געזעלשאַפֿט, קהילה־לעבן
יעדע וואָך קומען אין "דאַטאַ" בערך 50 מענטשן פֿון אַלע שיטות צו לערנען תּורה

מאָלט זיך אויס אַזאַ בילד: מיטוואָך נאָכמיטאָג. פֿיר רבנים מיט בערד זיצן שעהען לאַנג אַרום אַ טיש, שאָקלען זיך בײַ דער גמרא און אַנדערע ספֿרים, און פּרוּוון אויספּלאָנטערן, צי אַ ייִד, וועלכער פֿאַרמאָגט אַ טויער־טורעם בײַם אַרײַנגאַנג צו זײַן ווילע, דאַרף דאָרט אויפֿהענגען אַ מזוזה.

איז דאָס אַ בית־מדרש אין באָראָ־פּאַרק? לייקוווּד? ניין, ס׳איז דווקא אַ כּולל אין דאַלאַס, טעקסאַס...

דער חידוש איז אָבער נישט בלויז וואָס אינעם אַמאָליקן האַרץ פֿון קאַובוי־לאַנד לערנט הײַנט אַ גרופּע תּלמידי־חכמים גמרא, נאָר ווי אַזוי די רבנים האָבן ממש איבערגעמאַכט די אָרטיקע ייִדישע קהילה.

‫פֿון רעדאַקציע

דעם 17טן מײַ האָט טעהעראַן אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך, וווּ עס ווערט געזאָגט, אַז איראַן וועט איבערשיקן קיין טערקײַ 1,200 קילאָגראַם נידעריק־באַרײַכערטן אוראַניום ווי אַ גאַראַנט, אַז רוסלאַנד און פֿראַנקרײַך וועלן איבעראַרבעטן די זעלבע קוואַליטעט אוראַניום אין הייצוואַרג און עס איבערגעבן צו טערקײַ. די דאָזיקע הייצוואַרג וועט באַקומען איראַן, און די מערבֿ־לענדער — די 1,200 קילאָגראַם אוראַניום. אין פֿאַל, אַז דער אויסטויש וועט דורכפֿאַלן, באַקומט באַלד איראַן פֿון טערקײַ איר אוראַניום צוריק.

ליטעראַטור

1

אונטער די קאַלטע שטיינערנע געוועלבן פֿון קלויז ישן זיצן זקנים בײַ דעמבענע שטענדערס. די שפּיצן פֿון זייערע בערד, געוועבט פֿון זײַדענע פֿעדעם, באַרירן, גלעטן און צערטלען פֿאַרגעלטע ספֿרים־בלעטער. פֿון די גערונצלטע פּאַרמעטענע פּנימער, פֿול מיט נעצן־קנייטשעלעך, שמייכלען אַרויס גוטמוטיקע אויגן און זשמורען זיך קעגן דער זון. אירע שטראַלן פֿלײַסן זיך בחינם צו צעשמעלצן דעם שניי פֿון די ווײַסע בערד און פּאות. קיצלען זונשטראַלן די בינטלעך האָר אין די פֿאַרוואַקסענע נאָזלעכער און אין די אויערן פֿון די זיידעס, אַקוראַט ווי די זיידעס האָבן ליב צו קיצלען די אייניקלעך.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Anita Norich and Yaron Eliav (eds.). Jewish Literatures and Cultures: Context and Intertext. Providence, RI: Brown Judaic Studies, 2008.


