, נאַיִווער גלויבן אאַז׳׳וו. דערפֿאַר זײַנען זייערע העלדן געוואָרן אינטערנאַציאָנאַלע באַגריפֿן, און די שאַפֿער — אינטערנאַציאָנאַל-באַליבטע שרײַבער.

נאָר דער מאַטעריאַל, פֿון וועלכן דער הומאָריסט שאַפֿט זײַן טיפּ, איז אַלע מאָל קאָנקרעט שטייגערנדיקער, אָרטיקער, אייגנטימלעכער. און אָט די אַלטעגלעכקייט פֿונעם הומאָריסט האָט אָפֿט געבראַכט דערצו, דער קריטיקער און לעזער זאָלן אים ניט דערשאַצן.

באמת, כּתריאלעווקער פּאַרשוינען, "קליינע מענטשעלעך מיט קליינע השׂגות", — אַלץ איז דאָ אַזוי באַקאַנט היימיש, און דערעסן, אַז דעם באַלעבאַטישן קריטיקער און מיטעלן לעזער איז שווער געווען אויפֿנעמען דאָס ווי אַ ליטעראַרישע איבערדיכטונג.

אין דער ערשטער צײַט איז די באַציִונג צו שלום-עליכמס ווערק געווען, ווי צו אַ ליבן, פֿריילעכן אַנעקדאָט. צו שלום-עליכמען גופֿא — אַ ביטולדיקע, ווי צו אַ פֿריילעכן, אָבער אייבערפֿלעכלעכן דערציילער. ערשט שפּעטער האָט מען דערשפּירט אין זײַנע ווערק דעם גרויסן סימבאָל פֿון מענטשלעכע שוואַכקייטן און לײַדן, מע האָט דערפֿילט אין אים דעם גאונישן "עמך". בלויז איין חבֿר [משה] ליטוואַקאָוו האָט, ווי מיר געדענקען נאָך, ניט געוווּסט פֿון קיין גרינגשעצן שלום-עליכמען, און האָט גלײַך געשריבן: "שלום-עליכם איז אַ גאונישער שרײַבער אָן אַ גאונישער אידעע".

לאַנג האָט מען בײַ אונדז געהאַלטן, אַז פּרץ איז אונדזער גרויסער מאָדערן-אייראָפּעיִשער שרײַבער. ער איז דאָך פֿול געווען מיט אַזוי פֿיל מאָדערן-אייראָפּעיִשע פּראָבלעמען. פֿאַרקערט, שלום-עליכם איז אונדזער היימישער פֿאָלקס-שרײַבער, כּלל ניט קיין מאָדערנער, און כּלל ניט קיין אייראָפּעיִשער.

און ווען מיר איצט, צום עלפֿטן יאָרצײַט פֿון פּרצעס טויט און ערבֿ דעם צענטן יאָרצײַט פֿון שלום-עליכמס טויט, פֿירן אונטער אַ סך-הכּל צו ביידנס ירושה, איז אונדז קלאָר:

פּרצעס וועלט-פּראָבלעמען זײַנען ניט נײַ, ניט אַזוי פֿאַרטיפֿט און ניט אַזוי קינסטלעריש פֿאַרקערפּערט, אַז מ׳זאָל קאָנען פֿון פּרצן רעדן ווי פֿון אַ בלעטל וועלט-ליטעראַטור, ווײַל וועלט-ליטעראַטור איז בלויז דאָרט, וווּ אַ גרויסע פּראָבלעם האָט זיך מיט אַ גרויסער געשטאַלט צונויפֿגעגאָסן.

פֿאַרקערט, בײַ שלום-עליכמען זײַנען גאונישע געשטאַלטן, דערהויבענע צו אַלמענטשלעכע פֿיגורן, וואָס זײַנען פּראָבלעמען. דען לויט דער קאָנצענטרירטקייט פֿון פֿאָטער-איבערלעבונגען, לויט זײַן קאָנען פֿאַרשטיין און פֿאַרגעבן דעם, וואָס אים אומרעכט געטאָן, דערהייבט זיך טובֿיה ביז צו דער הויך פֿון אַ "קעניג ליר".

