קונסט
פֿון לעאָניד ז‫אַסל‫אַווסקי (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אָלעג לינער
אָלעג לינער

לעצטנס איז אינעם קאָנפֿערענץ־זאַל בײַ דער געזעלשאַפֿטלעכער ביבליאָטעק אויף נאָסטראַנד־עוועניו פֿאַרגעקומען אַ קינסטלערישע אויסשטעלונג לכּבֿוד דעם 10־יאָריקן יוביליי פֿון דער גילדיע ייִדישע מאָלער. די דאָזיקע אויסשטעלונג איז געוואָרן אַ וויכטיקער טייל אין דער פּראָגראַם, וואָס ווערט איצט דורכגעפֿירט אין ניו־יאָרק "וואָך פֿון אימיגראַנטישער ירושה".

איך האָב באַזוכט די אויסשטעלונג און געבעטן ענטפֿערן אויף מײַנע עטלעכע פֿראַגעס דעם מאָלער אָלעג לינער, וואָס איז אויך אַ אָנגעזעענער געשעפֿטסמאַן און פּרעזידענט פֿונעם רוסישן אָפּטייל בײַ "בני־ציון".

אָלעג, וואָס האָט אײַך, אַ מענטש, וואָס איז שטענדיק געווען פֿאַרבונדן מיט וויסנשאַפֿט אויפֿן פֿעלד פֿון עקאָנאָמיע און מאַטעמאַטישער מאָדעלירונג, געבראַכט צו קונסט און צו קינסטלער? איר מאָלט אַליין בילדער, וואָס זײַנען דאָ פֿאָרגעשטעלט און ווי איך ווייס, גיט איר אָפּ אַ סך צײַט אָט דער אַרבעט.

זעט אויס, אַז דעם ענטפֿער דאַרף מען זוכן אין מײַן נייגונג צו שאַפֿערישקייט. פֿון מײַן יוגנט אָן האָב איך ליב צו זינגען און האָב זיך שטענדיק באַטייליקט אין די פֿעסטיוואַלן פֿון אַמאַטאָרישער ליד, וואָס קומט פֿאָר נאָך ביז הײַנט. איך האָב אַפֿילו קאָמפּאַקטלעך מיט מײַנע אייגענע זינגלידער. כ'האָב אויך ליב און זיך פֿאַרנומען מיט ספּאָרט, באַזונדערס טעניס. איך בין זיכער, אַז די געוווינטשאַפֿט צו זײַן שטענדיק פֿאַרכאַפּט מיט עפּעס אַ "האָבי", העלפֿט אַרויס בײַם אײַנוואָרצלען זיך אין אַ נײַ לאַנד.

מיט אַ פֿינף און צוואַנציק יאָר צוריק בין איך קראַנק געוואָרן און פֿאַרלוירן מײַן שטים. דווקא דעמאָלט האָב איך אָנגעהויבן מאָלן מיט אייל־פֿאַרבן אויף פּאַפּיר. פֿאַרשטייט זיך, אַז באַלד זײַנען אויפֿגעקומען פּראָבלעמען און פֿראַגעס. צו געפֿינען ענטפֿערס אויף זיי האָב איך זיך געגריבלט אין אַ ספּעציעלער ליטעראַטור. אויף די אויסשטעלונגען האָב איך זיך באַקענט מיט מאָלער — פּראָפֿעסיאָנעלע און אַמאַטאָרן. ווי אַ פֿרײַע מינוט, פֿלעג איך אַרויספֿאָרן מיט זיי אויף דער נאַטור, צו מאָלן פּייסאַזשן. איך מײַד אויס צו מאָלן פּאָרטרעטן. לעבעדיקע מענטשן האָבן אַ טבֿע זיך צו באַליידיקן, שוין אָפּגערעדט, אַז די טעכניק פֿון מאָלן איז אין דעם פֿאַל אַן אַנדערע.

זאָגן דעם אמת, האָב איך זיך געוווּנדערט, דערוויסנדיק זיך, אַז אייניקע פֿון מײַנע אַמאַטאָרישע בילדער האָבן אויסגענומען בײַ די באַזוכער פֿון אַן אויסשטעלונג אין מאָסקווע.

וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אײַער גילדיע? ווי אַזוי איז זי געשאַפֿן געוואָרן אין ניו־יאָרק?

אין פֿאַרגלײַך מיט דער הומאַניטאַרישער אָרגאַניזאַציע "בני־ציון", איז די גילדיע נאָך גאָר אַ "גרינע" געזעלשאַפֿט. מיט צען יאָר צוריק האָט זי זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן, אָפּטיילנדיק זיך פֿון די צוויי דאַך־אָרגאַניזאַציעס, רוסישן אָפּטייל בײַ "בני־ציון" און דעם קלוב פֿון מאָלער בײַם "ייִדישן צענטער" אין בענסאָנהערסט.

די מיטגלידער פֿון דער גילדיע ווערן אַלץ מער באַקאַנט. אירע דערגרייכונגען וואַקסן, הגם עס זײַנען דאָ נאָך גענוג פּראָבלעמען. אין דער גילדיע זײַנען פֿאַראַן נישט ווייניק פּראָפֿעסיאָנעלע מאָלער, צווישן זיי מאַטוויי באַסאָוו, עמיגרירט פֿון מינסק, גיולנאַראַ ציקלאַורי, געקומען פֿון גרוזיע. איר פֿילפֿאַרביקע בילדער שפּיגלען בולט אָפּ די אָנגעשטרענגטקייט פֿון אונדזער צײַט.

אַ וויכטיק אָרט אין דער שאַפֿונג פֿון די מיטגלידער פֿאַרנעמט דאָס פֿאַרשוווּנדענע לעבן אינעם שטעלט. זייער פּראָדוקטיוו אין דער ריכטונג אַרבעט דער מאָלער איסאַק ווײַנשעלבוים און די צוויי טאַלאַנטירטע סקופּטאָרנס געניע ראָזענצוויט און עלענאַ כאַזאַן.

צווישן די מיטגלידער פֿון אונדזער גילדיע זײַנען דאָ אויך מײַסטערס פֿון פֿאָטאָגראַפֿיע. אַזעלכע ווי לעאָניד יאַקאָוולעוו, יורי שאַלאַמאָוו, אַ מלחמה־וועטעראַן, און אַנאַטאָלי יאַסעניק. און אַוודאי דאַרף מען אָפּשאַצן די טעטיקייט פֿון די גרינדער און אָנפֿירער פֿון דער גילדיע — איליאַ נאַטאַנזאָן און לעאָניד אַלאַווערדאָוו. מע דאָרף אויך באַצייכענען די אַקטיווע הילף פֿון נינעל ראַזראַן, די קוראַטאָרין פֿון דער ביבליאָטעק אויף נאָסטראַנד־עוועניו.

וואָס זײַנען די רעזולטאַטן פֿון דער גילדיע פֿאַר די 10 יאָר טעטיקייט? ווי זעט זיך אײַך דער מאָרגן פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע?

עס פֿרייט דער פֿאַקט, אַז נישט ווייניק ווערק פֿון אונדזערע מיטגלידער ווערן געהעריק אָפּגעשאַצט און געקויפֿט. צווישן די מיטגלידער פֿון דער גילדיע זײַנען דאָ לערער פֿון מאָלערײַ, וואָס אַרבעטן אַקטיוו אין פֿאַרשידענע קהילה־צענטערס. זיי פֿלאַנצן אײַן אין מענטשן ליבע צו קונסט בכלל און צו מאָלערײַ בפֿרט. אַ דאַנק זייער אַרבעט, איז לעצטנס געשטיגן די צאָל מיטגלידער פֿון דער גילדיע. הײַנט האָבן מיר אַרום 50 מיטגלידער, ס'רובֿ פֿון זיי יונגע טאַלאַנטן.

דאָס וויכטיקע אָבער, וואָס עס פֿאַראייניקט די מענטשן אין דער גילדיע — אַלגעמיינע אינטערעסן. די פֿרײַנדלעכע צווישן־באַציִונגען פֿון די מיטגלידער מאַכט יעדן רײַכער גײַסטיק און העלפֿט צו פֿאַרהיטן אַ גוט עסטעטיש געפֿיל. פֿאַר אימיגראַנטן איז עס באַזונדערס וויכטיק, בפֿרט שוין גאָר נישט קיין יונגע מענטשן.