שאָול גינזבורג |
ס’איז געווען, און צו מאָל בלײַבט נאָך, פֿאַרשפּרייט דער געדאַנק, אַז דער "פֿאָרווערטס" האָט פֿונקציאָנירט ווי אַ פּרימיטיווע צײַטונג, צוגעפּאַסט בלויז צום געשמאַק און ניוואָ פֿון "הערינג-ייִדענעס", וועלכע האָבן זשעדנע געלייענט די האַרצרײַסנדיקע מעשׂיות פֿון "בינטל בריוו". ווײַל איך לייען שוין יאָרנלאַנג די אַלטע נומערן פֿון דער צײַטונג, קען איך זאָגן, אַז דאָס איז ניט ריכטיק, צי לכל-הפּחות, ניט אין גאַנצן ריכטיק. אין אַב. קאַהאַנס רעצעפּט פֿון הצלחה זײַנען אַרײַן פֿאַרשיידענע קאָמפּאָנענטן, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע, וואָס האָבן געקענט צוציִען אויך אַן אינטעלעקטועלן לייענער, דעם אַזוי-גערופֿענעם — "באַוווּסטזיניקן אַרבעטער". איך רעד שוין ניט וועגן דעם "גאָר אינטעלעקטועלן" עולם, וואָס האָט געלייענט די ענגליש-שפּראַכיקע פּרעסע. אַזעלכע לײַט האָבן אויך געפֿונען אין "פֿאָרווערטס" אַ סך ספּעציפֿיש־ייִדישע מאַטעריאַלן, בפֿרט נאָך, אַז קיין אַנדער ייִדישע צײַטונג האָט זיך ניט געקענט פֿאַרגינען דעם ראָסקאָש צו האַלטן אַזוי פֿיל קאָרעספּאָנדענטן אין אַזוי פֿיל לענדער.
אין משך פֿון צען יאָר, זינט 1930 ביז 1940, האָט די צײַטונג געהאַט אַ שטענדיקן מיטאַרבעטער, וועמענס אַרטיקלען זײַנען געווען אויסגערעכנט אויף די לייענער מיט אַן אינטערעס אין רוסיש-ייִדישער געשיכטע. די רייד גייט וועגן שאָול גינזבורג (1866—1940), וואָס ער אַליין פֿאַרנעמט אַן אָרט אין דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע. אַ געבוירענער אין מינסק, אין אַ פֿאַרמעגלעכער משפּחה, האָט גינזבורג באַקומען אַ ייִדישע דערציִונג און אַ רוסישע בילדונג. אין 1892 (לויט אַנדערע קוואַלן — אין 1891) האָט ער פֿאַרענדיקט דעם יורידישן פֿאַקולטעט פֿון פּעטערבורגער אוניווערסיטעט, אָבער זיך ווײַטער באַשעפֿטיקט מיט ליטעראַריש-זשורנאַליסטישער טעטיקייט אויף רוסיש און ייִדיש. דעם ייִדישן פֿאָלקלאָריסט איז ער גוט באַקאַנט ווי איינער פֿון די צונויפֿשטעלער (צוזאַמען מיט פּסח מאַרעק) פֿון דער פּיאָנערישער זאַמלונג "ייִדישע פֿאָלקסלידער אין רוסלאַנד". דאָס בוך איז אַרויס אין יאָר 1901, און אין 1991 איז עס ווידער אַ מאָל אַרויסגעגעבן געוואָרן, דורך דעם בר-אילן-אוניווערסיטעט.
באַזונדערס פֿעסט האָט שאָול גינזבורג פֿאַרנומען אַן אָרט אין דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע, ווען ער האָט, צוזאַמען מיט שבתי ראַפּאָפּאָרט, געגרינדעט די ערשטע טעגלעכע ייִדישע צײַטונג אין רוסלאַנד. "דער פֿרײַנד" האָט אָנגעהויבן אַרויסגיין אין פּעטערבורג אין 1903. אין 1908 איז גינזבורג אַוועק פֿון דער צײַטונג און זיך קאָנצענטרירט אויף היסטאָרישע שטודיעס. ער האָט עס געטאָן אין רוסלאַנד ביז 1930, ווען אים האָט זיך יאַקאָס אײַנגעגעבן צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד — אַ גאַנץ אוניקאַלער פֿאַל פֿאַר יענער צײַט, ווען די סאָוועטישע גרענעץ איז שוין געווען שטילנע פֿאַרמאַכט.
