אין אַ סך ייִדישע קהילות איז אָנגענומען אַ שיינער מינהג: צו באַצירן די שטיבער און שילן מיט בלומען, גראָזן און ביימעלעך, לכּבֿוד דעם פֿאַרגאַנגענעם יום־טובֿ, שבֿועות. איינע פֿון די סיבות איז דאָס, וואָס שבֿועות, ווי עס דערקלערן די חז״ל, באַשליסט דער באַשעפֿער די קומענדיקע גערעטעניש פֿון די פּירות.
דער מדרש זאָגט אויך, אַז די ערד אַרום דעם באַרג סיני האָט זיך פּרעכטיק צעבליט, ווען די ייִדן האָבן באַקומען די תּורה. שבֿועות פּראַוועט מען אויך אַ מילכיקע סעודה, ווײַל די תּורה, ווי אַ גײַסטיקער מאכל פֿאַר דער נשמה, ווערט פֿאַרגליכן מיט מילך, וואָס גיט די קינדער דעם כּוח צו וואַקסן.
אינעם חומש ווערט שבֿועות בפֿירוש פֿאַרבונדן מיט אַגריקולטור, און ווערט אָנגערופֿן "חג הקציר", דער יום־טובֿ פֿון גערעטעניש, און "יום הביכּורים", דער טאָג פֿון ערשטע פּירות, "ביכּורים". שבֿועות איז דער ערשטער טאָג אינעם יאָר, ווען די ייִדן האָבן געקאָנט ברענגען אינעם בית־המקדש די ערשטע פֿרוכטן און תּבֿואה פֿון דער נײַער גערעטעניש.
שבֿועות איז אויך פֿאַרבונדן מיט דער מיצווה פֿון ספֿירת־העומר, וואָס האָט צו טאָן, אינעם היסטאָרישן זין, מיטן ברענגען אַ געוויסע מאָס גערשטן אינעם בית־המיקדש. דער יום־טובֿ גופֿא הייבט זיך אָן דווקא ווען מע פֿאַרענדיקט צו ציילן די ספֿירה.
אַן אַנדער וויכטיקע סיבה פֿונעם דאָזיקן מינהג, אַחוץ די אַסאָציאַציעס מיט דער גשמיותדיקער גערעטעניש, איז דאָס, וואָס די תּורה ווערט אָנגערופֿן "עץ־חיים" — דער בוים פֿון לעבן, דערפֿאַר זענען די ביימער אַ סימבאָל פֿון שבֿועות — דער טאָג פֿון מתּן־תּורה.
אין אַ צאָל ספֿרים שטייט געשריבן, אַז אין די שטיינער פֿונעם באַרג סיני זענען וווּנדערלעך אײַנגעקריצט די געשטאַלטן פֿון "סנה" — דער ברענענדיקער קוסט אָדער בוים, דורך וועלכן דער אייבערשטער האָט זיך באַוויזן צו משה רבינו. אויב מע צעברעכט אַ שטיין פֿון הר־סיני, זעט מען אין יעדן שטיקל נאָך אַלץ די זעלבע צורה אין אַ קלענערן מאַסשטאַב. אַזוי האָבן געשריבן דער אפֿודי און רבי משה נרבוני, באַקאַנטע מפֿרשים פֿונעם רמב״מס ספֿר "מורה נבֿוכים", רבי יעקבֿ עמדין און אַנדערע.
רבי דוד־שלמה אייבעשיץ שרײַבט אין זײַן ספֿר "ערבֿי־נחל", אַז אויב אַפֿילו מע צעברעכט אַ שטיין פֿונעם באַרג סיני צען טויזנט מאָל, זעט מע אין יעדן שטיקל אַ געשטאַלט פֿון אַ בוים, פּראָפּאָרציאָנעל צו דער מאָס פֿונעם ברעקל. אַ טייל מפֿרשים דערקלערן אויך, אַז די ווערטער "סנה" און "סיני" זענען פֿאַרבונדן און שטאַמען פֿונעם זעלבן שורש. דאָס הייסט, אַז דער נאָמען פֿונעם אָרט, וווּ די ייִדן האָבן מקבל געווען די תּורה, איז גופֿא פֿאַרבונדן מיטן אַ געוויסן מין בוים.
אין דער אמתן, ווי מע ווייסט פֿון געאָלאָגיע, זענען אַזעלכע שטיינער מיט אײַנגעקריצטע קריסטאַלישע ביימער, וואָס הייסן דענדריטן, גענוג פֿאַרשפּרייט אַרום דער וועלט, הגם זיי טרעפֿן זיך טאַקע זייער אָפֿט אויפֿן באַרג סיני, און זעען דאָרטן אויס באַזונדערס שיין. אַזעלכע בוים־אַרטיקע קריסטאַלן זענען אַ נאַטירלעכער מוסטער פֿון אַ וויכטיקן קלאַס פֿון אינטערעסאַנטע מאַטעמאַטישע אָביעקטן — פֿראַקטאַלן. די דערמאָנטע ספֿרים באַשרײַבן גאַנץ קלאָר די אייגנשאַפֿטן פֿון די דאָזיקע אָביעקטן: אַ קלענערער טייל פֿון אַ פֿראַקטאַל זעט תּמיד אויס ווי אַ גרעסערער.