פּרץ — איז פּראָבלעם, שלום-עליכם — איז געשטאַלט. פּראָבלעמען ווערן געשיכטלעך געלייזט, און אויב אַפֿילו ניט געלייזט, ווערן זיי אַלנפֿאַלס אויסגעלעבט. געשטאַלטן בלײַבן. דערפֿאַר איז שלום-עליכם הײַנט ליטעראַטור און וועט זײַן ליטעראַטור דאַן, ווען אַ סך איצט פּאָפּולערע שרײַבער וועלן לאַנג פֿאַרגעסן ווערן.

פֿאַרקערט, פּרץ איז אַ רומפֿול בלעטל געשיכטע פֿון ליטעראַטור, וואָס וועט אַלץ מער און מער בלויז געשיכטע ווערן.

* * *

פֿון וואַנען שטאַמט אָט דער פֿאַרשיידענער גורל זייערער?

פֿון פּרצעס אַריסטאָקראַטישקייט און שלום-עליכמס דעמאָקראַטישקייט. איינער איז געקומען פֿונעם רביישן חדר-מיוחד, דער צווייטער — פֿונעם פּאָליש.

פּרצעס פֿאָלק ווערט דערהויבן דורך דעם רבינס טיש און אַ דאַנק דעם רבינס הייליקייט. אָנעם רבין זינקט דאָס פֿאָלק אין דער נידעריקער וואָכעדיקייט.

שלום-עליכמס פֿאָלק ווערט דערהויבן, ווען ס׳אַנטלויפֿט פֿון באַלעבאַטיש-גבֿירישן טיש צום אייגענעם קעניג אַחשוורוש, און איז גרויס ניט מיט קיין פֿירער, וואָס שטייט איבער אים, נאָר מיט דער שאַפֿערישקייט פֿון די, וואָס שטייען צווישן אים, מיט אַ סטעמפּעניו, מיטן האָרעפּאַשנעם טובֿיה, מיט "עמך".

איבער פּרצעס "האָפֿענונג" אויף דעם פֿאָלקס יום-טובֿדיקייט האָט אַלע מאָל געהערשט זײַן "שרעק" פֿאַר דער פֿאָלקישער וואָכעדיקייט.

שלום-עליכם האָט אַלע זײַנע יאָרן געלעבט מיט דער פֿאָלקישער פֿריידיקייט.

דער העכסטער שבֿח פֿאַר פּרצן בלײַבט דערויף: ער איז אונדזער ערשטער פּראָבלעמען-שרײַבער.

דער העכסטער שבֿח פֿאַר שלום-עליכמען: ער איז אונדזער ערשטער פֿאָלקס-שרײַבער.

פֿאַר זײַן אַריסטאָקראַטיזם איז פּרץ באַשטראָפֿט געוואָרן דערמיט, וואָס ער וועט פֿאַרבלײַבן דער באַליבטער שרײַבער נאָר פֿון באַגרענעצטע קרײַזן. פֿאַר זײַן דעמאָקראַטיזם איז שלום-עליכם באַלוינט געוואָרן דערמיט, וואָס ער וועט אויף תּמיד פֿאַרבלײַבן דער באַליבטער שרײַבער פֿון פֿאָלק.


דאָס איז אַרויס אין אַפּריל 1926. אין אַ חודש אַרום, קערט זיך אום נוסינאָוו צו דער פֿראַגע פֿון שלום-עליכמען. דעם 13טן און דעם 14טן מײַ דרוקט די צײַטונג "דער שטערן" זײַן אַרטיקל "ער האָט געדאַרפֿט קומען". איך ברענג דאָ נאָר דעם צווייטן טייל פֿונעם אַרטיקל (ז׳ 2 אין דער כאַרקאָווער צײַטונג):

ער האָט געדאַרפֿט קומען

אַ מוז פֿון אַ קאָלעקטיוו איז געווען שלום-עליכמס קומען. אַ סאָציאַלער מוז איז געווען דער הומאָריסטישער אַרט פֿון זײַן טאַלאַנט.

דען, ווען קומט דער הומאָריסט?

