פּאָליטיק

עקסטאַז איז אַ צושטאַנד, אין וועלכן דער מענטשלעכער מוח פֿאַרלירט דעם קאָנטראָל איבער זײַנע חושים. נאָך מער: דאָס איז אַ צושטאַנד, אין וועלכן די חושים, די שטאַרקע עמאָציעס, באַהערשן דעם מוח און דיקטירן אים זײַנע מעשׂים און האַנדלונגען, פֿאַר וועלכע דער יחיד נעמט אַראָפּ פֿון זיך די אַחריות. אין קעגנזאַץ צו דעם "געוויינטלעכן" שיכּרות, פֿון וועלכן דער מענטש קאָן זיך באַפֿרײַען נאָכן איבערשלאָפֿן זיך איבער דער נאַכט. אָבער דאָס אויך אונטער דעם תּנאַי, אַז ער גיט זיך נישט אונטער דעם יוצר און פֿאַרשקלאַפֿט זיך נישט פֿון דאָס נײַ צו דעם שיכּרות.

אין אונטערשייד צו דעם אינדיווידועלן יוצר פֿון דעם יחיד, וואָס קען זײַן אַן איבערגייענדיקע דערשײַנונג, איז דער עקסטאַז אַ קאָלעקטיווע קראַנקהייט, פֿון וועלכער עס איז זייער, זייער שווער זיך אויסצוהיילן. ער ווערט אַן עפּידעמיע, וואָס שטעקט אָן ברייטע מאַסן אונטער דער ווירקונג פֿון דעמאַגאָגן, פּאָליטישע מנהיגים, וואָס פֿאַרקויפֿן אילוזיעס — די ביליקסטע פֿון אַלע מציאות.

הײַנטיקע וואָך איז דער סעריאַלער, אָדער "דיזשורנער" אויספֿאַרקויף, וואָס האָט געזאָלט אָנצינדן דעם קאָלעקטיוון עקסטאַז, געווען אויף צוויי פֿראָנטן פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער פֿאַראינטערעסירונג: איינער אויפֿן לעבעדיק־ברויזנדיקן פֿוטבאָל־סטאַדיאָן און אויף די גאַסן פֿון תּל־אָבֿיבֿ, וווּ די קיביצערס און די לאָקאַל־פּאַטריאָטן פֿון דער שטאָט האָבן אַ גאַנצע נאַכט געיובֿלט דאָס קרוינען דעם "הפּועל תּל־אָבֿיבֿ" ווי דעם פֿוטבאָל־טשעמפּיאָן פֿון ישׂראל פֿאַר דעם יאָר 2010, נאָך אַ הפֿסקה פֿון צען יאָר פֿון דורכפֿאַלן און פֿאַרשפּילטע "מעטשן". איין קלייניקייט: "הפּועל תּל־אָבֿיבֿ" איז צוריק אויף דער מאַפּע!

דער צווייטער פֿאָרום פֿון דעם קאָלעקטיוון עקסטאַז איז געווען, אין דער אַנדערער נאַכט, אויפֿן אַלטערטימלעכן פּאַגאַנישן, ספֿק־בית־עולם, האַרט נעבן דעם "ברזילי"־שפּיטאָל אין אַשקלון, בעתן אָפּרוימען און אַריבערפֿירן פֿון דאָרט געציילטע קבֿרים פֿון מעגלעך פּלישתּים, כּדי אויסצובויען אויף דעם אָרט אַ מאָדערנעם אויפֿנעם־אָפּטייל פֿאַר דעם שפּיטאָל, וואָס באַדינט דעם גאַנצן דרום פֿון לאַנד.

אַלע געצוימטע אינסטינקטן פֿון ענטוזיאַזם און פֿון צאָרן, אַלע ליבשאַפֿטן און כּעסן, וועקן זיך אויף בײַ יחידים און מאַסן, בײַ בירגער און פֿעלקער — אין זכות פֿון די "צוויי מאָל עלף פּאָר פֿיס, וואָס יאָגן זיך נאָך דעם קליינעם קײַלעכדיקן חפֿץ אויף דעם גרויסן ספּאָרט־סטאַדיאָן". אַזוי האָט דאָס אַמאָל באַצייכנט פּראָפֿ’ לייבאָוויטש, דער מיטאָלאָגישער פֿרומער אָרטאָדאָקס און ליבעראַלער אינטעלעקטואַל, דער פֿאַרשטאָרבענער רעדאַקטאָר פֿון דער סעקולערער העברעיִשער "אַלגעמיינער ענציקלאָפּעדיע" אין ישׂראל.

