טעאַטער
פֿון יעקבֿ בר־און (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַנדריי קאַשקאַר
אַנדריי קאַשקאַר

"די ראָלע פֿון אַ קאָנפֿעראַסיע וואָס איך שפּיל אין דער פֿאָרשטעלונג 'ווער איז ווער’, האָב איך נאָך קיין מאָל נישט געשפּילט אין מײַן לעבן". אַזוי זאָגט אַנדריי קאַשקאַר, וואָס שפּילט די הויפּט־ראָלע אין דער נײַער פּיעסע, אויפֿגעפֿירט אויף דער בינע פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער. דער אַקטיאָר, פֿופֿציק יאָר אַלט, רעפּרעזענטירט מיט זײַן לעבנס־ראָלע, אַ ווירטואָז־שפּיל, געפֿלאָכטן מיט געזאַנג און טאַנץ. ער טוט עס מיט זײַן גאַנצן וועזן. "ווען דער פֿאָרהאַנג לאָזט זיך אַראָפּ, פֿיל איך זיך אויסגעשעפּט", איז זיך מודה קאַשקאַר. "איך האָב נאָך קיין מאָל נישט געהאַט אַזאַ אָנגעשטרענגטע פֿיזישע פֿאָרשטעלונג מיט אַזאַ לאַנגן טעקסט צו זאָגן, און אַ מיליאָן קליידער זיך איבערצוטאָן, ווי אויך גרימירונג. וואָס עס קומט פֿאָר הינטער די קוליסן, איז אַ פּיעסע פֿאַר זיך אַליין. איך גלייב נישט, אַז כ׳וואָלט געקאָנט דערפֿילן די אויפֿגאַבע אָן דער הילף פֿון דער מאַנשטאַפֿט וואָס העלפֿט מיר אַרויס".

"צו באַקומען די ראָלע איז פֿאַר מיר געווען אַ זהות, און, אַוודאי, אויך מזל", זאָגט קאַשקאַר. "אין דער אָריגינעלער פּיעסע פֿון סאַמי גראָנימאַן, וואָס איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן דורכן טעאַטער 'המטאטטא’ (דער בעזעם) מיט זיבעציק יאָר צוריק, מיט דער צענטראַלער טעמע פֿון טוישן קינדער, בײַם געבוירן ווערן, צווישן אַ ייִד און אַ גוי אין דער נאַצישער דײַטשלאַנד פֿון פֿאַר דער מלחמה, איז אַזאַ קאָנפֿעראַסיע נישטאָ. דאָס איז געווען אַ "ראָזשינקע" פֿונעם רעזשיסאָר פֿון דער פֿאָרשטעלונג, יאַן שורמיי. ער האָט אײַנגעשטימט צו רעזשיסירן בײַ אונדז מיטן תּנאַי, ער זאָל איבעראַרבעטן די פּיעסע פֿון דאָס נײַ און צו איר צוגעבן אַ קאַבאַרעט, מיט פֿיר שוישפּילערינס־טענצערינס, וואָס באַגלייטן מיך. 'דאָס וועט באַפֿרישן די פּיעסע’, אַזוי האָט ער געזאָגט.

זײַן באַדינג איז געווען, אַז איך זאָל שפּילן די ראָלע פֿונעם קאָנפֿעראַסיע. ער האָט מיך געוואָלט, נאָך דעם ווי איך האָב געשפּילט די ראָלע פֿון אימפּרעסאַריאָ אין דער פֿריִערדיקער פּיעסע, וואָס ער האָט אויפֿגעפֿירט, 'דער קונצנמאַכער פֿון לובלין’. ווען ער האָט געזאָגט אַז נאָר איך וועל קענען אויספֿירן אַזאַ ראָלע, וואָס ער האָט אָנגעשריבן ספּעציעל פֿאַר מיר, איז עס פֿאַר מיר געווען אַ גרויסער קאָמפּלימענט. איך האָב זוכה געווען".

אַנדריי קאַשקאַר אין דער פֿאָרשטעלונג "ווער איז ווער"
אַנדריי קאַשקאַר אין דער פֿאָרשטעלונג "ווער איז ווער"

פֿאַר אַ גרויסן טייל פּובליקום וואָס האָט געזען די פּיעסע, דערמאָנט איר זיי יואל גריין, פֿון דעם פֿילם 'קאַבאַרעט’". האָט איר וועגן דעם געטראַכט?

