טעאַטער
פֿון יעקבֿ בר־און (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יהונתן ראָזען
יהונתן ראָזען

"אין דער פּיעסע 'די מגילה’, אויף דער 'ייִדישפּיל’־בינע, גיי איך אַרום נישט נאָר אין גרויסע שיך, נאָר אין שיך פֿון אַ ריז". אַזוי דריקט זיך אויס דער שוישפּילער און זינגער יהונתן ראָזען, וועלכער טרעט אויף אין דער ראָלע פֿון פֿאַסטריגתא (פֿאַסטריגאָסאָ) אין איציק מאַנגערס "די מגילה", מוזיק פֿון דובי זעלצער. אין די 1960ער יאָרן האָט די מיטאָלאָגישע ראָלע געשפּילט מײַק בורשטיין. "ווען מ׳האָט מיר פֿאַרטרויט די ראָלע, האָב איך עס אָנגענומען ווי אַ קאָמפּלימענט. גלײַך נאָך דעם ווי איך בין מסכּים געווען, האָב איך זיך גוט צוגעהערט צו דער פּלאַטע פֿון דער דעמאָלטיקער 'די מגילה’. איך בין געווען באַגײַסטערט, ווי אַזוי מײַק אינטערפּרעטירט דאָרט די לידער — אַזוי שיין, מיט אַ צוגעפּאַסטער האַרמאָניע, און מיט אַזוי פֿיל געפֿיל. ייִדיש גיסט זיך פֿון אים מיט אַ וווּנדערלעכער נאַטירלעכקייט".

איר וועט אים נאָכטאָן?

"כ׳מיין נישט, ווײַל איך פֿיר די געשטאַלט אין אַן אַנדער ריכטונג. איך באַמי זיך אַרײַנצוגיין אין דער ראָלע און צוגעבן איר מוזיקאַלישע געדאַנקען וואָס שטאַמען פֿון מײַן וועלט".

דאָס הייסט?..

"אין דער מוזיק פֿון דער פֿאָרשטעלונג הערט זיך אַ סך פֿון פֿאָלק. אין דער אינטערפּרעטאַציע פֿון פֿאַסטריגתא, באַמי איך זיך אָנצוקניפּן אינעם סטיל פֿון באָב דילאָן, אַזוי ווי איך בין אויפֿגעוואַקסן אויף זײַנע און אויף די לידער פֿון 'די ביטלס’, ווי אויך אויף אַנדערע אַספּעקטן פֿון דער מוזיק פֿון די זעכציקער יאָרן, מיט קלאַסיק־ראָק. ווען איך האָב געזאָגט דובי זעלצערן, אַז איך האָב געפֿונען אין זײַן מוזיק עפּעס 'פֿאָלקיש’, האָט ער מיר געזאָגט, אַז איך בין גערעכט. ווי אַ מוזיקער וואָס פֿאַרנעמט זיך גלײַכצײַטיק מיט קאָמפּאָזיציע, פֿיל איך אַ גײַסטיקע דערהויבנקייט זיך צוצורירן צו דער שיינער מוזיק, וואָס שטייט אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער הייך. דוביס מוזיק איז מוזיק פֿון אַ גאון, און איציק מאַנגערס טעקסט איז פֿאַנטאַסטיש".

ראָזען איז אַלט צוויי און דרײַסיק יאָר. ער האָט זיך אָנגעשלאָסן צום "ייִדישפּיל" מיט אָנדערטהאַלבן יאָר צוריק, כּדי צו שפּילן די ראָלע פֿון חזן אין דער פּיעסע "דער קונצן־מאַכער פֿון לובלין".

"עס האָט אַרויסגערופֿן בײַ מיר אַ גרויסע באַגײַסטערונג", שטרײַכט ער אונטער. "בײַם זינגען האָב איך זיך דאָרטן געמוזט פֿאַרמעסטן מיט אַ סטיל וואָס איז געווען ווײַט פֿון מיר. איך בין דאָך נישט אויסגעוואַקסן אין חזנות. ווען איך האָב אָנגעהויבן מאַכן פּראָבעס, האָט מען מיר באַמערקט, אַז עס הערט זיך פֿון מײַן זינגען... 'ביטלס’. מען האָט בײַ מיר געפֿאָדערט צו זינגען מיט אַ ייִדישער נשמה. אַזוי האָב איך אַנטדעקט נאָך אַ וועלט".