דער גרויסער הומאָריסט קומט אַלע מאָל, ווען אַ קלאַס איז געוואָרן סאָציאַל איבעריק, נאָר ער באַמערקט דאָס נאָך ניט, פֿאַרשטייט דאָס נאָך ניט, און קלערט נאָך אַלץ, אַז ער איז דער עיקר, אַז צוליב אים איז די וועלט באַשאַפֿן געוואָרן. דער פּסיכאָלאָגישער צושטאַנד פֿון אַ קאָלעקטיוו, וואָס געפֿינט זיך אין אַזאַ לאַגע, כאַראַקטעריזירט זיך מיט דעם ווידערשפּרוך צווישן זײַן באַוווּסטזײַן מיט זײַנע מעגלעכקייטן.

דער שטייגער-שרײַבער, וואָס האָט דעם ווידערשפּרוך באַמערקט און האָט אים פֿאַרקערפּערט אין געשטאַלטן, קומט אומפֿאַרמײַדלעך צו הומאָר.

דער ריטער פֿון מיטל־אַלטער איז אַ לאַנגע צײַט געווען אַ לעבעדיקער גליד פֿון געזעלשאַפֿטלעכן אָרגאַניזם. נאָר מ׳האָט אויסגעקלערט פּולווער, און מ׳דאַרף אים [דעם ריטער] שוין מער ניט. איז אויב ער פֿאַרשטייט, אַז ער איז שוין אַן איבעריקער, אַ פֿאַראורטיילטער, איז ער טראַגיש, און זײַן קינסטלערישע פֿאַרקערפּערונג איז דראַמאַטיש. פֿאַרשטייט ער דאָס ניט, און מיינט נאָך אַלץ, אַז אויף אים שטייט די וועלט, איז ער קאָמיש, און זײַן קינסטלערישער אויסדרוק איז — הומאָריסטיש. אַזאַ איז סערוואַנטעסעס דאָן-קיכאָט, און אויף אַזאַ סאָציאַל-פּסיכאָלאָגישן יסוד זײַנען אויך אויסגעוואַקסן שלום-עליכמס דרײַ ווערק: "די בריוו פֿון מנחם-מענדל", "טובֿיה דער מילכיקער" און "מאָטל פּייסיס".

דער גרויס-שטאָטישער קאַפּיטאַל מאַכט פֿאַר איבעריק דעם כּתריאלעווקער קלייטניק. דעם באַלעבעסל שטייט פֿאָר זיך פּראָלעטאַריזירן אין דער רוסישער גרויס-שטאָט אָדער עמיגרירן קיין אַמעריקע. נאָר בײַ זיך איז ער זיכער, אַז ער, דער קאָפּ-מענטש פֿון קלײַזל, וועט אין שטאָט גלײַך ווערן אַ — בראָדסקי [אַ קיִעווער גבֿיר, וואָס האָט קאָנטראָלירט אַ טייל פֿון דער רוסישער צוקער-אינדוסטריע].

ער גייט צו צו די גרויס-שטאָטישע בירזשע-דערשײַנונגען מיט דער סכעמאַטישקייט פֿון זײַן בית-מדרשדיקן "על-פּי-שׂכל": פֿאַר אַ טאָג האָט זיך די אַקציע געהויבן אויף אַ הונדערטער, און ביז דעם ערשטן איז נאָך 12 טעג, וועט ביז דעם ערשטן אַרויף צוועלף הונדערט...

ער באַגרײַפֿט ניט די לעבעדיקע מעכאַניק פֿון דעם נײַעם פּראָצעס, ווײַל ער איז אין דעם פּראָצעס אַן איבעריקער, און ער כאַפּט דערפֿאַר מפּלות. ווי אַן אמתער פֿאָרשטייער פֿון אַ פֿאַראורטיילטן שיכט, וואָס פֿאַרשטייט ניט זײַן פֿאַראורטיילטקייט, לערנט אים גאָרניט די דערפֿאַרונג, ער גלייבט אַלץ אין דער לײַטישקייט פֿון יעהופּיצער, ער גלייבט אין לעבן און אין דעם, אַז ניט הײַנט איז מאָרגן וועט ער דערהייבן ווערן: ער וועט, ער מוז ווערן אַ בראָדסקי.

