יעדע וואָך קומען אין "דאַטאַ" בערך 50 מענטשן פֿון אַלע שיטות צו לערנען תּורה |
מאָלט זיך אויס אַזאַ בילד: מיטוואָך נאָכמיטאָג. פֿיר רבנים מיט בערד זיצן שעהען לאַנג אַרום אַ טיש, שאָקלען זיך בײַ דער גמרא און אַנדערע ספֿרים, און פּרוּוון אויספּלאָנטערן, צי אַ ייִד, וועלכער פֿאַרמאָגט אַ טויער־טורעם בײַם אַרײַנגאַנג צו זײַן ווילע, דאַרף דאָרט אויפֿהענגען אַ מזוזה.
איז דאָס אַ בית־מדרש אין באָראָ־פּאַרק? לייקוווּד? ניין, ס׳איז דווקא אַ כּולל אין דאַלאַס, טעקסאַס...
דער חידוש איז אָבער נישט בלויז וואָס אינעם אַמאָליקן האַרץ פֿון קאַובוי־לאַנד לערנט הײַנט אַ גרופּע תּלמידי־חכמים גמרא, נאָר ווי אַזוי די רבנים האָבן ממש איבערגעמאַכט די אָרטיקע ייִדישע קהילה. דאַלאַס — די דריט־גרעסטע שטאָט אין טעקסאַס, און די אַכט־גרעסטע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן — איז היסטאָריש געווען באַקאַנט ווי אַ צענטער פֿון די רעפֿאָרם ייִדן. צווישן די יאָרן 1911 און 1954, למשל, איז יעדער פּרעזידענט פֿון דער אָרטיקער ייִדישער פֿעדעראַציע געווען אַ רעפֿאָרם־ייִד. אָבער זינט אָט דער כּולל, Dallas Area Torah Association (תּורה־אַסאָציאַציע פֿונעם דאַלאַס־ראַיאָן), אָדער "דאַטאַ", איז געגרינדעט געוואָרן אין 1992, זענען זײַנע קלאַסן פֿאַרן ברייטן עולם — וועגן ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע, חומש, דאַווענען פֿאַר אָנהייבער, און העברעיִש־לעקציעס (געוויינטלעך, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל), געוואָרן אַזוי פּאָפּולער, אַז זיי ציִען צו יעדעס יאָר ממש טויזנטער תּלמידים.
דערצו זענען הונדערטער משפּחות פֿרום געוואָרן, און הונדערטער אַנדערע זענען געוואָרן אַ סך מער אַקטיוו אינעם ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן.
"ס׳איז אַן אויסערגעוויינטלעכע געשיכטע," האָט דערקלערט גערי ווײַנשטיין, דער פּרעזידענט און גענעראַל־דירעקטאָר פֿון דער "ייִדישער פֿעדעראַציע פֿונעם דאַלאַס־ראַיאָן". ווײַנשטיין, וועלכער איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין דאַלאַס, האָט דערציילט, אַז בעת זײַנע קינדער־יאָרן איז אין דער שטאָט בכלל נישט געווען קיין כּשרער רעסטאָראַן אָדער ערובֿ. הײַנט זענען אין דאַלאַס דאָ פֿינף רעסטאָראַנען און צוויי ערובֿים. "דער פֿאַקט, וואָס אונדזער שטאָט איז געוואָרן אַ צענטער דווקא פֿון דער פֿרומער קהילה, איז ממש אַ נס," האָט ווײַנשטיין געזאָגט.
הײַנט געפֿינען זיך אין דאַלאַס 10 אָרטאָדאָקסישע שילן, אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע טאָגשול, און דרײַ פֿרימערע אַנשטאַלטן פֿאַר קינדער: אַן עלעמענטאַר־שול מיט באַזונדערע קלאַסן פֿאַר ייִנגלעך און מיידלעך; אַ ישיבֿה פֿאַר עלטערע ייִנגלעך, און אַ מיטלשול פֿאַר מיידלעך.
