Yiddish Literature in America 1870-2000. Selected, Edited and with an Introduction by Emanuel S. Goldsmith. Translated by Barnett Zumoff. Jersey City: Ktav, 2009 |
דאָס נײַע בוך איז אַ פֿאַרקירצטע ענגלישע איבערזעצונג פֿון דער צוויי־בענדיקער אַנטאָלאָגיע "די ייִדישע ליטעראַטור אין אַמעריקע 1870—2000", וואָס איז דערשינען אין 1999 און 2002 בײַ דעם אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס. דער ייִדישער לייענער, וואָס איז באַקאַנט מיט דעם אָריגינאַל, וועט דאָרטן ניט געפֿינען קיין נײַע זאַכן, אָבער פֿאַרן ענגלישן לייענער עפֿנט דאָס בוך אַ טיר אין אַ גאַנץ נײַער קולטורעלער וועלט. די קורצע און זאַכלעכע הקדמה פֿון פּראָפֿעסאָר מענדל־שלום גאָלדסמיט, דער רעדאַקטאָר פֿונעם גאַנצן פּראָיעקט, דינט ווי אַ וועגווײַזער, וואָס צייכנט אָן די הויפּט־וועגן אויף דער מאַפּע פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור.
דאָס איז דער ערשטער קולטורעלער פּראָיעקט, וואָס זײַן ציל איז צו געבן דעם ענגלישן עולם אַ ברייטע השׂגה וועגן דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור מיט אירע פֿאַרשידענע זשאַנערס, שטרעמונגען און סטילן אין דער היסטאָרישער אַנטוויקלונג. דער רעדאַקטאָרישער צוגאַנג איז מער אַ סאָציאַל־היסטאָרישער און אַן אידעאָלאָגישער איידער אַן עסטעטישער. עס ווערט באַטאָנט אין דעם אַרײַנפֿיר, אַז "דאָס שעפֿערישע שריפֿט אויף ייִדיש אין אַמעריקע איז תּמיד געווען אַ סאָציאַלער אַקט באַלאָדן מיט נאַציאָנאַליסטישע און גײַסטיקע אויבערטענער". די דאָזיקע קאָנצעפּציע ליגט ביסוד פֿונעם גאַנצן פּראָיעקט, אָבער זי איז נאָך מער בולט אינעם ענגלישן אויסקלײַב. דאָס רובֿ טעקסטן אינעם זאַמלבוך באַטאָנען, אַזוי אָדער אַנדערש, דאָס חשיבֿות פֿון ייִדיש ווי דער גײַסטלעכער און קולטורעלער קערן פֿון מאָדערנער ייִדישקייט.
אַז מען מישט די בלעטער פֿונעם בוך און מע שטויסט זיך אָן אויף באַקאַנטע אימאַזשן, באַגריפֿן און געדאַנקען אין זייערע נײַע, ענגלישע קליידער, הייבט מען פֿון דאָס נײַ צו באַטראַכטן דעם גאַנצן ענין פֿון ייִדיש אין אַמעריקע. אין תּוך גענומען, שטעקט דאָ אַ טיפֿער פּאַראַדאָקס, וואָס מען קאָן ניט לייזן אויף אַ פּשוטן אופֿן. ווי אַזוי האָט עס זיך באַקומען, אַז אַזאַ רײַכע, מאָדערנע און לעבעדיקע קולטור איז אין גאַנצן אַוועק אין דער "אונטערערד" פֿונעם ייִדישן לעבן אין אַמעריקע? מען ברענגט פֿאַרשידענע סיבות, אַזעלכע ווי אַסימילאַציע, מאַטעריעלער דערפֿאָלג, די השפּעה פֿון ציוניזם און פֿון אַמעריקאַנער שיטות פֿון רעליגיע, אָבער די פֿראַגע בלײַבט ניט דערלייזט ביזן סוף.
דאַכט זיך, אַז איידער מען נעמט זיך פֿאַר דער אויפֿגאַבע פֿון אויפֿלעבן ייִדיש אין אַמעריקע, וואָלט געווען כּדאַי נאָך אַ מאָל אַ טראַכט צו טאָן וועגן די וואָרצלען פֿון דער ביטולדיקער באַציִונג צו ייִדיש בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן. עס וואָלט געווען וויכטיק צו אַנטפּלעקן די סטערעאָטיפּישע השׂגות וועגן ייִדיש, וואָס לאָזן ניט דערקענען די אָריגינעלקייט און שעפֿערישקייט פֿון דער ייִדישער קולטור בכלל, און פֿון איר אַמעריקאַנער צווײַג בפֿרט. ערשט דעמאָלט וואָלט מען געקאָנט בעסער פֿאַרשטיין, ווי אַזוי צו "פֿאַרקויפֿן" ייִדיש אָט דעם דאָזיקן עולם.