מנחם-מענדל איז אַן אויסדרוק פֿון דעם דור, וואָס איז אַראָפּ פֿון קליינשטעטלדיקע קעסט און האָט געמוזט אָנקומען אויף גרויסשטאָטישער אויסהאַלטעניש. אָט דער דור פֿאַרשטייט נאָך ניט, אַז עס איז געקומען דער טויט פֿונעם נעכטן. ער גייט סאָציאַל אַראָפּ און אים דוכט, אַז ער שטײַגט אַרויף. ער איז דערפֿאַר קאָמיש, און זײַן פּאָרטרעט איז, אומפֿאַרמײַדלעך, הומאָריסטיש.

* * *

מנחם-מענדל איז דער אויסדרוק פֿון דעם ניט קענען זיך צופּאַסן צו די נײַע סאָציאַל-עקאָנאָמישע באַדינגונגען. און טובֿיה דער מילכיקער — איז דער אויסדרוק פֿון די ווידערשפּרוכן צווישן דעם דורותדיקן רעליגיעז-נאַציאָנאַלן באַוווּסטזײַן מיט דעם מאָדערנעם קאַפּיטאַליסטישן זײַן. טובֿיהס טעכטער מאַכן דורך דעם וועג פֿון דער מיטל־אַלטערלעכער ייִדענע צו דער מאָדערנער פֿרוי. זיי זײַנען דער אויסדרוק פֿון קאַמף פֿון דער ייִדישער פֿרוי פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון די קייטן "פֿון טאַטע-מאַמע און גוטע פֿרומע לײַט", זיי זײַנען דער שטרײַט פֿאַר פּערזענלעכקייט, די דראַמע פֿון יעדער איינער איז אַ בלעטל פֿון נײַער, ערבֿ-רעוואָלוציאָנערער לעבנס-דערפֿאַרונג.

פֿאַר טובֿיהן איז אָבער יעדע נײַע דראַמע פֿון זײַנער אַ טאָכטער — אַ רעטעניש, וואָס ער קאָן אַנדערש ניט פֿאַרשטיין ווי נאָר ווי אַ נסיון פֿון דעם אייבערשטן. ער איז דערפֿאַר באַשעפֿטיקט ניט אַזוי מיטן וועלן פֿאַרשטיין, וואָס אין דעם סאָציאַלן אַרום האָט אויפֿגעברויזט, ווי מיט אויסטענהן זיך מיט גאָט. ער וואַקסט אויס אין אַ פֿיגור פֿון אַ לעצטן איובֿ, וואָס פֿירט אייביקע וויכּוחים מיט גאָט, און פֿאַרענדיקט זיי אַלע מאָל מיט גרויסער פֿאַרגעבונג דעם מענטשן און מיט נאָך גרעסערער אונטערטעניקייט צו דער פֿאַר אים אומפֿאַרשטענדלעכער "גערעכטיקייט".

נאָר יענער ערשטער איובֿ האָט געפֿירט וויכּוחים מיט גאָט אין אַ סבֿיבֿה, וווּ אַלע האָבן געהאַלטן, אַז אויסער גאָט איז דאָ קיינער ניט שולדיק. און טובֿיה טענהט מיט גאָט דעמאָלט, ווען זײַנע צוהערער פֿאַרשטייען גוט, אַז שולדיק אין זײַנע צרות איז ניט גאָט [...], און בײַ זײַן גאַנצער דראַמאַטישקייט איז ער דערפֿאַר דאָך הומאָריסטיש. [...]

פּרץ, [שלום] אַש האָבן אויך געזוכט אַ געשטאַלט, כּדי אין איר צו פֿאַרקערפּערן די נייטיקע ענערגיע, וואָס איז געווען אַ סך-הכּל פֿון דורותדיקן תּמימותדיקן רעליגיעזן גלויבן פֿון מאַסן-ייִדן. זיי האָבן אָבער די געשטאַלט אַרויסגעשיילט פֿון דער רעאַלער ווירקלעכקייט אַרויס, כּדי צו באַקומען אַ טראַגישע פֿיגור. זײַנען זיי געקומען דערפֿאַר ניט צו קיין גרויסע געשטאַלטן, נאָר צו פֿאַרגעשטאַלטעטע אידעען.