אין דער פֿריִערדיקער פּרשה איז געגאַנגען אַ רייד וועגן דעם, ווי דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערצוציילן די ייִדישע מענער פֿון אַ געוויסער עלטער. דער דאָזיקער חשבון, ווי עס דערקלערן די מפֿרשים, האָט געגעבן יעדן ייִד אַ באַזונדער חשיבֿות. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, איז אַ מענטשלעכע נשמה אַ גאַנצע קליינע וועלט פֿאַר זיך, "עולם קטן". דורך דעם חשבון, האָט משה דערמאָנט די ייִדן, אַלע מדרגות פֿון די מענטשן, אַפֿילו די סאַמע חשובֿסטע, זענען פֿאַראַן בײַ יעדן, הגם נישט תּמיד זעט מען עס.
די הײַנטיקע פּרשה איז ווידער געווידמעט די חשבונות. דער אייבערשטער האָט געהייסן איבערצוציילן באַזונדערס די מענער־לוויים פֿון 30 ביז 50 יאָר. אַזוי ווי אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, האָט דער באַשעפֿער אָנגעזאָגט "שׂאו את ראש כּל עדת בני-ישׂראל" — בוכשטעבלעך: "הייבט אויף דעם קאָפּ פֿון די ייִדן". דאָס הייסט, אַז פֿון איין זײַט האָט דער דאָזיקער באַזונדערער חשבון געוויזן דאָס ספּעציעלע חשיבֿות פֿון די לוויים; פֿון דער צווייטער זײַט, האָט ער ווידער געגעבן צו וויסן דעם גאַנצן פֿאָלק, אַז דאָס דאָזיקע חשיבֿות אין אויך באַהאַלטן בײַ יעדן איינעם אין דער נשמה.
דאָס הייסט, אַז אַ ספּעציעלער חשבון פֿון אַ געוויסן טייל ייִדן גיט זיי אַ באַזונדער חשיבֿות און דערפֿאַר, פּאַראַדאָקסיש, גיט אויך מער חשיבֿות פֿאַרן גאַנצן פֿאָלק. די גאַנצע מענטשהייט איז ענלעך צו אַ מין "סאָציאַלן פֿראַקטאַל". ווען די מענטשן לעבן באַחדות, ווערט דאָס באַזונדערע חשיבֿות פֿון אַ געוויסן יחיד, אָדער אַ געוויסער גרופּע מענטשן, פֿאַרוואַנדלט אין אַ מעלה פֿון אַלעמען.
למשל, ווען אַ חבֿרה מענטשן בויען צוזאַמען אַ הויז, פֿילט זיך יעדער פֿון די באַטייליקטע מער שטאָלץ, ווען זײַן חבֿר טראַכט צו עפּעס אַ קלוגע המצאה, ווי אַזוי צו פֿאַרבעסערן זייער אַלגעמיינעם בנין. ווען מע טוט עפּעס באַחדות, ווערן די דערגרייכונגען פֿון אַ יחיד באַטראַכט אויך ווי דערגרייכונגען פֿון אַ כּלל. אַזוי ווי אין אַ פֿראַקטאַל, ווערן די מעלות פֿון אַ טייל מענטשן פֿאַרוואַנדלט אין די מעלות פֿונעם גאַנצן קאָלעקטיוו, און פֿאַרקערט. צוליב דעם, ווערט דער מענטש אויך פֿאַרגליכן אין דער תּורה מיט אַ בוים.
די הײַנטיקע פּרשה איז די לענגסטע אינעם גאַנצן חומש, ווײַל זי דערציילט וועגן די קרבנות, וואָס די נשׂיאים פֿון די צוועלף שבֿטים האָבן געבראַכט, כּדי מקדש צו זײַן דעם מזבח אינעם משכּן. די זעלבע פּסוקים ווערן איבערגעחזרט וואָרט נאָך וואָרט צוועלף מאָל? מע ווייסט, אַז אין דער תּורה איז נישטאָ קיין איבעריקע ווערטער. אויב אַזוי, צוליב וואָס דאַרף מען איבערחזרן אַזויפֿיל מאָל די זעלבע מעשׂה?
די תּורה ווערט צוגעגליכן צו אַ בוים, ווײַל זי איז אויך ענלעך צו אַזאַ מין פֿראַקטאַל. יעדער פּרט גיט צו מער חשיבֿות און באַדײַט פֿאַר די אַנדערע, שאַפֿנדיק דעם פּלאַץ פֿון אומצאָליקע מעגלעכע פּירושים. ווען מע קוקט אויף אַ בוים אָדער אויף די דערמאָנטע וווּנדערלעכע שטיינער פֿונעם באַרג סיני, טראַכט מען נישט, פֿאַרוואָס דאַרף מען אַזויפֿיל בלעטער אָדער אײַנגעקריצטע צייכענונגען. די גאַנצע תּורה, אַזוי ווי די מענטשהייט, איז אַן אָרגאַנישע גאַנצקייט, וואָס אַלע פּרטים אין איר האָבן אַ באַזונדער חשיבֿות; אויב אַפֿילו זיי ווערן איבערגעחזרט, גיבן זיי צו שיינקייט און באַדײַט צו דער אַלגעמיינער סטרוקטור.