און ווידער איז די פֿירערשאַפֿט פֿון "כאַמאַס" געווען די פֿאַרגאַנגענע וואָך האַרציק אויפֿגענומען אין מאָסקווע. דאָס איז שוין דער דריטער וויזיט, אָפּגעשטאַט אין רוסלאַנד, זינט 2007, נאָך דעם ווי די טעראָריסטישע באַוועגונג האָט פֿאַרכאַפּט די מאַכט אין עזה און דערמיט, פֿאַקטיש צעשפּאָלטן די אָנערקענטע אויטאָנאָמיע אויף צוויי טיילן. אין איין טייל, קאָמאַנדעוועט "כאַמאַס", וואָס די פֿירערשאַפֿט זיצט אויף קעסט אין סיריע; און אין דעם צווייטן טייל, מיטן צענטער אין ראַמאַלאַ, באַלעבאַטעוועט די פּאָליטישע אַדמיניסטראַציע פֿון "פֿאַטאַך", אין שפּיץ מיט מאַכמוד אַבאַס.
די קאָנטאַקטן מיט ביידע פֿירערשאַפֿטן האַלט רוסלאַנד כּסדר אונטער. דערבײַ באַמיט זיך יעדער פּאַלעסטינער טייל אַריבערצושלעפּן "די מאָסקווער קאָלדרע" אויף איז זײַט. דערווײַל גיט זיך אײַן מאָסקווע אָנצוהאַלטן דעם באַלאַנס, אויפֿנעמענדיק כּסדר אָט די פֿירער פֿון "כאַמאַס" און אָט די פֿירער פֿון "פֿאַטאַך". מאָסקווע באַטאָנט כּסדר, אַז מיט "כאַמאַס" מוז מען רעדן, און מיט "פֿאַטאַך" האָבן צו טאָן.
מיט אַזאַ אויפֿפֿיר שטרעבט די רוסלענדישע רעגירונג צו פֿאַרשטאַרקן איר השפּעה אינעם מיטעלן מיזרח, און אַרויסווײַזן, אַז זי איז אַ גוטער ברודער סײַ מיט כאַלעד מאַשאַל און סײַ מיט מאַכמוד אַבאַס. אַזאַ אויפֿפֿיר, לויטן ייִדישן ווערטל "נאַ צימבאַלע און נאַ טרימבאַלע" — שטעלט אויך די ביידע פּאַלעסטינער צדדים אין אַ קיצלדיקער פּאָזיציע. פֿון איין זײַט, הינטער די אויגן פֿון מאָסקווע, זײַנען די פֿירער גרייט איינער דעם אַנדערן איבערשנײַדן דעם גאָרגל; פֿון דער צווייטער זײַט, דאַרף מען דאָך זיך מאַכן אַ פּנים פֿאַר דער וועלט בכלל און פֿאַר רוסלאַנד בפֿרט.
מיט אַ פּאָר וואָכן פֿאַר דעם ווי כאַלעד מאַשאַל איז געקומען קיין מאָסקווע האָט די הויפּטשטאָט פֿון רוסלאַנד באַזוכט דער פּאַלעסטינער פּרעזידענט, מאַכמוד אַבאַס. הײַנט איז נישט שווער צו פֿאַרגלײַכן די רייד פֿון איין דעלעגאַציע און פֿון דער צווייטער, כּדי צו פֿאַרשטיין, אַז בײַ די צוויי פֿײַנטלעכע פּאַלעסטינער "רעגירונגען" איז פֿון דעסטוועגן דאָ אַ צווישן־פֿאַרשטאַנד. סײַ אַבאַס און סײַ מאַשאַל האָבן געהאַט די זעלבע טענות צו ישׂראל — אָפּצושטעלן דאָס בויען אין יהודה און שומרון, און צו באַשטימען דעם סטאַטוס פֿון ירושלים.
אינטערעסאַנט, אַז סײַ די די און סײַ די אַנדערע האָבן זיך באַנוצט מיט די זעלבע אַרגומענטן און מיט די זעלבע רייד. און אַוודאי האָבן ביידע צדדים גערעדט אין נאָמען פֿונעם פּאַלעסטינער פֿאָלק.
פֿאַר וואָס טוליעט זיך אַזוי "כאַמאַס" צו מאָסקווע? נאַטירלעך, ווײַל מאָסקווע זעט נישט אין זיי קיין טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע, און האַלט פֿאַר נייטיק "מיט זיי צו רעדן"; אָבער נישט נאָר דאָס. דווקא מאָסקווע, ווי עס האָפֿן די "כאַמאַס"־פֿירער, קאָן זיי העלפֿן צו געפֿינען אַן אָנערקענונג אין דער מערבֿ־וועלט. די פֿירער פֿון "כאַמאַס" האָבן שוין נישט איין מאָל אויסגעדריקט זייער דאַנק צו רוסלאַנד, פֿאַר דעם גוטן ווילן צו דערקלערן דעם מערבֿ, ווי אַזוי עס זעט אויס דאָס "אמתע פּנים" פֿון דער פּאַלעסטינער באַוועגונג. "כאַמאַס" וואַרט אויך פֿון מאָסקווע, אַז זי זאָל אָנערקענען און פּראָקלאַמירן דער וועלט, אַז דער איינציקער כּוח אין דער אויטאָנאָמיע, וואָס איז מסוגל זיך קעגנצושטעלן דעם כאַאָס, וואָס קאָן דאָרט אויסברעכן, איז "כאַמאַס".
צי וועט דער מערבֿ וועלן זיך אַרײַנקוקן אין דעם "אמתן פּנים" פֿון "כאַמאַס", וואָס דערווײַל געפֿינט זיך די אָרגאַניזאַציע אויף דער ליסטע צווישן אַנדערע טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס? נישט ווייניק אייראָפּעיִשע פּאָליטיקער זײַנען גענייגט אָנהייבן אַ דיאַלאָג מיט "כאַמאַס". נאָך מער, זיי טענהן, אַז אָפּזאָגנדיק זיך פֿון אַזאַ דיאַלאָג, שפּילט מען צו ישׂראל.
די ווירקלעכקייט ווײַזט, אַז אַבאַס און זײַן רעגירונג ווערן אַלץ מער אָפּגעשוואַכט און אומבאַהאָלפֿן; זיי פֿאַרלירן נישט בלויז אויף זייער שטח, אין דער אויטאָנאָמיע גופֿא, נאָר אויך אויפֿן פֿעלד פֿון דער וועלט־פּאָליטיק. דעם מערבֿ איז שוין מיד פֿון דער טעמע "מיטעלער מיזרח". אויסצוניצן אָט די מידקייט איז טאַקע דער הויפּטצוועק פֿון די "כאַמאַס"־פֿירער.