שלום-עליכם איז געגאַנגען פֿון רעאַלער געשטאַלט. און די רעאַלע, פֿון לעבן-גענומענע געשטאַלט האָט צוליב דעם דערמאָנטן ווידערשפּרוך צווישן מעגלעכקייטן און באַוווּסטזײַן, געמוזט האָבן אין זיך עלעמענטן פֿון הומאָר. און טאַקע אָט דער רעאַליזם האָט מיטגעהאָלפֿן שלום-עליכמען צו דערהייבן טובֿיהן אויף אַזאַ הויך, וואָס זאָל זײַן ניט בלויז בילד, נאָר אויך אידעע. וואָרעם בײַ שלום-עליכמען איז טובֿיה ניט נאָר אַ מאָנומענטאַל בילד, נאָר אויך די אידעע פֿון אויסדערוויילטקייט. ניט אומזיסט האָט אינעם קינסטלער צום סוף (אינעם קאַפּיטל "וחלקלקות") דער אידעאָלאָג פֿון "אַתּה-בחרתּנו" אַפֿילו גובֿר געווען און געצוווּנגען אים פֿאַרענדיקן מיטן אידעאָלאָגיש-אויסגעדראָשענעם און דיכטעריש ניט באַרעכטיקטן "לעבן זאָל דער גרויסער ייִדישער גאָט".

און די דריטע שלום-עליכם-פֿיגור — מאָטל. ער איז די באַגעגעניש פֿון קינד מיט דער נײַער ווירקלעכקייט. ער איז פֿון אַ "קליין ייִדעלע" — לויט מענדעלעס אויסדרוק — אַ ייִדיש קינד געוואָרן. ער איז די אויסלייזונג פֿון ייִדישן קינד פֿון מיטל־אַלטער.

אין אַ צײַט, ווען ביאַליק האָט באַזונגען ייִדישע קינדערלעך מיט זייערע "דאַרע גופֿעלעך" פֿאַר זייערע "פֿאַרטראַכטע אייגעלעך", האָט שלום-עליכם זיך געשטעלט אַ קינסטלערישן דענקמאָל אין דורות דורך דעם, וואָס ער האָט קינסטלעריש באַפֿרײַט דאָס ייִדישע קינד פֿון רחמנות און פֿאַרדאגהדיקייט.

די סימבאָלישע באַדײַטונג פֿון מאָטלס ווערטער — "מיר איז גוט, איך בין אַ יתום" — באַשטייט טאַקע אין דעם, וואָס מאָטל איז געבליבן אַ יתום נאָך דעם ייִדישן מיטל־אַלטער. ער איז אויסגעלייזט געוואָרן פֿון דער כּנסת-ישׂראל-השגחה.

פֿון דאַנען שטאַמט די פֿרייד, וואָס שטראָמט פֿון אים פּונקט ווי דער געלעכטער, וואָס ער רופֿט אַרויס, שטאַמט דערפֿון, וואָס מיט אַלטע חדר-השׂגות פּרוּווט ער מעסטן נײַע וועלטן.

* * *

"מאָטל פּייסיס" איז די באַגעגעניש פֿון קינד מיט דער נײַער וועלט. "מנחם-מענדל" איז די צופּאַסונג צום נײַעם סאָציאַלן זײַן. "טובֿיה דער מילכיקער" — דער קאָנפֿליקט מיט דעם נײַעם באַוווּסטזײַן.

אין די דרײַ ווערק איז דער גאַנצער שלום-עליכם. די איבעריקע הונדערטער פֿיגורן פֿון זײַנע ווערק געפֿינען שוין דאָ זייער קינסטלערישע פֿאַרפֿולקאָמונג.