יהונתן ראָזען אין דער ראָלע פֿון פֿאַסטריגתא (פֿאַסטריגאָסאָ) אין איציק מאַנגערס "די מגילה"
יהונתן ראָזען אין דער ראָלע פֿון פֿאַסטריגתא (פֿאַסטריגאָסאָ) אין איציק מאַנגערס "די מגילה"

און אַזוי איז עס טאַקע געווען. ראָזען, וואָס האָט פֿריִער קיין שום דערפֿאַרונג מיט חזנות נישט געהאַט, האָט אויסגענומען בײַם פּובליקום אין דער פּיעסע "דער קונצן־מאַכער פֿון לובלין", און דערוואַרעמט זייערע הערצער.

דעם אמת געזאָגט, איז ער צוגעשטאַנען צום "ייִדישפּיל" מיט דער כּוונה צו באַווײַזן און אויסדריקן זײַנע מוזיקאַלישע פֿעיִקייטן. ער האָט אָבער גלײַך באַקומען די געלעגנהייט צו שפּילן אין שלום־עליכמס "דאָס גרויסע געווינס". ראָזען האָט גוט געוווּסט, אַז אין דעם מאָמענט וואָס ער איז אַריבער די שוועל פֿון דעם דאָזיקן טעאַטער, האָט ער זיך פֿאַקטיש פֿאַרבונדן מיט זײַנע אייגענע קוואַלן.

"אין 'געבירטיג’ האָב איך געשפּילט דודל דעם שנײַדער — און קיין שנײַדער פֿעלן נישט אויס אין די שאַפֿונגען פֿון 'ייִדישפּיל’. דאָס האָט מיך באַלד צוגעבונדן צו מײַן זיידן שמשון לעמבערגער ע״ה, וועלכער איז געווען אין חיפֿה אַ... שנײַדער, און אין זײַנע עלטערע יאָרן איז ער געוואָרן אַ באַוווּסטער קונסטמאָלער, וואָס האָט אַפֿילו געמאַכט אויסשטעלונגען אין ניו־יאָרק. ער פֿלעגט מאָלן זײַן שטעטל, פֿון וואַנען ער איז געקומען, ווי אויך דערציילונגען פֿונעם תּנ״ך. ווי אַ קינד, פֿלעג איך קוקן מיט באַוווּנדערונג ווי ער מאָלט. איך האָב אויך געוואָלט צייכענען, נאָר זייער גיך פֿאַרשטאַנען, אַז מײַנע פֿעיִקייטן געפֿינען זיך בײַם שפּילן און זינגען. מיט דער צײַט האָב איך דאָס באַוויזן ווען איך האָב אַרויסגעגעבן די פּלאַטע 'הבוקר שאַחרי’ (צו מאָרגנס אין דער פֿרי)".

ראָזענס עלטערן זײַנען "סאַברעס". זײַן טאַטע, ראַמי ראָזען, איז, צווישן זײַנע פֿיל באַשעפֿטיקונגען, אַ דראַמאַטורג וואָס האָט אַמאָל געשריבן פֿאַרן חיפֿהר מוניציפּאַלן טעאַטער און איצטער, אַזוי האָט מען אונדז בסוד דערציילט, "נייט" ער דעם זון אַ טעאַטראַלישן קאָסטיום פֿאַר אַ געשטאַלט פֿון אַ סאָלאָ־פֿאָרשטעלונג.

"ביז 'ייִדישפּיל’ האָב איך קיין ייִדיש נישט גערעדט", איז זיך מודה יהונתן ראָזען. "מײַנע עלטערן האָבן זייער גוט באַהערשט די שפּראַך. בײַ זיי איז געווען אַ שאָק צו קומען אין 'ייִדישפּיל’ און מיך הערן אויף ייִדיש, די שפּראַך וואָס זיי זענען געווען געוווינט צו הערן פֿון זייערע עלטערן. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז דאָס האָט זיי, אין אַ געוויסער מאָס, געפֿרייט. מ׳קען אין דעם זען אַ פֿאַרבינדונג פֿון דורות".

ער האָט געלערנט די טעאַטער־קונסט אין וויצ״אָ־מיטלשול פֿון חיפֿה. מיט מוזיק איז ער פֿאַרבונדן נאָך אַלט זײַענדיק 14 יאָר. דעמאָלט האָט ער געשפּילט אויף דער גיטאַרע און איז אויפֿגעטראָטן מיט זײַנע חבֿרים אין דער "צופֿים"־באַוועגונג. נאָכן מיליטער־דינסט האָט ער זיך געלערנט אין דער סטודיע פֿון ניסן נתיבֿ. דאָרט האָט ער אָנגעשריבן די מוזיק צו איינער פֿון די דאָרטיקע פֿאָרשטעלונגען. ווען ער האָט געענדיקט דאָס לערנען, איז ער אויפֿגעטראָטן אין מוניציפּאַלן טעאַטער פֿון חיפֿה אין דער פּיעסע "אילוף הסוררת" (אײַנצוימען די ווידערשפּעניקע) א״אַ. ער איז אויך אויפֿגעטראָטן אין "הבימה"־טעאַטער, צווישן אַנדערע, אין די פּיעסעס "קדיש לנעמי" (קדיש נאָך נעמי) און "סדקים בבטון" (שפּאַלטן אין בעטאָן). ער איז אויך געווען אַ דובלירער אין "מערי לו" און אין "שלמה המלך ושלמה הסנדלר (שוסטער)".