די אינסטיטוציע פֿון אַ כּולל איז אַן אַלטע טראַדיציע בײַ ייִדן. לכתּחילה איז עס געווען (און איז נאָך הײַנט בײַ די שטאַרק־פֿרומע קרײַזן) אַן אָרט, וווּ גרויסע תּלמידי־חכמים לערנען תּורה אַ גאַנצן טאָג, און באַקומען פֿון דער קהילה אַ חודשלעכע סטיפּענדיע. דער ציל — סתּם תּורה לשמה. דער צוגאַנג איז אַזאַ: גאָט וויל, אַז זײַן באַליבט פֿאָלק, די ייִדן, זאָלן לערנען תּורה אויף ווי ווײַט ס׳איז מעגלעך, און דערפֿאַר איז עס אין די אינטערעסן פֿון דער קהילה צו שטיצן די גרויסע געלערנטע צו לערנען אַ גאַנצן טאָג.
אָבער אָנהייבנדיק פֿון די 1970ער יאָרן, האָט אין צפֿון־אַמעריקע זיך באַוויזן אַ נײַער באַגריף — דער קהילה־כּולל, אין וועלכן תּלמידי־חכמים לערנען גמרא צווישן זיך אַ טייל פֿון דער צײַט, און די איבעריקע שעהען לערנען זיי קלאַסן פֿאַר די אָרטיקע ייִדן, וועלכע האָבן אָפֿט מאָל אַ קנאַפּן וויסן וועגן דער ייִדישער רעליגיע. די קלאַסן, וואָס ווערן דורכגעפֿירט אויף אַן אומפֿאָרמעלן, היימישן אופֿן, האָבן געגעבן אָט די ייִדן אַ געלעגנהייט זיך צו לערנען וועגן די ווערטן פֿון דער תּורה, און צו פּרוּוון אײַנפֿירן מער ייִדישע טראַדיציעס אין זייער אייגענעם לעבן.
אַן אַנדערע סיבה פֿאַר וואָס אַזאַ רעליגיעזע אינסטיטוציע ווי "דאַטאַ" האָט מצליח געווען אין דאַלאַס, קאָן אויך זײַן צוליב דעם וואָס טעקסאַס געהערט צום אַזוי־גערופֿענעם Bible Belt — דער ראַיאָן אינעם דרומדיקן טייל פֿון לאַנד, וווּ די פּראָטעסטאַנטישע פֿונדאַמענטאַליסטן שפּילן אַ הויפּט־ראָלע אין דער קולטור, און וווּ דאָס גיין אין קלויסטער יעדן זונטיק איז אַ שטאַרק אָנגענומענע זאַך.
אַזוי ווי סע קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך. די ייִדן זעען ווי ערנסט זייערע קריסטלעכע שכנים נעמען אויף זייער רעליגיע, און דאָס מוטיקט זיי זיך צו פֿאַרטיפֿן אין זייער אייגענער רעליגיעזער ירושה.
צווישן די רעפֿאָרם־ייִדן, וועלכע זענען פֿרום געוואָרן, אַ דאַנק "דאַטאַ", איז ריטשאַרד גלייזער. ער איז אויפֿגעוואָקסן אין פֿאָרט־וווּרט, טעקסאַס, און זיך אַריבערגעקליבן קיין דאַלאַס צוליב פּרנסה. ווען זײַן טאַטע איז געשטאָרבן אין 1993, איז גלייזער געגאַנגען זאָגן קדיש אין דער קאָנסערוואַטיווער שיל, "שארית־ישׂראל", און האָט זיך געכאַפּט ווי ווייניק ער האָט געוווּסט וועגן דעם דאַווענען.
יעדעס יאָר אָרגאַניזירט "דאַטאַ" אַ קאָנפֿערענץ פֿאַר פֿרויען, מיט אָנגעזעענע גאַסט־רעדנערינס ווי רביצין יונגרײַס און רביצין פֿייגי טווערסקי. אויפֿן בילד: בעת דער לעצטער קאָנפֿערענץ, אין נאָוועמבער 2009 |
"כ׳האָב דעמאָלט געקלערט: ׳ווי קען דאָס זײַן? איך קען לייענען די ייִדישע אותיות, אָבער כ׳פֿאַרשטיי גאָרנישט!׳" האָט גלייזער געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", רעדנדיק מיט אַן עכטן טעקסאַסער אַקצענט. "דערנאָך האָט עמעצער מיר דערציילט וועגן די קלאַסן בײַ ׳דאַטאַ׳. האָב איך אָנגעהויבן גיין, כ׳האָב זיך געלערנט וועגן דעם לוח, גענומען אַ קלאַס וועגן דער פּרשה פֿון דער וואָך, און דערפֿילט ווי וואַרעם און ווי היימיש עס איז דאָרט."