אינעם אַלעגאָריש־עטנאָגראַפֿישן ליד "די גזירת דײַטשן" באַשרײַבט אּבֿרהם גאָטלאָבער מיט געשמאַק כּלערליי פֿאַסאָנען פֿון בגדים, וואָס ייִדן האָבן געטראָגן איידער דאָס רוסישע מלכות האָט זיי געהייסן צו קליידן זיך "דײַטש". אָבער דער מחבר פֿאַרסך־הכּלט: "צינד זענען געוואָרן אַלע איין קלאַס, / מע דערקענט שוין ניט קיין מענטש אין דער גאַס". ווי אַ משׂכּיל, וואָס האָט געקעמפֿט פֿאַרן אייראָפּעיִשן "פּראָגרעס" אויף דער ייִדישער גאַס און קעגן אַלטע ייִדישע זאַבאָבאָנעס, איז גאָטלאָבער צופֿרידן.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עקסטאַז איז אַ צושטאַנד, אין וועלכן דער מענטשלעכער מוח פֿאַרלירט דעם קאָנטראָל איבער זײַנע חושים. נאָך מער: דאָס איז אַ צושטאַנד, אין וועלכן די חושים, די שטאַרקע עמאָציעס, באַהערשן דעם מוח און דיקטירן אים זײַנע מעשׂים און האַנדלונגען, פֿאַר וועלכע דער יחיד נעמט אַראָפּ פֿון זיך די אַחריות. אין קעגנזאַץ צו דעם "געוויינטלעכן" שיכּרות, פֿון וועלכן דער מענטש קאָן זיך באַפֿרײַען נאָכן איבערשלאָפֿן זיך איבער דער נאַכט. אָבער דאָס אויך אונטער דעם תּנאַי, אַז ער גיט זיך נישט אונטער דעם יוצר און פֿאַרשקלאַפֿט זיך נישט פֿון דאָס נײַ צו דעם שיכּרות.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין אַ סך ייִדישע קהילות איז אָנגענומען אַ שיינער מינהג: צו באַצירן די שטיבער און שילן מיט בלומען, גראָזן און ביימעלעך, לכּבֿוד דעם פֿאַרגאַנגענעם יום־טובֿ, שבֿועות. איינע פֿון די סיבות איז דאָס, וואָס שבֿועות, ווי עס דערקלערן די חז״ל, באַשליסט דער באַשעפֿער די קומענדיקע גערעטעניש פֿון די פּירות.

דער מדרש זאָגט אויך, אַז די ערד אַרום דעם באַרג סיני האָט זיך פּרעכטיק צעבליט, ווען די ייִדן האָבן באַקומען די תּורה. שבֿועות פּראַוועט מען אויך אַ מילכיקע סעודה, ווײַל די תּורה, ווי אַ גײַסטיקער מאכל פֿאַר דער נשמה, ווערט פֿאַרגליכן מיט מילך, וואָס גיט די קינדער דעם כּוח צו וואַקסן.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אין קלעזקאַנאַדע, 2010, האָט מען זיך געלערנט טאַנצן אַ "פֿריילעכס"

אין ניו־יאָרק, דעם ערשטן דאָנערשטיק פֿון יעדן חודש, קומט פֿאָר אַ "טאַנצהויז" אין אָוונט. עס פֿירט דורך דעם אָוונט "דער צענטער פֿאַר טראַדיציאָנעלער מוזיק און טענץ" מיטן צימבלער פּנחס רושעפֿסקי, בראָש. אויף אַזאַ אָוונט קענט איר זען ווי די "טאַנצמײַסטערס" מיישקע אַלפּערט אָדער זאבֿ פֿעלדמאַן לערנען מיט די אָנטיילנעמער ווי צו טאַנצן אַ שער, אַ פֿריילעכס, אַ האָראַ. אַמאָל קומט צו אַ גאַסט־לערער, ווי אַנדרעאַס שמיטגעס פֿון דײַטשלאַנד, און מיט די באַזוכער פֿונעם "טאַנצהויז" לערנט ער אויס אַ קאָלאָמייקע אָדער קאַדריל.

חורבן
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ טייל פֿון דער פּאַרטיזאַנער־גרופּע, "די ביעלסקי־משפּחה"

(סוף פֿון פֿריִערדיקן נומער)

מײַן שוועסטער, וועלכע איז מיט צוויי יאָר עלטער פֿון מיר, האָט זינט דער שחיטה אין זשעטל, ווען מיר האָבן פֿאַרלאָרן אונדזער טאַטע־מאַמען, די עלטערע שוועסטער שפֿרה און מײַן ייִנגערן ברודערל אַנצעלע, האָט איבערגענומען די השגחה איבער מיר, איר איין־און־איינציקן ייִנגערן ברודער. זי האָט זיך אַפֿילו אויף אַ ווײַלע ניט געוואַקלט אין איר באַשלוס, אַז איך זאָל זײַן דער ערשטער אויסצונוצן די געלעגנהייט אַרויסצוגיין אויף דער פֿרײַ.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
פֿראַדל פּאָמעראַנץ-פֿרידענרײַך