דורך דעם קינסטלערישן בלוט און פֿלייש, מיט וועלכן זיי זײַנען אָנגעפֿילט, ווערן זיי פֿון סאָציאַלע געשטאַלטן פֿאַרוואַנדלט אין פּסיכאָלאָגישע באַגריפֿן, און ווי אַזעלכע וועלן זיי לעבן דאַן, ווען די סאָציאַלע ווירקלעכקייט, וואָס האָט זיי אַרויסגערופֿן, וועט שוין לאַנג זײַן אַ פֿאַרגעסן בלעטל געשיכטע.


אַ נאָכוואָרט

נוסינאָוו איז געווען, אין תּוך אַרײַן, גערעכט. די פּראָבלעמען, וועלכע עס האָט אַרומגערעדט פּרץ, ווי אויך פּרץ אַליין, אינטערעסירן איצט נאָר אַ שמאָלן קרײַז געלערנטע. שלום-עליכמס געשטאַלטן הערן ניט אויף צוציִען ניט בלויז ליטעראַטור-קענער, נאָר אויך "סתּם" לייענער. די רייד גייט ניט, פֿאַרשטייט זיך, וועגן מאַסן-לייענער. אָבער סײַ-ווי-סײַ קויפֿט מען שלום-עליכמס ביכער.

איך האָב די טעג אַרײַנגעקוקט אין "אַמאַזאָן. קאָם", וואָס צעשטעלט די ענגליש-שפּראַכיקע ביכער לויט זייער פּאָפּולערקייט, אָדער פּינקטלעכער — לויט דעם ווי מע קויפֿט עס אין דעם דאָזיקן ריזיקן אינטערנעץ-געשעפֿט. שלום-עליכם האָט ניט געקענט קאָנקורירן מיט סאַראַ פּיילין — איר בוך Going Rogue איז געשטאַנען אויפֿן ערשטן אָרט. שלום-עליכמס Tevye the Dairyman and Motl the Cantor’s Son, איבערגעזעצט דורך אַליזאַ שעוורין און אַרויסגעגעבן פֿאַראַיאָרן דורך "פּענגווין", איז געשטאַנען אַ ביסל ווײַטער, אויפֿן אָרט נומער 261,872. דאָך אין פֿאַרגלײַך מיט מיליאָנען אַנדערע ביכער איז עס גאָר ניט שלעכט.

צוריק גערעדט, אַפֿילו אין די יאָרן, ווען דער ייִדישער ביכער-מאַרק האָט אויסגעזען ווי אַן אומענדלעכער אָקעאַן, האָט מען שלום-עליכמס ביכער געהאַט ניט אין יעדער ייִדיש-רעדנדיקער שטוב. דזשעפֿרי וויידלינגער, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע אין אינדיאַנאַ-אוניווערסיטעט, ברענגט אין זײַן נײַער מאָנאָגראַפֿיע (וואָס איך לייען איצט מיט גרויס אינטערעס), Jewish Public Culture in the Late Russian Empire, אַזאַ סטאַטיסטיק: מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, אין 1909, זײַנען שלום-עליכמס ביכער, בדרך-כּלל ביליקע אויסגאַבעס, אַרויס מיטן אַלגעמיינעם טיראַזש פֿון 66,500 קאָפּיעס. קיין איין ייִדישער מחבר איז, לויט די טיראַזשן פֿון זײַנע ביכער, אַפֿילו נאָענט ניט געשטאַנען לעבן שלום-עליכמען.

ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן אַז אין יאָר 2009 וועט מען אויך בסך-הכּל פֿאַרקויפֿן ניט ווייניקער ביכער, טאָמער מע ציילט די אויסגאַבעס אויף אַלע שפּראַכן: ענגליש, רוסיש, העברעיִש, דײַטש, דעניש, איטאַליעניש, פֿראַנצויזיש, וכ׳. מיט אַנדערע ווערטער, געפֿינען זײַנען ווערק אַ וועג צום לייענער. דאָס מיינט אויך, אַז שלום-עליכם פֿאַרלירט ניט זײַן מיטגלידערשאַפֿט אין דעם עליטאַרן אינטערנאַציאָנאַלן קלוב פֿון שרײַבער, וועלכע ווערן ניט פֿאַרגעסן אין יאָרצענדליקער אַרום נאָך זייער טויט.