ווײַטער וויל איך געבן דאָס וואָרט דעם וועטעראַן פֿון "פֿאָרווערטס" דוד שוב, וועמענס זכרונות "פֿון די אַמאָלקע יאָרן" (1970) שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן אוניקאַלן קוואַל פֿאַר אַ היסטאָריקער פֿון דער צײַטונג (איך ברענג דאָ אַ געקירצטן אויסצוג):
זומער 1930 האָב איך באַקומען אַ בריוו פֿון אַב. קאַהאַנען, וועלכער איז דעמאָלט געווען אין פּאַריז, אַז פֿון סאָוועט-רוסלאַנד איז ניט לאַנג צוריק געקומען קיין פּאַריז דער באַוווּסטער ייִדיש-רוסישער שרײַבער שאָול גינזבורג. קאַהאַן האָט מיר געשריבן, אַז ער איז מיט גינזבורגן באַקאַנט געוואָרן, האָט פֿאַרבראַכט מיט אים אַ פּאָר שעה און ער האָט באַשטעלט בײַ אים אַ סעריע אַרטיקלען פֿאַרן זונטיק-"פֿאָרווערטס" וועגן דער לאַגע פֿון די ייִדן אין סאָוועט-רוסלאַנד. אין אַ וואָך-צוויי אַרום האָט גינזבורג צוגעשיקט די ערשטע אַרטיקלען זײַנע, וועלכע זײַנען באַלד אָפּגעדרוקט געוואָרן אין די זונטיק-נומערן פֿון "פֿאָרווערטס". די אַרטיקלען זײַנען געווען גוט געשריבן, האָבן אַנטהאַלטן נײַע, זייער וויכטיקע אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם שיקזאַל פֿון די ייִדן אין סאָוועט-רוסלאַנד פֿאַר די יאָרן פֿון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע. די אַרטיקלען זײַנען געלייענט געוואָרן מיט גרויס אינטערעס, קאָן מען זאָגן, פֿון אַלע קלאַסן לייענער. אין אַ פּאָר מאָנאַטן אַרום זײַנען שאָול גינזבורג און זײַן פֿרוי געקומען קיין אַמעריקע. ער איז גלײַך אויף מאָרגן, ווי ער איז געקומען קיין ניו-יאָרק, געקומען אין רעדאַקציע פֿון "פֿאָרווערטס" צו אַב. קאַהאַנען. קאַהאַן האָט מיך מיט אים גלײַך באַקענט און מיר האָבן צוזאַמען געהאַט "לאָנטש".
כּמעט יעדן פֿרײַטיק פֿלעגט גינזבורג קומען אין רעדאַקציע פֿון "פֿאָרווערטס". ער פֿלעגט ברענגען זײַן אַרטיקל פֿאַרן זונטיק-נומער און פֿלעגט אויך באַקומען זײַן טשעק פֿאַר דעם אָפּגעדרוקטן אַרטיקל, און מיר פֿלעגן זייער אָפֿט פֿאַרברענגען אַ שעה אָדער מער אין רעדאַקציע אָדער אין דער נאָענטסטער קאַפֿע. איין פֿרײַטיק בין איך געקומען אין רעדאַקציע שפּעטער ווי אַלע מאָל, און איך האָב געטראָפֿן גינזבורגן שוין אַרויסגייענדיק פֿון דער רעדאַקציע. זײַן פּנים איז געווען בלאַסער ווי געוויינטלעך און איך האָב געזען, אַז ער איז שטאַרק צעטראָגן.
ווען מיר זײַנען אַרײַן אין קאַפֿע, האָט גינזבורג מיר דערציילט, אַז ער האָט נאָר וואָס געהאַט אַ געשפּרעך מיט קאַהאַנען און קאַהאַן האָט צוריקגעוויזן די אַלע טעמעס פֿאַר אַרטיקלען, וועלכע ער האָט אים פֿאָרגעשלאָגן צו שרײַבן. די טעמעס זײַנען אים ניט געפֿעלן געווען. "איך האָב דעם אײַנדרוק", האָט גינזבורג מיר געזאָגט, "אַז קאַהאַן וויל מיך ניט האָבן פֿאַר אַ שטענדיקן מיטאַרבעטער פֿון 'פֿאָרווערטס’."
דוד שוב דערציילט ווײַטער, אַז ער האָט זיך אַרײַנגעמישט אין דעם ענין און פֿאָרגעלייגט קאַהאַנען צו בעטן גינזבורגן, יענער זאָל שרײַבן קאַפּיטלען געשיכטע פֿון רוסיש-ייִדישן לעבן. אַזוי זײַנען געבוירן געוואָרן די טעקסטן, וועלכע זײַנען שפּעטער אַרײַן אין די ביכער פֿון שאָול גינזבורגן — "היסטאָרישע ווערק", דרײַ בענד, 1937—1938; "אַמאָליקע פּעטערבורג", 1944; "משומדים אין צאַרישן רוסלאַנד", 1946. איך בין זיכער, אַז אַ סך לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" האָבן — ווי איך — געהאַט גרויס הנאה פֿון אָט די ביכער.