גלייזער, זײַן פֿרוי, שעלי, און זייערע צוויי טעכטער האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער שיל, "שערי תּפֿילה", אָנגעהויבן גיין אויף שבתדיקע מאָלצײַטן און צו־ביסלעך, אָנגענומען אַ מער טראַדיציאָנעלן לעבן־שטייגער. הגם די עלטערע טאָכטער, טאָבי, האָט זיך ווײַטער געלערנט אין אַ "סאָלאָמאָן שעכטער" (קאָנסערוואַטיווער) טאָגשול, האָט זי אָבער זיך דאָרט געפֿילט אַלץ מער אָפּגעפֿרעמדט. אירע מיט־תּלמידים האָבן זי אָנגעהויבן רופֿן "די אָרטאָדאָקסישע", ווײַל אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע מיידלעך, וועלכע האָבן געטראָגן "דזשינס" און געלייענט תּורה צו דער בת־מיצווה, האָט טאָבי געטראָגן בלויז צניעותדיקע קליידער, און זיך אָפּגעזאָגט צו לייענען תּורה.
נאָך דעם ווי מע האָט געגרינדעט די פֿרומע מיטלשול פֿאַר מיידלעך, "מסורה", האָבן טאָביס עלטערן זי אַהין פֿאַרשריבן. דאָרט איז זי טאַקע געווען זייער גליקלעך, האָט איר טאַטע באַמערקט.
הרבֿ בן־ציון (בענצי) עפּשטיין, אַ טאַטע פֿון זיבן קינדער און דער דירעקטאָר פֿון "דאַטאַ" האָט דערציילט, אַז ער און די דרײַ אַנדערע רבנים גיבן קלאַסן פֿון חומש, ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע און לשון־קודש. אַלע קלאַסן זענען געמישט — מענער מיט פֿרויען — אַחוץ דעם גמרא־קלאַס, וואָס איז בלויז פֿאַר מאַנצבילן, ווײַל לויט דער טראַדיציע לערנען פֿרויען חומש, אָבער נישט גמרא.
"דאַטאַ" גיט אויך אַ קלאַס פֿאַר יונגע לײַט, וואָס ווייסן נישט ווי צו דאַווענען, און יעדע וואָך פֿירט הרבֿ עפּשטיין אַ קלאַס וועגן דער סדרה פֿון דער וואָך אין "סטאַרבאָקס" (אַ פּאָפּולער קאַווע־הויז). בדרך־כּלל, קומען 20—30 יונגע לײַט צווישן 14 און 17 יאָר.
לאַרי קאָסאָווסקי, אַ ייִד פֿון אַ קאָנסערוואַטיווער משפּחה אין וויסקאָנסין, האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז ווען ער האָט אָנגעהויבן נעמען קלאַסן בײַ "דאַטאַ", האָבן אויף אים געמאַכט אַ גרויסן רושם די קינדער פֿון די רבנים. "זיי זענען געווען אַזוי געלערנט, און זיך אויפֿגעפֿירט אַזוי שיין," האָט ער באַמערקט. סײַ ער, סײַ גלייזער, האָבן געזאָגט, אַז די שיינקייט און וואַרעמקייט פֿון די גרויסע פֿרומע משפּחות האָט זיי און זייערע פֿרויען משפּיע געווען צו האָבן נאָך קינדער. "די קינדער וואָס זענען געבוירן געוואָרן אַ דאַנק ׳דאַטאַ׳ רופֿן מיר די "כּולל־׳בייביס׳," האָט גלייזער געזאָגט.
דער כּולל אָרגאַניזירט אויך אַנדערע אונטערנעמונגען, וואָס ציִען צו אַ גרויסן עולם. יעדעס יאָר, למשל, פֿירט זי אָן מיט אַ שבתון פֿאַר משפּחות אין אַן אָרטיקן האָטעל, און זומערצײַט שיקט ער אַ דעלעגאַציע פֿרויען קיין ישׂראל, זיך צו לערנען וועגן דער ייִדישער געשיכטע אויף אַ גײַסטיקן אופֿן.