"דעם אמת געזאָגט, פֿאַרן אָננעמען די ראָלע, בין איך נישט געגאַנגען ווידער זען דעם פֿילם. כ׳האָב זיך באַמיט צו האַלטן די דיסטאַנץ. דאָך, ווייס איך, אַז ס׳איז דאָ אין דעם אַ זין. עס זײַנען דאָ גראָטעסק־ און קאַבאַרעט־עלעמענטן פֿון יענער צײַט אין דײַטשלאַנד. ס׳רובֿ צײַט פֿון דער פֿאָרשטעלונג גיי איך אָנגעטאָן אין פֿרויען־קליידער. דאָס איז פֿאַר מיר אַן אויסנאַם, ווײַל אַזאַ דערפֿאַרונג האָב איך ניט געהאַט זינט איך בין געווען אַ יונגער אַקטיאָר".

איר וועט מסכּים זײַן מיט מיר, אַז דאָס איז אַ חנדעלע וואָס באַגלייט אײַער שפּילן, בפֿרט ווען אין אַ באַשטימטן מאָמענט טוט איר אָן אַ בלאָנדן פּאַרוק און טשעפּעט צו... וואָנצעס, ווי היטלער האָט געטראָגן?

"אַזוי קומט עס טאַקע פֿאָר, ווען איך באַווײַז זיך ווי אַן אַלטער עגאָ פֿון דעם נאַצישן העלד פֿון דער פּיעסע. ער איז דאָך דאָס ייִדישע זויגקינד בעתן טויט פֿון די קינדער. נישט געקוקט וואָס די פּיעסע האָט אַ שײַכות צו דײַטשלאַנד אין די דרײַסיקער יאָרן, האָבן מיר מורא געהאַט אָנצורירן די חורבן־טעמע. די מערהייט פֿון אונדזער פּובליקום האָט איבערגעלעבט די טראַוומע און וויל נישט ווידער עפֿענען די וווּנדן. בסך־הכּל, בין איך איבערראַשט ווי אַזוי די פּיעסע ווערט אויפֿגענומען. דאָך, פֿאַרשטיי איך, אַז שפּילן נאַציס אויף ייִדיש איז נישט קיין קליינע סכּנה. איך האָף, אַז מיר זענען מצליח צו קאַריקאַטורירן די מענטשן־בעסטיעס".

קאַשקאַר ווערט פֿאַררעכנט צווישן די פֿירנדיקע אַקטיאָרן פֿון דער טרופּע. גלײַכצײַטיק מיט "ווער איז ווער", שפּילט ער אויך אין דעם נײַעם רעוויו "צוואַנציק ביז הונדערט און צוואַנציק". מען דאַרף אויך דערמאָנען די ראָלע פֿונעם שדכן, וואָס ער האָט געשפּילט אין "דאָס גרויסע געווינס". אין דער פּיעסע "אַ ייִדישע מאַמע אין צען לעקציעס" לעבט ער, נעבעך, אַדורך, אָן אַרויסצולאָזן אַ פּיפּס פֿאַר זײַן פֿרוי, דער פּלאַפּלערקע. ער זעצט אויך פֿאָר די מיטאַרבעט מיט יעקבֿ באָדאָ אין דער פֿאָרשטעלונג "געבירטיג" וואָס ווערט געשפּילט איבערהויפּט פֿאַר אַ יונגן עולם.

אין דער פֿאָרשטעלונג "אַ ייִדישע מאַמע אין 10 לעקציעס"
אין דער פֿאָרשטעלונג "אַ ייִדישע מאַמע אין 10 לעקציעס"

קאַשקאַר רעקאָנסטרויִרט זײַן גרעסטן דראַמאַטישן שפּרונג אין זײַן קאַריערע: "דאָס איז געשען אין יאָר 2002 — דערציילט ער — אין אַ פֿרײַטיק האָב איך באַקומען אַ טעלעפֿאָן פֿון לייזער צייזלער, אונדזער וויצע־דירעקטאָר: 'קומט באַלד איבערצונעמען די ראָלע’, האָט ער געזאָגט. וואָס איז געשען? ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דער אַקטיאָר גדי יגיל האָט געליטן פֿון אַן אַקצידענט ערבֿ דעם אַרויספֿאָרן קיין ווילנע, וווּ ער האָט געדאַרפֿט אויפֿטרעטן. ס׳איז געווען אַ משוגעת! אין איין טאָג האָב איך געדאַרפֿט אויסלערנען אַ וועלט מיט טעקסט. איך האָב זיך פֿאַרשלאָסן אין צימער מיט אַ סך, אַ סך קאַווע. איך האָב נישט צוגעמאַכט קיין אויג, אָבער ביזן אַרויספֿאָר האָב איך אויסגעלערנט די ראָלע, ווי אַ פּאָפּוגײַ. נו, ס׳איז נישט קיין וווּנדער וואָס פֿון דעמאָלט אָן ווער איך נישט משוגע בעתן 'שפּרינגען’ אין טעאַטער".