און דעמאָלט וועט דאָס נײַע זאַמלבוך קומען צו הילף. מען געפֿינט דאָ ניט נאָר שיינע לידער, אינטערעסאַנטע מעשׂיות און שאַרפֿזיניקע קריטישע אָפּשאַצונגען, אָבער אויך ניצלעכע עצות, ווי אַזוי בעסער אויפֿצוּוועקן אַן אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור. למשל, שרײַבט ראובֿן אײַזלאַנד צום פֿינף־און־צוואַנציקסטן יובֿל פֿונעם זאַמלבוך "שריפֿטן" (וואָס איז געווען צווישן די סאַמע אָריגינעלע ליטעראַרישע צײַטשריפֿטן אין אַמעריקע, און ניט נאָר אויף ייִדיש)׃ "בײַ אַנדערע וואָלט מען געפּראַוועט דעם פֿינף און צוואַנציקסטן יוביליי פֿון די ׳שריפֿטן׳ ניט חלילה מיט קאָמיטעטן, מיט טאַראַראַם אין די צײַטונגען און זאַלן [...] נאָר מיט זכרונות, קריטיקן און אָפּהאַנדלונגען; מיט רעוויזיעס, שאַצונגען און איבערשאַצונגען; מיט פּיעטעט און, פֿאַרקערט, מיט בײַסיקער איראָניע." הײַנט איז שוין פֿאַרבײַ די צײַט ווען מען פֿלעגט שאַפֿן "קאָמיטעטן" און מאַכן אַ "טאַראַראַם" אין די צײַטונגען אין שײַכות מיט עפּעס אַ יובֿל אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. אָבער די צײַט פֿון אַן ערנסטער און אַרומנעמיקער באַזיניקונג פֿון דער ייִדישער קולטורעלער ירושה איז מסתּמא אויך נאָך ניט געקומען.
דעם שטויס צו אַזאַ מין באַזיניקונג קאָן קומען דווקא פֿון דעם נײַעם זאַמלבוך, כאָטש אין אַ געוויסן זין איז עס ניט גענוג פּראָוואָקאַטאָריש און רעוויזיאָניסטיש. עס וואָלט געווען ניצלעך צו באַגלייטן דעם אַרײַנפֿיר מיט אַ ביבליאָגראַפֿיע פֿון ענגלישע איבערזעצונגען און קריטישע ווערק וועגן ייִדיש, אַז דער לייענער זאָל וויסן, וווּהין צו גיין ווײַטער. גאָר ניצלעך וואָלטן געווען מער פּרטימדיקע ביאָגראַפֿישע נאָטיצן וועגן איינצלנע שרײַבער. למשל, וועגן שלום אַש זאָגט מען בלויז, אַז ער איז געווען "איינער פֿון די גרעסטע ראָמאַניסטן אויף ייִדיש, אָדער וואָסער ניט איז אַנדערער שפּראַך" — און איז געווען פּאָפּולער ביז ער האָט זיך גענומען צו שרײַבן "קריסטלעכע" ראָמאַנען. דאָס איז זיכער ניט קיין יושרדיקע אָפּשאַצונג פֿון אַשס בײַטראָג אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
דער אַנטאָלאָגישער פּראָיעקט "די ייִדישע ליטעראַטור און אַמעריקע" איז אַ וויכטיקער שריט פֿאָרויס אין דער ריכטונג פֿון צונויפֿברענגען די ייִדישע קולטורעלע ירושה. די ענגלישע אויסגאַבע קאָן העלפֿן בײַ דער ערשטער באַקאַנטשאַפֿט מיט דער ייִדישער קולטור. אָבער דאָס וויכטיקסטע איז צו באַקומען אַ קריטישן אָפּקלאַנג אין דער ענגלישער וועלט, וואָס זאָל אויפֿוועקן דעם אינטערעס צו דער קולטור, וואָס עד־היום בלײַבט ניט דערשאַצט און ניט דערלערנט.