"ספּאָרטיווער גײַסט" מײַנט דעם היפּוך פֿון מלחמה און פֿון "קריגס־אַטמאָספֿער". אין אַלטערטימלעכן גריכנלאַנד זײַנען אין דער צײַט פֿון די אָלימפּישע פֿאַרמעסטונגען געוואָרן אָפּגעשטעלט אַלע מלחמות. הײַנט איז אָבער די וועלט, ווי מיר ווייסן, "מער ציוויליזירט", און טאַקע ערשט "נישט לאַנג", מיט 41 יאָר צוריק, איז צוליב דעם נצחון פֿון סאַלוואַדאָר איבער האָנדוראַס (3:0) אין זייער פֿוטבאָל־פֿאַרמעסט אין יולי 1969 אויסגעבראַכן אַ מלחמה, וואָס האָט געדויערט פֿיר טעג, און, לחלוטין, נישט אין ספּאָרטיוון גײַסט. און אויך לחלוטין נישט אין ספּאָרטיוון גײַסט זענען געוויינטלעך די פֿוטבאָל־פֿאַרמעסטן אין ישׂראל, וואָס פֿאַרוואַנדלען זיך אָפֿט אין ראַסיסטישע מחלוקתן צווישן ביתּ״ר ירושלים און דעם אַראַבישן ספּאָרט־קלוב פֿונעם שטעטל סאַכנין אין גליל, מיט אַזעלכע אויסגעשרייען, ווי: "אַ טויט די אַראַבער", אָדער "שמוציקע אַראַבער" אדג״ל. אָבער נישט איין מאָל איז אויסגעקומען די פּאַטריאָטן פֿון ביתּ״ר צו שטאָלצירן מיט זייערע ספּאָרטיווע שׂונאים, ווען די האָבן "געראַטעוועט דעם כּבֿוד" פֿון דער ייִדישער מדינה, ווי מיטגלידער אין דער רעפּרעזענטאַנץ פֿון ישׂראל אין פֿאַרמעסטונגען קעגן פֿרעמדע מאַנשאַפֿטן. אין אַ פֿוטבאָל־פֿאַרמעסט קעגן דער מאַנשאַפֿט פֿון אירלאַנד האָט דער אַראַבישער פֿוטבאָליסט אַבאַס סואַן פֿון סאַכנין אין דער לעצטער מינוט אַרײַנגעשאָסן דעם אויסגלײַכנדיקן גאָל אין טויער פֿון דער אירלענדישער רעפּרעזענטאַנץ און איז געוואָרן דער "גיבור" פֿון דעם ישׂראלדיקן ספּאָרט.

דאָס איז דער זעלבער אַראַבישער פֿוטבאָל־סטאַר, וואָס איז מיט אַ וואָך פֿריִער, בעת דעם פֿאַרמעסט מיט בּיתּ"ר אין ירושלים, באַוואָרפֿן געוואָרן מיט קללות און ראַסיסטישע באַליידיקונגען, ווי — "שמוציקער אַראַבער", "אַ טויט די אַראַבער" אד״גל. צומאָרגנס נאָך דעם פֿאַרמעסט מיט די אירלענדישע גויים איז ער געקרוינט געוואָרן אין דער ישׂראלדיקער פּרעסע און אין די שמועסן אויף די מערק, ווי דער גיבור פֿון מדינת־ישׂראל...

איך ווייס נישט, צי אַבאַס סואַן האָט בשעת־מעשה געטראַכט וועגן דער "נאַציאָנאַלער ווירדע" ווען ער האָט אין דער לעצטער מינוט אַרײַנגעשאָסן דעם אויסגלײַכנדיקן גאָל. ער האָט אָבער שפּעטער אויסגעדריקט זײַן צופֿרידנקייט, וואָס ער האָט מצליח געווען צו דערפֿילן זײַן ספּאָרטיוון חובֿ פֿאַר דער אויסוואַל־מאַנשאַפֿט, אין וועלכער ער איז אַ מיטגליד, און זײַן נאַציאָנאַלן חובֿ פֿאַר דער מדינה, וועלכע ער האָט רעפּרעזענטירט ווי אירס אַ בירגער.

אָבער דער אַראַבישער כּנסת־דעפּוטאַט ד״ר אַכמעד טיבי האָט נאָך דעם "העראָיִשן גאָל" טעלעפֿאָנירט אין מלוכישן ראַדיאָ און געפֿרעגט: וויפֿל אַראַבישע ספּאָרטלער דאַרף מען נאָך אַרויסשטעלן כּדי זיי זאָלן זאָרגן פֿאַר דעם כּבֿוד פֿון דער מדינה, און וויפֿל יאָר דאַרף מען נאָך וואַרטן, די מדינה זאָל זאָרגן פֿאַר דער קאַנאַליזאַציע אין די אַראַבישע ייִשובֿים אין לאַנד?...

די מדינה האָט קיין סך נישט געדאַרפֿט וואַרטן. פֿיר טעג נאָך דער "געראַטעוועטער ווירדע" קעגנאיבער די ספּאָרטלער פֿון אירלאַנד האָט אַ צווייטער אַראַבישער פֿוטבאָליסט, וואַליד באַדיר, פֿון דעם זעלבן אַראַבישן ספּאָרט־קלוב אין דעם זעלבן דאָרף סאַכנין ווידער באַקומען די געלעגנהייט צו "ראַטעווען די נאַציאָנאַלע ווירדע" פֿון דער מדינה — אַרײַנשיסנדיק אַן ענלעכן אויסגלײַכנדיקן גאָל אין דעם פֿאַרמעסט מיט דער פֿראַנצויזישער נאַציאָנאַלער רעפּרעזענטאַנץ...