ער איז פֿון ווײַסרוסלאַנד. פֿון זעקס יאָר שפּילט ער טעאַטער. "פּראַקטיש האָב איך זיך דערצויגן הינטער די קוליסן". זײַן קאַריערע האָט ער אָנגעהויבן אויף דעם קינדער־קאַנאַל פֿון דער מינסקער טעלעוויזיע. זײַן מאַמע איז געווען דאָרט די רעזשיסאָרין. דער צו פֿריִערדיקער אָנהייב האָט אים מיט דער צײַט אָפּגעשטויסן פֿון דער בינע. זײַנע חלומות האָבן געשוועבט ערגעץ אַנדערש; ביז ער האָט זיך פֿאַרליבט אין טאַניאַ סאָבאָל, זײַן איצטיקע פֿרוי. צוזאַמען מיט איר האָט ער זיך פֿאַרשריבן אין דער הויכשול פֿאַר דראַמע און קונסט אין מינסק. ער האָט דאָרט געשפּילט צוזאַמען מיט איר און מיט זײַן טאַטן אויף דער טעאַטער־בינע אין דעם בנין, וווּ ס׳איז אַמאָל געווען די שול פֿון דער דאָרטיקער קהילה.

ער זאָגט, אַז נאָך פֿון דער יוגנט אָן האָט ער געחלומט עולה צו זײַן. "אַפֿילו ווען ס׳איז ניט געווען קיין אַנטיסעמיטיזם, האָבן מיר זיך געפֿילט אָפּגעפֿרעמדט". און דערצו, ווי אַ יוגנט־פּאָרל, האָבן זיי ביידע אַדורכגעמאַכט אַ טראַוומע. אין משך פֿון איין יאָר זענען געשטאָרבן זייערע מאַמעס, צו וועלכע זיי זענען געווען שטאַרק צוגעבונדן. "דאָס האָט אונדז אַרײַנגעטאָן אין אַ טיפֿער גײַסטיקער דעפּרעסיע. מיר האָבן פֿאַרשטאַנען אַז מיר מוזן עפּעס וואָס ענדערן, כּדי אַרויסקריכן פֿון דעם. און דעם אמת געזאָגט — מיר זענען עולה געווען אין 1992, און ישׂראל האָט אונדז אויסגעהיילט".

גרינג איז עס נישט אָנגעקומען. אין לאַנד האָט מען אויף זיי נישט געוואַרט מיט אַ רויטן טעפּעך. דאָס פּאָרל האָט זיך פֿאַרנומען מיט די קינדער, כּדי, צווישן אַנדערן, זיך אויסלערנען די שפּראַך. קאַשקאַרס העברעיִש איז וווּנדערלעך און האָט נישט קיין פֿרעמדן אַקצענט. ער האָט געאַרבעט בײַ פֿאַרשיידענע צופֿעליקע פּרנסות, אַפֿילו בײַ קעלנערײַ. "גלײַך פֿון אָנהייב איז אונדז קלאָר געוואָרן, אַז מיר וועלן מוזן אָנהייבן פֿון גאָרנישט".