הרבֿ בן־ציון עפּשטיין לערנט אַ קלאַס וועגן דער הגדה |
אין אַ טייל פֿאַלן האָט דער גײַסטיקער דרך צו אַ פֿרומען לעבן ממש צעשטערט אַ זיווג־לעבן. אַ סטיואַרדקע בײַ "אַמעריקאַן ערלײַנס", וועלכע האָט גענומען אַ קלאַס בײַ הרבֿ עפּשטיין, האָט נאָך דער דריטער וואָך געזאָגט, אַז זי מוז מיט אים רעדן פּריוואַט. "ראַבײַ, איך האַלט, אַז וואָס איר זאָגט איז טאַקע אמת. איך מוז בײַטן מײַן לעבן, איך מוז פֿרום ווערן." די פּראָבלעם איז געווען, אַז איר מאַן איז נישט געווען קיין ייִד. זי האָט אָפּגעגט איר מאַן, און סײַ זי, סײַ איר ברודער זענען פֿרום געוואָרן. הײַנט נעמט זי תּמיד מיט אויפֿן עראָפּלאַן אַ לײַכטוואָגיק חומשל מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג.
הגם די פֿירער פֿון "דאַטאַ" האָבן אַ סך געלערנט די ייִדישע אײַנוווינער פֿון דאַלאַס, האָבן זיי זיך אַליין אויך אַ סך אויסגעלערנט זינט זיי זענען אַהין אָנגעקומען.
"בעת די ערשטע יאָרן, האָבן זיי נישט פֿאַרשטאַנען די פּאָליטיק פֿון אונדזער קהילה," האָט ווײַנשטיין דערקלערט. "זיי האָבן נישט מיטגעאַרבעט מיט די אַנדערע אָרטיקע ייִדישע אינסטיטוציעס, נאָר בלויז געגאַנגען זייער אייגענעם וועג, און דאָס האָט אָפּגעפֿרעמדט אַ צאָל מענטשן.
הײַנט אַרבעט "דאַטאַ" זייער גוט צוזאַמען מיט די אַנדערע שילן און אינסטיטוציעס פֿון דאַלאַס, האָט ווײַנבערג געזאָגט. מיט די פֿרויען, וועלכע פֿאָרן אויף דער גײַסטיקער נסיעה קיין ישׂראל אין יוני, וועט הײַיאָר אויך מיטפֿאָרן אַן אָנגעשטעלטע פֿון דער פֿעדעראַציע. "אַזוי וועט זי קענען פּערזענלעך ווײַזן די פֿרויען ווי אַזוי די דאָלאַרן, וואָס מע זאַמלט אין טעקסאַס לטובֿת ישׂראל, קומען צו ניץ."
"די שענסטע זאַך וועגן ׳דאַטאַ׳ איז וואָס דאָס איז דער ערשטער לערן־אַנשטאַלט פֿאַר דערוואַקסענע פֿונעם גאַנצן ייִשובֿ — פֿון סעקולער ביז אָרטאָדאָקס," האָט ווײַנבערג געזאָגט. "לכתּחילה האָבן געוויסע אײַנוווינער נישט פֿאַרשטאַנען זייער מאָטיוואַציע, הלמאַי זיי פֿאַרבעטן די נישט־פֿרומע ייִדן אין זייערע קלאַסן? זיי האָבן מורא געהאַט, אַז ׳דאַטאַ׳ וועט פּרוּוון אָפּרײַסן די מיטגלידער פֿון די קאָנסערוואַטיווע און רעפֿאָרם־עדות. מיט דער צײַט האָבן יענע אָבער פֿאַרשטאַנען, אַז בעת אַ צופֿלוס (high tide), שטײַגן אַלע שיפֿלעך — מיט אַנדערע ווערטער, אויב די משפּחות אין דאַלאַס וועלן זײַן מער פֿאַראינטערעסירט אין ייִדישקייט, וועלן זיי ווערן מער אַקטיוו אין דער אָרטיקער ייִדישער געזעלשאַפֿט, געבן מער צדקה, און במילא שאַפֿן אַ שטאַרקערע קהילה פֿאַר אַלעמען."