איר זײַט פֿעסט אַרײַנגעטראָטן אינעם העברעיִשן אָנערקענטן רעפּערטואַר־טעאַטער. ווי קומט עס, אַז איר זענט אַריבער אין 'ייִדישפּיל?’ איך שטעל זיך פֿאָר, אַז דאָס איז נישט געווען מאַהבֿת־מרדכי...

"פֿאַרשיידענע מאָטיוון האָבן מיך געבראַכט דערצו. די פּיעסע 'סדקים בבטון’, וווּ איך האָב אָנטייל גענומען, האָט זיך לאַנג ניט געהאַלטן אין רעפּערטואַר. מען האָט אָנגעהויבן אַ גרויסן רעמאָנט אין דעם בנין פֿון דעם טעאַטער און ס׳איז נישט געווען וווּ צו שפּילן. דאָס האָט פּונקט געטראָפֿן, ווען איך האָב באַדאַרפֿט אַרויסגעבן די פּלאַטע וואָס האָט געפֿאָדערט אַ סך געלט. דאָ האָט זיך באַוויזן 'ייִדישפּיל’ צו דער צײַט. יצחק שאָולי, מײַן רעזשיסאָר אין דער טעלע־נאָוועלע 'מירעלע’ האָט מיך איבערצײַגט איך זאָל צושטיין צום 'ייִדישפּיל’. אָבער, וואָס טוט מען מיט דער שפּראַך? איך האָב געאַרבעט איבערן טעקסט אויף ייִדיש און עס איבערגעלייענט טעלעפֿאָניש מײַן מאַמען. כ׳האָב איר געזאָגט, אַז אויב זי וועט מיך פֿאַרשטיין, וועל איך קענען שפּילן אויף דער שפּראַך. אַנישט — וועט עס פֿאַר מיר זײַן אַ פּראָבלעם".

און איצטער, גיט אַ קוק אויף אים און פּסקנט: איז ראָזען ענלעך צו אהוד ברק (באַראַק)? — זיכער נישט. דאָך, האָט נישט מער און נישט ווינציקער סטיווען שפּילבערג אים גענומען פֿאַר דער ראָלע פֿון ברק, אָפֿיציר און דער הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון צה"ל, אין פֿילם "מינכן", וווּ עס ווערט געשפּילט דער טעראָר־אָנגריף אויף דער ישׂראל־ספּאָרט־גרופּע בײַ דער מינכן־אָלימפּיאַדע אין יאָר 1972. "ווען אהוד ברק איז געווען יונג, איז ער נישט געווען אַזוי דיק ווי ער איז הײַנט. איז עס מיר נישט געווען קיין פּראָבלעם אים צו שפּילן", באַמערקט ראָזען, "מען האָט מיך אויסגעקליבן ווײַל איך זע נישט אויס אַזאַ מין 'גרויסער...’"

און שפּילבערג?

"ס׳איז געווען וווּנדערלעך צו אַרבעטן מיט אַ רעזשיסאָר פֿון אַזאַ פֿאַרנעם. אָן ספֿק איז דאָס געווען איינע פֿון די שענסטע איבערלעבונגען וואָס איך האָב ביז אַהער געהאַט אין מײַן קאַריערע".

ראָזען, וואָס האָט געשפּילט אין "מיכּאַלה", און האָט אײַנגעזאַפּט אין אינדיע גײַסטיקע איבערלעבונגען אין "מכתבֿים מרישקש" (טעלעוויזיע־פֿילם פֿון דני וואַקסמאַן), געהערט נישט צו דער הויפּט־גרופּע פֿון די יונגע אַקטיאָרן פֿון ייִדישן טעאַטער. ער זעצט פֿאָר מיט זײַנע פּריוואַטע אויפֿטריטן אין דער טעלעוויזיע און אויך ווי אַ זינגער. איר וועט נישט הערן פֿון אים, אַז ער גייט אונטערשרײַבן אַ קאָנטראַקט מיט שמואל עצמונס טעאַטער. ער האָט נאָך פּלענער. "אין אַלגעמיין איז עס זייער אַ ליב, וואַרעם און שיין פּלאַץ", זאָגט ער, "ס׳איז מיר דאָ אײַנגענעם און ס׳וועט מיר זײַן ליב די אַרבעט ממשיך צו זײַן".

פֿון עברית: לייבל בלינדער