דעם 9טן מײַ האָט מען אינעם ייִוואָ אין ניו־יאָרק געפּראַוועט 100 יאָר פֿון די ייִדיש־וועלטלעכע שולן און די פּובליקאַציע פֿון אַ נײַ בוך וועגן דער געשיכטע פֿון די פֿאָלקשולן, געשריבן פֿון פֿראַדל פּאָמעראַנץ-פֿרידענרײַך, וואָס הייסט "Passionate Pioneers" [לײַדנשאַפֿטלעכע פּיאָנערן]. אַמאָליקע תּלמידים פֿון די פֿאָלקשולן און קעמפּער פֿון די ייִדישע קולטורעלע זומער־קאָלאָניעס זענען געקומען הערן וועגן די אינסטיטוציעס וואָס האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַזאַ וויכטיקן טייל פֿון דער יוגנט פֿון טויזנטער אַמעריקאַנער ייִדן.

ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שאָול גינזבורג

ס’איז געווען, און צו מאָל בלײַבט נאָך, פֿאַרשפּרייט דער געדאַנק, אַז דער "פֿאָרווערטס" האָט פֿונקציאָנירט ווי אַ פּרימיטיווע צײַטונג, צוגעפּאַסט בלויז צום געשמאַק און ניוואָ פֿון "הערינג-ייִדענעס", וועלכע האָבן זשעדנע געלייענט די האַרצרײַסנדיקע מעשׂיות פֿון "בינטל בריוו". ווײַל איך לייען שוין יאָרנלאַנג די אַלטע נומערן פֿון דער צײַטונג, קען איך זאָגן, אַז דאָס איז ניט ריכטיק, צי לכל-הפּחות, ניט אין גאַנצן ריכטיק. אין אַב. קאַהאַנס רעצעפּט פֿון הצלחה זײַנען אַרײַן פֿאַרשיידענע קאָמפּאָנענטן, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע, וואָס האָבן געקענט צוציִען אויך אַן אינטעלעקטועלן לייענער, דעם אַזוי-גערופֿענעם — "באַוווּסטזיניקן אַרבעטער".

פּובליציסטיק, טשיקאַװעס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מ׳טרובעט איבער דער וועלט — ס׳רוכעוועט זיך צווישן די גלחים אַ פּערוועזער סקאַנדאַל. זיי האָבן געזינדיקט און ווילן זיך נישט מתוודה זײַן. זיי האָבן זיך איזדיעקעוועט איבער אומשולדיקע קינדער און זיך פֿאַרנומען מיט פּעדאָפֿיליע דורות־לאַנג. נישט נאָר דאָס. איין גלח האָט פֿאַרפֿירט 200 טויבע קינדער, און נישט בלויז דאָ אין אַמעריקע, נאָר כּמעט גלאָבאַל — אייראָפּע, אירלאַנד, לאַטיין־אַמעריקע און איצט מעקסיקע. די קאַטוילישע קירך האָט ממש באַנקראָטירט.

קונסט
פֿון לעאָניד ז‫אַסל‫אַווסקי (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אָלעג לינער

לעצטנס איז אינעם קאָנפֿערענץ־זאַל בײַ דער געזעלשאַפֿטלעכער ביבליאָטעק אויף נאָסטראַנד־עוועניו פֿאַרגעקומען אַ קינסטלערישע אויסשטעלונג לכּבֿוד דעם 10־יאָריקן יוביליי פֿון דער גילדיע ייִדישע מאָלער. די דאָזיקע אויסשטעלונג איז געוואָרן אַ וויכטיקער טייל אין דער פּראָגראַם, וואָס ווערט איצט דורכגעפֿירט אין ניו־יאָרק "וואָך פֿון אימיגראַנטישער ירושה".

איך האָב באַזוכט די אויסשטעלונג און געבעטן ענטפֿערן אויף מײַנע עטלעכע פֿראַגעס דעם מאָלער אָלעג לינער, וואָס איז אויך אַ אָנגעזעענער געשעפֿטסמאַן און פּרעזידענט פֿונעם רוסישן אָפּטייל בײַ "בני־ציון".