"לא אלמן ישׂראל" — אויב נישט די מדינה אַליין, וועלן דאָס מאָל אירע אַראַבער שוין באַשיצן איר כּבֿוד...

די גאָלן פֿון דער "נאַציאָנאַלער ווירדע" ווערן אָבער איצט אַרײַנגעשאָסן נישט דורך די ישׂראלדיקע אַראַבער, וואָס האָבן הײַנטיקע וואָך דעמאָנסטרירט אונטער די פֿענער פֿון פּ. ל. אָ., פֿון סיריע און פֿון לבֿנון — קעגן דעם אַרעסט פֿון די צוויי אַראַבישע טוערס, פֿאַרדעכטיקטע אין פֿאַרראַט, נאָר — דורך די דיפּלאָמירטע פּאָטריאָטן, די מנהיגים פֿון דער מדינה, וועלכע האָבן הײַנטיקע וואָך, ערבֿ דעם יום־טובֿ פֿון מתּן־תּורה געבראָכן דאָס שווײַגעניש, צו וועלכן דער פּרעמיער נתניהו האָט זיך שטילערהייט פֿאַרפֿליכטעט פֿאַר דעם פּרעזידענט אָבאַמאַ און פֿאַר דעם אַמעריקאַנער פֿאַרמיטלער דזשאָרדזש מיטשעל, כּדי צו דערמעגלעכן דאָס עפֿענען די פֿאַרמיטלונגס־געשפּרעכן מיט אַבו־מאַזען. אַבֿיגדור ליבערמאַן האָט פֿון טאָקיאָ אָנגעזאָגט די בשׂורה, אַז פֿון די שלום־געשפּרעכן וועט גאָרנישט אַרויסקומען; אלי ישי האָט ווידער אַמאָל דערקלערט, אַז דער בוי אויף די שטחים און אין ירושלים וועט זיך קיינמאָל ניט אָפּשטעלן; דאָס זעלבע האָט אויף ס׳נײַ דערקלערט ניר ברקת, דער בירגער־מייסטער פֿון ירושלים, אַזוי ווי דער מיניסטער אלי ישי מיט אַ חודש צוריק בעת דעם באַזוך פֿון דעם אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, וואָס האָט גורם געווען דעם שאַרפֿן קריזיס מיט וואַשינגטאָן.

די איינציקע וואָס האָבן געשוויגן, זײַנען געווען די מתים, וואָס מען האָט אַריבערגעפֿירט פֿון דעם פּלאַץ נעבן דעם שפּיטאָל אין אַשקלון, און געשוויגן האָבן דאָס מאָל אויך די רבנים, וועלכע האָבן ארויסגערופֿן דעם מתים־קריזיס, אָבער זיי ווילן נישט פֿאַרלירן זייער חלק פֿון דעם מלוכישן קוכן. נאָר די יונגע פֿאַנאַטיקער צווישן די חרדים האָבן פּרובירט אָנצוצינדן ירושלים און האָבן נישט מצליח געווען.

דאַקעגן האָבן זיך איצט ווידער צעפּלוידערט די זעלבע מיניסטאָרן, וועמען נתניהו האָט געהאַט פֿאַראָרדנט צו שווײַגן, און האָבן ווידער דערוויזן, אַז נתניהוס פֿאַרפֿליכטונגען פֿאַר אָבאַמאַ און אָבאַמאַס פֿאַרפֿליכטונגען פֿאַר די פּאַלעסטינער זײַנען נישט ווערט קיין שמעק טאַביקע.

דאָס זײַנען די ישׂראלדיקע פֿאַרפֿליכטונגען, וואָס אויף זייער באַזיס האָט וואַשינגטאָן געפּועלט בײַ די 31 מיטגלידער פֿון OECD, דעם פֿאַרבאַנד פֿון די אַנטוויקלטע לענדער, דערונטער טערקײַ און אַנדערע פֿײַנטלעכע מדינות, נישט קעגנשטעלן זיך דעם אַרײַנטריט פֿון ישׂראל אין דעם פּרעסטיזשפֿולן פֿאַרבאַנד. אָבער ווער דאַרף זיך רעכענען מיט אָט דעם פֿרײַנדלעכן זשעסט, ווען עס איז דאָך קלאָר ווי דער טאָג — פֿאַר ליבערמאַנען, פֿאַר אלי ישי, פֿאַר משה (בוגי) יעלון, אַז די גאַנצע וועלט איז דאָך במילא קעגן אונדז...

תּל־אָבֿיבֿ, 17טער מיי, 2010