אין דער פֿאָרשטעלונג "20 בּיז 120"
אין דער פֿאָרשטעלונג "20 בּיז 120"

אין "ייִדישפּיל" איז ער אָנגעקומען דווקא דורך דער איינציקער פֿאָרשטעלונג וואָס ער האָט געשפּילט אויף עבֿרית. דאָס איז געווען אין "תּיאַטרון לילדים ולנוער" (טעאַטער פֿאַר קינדער און יוגנט), אין דער פּיעסע "גיא אוני". די ראָלע פֿונעם שטומען האָט אים דאָרט געעפֿנט דעם טויער צו זײַן טעאַטראַלער צוקונפֿט אין לאַנד. ער דערמאָנט זיך: "דער רעזשיסאָר מישאַ לוריא האָט אײַנגעלאַדן שמואליק עצמונען זען די פּיעסע. בײַ שמואליקן זײַנען נישטאָ קיין חכמות און סענטימענטן. ווען די פֿאָרשטעלונג האָט זיך געענדיקט, איז ער צו מיר צוגעגאַנגען און געזאָגט: 'גוט, מאָרגן קום אַרײַן צו מיר און מיר וועלן אָנהייבן אַרבעטן’. פֿון דעמאָלט אָן בין איך בײַ אים. 'ייִדישפּיל’ איז מײַן היים. 'ייִדישפּיל’ איז מײַן משפּחה. מײַן ציל איז געוואָרן אָפּהיטן די שפּראַך און קולטור וואָס איז מיט איר פֿאַרבונדן".

קאַשקאַר איז אויפֿגעטראָטן צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי אויף העברעיִש אין טעלעוויזיע־סעריעס. ער פֿאַרנעמט זיך מיט איבערזעצן דיאַלאָגן אויף רוסיש אין פֿילמען און סעריעס. אין די פֿרײַע אָוונטן לויפֿט ער אַרום צווישן פֿאַרשיידענע טעאַטערס, וווּ ער דינט ווי אַ סימולטאַנער איבערזעצער אויף רוסיש. ער דינט אויך ווי אַ ראַדיאָ־ און טעלעוויזיע־ספּיקער. איינע פֿון זײַנע העכסטע דערגרייכונגען האָט ער פֿאַרשריבן אין גאָר אַן אַנדערן תּחום. דאָס איז געשען אין דעם פֿילם "קדמה", וווּ ער האָט געמאַכט אַ גרויסן רושם אין דער הויפּט־ראָלע. זײַן רעזשיסאָר, עמוס גותאַי, האָט געזוכט אַן אַקטיאָר וואָס זאָל פֿאַרקערפּערן אַ נײַעם רוסישן עולה מיטן אויפֿקום פֿון דער מדינה. "'קדמה’ האָט אונדז ברייט אַרײַנגעפֿירט אין קאַן־פֿעסטיוואַל, דער גאָר וויכטיקער קינאָ־פֿאַרמעסט. — דערציילט אַנדריי, — ניט יעדער אַקטיאָר איז צו דעם זוכה. דאָס איז געווען אַ חלום. איך האָב זיך געפֿילט ווי אין אַ פֿילם. פֿאַר מיר איז עס געווען אַן איבערלעבונג וואָס וועט מיך באַגלייטן דאָס גאַנצע לעבן".

פֿון דעמאָלט אָן האָט ער ניט געשפּילט אין אַ צווייטן פֿילם. ער און טאַניאַ, וועלכע איז מצליח ווי אַ רעזשיסאָרין, אַ פּאָרל אָן קינדער, וווינען זיי אין רמת־גן און זענען אַ בײַשפּיל פֿון אַ דערפֿאָלגרײַכן אײַנפֿונדעווען זיך אין לאַנד. אין זייער פֿרײַער צײַט האָבן זיי ליב צו שווימען, ווי אויך קוקן טעלעוויזיע. "איך פֿאַרגעס ניט פֿון וואַנען איך האָב אָנגעהויבן", שטרײַכט ער אונטער.

הײַנט צו טאָג לעבט ער איבער זײַן הויכפּונקט מיט דער פּיעסע "ווער איז ווער". דאָך, מיט זײַן גאַנצער באַשיידנקייט סאַלוטירט ער אַ צווייטן אַקטיאָר אין דער פֿאָרשטעלונג, יאַנקעלע אַלפּערין, וואָס פֿײַערט די טעג זײַן אַכט און אַכציקסטן געבוירן־טאָג. "אין מײַנע אויגן איז יאַנקעלע, דער וועטעראַן פֿון דער ייִדישער בינע, אַן אַקטיאָר אַ גאָון. פֿאַר מיר, שפּילן צוזאַמען מיט אַזאַ ריזן־אַקטיאָר, איז עס ווי אַ מתּנה געשיקט פֿון גאָט. ער איז אַן איין און איינציקער. ער אַליין איז די געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער".

פֿון עברית: לייבל בלינדער